אינטערנעט איז א רעאליטעט (הר' גאטליעב פון טע"ג)

אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

אינטערנעט איז א רעאליטעט (הר' גאטליעב פון טע"ג)

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

מיט אומגעפער צעהן פופצן יאר צוריק, האט כלל ישראל ענקאונטערד א נייע ’ניסיון הדור’: די אינטערנעט.

וואס די נסיון איז, פארוואס ס’איז א נסיון און צו איז עס א נסיון בכלל איז א נושא שכבר דשו בה רבים ובפרט דא אינעם שטיבל.

וואס איך וויל אדרעסירן, הגם עס איז שוין אויך אויסגעשמועסט געווארן, איז וועלכע עפראוטש כלל ישראל האט גענומען.

שלוש כיתות בטכנולוגיה; איך האב עס צושניטן אין דריי סארט מהלכים כפי סדר הא”ב.

כת א: אללא אקבהאר! (ראבינאוויטש/השומרים)

די מערסט עקסטריעם און רוישענדע עפראוטש האט גענומען הר”ר שאול יצחק ראבינאוויטש ע”ה. קודם אלס א קול קורא במדבר, אליינס ארומגעלאפן פון שוהל צו שוהל מיט זיינע ביכלעך. און נאכדעם איז עס געווארן עסטעבלישט אלס ”השומרים” טעראר ארגענעזאציע.

די חברה האלטן להשמיד להרוג לאבד, להשמיד להרוג ”ו”לאבד (קרי+כתיב). נישטא וואס צו רעדן. אינטערנעט איז די מלאך המוות און דער וואס האט א סמארטפאון איז א מאנקי. פילטערס? פאר די גויים וואס זענען מקפיד אויף שבע מצוות בני נח.

די כת פארט מיטן פולן אימפעט מער און מער עקסטרים. זיי שלעפן גאנץ כלל ישראל צו גרעסערע און שטערקערע עקסטרעמיזם.

מיט די צייט איז דא מער רבנים וואס אינדענטיפיצירן זיך מיט די השומרים וועליוס. א גוטע משל איז הר”ר בערל טויבער הי”ו, זיינע דרשות אפאר יאר צוריק האבן נישט געשמעקט אזוי שטארק השומרים’דיג ווי זיינע דרשות איבער די לעצטע וויילע.

סך הכל; אללא אקבהאר! נישטא קיין ספעיס פאר דייאלאג.

כת ב: בדיעבד (סיטי פיעלד)

די נעקסטע לעוועל איז די וואס האלטן אז רוב מענטשן דארפן נישט קיין אינטערנעט לצורך פרנסה; ס’איז אן איינרעדעניש. רוב זאכן וואס מ’טוט אויף די אינטערנעט קען מען אויך טוען אהנדעם.

והיה, ס’מאכט זיך איינס פון הונדרעט וואס איז ברור כשמש בצהריים אז ער מוז האבן אינטערנעט לצורך פרנסה. און ער האט באקומען א היתר מאה רבנים. פאר אזא איינער קומט מען זאגן אז אפילו בכגון דא דארפסטו נאכאלץ האבן א גוטן פילטער.

נאכאמאל; ביי דיפאולט דארפן רוב מענטשן נישט קיין אינטערנעט. די ’לצורך פרנסה’ ליין איז בדרך כלל נישט קיין וועליד ארגיומענט. ס’מאכט זיך אז א מענטש דארף עס ”טאקע” האבן לצורך פרנסה, זאל ער מאכן זיכער עס האט א גוטן פילטער.

כמיטב הבנתי, איז דאס געווען די רוח המרחפת מעל פני סיטי פיעלד. און דאס איז נאכאלץ די סיבה פארוואס כמעט א יעדער שוהל האט א אסור להוציא סמארטפאון שילד.

סך הכל; מ’מעג נישט און מ’דארף נישט. בדיעבד, נאר מיט א שטארקע פילטער.

כת ג: גזירה שאין הציבור

אחד היה, דער סטאלינער רבי שליט”א וואס האט געפיפן אויף יעדעם און עסטעבלישט: אינטערנעט איז א פאקט. עדזשוקעיט כלל ישראל וויאזוי עס צו ניצן אנשטאט ריסטריקטן עס נישט צו נוצן.

די עסטעבלישמענט, סקולען, לעיקוואוד, טעג וכולהו האט זייער נישט געגליכען די מהלך. זיי האבן געהאלטן אז זיי קענען פייטן די אינטערנעט. מיט דעהם וואס הגאון הגדול הרב וואזנער זצ”ל וועט ארויסגעבן א פסק, קען עפל און מייקראסאופט גיין שלאפן. בכוח וואס הרה”ק מ’סקולען זצוק”ל ויבלחט”א דער דזיבויער רב שליט”א וועלן שטורעמען הימלען איבער די סכנה, קען סעמסאונג פארמאכן זייער פעקטעריעס.

צענדליגע היציגע דעבאטעס אין מערערע פיזישע קאווע שטיבלען צווישן די מער אויפגעקלערטע ”עזדשוקעיט כלל ישראל” מענטשן און ”באזעסענע באלאבוס וואס אנערקענט אז די רבנים זענען גערעכט”.

סך הכל; די אינטערנעט איז דא. יעדער האט עס. לאמיר עטליעסט מאכן די עולם לייגן פילטערס.



ועל של עתה באתי.


דער אנגלא-אידישע פאבליקאציע ”עמי” האט געהאט די וואך אן אינטערוויו מיט הר”ר נחמיה גאטליעב. פון די לייבן אין ”איחוד הקהילות לטוהר המחנה” און ”טעג”.

נישט מער און נישט ווייניגער; ער נעמט די סטאלינער מהלך!!

ער זאגט אז ”וואויל איז דער וואס האט נישט קיין אינטערנעט” אבער ס’איז ממש לא יימלט עס נישט צו ”מוזן” האבן.

וואונדער איך מיך איין זאך; ר’ נחמי’ דו האסט געהאלטן אמאל אז מ’קען יא פייטן די גאנצע אינטערנעט אבער מיט די צייט האסטו איינגעזעהן אז דו לעבסט אין א טעות?

אדער בין איך דער וואס איז איינגערעדט אז טעג האט אמאל געהאט אן אנדערע עפראוטש צום נושא?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אינגערמאנטשיקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2199 מאל

שליחה דורך יהורם »

צום אלעם ערשט האסטו גאנץ גוט צושניטן די נושא. איך וואלט עס אבער איינגעטיילט אין אנדערע קאטעגאריעס אזוי אז די פראגע אויף הרב גאטליב הי״ו זאל ניטאמאל ברויכן געפרעגט ווערן.

די ערשטע קאטעגאריע זענען די וואנזיניגע טיילונג שטופער. די סארט וואס האבן נאך קיינמאל נישט געארבעט שווערער ווי זיין א שטעלפארטרעטער אין כיתה ב׳ אדער א באס רבי. די סארט זענען איבערצייגט אז דער אינטערנעט איז אן אנשיקעניש פונעם שטן דירעקט, און זיי האלטן קלאר אז זיי ווייסן וואס דער עולם טוט דארט. זיי זענען זיכער אז עבירות ווארטן ביים ווינקל און מען דארף בלויז דעם אינטערנעט עס צו עררייכן. זיי קוועטשן און קרעכצן איבערן חורבן הדור, זיצן א גאנצע נאכט אין ביהמ״ד און הערן זיך אן איבער די האר אויפשטעלנדע תעלולים וואס די היימישע אינטערנעט באנוצער טוען, און זיי גלייבן אז די רבנים זענען אנגעשלאסן אין א דיפסטעיט פארבאנד מיט די ראשי הקהילה, און דערפאר גרינדט מען נישט א פלאנעט וואס זאל בויקאטירן דעם אינטערנעט.

דער סארט איז געווענליך אומשעדליך, מאכן אסאך גערודער און הענגען אסאך צעטלעך, אבער גלייכצייטיג זענען זיי אויך פארנומען מיט רויטע געפאסטע קליידער און פרעס טראקס, אזוי אז זיי זענען פארנומען דורכאויסן טאג מיט נאך פירצות אויסערן אינטערנעט.

די צווייטע קאטעגאריע זענען די זאמד אין אויגן ווארפער. די סארט אינגעלייט וועלכע האבן שוין געעפנט א שטיקל ביזנעס, דרייען זיך ארום מיט כשר׳ע טעלעפאנען אין טאש און דינגען גרויסע טאבלעטן פאר נסיעות צו מקומות הקדושים. זיי האבן אינטערנעט מיט די שטרענגסטע פילטערס, און זיי שפירן זיך געראטן ווען זיי קענען לאזן וויסן טריאומפירנדיג נאך א זיצונג אז ״איך האב ב״ה נישט קיין וואצעפ, נאר אימעיל!״. דער סארט עלעמענט וועט זיך באטייליגן ביי קהל פארזאמלונגען, און וועט ברענגען ערשטהאנטיגע עדות איבער סוקסעסן וואס מען קען האבן אנע אינטערנעט באנוץ. פארשטייט זיך אז אייוועלט איז ביי אים אפן, און אזוי אויך באקומט ער אלע וואצעפ קליפס אויף אימעיל, אבער ער שפירט באמת דעם אשר בחר בנו מכל עם זייענדיג אפגעשיידט פון (יענעמס) נסיונות.

דער סארט איז שעדליך, וויבאלד זיי לעבן אין איינרעדעניש אז פאר זיי איז בעסער און גליקליכער. זיי האלטן באמת אז דער גרעניץ איז פונקטליך ביי וואס זיי שטעלן זיך אפ. זיי וועלן אויף קיין פאל נישט מודה זיין אז ווען נישט דער אינטערנעט וואלטן זיי נישט מצליח געווען, און אזוי אויך שטרעבן זיי צו באקומען אנערקענונג פון אלעמען. זיי זעטיגן זיך אן פון די גליונות וואס די אויבנדערמאנטע קאטעגאריע גיבט ארויס. טיילמאל וועלן זיי דאס אפילו פאנדן לע״נ אדער לרפואת א נאנטער.

די דריטע קאטעגאריע זענען די עושה מעשי זמרי. די סארט אקטיוויסטן וואס האבן באהאלטענע דעווייסעס און פעיסבוק אקאונטס געווידמעט נאכצופאלגן פונדערנאנט היימישע אינגעלייט און פרויען. אפיציעל טוען זיי דאס לשם מצוה, אבער זיי האבן שטארק הנאה פון דעם פאקט אז זיי קענען זיך האלטן פארבינדן צו די טריפה׳נע וועלט דורך א כשר׳ע פענסטערל. זיי זענען די וואס לויפן און מסר׳ן צו די רבנים ווען זיי געפינען אויס איבער א אינגערמאן וועמענס ביזנעס האט געעפנט אינסטעגראם, און אויך גלייכן זיי צו קוקן פונדערזייט ווי יענער פלאגט זיך מיט מוסדות.

דער סארט איז געפארפול און שרעקליך, ווייל זיי ווייסן קלאר אז זיי זענען צבועים אבער עס אינטערסירט זיי נישט. כל זמן זיי וועלן קענען זיין אויפן אינטערנעט און געניסן פון ראיות אסורות און כל דבר אסור אינטערסירט זיי נישט אינאיינוועגס צו היטן אויף די חומות הדת, און פון זיי זענען פארהאנען א מערהייט. נישט אלעמאל האבן זיי א גרויסע השפעה, אבער געווענליך וועלן זיך זייערע מעשים נישט ענדיגן בעפאר זיי ווערן געבלעקמעילט דורך א היימישע פרוי וואס קריגט פון זיי א צעהארנטע די.עם. (ביודעי ומכירי קאמינא).

איצטער. די טעג ארבעטער זענען ע״פ רוב פונעם צווייטן סארט. די זענען די וואס וואקסן מיט מיטן אינטערנעט. אויב איז אמאל דער שפראך געווען אז דער אינטערנעט איז אסור בתכלית האיסור, און מען איז ארומגעהאנגען מיט א פסק פון הרב וואזנער זצ״ל און שארפע דיבורים פון סקולענער רבי זצ״ל, האט זיך עס איצטער געטוישט צו ״מען מוז אבער מען דארף כשר״.

וואס האט אריינגעברענגט דעם טויש? עס איז נישט שווער צו פארשטיין.

טעג האט אויפגעראכטן די כינוס כלל ישראל עסקנים. עס איז נישטא קיין בעסערע סטארט-אפ ביזנעס ווי א סערוויס וואס ווערט געצווינגען דורך די רבנים און אויסגעפירט דורך מוסדות סטראשונקעס (היינו טעמא דכשר׳ע קינדער קליידונג). משומר און גדר זענען בליענדע ביזנעסער וועלכע קומען נישט בארגן ביים המון עם אויף שבת צו מאכן. טעג האט גראדע יא די חוצפה צו שנארן וויבאלד זיי שטעלן זיך אהער ווי אן ארגאניזאציע, אבער דאך איז קיינער פון די אנפירער נישט אפגעפאלן קיין פונט זינט עס האט זיך געגרינדעט, און לאקאציעס האבן זיי כפליים כיוצאי מצרים.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

יהורם, זייער שיין צושניטן!

איך מיין אז די טויש איז נישט אזוי אלט, כ'האב אן הרגשה עס האט א שייכות מיט עי-איי. ס'קען זיין אז עי-איי האט זיי געמאכט אנערקענען אז אסיפות און תקנות איז נישט גענוג.
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 336
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

שליחה דורך ששון ושמחה »

טע''ג איז אזוי ווי די פאלעסטינער מידיע, אין ענגליש זאגן זיי גאנץ נארמאלע זאכן אבער אין אידיש (אדער אראביש) זענען זיי געהעריג זשיהאד.

סאו אין עמי און אין זייערע ענגלישע ביכער שרייבט טע''ג זייער נארמאל וועגן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אינטערנעט, אבער אין זייערע ארטיקלען אין אידיש למשל אין ''קוק ווינקעל'' רעדען זיי די שפראך פון השומרים.

דאס מיינט אז בעצם זענען זיי פונקט ווי ראבינאוויטש משוגעים, נאר אין ענגליש מאכן זיי א פענסי פנים.

וואס דארפסטו מער ביי די כינוס כלל ישראל לנשים פאריאר האט מען אפיציעל אויסגערופן א דאנק פאר מוסד השומרים.
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

למעשה אויב וויל איינער א סטיקער, און טאקע א קינד פרענדלי פילטער וואס פילטערד אך ורק זהמה און נישט קיין חכמה אדער מחשבה, איז נישט דא קיין קאווע שטיבל אפציע. אויב קען איינער טון דערין האב איך פאר אים געלט און אן איידיע פון א רב. די.עים.מי.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

ששון ושמחה האט געשריבן:טע''ג איז אזוי ווי די פאלעסטינער מידיע, אין ענגליש זאגן זיי גאנץ נארמאלע זאכן אבער אין אידיש (אדער אראביש) זענען זיי געהעריג זשיהאד.

סאו אין עמי און אין זייערע ענגלישע ביכער שרייבט טע''ג זייער נארמאל וועגן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אינטערנעט, אבער אין זייערע ארטיקלען אין אידיש למשל אין ''קוק ווינקעל'' רעדען זיי די שפראך פון השומרים.

דאס מיינט אז בעצם זענען זיי פונקט ווי ראבינאוויטש משוגעים, נאר אין ענגליש מאכן זיי א פענסי פנים.

וואס דארפסטו מער ביי די כינוס כלל ישראל לנשים פאריאר האט מען אפיציעל אויסגערופן א דאנק פאר מוסד השומרים.
קיינמאל באמערקט. דאס פארענטפערט מיין קשיא אבער בגדול.
דערהויבענע איד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 582
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4062 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 987 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

לא איש דברים אנכי זיך צו טענהע'ן מיטן בעל האשכול, אבער לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ איז עס געגאנגען מיט די יארן.

ביים כינוס כלל ישראל האט מען גערעדט פון פילטער'ס אויף אלע דעווייסעס, קאמפיוטער'ס און טעלעפאוינס. לויט ווי איך געדענק איז נאכנישט געווען אזא מאוינסטער ווי ''סמארטפאוין'', יעדע כולל אינגערמאן האט דעמאלטס געהאט א ביליגע סעמסאנג.

ראבינאוויטש איז געווען א יחיד כוכב אן קיין ערנסטע בעיס, און שוין.

בערך 3 - 4 יאר שפעטער (תשע''ו-ז) איז ארויסגעקומען אזא מושג אז ''ס'פאסט נישט'' ארויסצונעמען א סמארטפאוין אין שול, די ערשטע פאר יאר איז עס געווען אזוי ווי רעדן ביים ליינען בערך, שפעטער איז עס געווארן ''אנגענומען''.

לדעתי האט זיך דא געפארעמט א נייע מערכה, און געטוישט פון פריער. אנשטאט זען אז אינגערלייט זאלן נישט זינקען אין שמוץ, איז עס געווארן א ''יא סמארטפאון נישט סמארטפאן'' באוועגונג. די מושג פון זיך האלטן הייליג און בעסער אז איך האב א טעבלעט, א קאמפיוטער אין אפיס וואס כ'זיץ 12 שעה א טאג אויף דעם, און שפעטער זיץ איך אין קאר מיט מיין טעבלעט, אבער איך בין נאכאלץ ''אפגעהיטען'', ווייל איך און מיין ווייב האבן נישט קיין סמארטפאן, האט זיך דאן אנגעהויבן.

שפעטער איז שוין השומרים געווארן כמעט נארמאל, און מענטשן ווערן שוין אפענסיוו אז מ'זעט א עדווערטייזמענט פון א איד מיט א סמארטפאן, און רוב מענטשן מיינען אז א סמארטפאון איז באשאפן געווארן פאר פא***. רעדסט היינט מיט מענטשן איז דאס די איינציגסטע סיבה פארוואס צו קויפן א עפל אדער ענדרויד, בו בזמן וואס ס'כמעט נישטא קיין נארמאלע טעלעפאוינען חוץ פון דעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דערהויבענע איד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 914 מאל

Re: אינטערנעט איז א רעאליטעט (טעג)

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

אזוי ווי@ששון ושמחה האט שוין געשריבן, דאס וואלט געווען ריכטיג אויב וואלטן די זעלבסט פראקלעמירטע עסקנים פון טעג וחבריהם געווען אויפריכטיג און גענימען איין דורכגעטראכטע מהלך, אבער במציאות זענען זיי גרייט צו גיין מיט די השומרים פראקציעס נאך היינט אויב האבן זיי די מעגליכקיייט, נאר זיי וועלן זאגן וואס עס פעלט זיך אויס כדי צו אנהאלטן זייער רעלעוואנס ביים ציבור. גארנישט האט זיך געטוישט, זיי זאגן וויפיל זיי קענען פאר יעדע ציבור. אויב וועט השומרים מצליח זיין אזויווי ביז היינט - און וועלן באווייזן צו קונה זיין די דעת הקהל אויף א שטערקערע פארנעם, דאן קענען מיר ערווארטן אז טעג וועט גאר זיין אויפן אויבנאן פון זייער אגענדע.
און די זעלבע איז מיט אלע עסקני ורבני הקהילות וועלכע גייען דערווייל נישט אינגאנצען מיט די השומרים אגענדע. רעדט אייך נישט איין פאר איין מינוט אז איר קענט זיך פארלאזן אויף זיי. די רגע וואס די דעת הקהל וועט זיין געניג עקסטרעם געשטימט (וואס קוקט אויס איז די דירעקציע צו ווי עס גייט) וועלן זיי אלע אויסדרייען זייער רוקן און איינפירן נייע שאריא געזעצן.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

דערהויבענע איד האט געשריבן:לא איש דברים אנכי זיך צו טענהע'ן מיטן בעל האשכול, אבער לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ איז עס געגאנגען מיט די יארן.

ביים כינוס כלל ישראל האט מען גערעדט פון פילטער'ס אויף אלע דעווייסעס, קאמפיוטער'ס און טעלעפאוינס. לויט ווי איך געדענק איז נאכנישט געווען אזא מאוינסטער ווי ''סמארטפאוין'', יעדע כולל אינגערמאן האט דעמאלטס געהאט א ביליגע סעמסאנג.

ראבינאוויטש איז געווען א יחיד כוכב אן קיין ערנסטע בעיס, און שוין.

בערך 3 - 4 יאר שפעטער (תשע''ו-ז) איז ארויסגעקומען אזא מושג אז ''ס'פאסט נישט'' ארויסצונעמען א סמארטפאוין אין שול, די ערשטע פאר יאר איז עס געווען אזוי ווי רעדן ביים ליינען בערך, שפעטער איז עס געווארן ''אנגענומען''.

לדעתי האט זיך דא געפארעמט א נייע מערכה, און געטוישט פון פריער. אנשטאט זען אז אינגערלייט זאלן נישט זינקען אין שמוץ, איז עס געווארן א ''יא סמארטפאון נישט סמארטפאן'' באוועגונג. די מושג פון זיך האלטן הייליג און בעסער אז איך האב א טעבלעט, א קאמפיוטער אין אפיס וואס כ'זיץ 12 שעה א טאג אויף דעם, און שפעטער זיץ איך אין קאר מיט מיין טעבלעט, אבער איך בין נאכאלץ ''אפגעהיטען'', ווייל איך און מיין ווייב האבן נישט קיין סמארטפאן, האט זיך דאן אנגעהויבן.

שפעטער איז שוין השומרים געווארן כמעט נארמאל, און מענטשן ווערן שוין אפענסיוו אז מ'זעט א עדווערטייזמענט פון א איד מיט א סמארטפאן, און רוב מענטשן מיינען אז א סמארטפאון איז באשאפן געווארן פאר פא***. רעדסט היינט מיט מענטשן איז דאס די איינציגסטע סיבה פארוואס צו קויפן א עפל אדער ענדרויד, בו בזמן וואס ס'כמעט נישטא קיין נארמאלע טעלעפאוינען חוץ פון דעם.
מען דארף נישט זיין אן איש דברים זיך צו טענה'ן מיט מיר ..

לויט ווי דו געדענקסט איז דאך נאכאלץ שווער מיין אריגינעלע פראגע, ניין?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3417 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8637 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך מיין אז די ריכטיגע תירוץ איז דאס וואס ששון ושמחה ברענגט ארויס. איך ליין כמעט יעדע גליון פון השומרים, פשוט צו זען די קאפריזן וואס זיי שטעלן אהער. נישט איינמאל האב איך געזען (אין די לעצטערע תקופה) ווי זיי ברענגען עקסטרעמיסטישע זאכן טאקע בשם דעם גאטליעב'ן. ער פארשטייט וואס ער דארף זאגן וואו.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3417 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8637 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

העניך, האט עס צוטיילט אין 7 קאטעגאריעס.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 57#p357257
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

@העניך, ילמדינו רבינו! וואו שטייט הר' גאטליעב פון טע"ג?
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 520 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

וואס טעג זאגט, שרייט, שרייבט גייט מיך נישט אן, די פאקט איז אז טעג פילטער סטאנדארטן זענען זייער Moderate, איך האב פילטערס סיי אוף מיין פאון און סיי אויפן קאמפיוטער אונטער טעג און הגם ביי דיפאלט בלאקן זיי מער ווי שמוץ (למשל קאווע שטיבל) אבער אויב די רעקוועסט באקומסטו עקסעס צו וואס דו ווילסט חוץ שמיץ, אריינגערעכנט AI און דברים שיש קורים אותם כפירה. no problam with them for me.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19942
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15206 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לייבל שטילער: טעג איז היינט צוטאגס א מאני מעיקינג ביזנעס. אונטער סיי וועלכן שלייער דו זאלסט עס נישט אנטון. במישרין או בעקיפין....!
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך יצחק אייזיק »

די גאנצע נושא פון אינטערנעט איז ביי טעג און ביי די מעינסטרים רבנים א געוויסע בחינה פון אחד בפה און אחד בלב, מען דארף זאגן איין זאך אבער זיי ווייסן גאנץ גוט אז די מציאות איז נישט אזוי. ממילא ווען מ'רעדט אפיציעל איז איין זאך, אבער ווען מ'רעדט למעשה קומט ארויס עפעס אנדערש. גאטליב האט געגעבן אן interview וואס דאס איז סאך מער למעשה און דארט "כאפט זיך ארויס" די אמת. כש"כ ביי די ענגליש רעדנדע וואס דארט איז אינטערנעט סאך מער אפעציעל.
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

אין די ארטיקל טענהט גוטליב אז ער האט קיינמאל נישט געהאלטן און די אסיפה האט קיינמאל נישט פראקלאמירט א וועלט אן די אינטערנעט
עס איז אלץ געווען אז מזאל מאכן פילטערס, און די וואס האבן אנדערש פארשטאנען זענען געקומען מיט א פרעדזשודיס
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2418
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5781 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:אין די ארטיקל טענהט גוטליב אז ער האט קיינמאל נישט געהאלטן און די אסיפה האט קיינמאל נישט פראקלאמירט א וועלט אן די אינטערנעט,
עס איז אלץ געווען אז מזאל מאכן פילטערס, און די וואס האבן אנדערש פארשטאנען זענען געקומען מיט א פרעדזשודיס
ער קען זאגן וואס ער וויל (און לאו דוקא אז ער איז א ליגענער) אבער די מעסעדזש ביים אסיפה איז קלאר געווען ארויסצורייסן דעם אינטערנעט פון כלל ישראל אזוי ווי מען האט געטון מיטן טעלעוויזיע פאר פופציג זעכציג יאר צוריק.

דעמאלטס האט מען גע׳אסר׳ט דעם אינטערנעט, יא גע'אסר'ט מיט א אל"ף, סה"כ האט מען באשאפן אויך א היתר לצורך פרנסה, אזוי ווי דרייון א קאר אין שבת איז אסור מדאורייתא, נאר ס'דא א היתר פאר פיקוח נפש.

ווער ס'זאגט אנדערש איז משקר כשמש בצהריים, איך בין טאקע נישט אזוי אלט, אבער אויך נישט אזוי יונג. איך געדענק קלאר דעם אסיפה, זאל קיינער נישט פארקויפן קיין שקרים,.

דרך אגב, אויב איינער וויל פארשטיין פארוואס די כוזרי ארגומענט איז מופרך, איז די כינוס כלל ישראל א אפענע פירכא, מען קימט אונז שוין פארקויפן ושקרים וואס אונז האבן קלאמפישט אליינס מיטגעהאלטן און דער עולם גלייבט, און דאס איז געווען בלויז פאר 11 יאר צוריק, עאכו"כ א זאך פון טויזענטער יארן צוריק, אבל אין כאן מקומו.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6301 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

לויט ווי איך געדענק איז געווען א מחלוקת פאר די אסיפה וועלכער מהלך צו נעמען און טע"ג איז געווען לכתחילה אויף דער זייט אז מען זאל נאר ברענגען עצות ווי פילטערס וכו' נאר אנדערע האבען דאס גע'וויטאו'ט און ממילא די אפיציעלע פאבליק אסיפה האט גענומען א מער ראדיקאלע שטעלונג.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

גם אני מצטרף לדברי קהל'ס נאר, איך בין נאך געוועהן א טיענעידשער ביים כינוס כלל ישראל קען זיין אז איך האב נישט אינגאנצן געכאפט וואס גייט פאר, אבער לויט ווי איך האב פארשטאנען דעמאלטס די מערכה איז עס אין hindsight די פלאפ פונעם יארהונדערט, it didn't age well. איך געדענק נאך בשעתו האט א מאדערנער איד אין שוהל זיך עפעס אונטערגעמורמלט אז ס'איז א שאד די גאנצע מערכה ווייל "דער עולם גייט נישט אזוי שנעל אויפגעבן די סמארטפאונס", דעמאלטס בין איך געוועהן זיכער אז ער טריפט אויף כוחות, היינט ווייס איך שוין נישט ווער ס'האט געטריפט אבער ס'זיכער נישט געוועהן די סקעפטיקער. וואס יא, אזויפיל האט די אינטערנעט אויפגעטוהן אז ס'האט אינגאנצן מבטל געוועהן די קליפה פון די טריפה'נע טעלעוויזיעס...
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:גם אני מצטרף לדברי קהל'ס נאר, איך בין נאך געוועהן א טיענעידשער ביים כינוס כלל ישראל קען זיין אז איך האב נישט אינגאנצן געכאפט וואס גייט פאר, אבער לויט ווי איך האב פארשטאנען דעמאלטס די מערכה איז עס אין hindsight די פלאפ פונעם יארהונדערט, it didn't age well. איך געדענק נאך בשעתו האט א מאדערנער איד אין שוהל זיך עפעס אונטערגעמורמלט אז ס'איז א שאד די גאנצע מערכה ווייל "דער עולם גייט נישט אזוי שנעל אויפגעבן די סמארטפאונס", דעמאלטס בין איך געוועהן זיכער אז ער טריפט אויף כוחות, היינט ווייס איך שוין נישט ווער ס'האט געטריפט אבער ס'זיכער נישט געוועהן די סקעפטיקער. וואס יא, אזויפיל האט די אינטערנעט אויפגעטוהן אז ס'האט אינגאנצן מבטל געוועהן די קליפה פון די טריפה'נע טעלעוויזיעס...
איך בין אויך דארט געווען און כהאב גאנץ שיינע בילדער גענומען אפשר וועט מען ארויפלייגן
געדענק איך ווען דער דזשיבויער האט גערעדט משוגע פאָני, אפילו מיט א פההילטער זאל מען עס נישט האבן
ער האט עס געזאגט מיט א גראבע ״ה״
דערנאך איז די סקולענער רבי געקומען רעדן, ער איז געווען נישט קלאר און מען האט נישט פארשטאנען קיין ווארט, זיין זון איך מיין די יעצטיגע ב״פ רבי האט אים נאכגעזאגט איך געדענק נאר הערן ״בהמות״ און ״גאר גאר גרויסע בהמות״
נאכדעם האט ראביי וואקסמאן געשריגן קולות, נישט זיכער פארוואס דארפן זיי שרייען, אבער די מחזה הוד מיט די ״לעטס גאָ מעטס״ איז עפעס וואס מקען נישט פארגעסן.
ווער רעדט נאך פון די זקני העדה וואס זענען געקומען הערן דבר השם וועגן זאכן וואס זיי האבן נישט קיין אהנונג וואס עס מיינט בכלל דער אינטערנעט
א זקן האט געזאגט אז היות ער האט אן ׳אבאמא פאון׳ און סאיז ראויה צו האבן אינטערנעט דארף ער קומען הערן חובת השעה
און נאכדעם האט מען איבעראל געשריבן איבערן קידוש השם צו זען אזויפיל אידן מיט שווארץ און ווייסע קליידער זיך צאמגעקומען און קיינער האט נישט פארפירט! וואאאהההה! העשטעג מי כעמך ישראל
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

שוין, לאמיר אביסל מסכם זיין וואס דער ציבור שרייבט דא.

@ברוך שפינוזה, @לעיקוואד און @קהל'ס נער געדענקן די כינוס אלס אן איסור גמור. לעיקוואד לייגט צו אז פאר'ן כינוס האט מען דעבאטירט ביידע מהלכים און מ'איז געבליבען אויף די ראדיקאלע שטעלונג.

@דערהויבענע איד געדענקט די כינוס אלס א פילטער פראמאושען איווענט.

@ששון ושמחה, @שמן למאור, @פונדאַמענטאַל און @יצחק אייזיק זאגן אס גאטליעב איז א טו-פעיסער.
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

לעטס גאָ מעטס
לעטס גאָ מעטס
טייל עולם
טייל עולם
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

געדענק איך אלע רומארס אז די פעדס האבן דעקלערט סיטי פיעלד א ׳נאו פליי זאון׳ און דער מחוצף האט זיך נישט וואוסנדיג געמאכט פון דעם בּען
283DBEFC-1FA6-4E32-9FD6-E244B032B450.jpeg

נאך פונעם קידוש השם עולם
נאך פונעם קידוש השם עולם
רעאגיר