בלאט 1 פון 1

קאווע שטיבל עפפ

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 12:12 am
דורך דער גאלדענער אדלער
שוין די העכסטע צייט קאווע שטיבל זאל פארמאגן איר אייגענע עפפ, אדער כאטשיג אפדעיטן די ביז היצטיגע וועבזייטל און עס מאכן מאביל פרענדלי.

לעצטענס האב איך מיך אריינגעלאזט דערין און כ'פרוביר צו אראנזשירן צווישן די חשובע ק"ש שרייבערס - סיי פון די מער פרישערע שרייבערס און אויך פון די אמאליגע אלט געזעסענע שרייבערס - צו פרובירן בעסער מאכן אונזער הייליגער שטיבל, ס'זאל זיין באקוועמער און מער פריינדליכער פאר די שרייבערס און קאמענטירערס, אפילו די וואס באניצן זיך נישט מיטן געהעריגע וועבזייטל נאר ענדערש מיט'ן סמארטפאון אדער טאבלעט.

נישט אייביג איז די אפציע פון זיצן אין פארענט פון א לעפטאפ אדער דעסקטאפ אוועילעבל, און אסאך מאל פאלט ביי עפעס א בליציגער רוח הקודש און דער שטיבלער וויל עס אפשרייבן און פארמאגט נישט די באקוועמע קלאפער געצייגן דערצו, נאר א פשוט'ע סמארטפאון אדער טאבלעט, און ביז וואו וואס ווען וועט זיין ארטיקל אדער קאמענט פארוואנדעלט ווערן אין א פרימארגן וואלקן, קען דאס אריינגיין פון אל תמנע טוב מבעליו סיטואציע.

אשר ע"כ האב איך אפגעמאכט ביי מיר זיך אנצוגארטלען און טוהן צו דער זאך, אראנזשירן ווי ווייט כ'קען. אני הקטן קען זיך גארנישט אויס אין קאמפיוטער פראגראמינג, אבער גארנישט מיין איך טאקע גארנישט. טוה איך אבער ווידמען דעם אשכול צוזאמען צו ברענגען ווי מער חברי השטיבל וואס קענען זיך יא אויס און זענען גרייט צוצוגעבן להגדיל השטיבל ולהאדירה.

צוויי גאר חשוב'ע ניקס האבן שוין געמאלדן אז זיי זענען גרייט ארויסצוהעלפן. אונזער חשוב'ער ניק וואס האט שוין אסאך צוגעגעבן צום שטיבל מיט זיינע רייכע ארטיקלעך ידידנו הנכבד @לייביששרייבער, און איינער פון אונזערע אלטגעזעצענע שרייבער'ס וואס האט שוין גאר אסאך צוגעגעבן סיי צום שטיבל און סיי אינעם וועקער ידידנו הנכבד @פארוואס. מהם ילמדו וכן יעשו!

רבותי, רופטס ענק אן ווארעם, מיט איידיעס און עצות.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 12:31 am
דורך לייביששרייבער
עס איז א געוואלדיגע רעיון וואס דער גאלדענער אדלער שלאגט פאר און זייער אויספירבאר, אבל דא עקא, עס איז אן אונטערנעמונג וואס ווען שותפים וועלן מיר מיט אזא אונטערנעמונג ארויסהעלפן און עס וועט זיין קאפעראציע און מיטארבעטער, וואלט איך זיך מתנדב געווען צו ווידמען צייט פאר די אויפבויען די אינפראסטרוקטור פון אזא נייע געוועב און עפפ.

אי"ה מארגן ווען איך וועל זיין אין אפיס ביים ארבעטס טיש וועל איך ארויסשרייבן א פונקטליכער פלאן וואס ווען און ווי דער ארבעט פארנעמט, און אזוי קענען טראכטן פון די עבודת הקודש.

ווער עס קען די פאך ווייסט אז אזא אונטערנעמונג מוז נישט זיין אזוי שווער און קאמפליצירט, אבער פארט איז דא ארבעט, און מיט די ריכטיגע צוזאמענארבעט פון די וואס קענען ארויסהעלפן קען מען בעז"ה האבן א דבר נאה ומתוקן.

Re: קאווע שטיבל עפפ

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 2:25 am
דורך איך הער..
קען זיין איך קען מיך נישט אויס מיט אלע פיטשערס, אבער וואס איז שלעכט מיט טעפטאלק? פאר א קורצע תגובה איז עס פונקט גוט, איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 11:06 am
דורך יעקב פאטאש
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שוין די העכסטע צייט קאווע שטיבל זאל פארמאגן איר אייגענע עפפ, אדער כאטשיג אפדעיטן די ביז היצטיגע וועבזייטל און עס מאכן מאביל פרענדלי.

לעצטענס האב איך מיך אריינגעלאזט דערין און כ'פרוביר צו אראנזשירן צווישן די חשובע ק"ש שרייבערס - סיי פון די מער פרישערע שרייבערס און אויך פון די אמאליגע אלט געזעסענע שרייבערס - צו פרובירן בעסער מאכן אונזער הייליגער שטיבל, ס'זאל זיין באקוועמער און מער פריינדליכער פאר די שרייבערס און קאמענטירערס, אפילו די וואס באניצן זיך נישט מיטן געהעריגע וועבזייטל נאר ענדערש מיט'ן סמארטפאון אדער טאבלעט.

נישט אייביג איז די אפציע פון זיצן אין פארענט פון א לעפטאפ אדער דעסקטאפ אוועילעבל, און אסאך מאל פאלט ביי עפעס א בליציגער רוח הקודש און דער שטיבלער וויל עס אפשרייבן און פארמאגט נישט די באקוועמע קלאפער געצייגן דערצו, נאר א פשוט'ע סמארטפאון אדער טאבלעט, און ביז וואו וואס ווען וועט זיין ארטיקל אדער קאמענט פארוואנדעלט ווערן אין א פרימארגן וואלקן, קען דאס אריינגיין פון אל תמנע טוב מבעליו סיטואציע.

אשר ע"כ האב איך אפגעמאכט ביי מיר זיך אנצוגארטלען און טוהן צו דער זאך, אראנזשירן ווי ווייט כ'קען. אני הקטן קען זיך גארנישט אויס אין קאמפיוטער פראגראמינג, אבער גארנישט מיין איך טאקע גארנישט. טוה איך אבער ווידמען דעם אשכול צוזאמען צו ברענגען ווי מער חברי השטיבל וואס קענען זיך יא אויס און זענען גרייט צוצוגעבן להגדיל השטיבל ולהאדירה.

צוויי גאר חשוב'ע ניקס האבן שוין געמאלדן אז זיי זענען גרייט ארויסצוהעלפן. אונזער חשוב'ער ניק וואס האט שוין אסאך צוגעגעבן צום שטיבל מיט זיינע רייכע ארטיקלעך ידידנו הנכבד @לייביששרייבער, און איינער פון אונזערע אלטגעזעצענע שרייבער'ס וואס האט שוין גאר אסאך צוגעגעבן סיי צום שטיבל און סיי אינעם וועקער ידידנו הנכבד @פארוואס. מהם ילמדו וכן יעשו!

רבותי, רופטס ענק אן ווארעם, מיט איידיעס און עצות.
שכח הרב @דער גאלדענע אדלער פארן טיהן צי די זאך!
עס איז שוין העכסט צייט!

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 11:20 am
דורך דער גאלדענער אדלער
איך הער.. האט געשריבן:קען זיין איך קען מיך נישט אויס מיט אלע פיטשערס, אבער וואס איז שלעכט מיט טעפטאלק? פאר א קורצע תגובה איז עס פונקט גוט, איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
טעפעטאלק איז זייער א נאקעטע עפפ. איך באניץ מיך דערמיט סיי פארן שרייבן ארטיקלעך און סיי פאר סתם קאמענטירן. ס'איז אזוי בעסיק אז ס'נערווירט.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 11:23 am
דורך לייביששרייבער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:טעפעיאלק איז זייער א נאקעטע עפפ. איך באניץ מיך דערמיט סיי פארן שרייבן ארטיקלעך און סיי פאר סתם קאמענטירן. ס'איז אזוי בעסיק אז ס'נערווירט.
נישט נאר איז עס נאקעט, די ציטירונג אין די אינטערעסען ארטיקלען וכו' שטעלט זיך נישט אין פלאץ און נאך אסאך אנדערע אישוס.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 6:35 pm
דורך מרדכי מרדכי
ישר כח פארן ארויפברענגען דעם איניציאטיוו.
הלוואי וואלט איך געקענט העלפן אבער איך זעה נישט ווי אזוי. אויב טראכסטו פון עפעס וואס איך קען צולייגן ביטע לאזט מיר וויסן.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 8:01 pm
דורך שמעקעדיג
מענין לענין, אז מען רעדט שוין, מען האט שוין אפאר מאל גערעדט דערפון, איז דא א מעגליכקייט אז ווען מען עפנט ק"ש אינעם בראוזער אויפ'ן פאון זאל ער נישט יעדע שטיק צייט טעראריזירן מיט דאונלאודן טעפעטאלק?