בלאט 1 פון 1

ר' ישראל יאיר צבי דאנציגער

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 1:08 am
דורך לייביששרייבער
אלעקסאנדער (הויף)

מיט רעכט ווערט אנגערופן דער פארשניטענער צווייג פון יידישן פאלק אין פאר מלחמהדיגן פוילן די קרוין פונעם יידישן פאלק און דער קרוין האט געלויכטן אין משך פון הונדערטער דורות ביז צום טאג ווען רוצחים הענט האבן ארויסגעריסן די דאזיגע ליכטיקייט און א פינצטערניש האט זיך אויף אונדז אראפגעלאזט און ווער וועט נישט אנערקענען אז די הונדערטער שטעט און שטעטלעד פונעם טויזנט יעריגן יידישן פוילן זיינען געווען די וועלכע האבן מיט זייער

ליכט באלויכטן דעם וועג פוגעם יידישן מזרח איירשפעאישן פאלק און איינס וואס האט איז משך פון דורות אויסגעשסראלט פון זיך א ליכט פאר אונדז אויך געווען בלי ספק אלעקסאנדער א שטשט כאטש אין כמות קליין אבער אין איכות גאר גרויס מיס רעכט קען זי אנגערופן ווערן עיר ואם בישראל

מיר גלויבן אז שטעט זיינען געגליכן צו מענטשן איינער גייט אדורך זיין לעבן גרוי וואכעדיג און קיינער באמערקט אים נישט און א צווייטער ווארפט א ליכט ווי א מעטעאר אויפן אומענדלעכן האריזאנט וואס אלע וועלען מוזן מסכים זיין און זען

און ווען מיר נעמען אין באטראכט אז בסך הכל איז דער אלעקסאנדער שטאט געווארן אויפגעבויט אינעם אנהייב פון פאריגן יאר-הינדערט וועלן מיר אלע מסכים זיין אז אלעקסאנדער איז טאקע געגליכן צום מעטעאר וועלכער האט גאר שנעל אויפגעשטראלס און באלויכטן דעם יידישע האריזאנט

ווען אנדערע גרעסערע און עלטערע שטעט זיינען געבליבן אומבאקאנט איז דער שטאט געווארן בארימט אן גוזמה ביי גרויס און קליין. שווער צו גלויבן אז אפי' איינער פון די מיליאנען פוילישע אידן זאל נישט האבן געהערט וועגן אלעקסאנדער. אלעקסאנדער איז געווען בארימט צוליב פארשידענע סיבות, אבער מיר גלויבן אז מיר וועלן זיין גאר אביעקטיוו אויב מיר אנערקענען אז די חסידיזים וועלכער האט פון די פאדאליער וועלדער און פעלדער ן אנגעיאגט ווי א שטורעם און פארכאפט די פאנטאזיע ביים פאלק אינעם אידישן פוילן, איז געווען דער הויפט גורם צו אלעקסאנדערער איבער נאטירלעכער פאפולאריטעט.

עס איז דאך געווען באוואוסט אין די אידישער וועלט דער אלעקסאנדער הויף. אין א שטעט ווי עס האט געלעבט אריבער פינף טויזנט יידן בערך, פלעגן קומען אויף א יומא דפגרא פיל טויזנטער פון אלע עקן פוילן און אפילו אויך פון אויסלאנד נאר כדי צו זיין אין דער נאנטקייט פונעם רבין און זיך ווארעמען אין זיינע שטראלן.

און אט דער כח האט געקענט פאראייניגן צענדליקער טויזנטער אידן אין א ספעציעלן צבור. די געקומענע האבן פון זיך אראפגעווארפן דעם פרנסה עול און די וואכעדיגקייט און געלעבט ווער אפאר טעג און ווער לאנגע וואכן מיט התלהבותדיגע חסידישע טענץ און לויב געזאנגען צום בורא עולם. איין תמימותדיג געדאנק האט אלעמען באהערשט אז אינעם זכות פון רבין וועלן זיי אפילו עולם הבא באקומען און אפשר טאקע אויך מקצר זיין דעם גלות דורך ביאת המשיח און ווער ס'האט נישט געזען אין יענע טעג ווי חסידישע יונגעלייט שארפע קעפ גייען איבער די גאסן האלטנדיק זיך ביי די גארטלען און זיינען עוסקים בדברי תורה אלעקסאנדער דער האט נישט געזען דאס שיינקייט פון אלעקסאנדער.

איינווינער

אין דעם יאר 1824 האט אלעקסאנדער פארמאגט 340 הייזער מיט 2,955 איינווינער דערפון האבן פארנומען זיך מיט טעקסטיל אויסארבעטונגען דער באדייטנדיגער רוב פון דער באפעלקערונג זענען געווען צו דער צייט דייטשן.

אין יאר 1826 האבן די אידן באקומען די פריווילעגיע פון מעגן וווינען און קויפן זיך פלעצער בלויו אויף די גאסן ווארשאווסקא און וויעטראטשנא ווי אויך אויפן רינעק ביי דער ווארשעווער גאס.

אין יאר 1858 איז די צאל איינוווינער געפאלן ביז 2885 איינוווינער פון זיי איז געווען טויונט אידן לויט דער פאלקס ציילונג. אין יאר 1897 איז אין אלעקסאנדער שוין געווען 5997 איינוווינער פון זיי 1667 אידן

אין יאר 1909 איז געווען 3607 אידן וואס האט אויסגעמאכט 34.7% פון דער אלגעמיינער צאל פון דער באפעלקערונג.

אַלעקסאנדער חסידות, איז א חסידישער הויף וואס שטאמט פונעם שטעטל אלעקסאנדער נעבן לאדזש אין פוילן. ביזן חורבן איז פוילן געווען דער צענטער פונעם הויף, און עס האט אַריינגערעכנט בערך 100,000 חסידים פון אלע שאצונגען. דורכאויסן חורבן איז דער חסידות שווער געשעדיגט געווארן ווען רוב חסידים זענען אומגעקומען על קידוש ה' צוזאמען מיטן רבי'ן דעם בעל 'עקידת יצחק', און דאס חסידות איז נאכדעם נאך נישט צוריקגעקומען אין קוואנטום צו איר היסטארישע שטעלע.

אַלעקסאַנדער (פּויליש: Aleksandrów Łódzki) איז א שטעטל אין לאדזשער וואיעוואדעשאפט.
אין 2008 האט דאס שטעטל געהאט 20,684 איינוואוינער.

היסטאריע
אין 1816 איז דאס דארף פון אלעקנסאדער געגרינדעט געווארן. אין 1822 האט עס באקומען "שטאט רעכטן".
אין סוף פונעם 19טן יארהונדערט און אנהייב פונעם 20סטן יארהונדער האט מען אויפגעשטעלט אין אלעקסאנדער אסאך שטריקעריי פירמעס, און אלעקסאנדער איז געווארן די וויג פון דער פוילישער סקארפעטן אינדוסטריע. די בירגער פלעגן רופן דאס שטעטל "סקארפעטן שטאט", און ביז היינט איז שטריקעריי די הויפט אינדוסטריע דארט.
אין 1910 האט מען געעפנט א טראמוויי פון אלעקסאנדער קיין לאדזש, וואס האט געפועלט ביז 1991.

יידישע היסטאריע
אין תרכ"ו האט רבי חנוך העניך הכהן לעווין, דער צווייטער רבי פון דעם גערער חסידות. זיך באזעצט אין אלעקסאנדער און געפירט זיין הויף דארט. פון דעמאלסט איז אלעקסאנדער געווארט א צענטער פון חסידות. אין די תר"ן יארן האט רבי יחיאל דאנציגער אויפגעשטעלט אין שטעטל דעם הויף פון אלעקסאנדער.

היינט
דער היינטיגער אלעקסאנדערער רבי אין א"י איז רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, דער הויף ציילט היינט אין איר הונדערטער משפחות, רוב פון זיי אין ארץ ישראל און אין אמעריקע.
דאס חסידות איז היינט הויפטקווארטירט אין בני ברק, אין דעם צענטראלן בית מדרש פונעם רבי׳ן אויף רח' אחיעזר.

חסידות היסטאריע
דאס חסידות אין פוילן
דער יסוד פון דער אלעקסאנדער הויף שטאמט פון די פשיסחא חסידות, געגרינדעט דורך רבי יעקב יצחק פון פשיסחא "דער איד הקדוש", וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין. אין די לעצטערע יארן פונעם לעבן פון זיין רבי'ן האט ער אנגעהויבן פירן א קבוצה חסידים, וואס אנדערש ווי אנדערע חצירות פון יענער תקופה, איז נישט געווען קיין אונטערשייד צווישן פשוטע מענטשן און די חשובע בני עליה.

נאך דער פטירה פון רבי יעקב יצחק, איז זיין תלמיד רבי שמחה בונים פון פשיסחא באשטימט געווארן צו זיין דער מנהיג העדה. אין די דאזיגע יארן האט זיך פארגרעסערט דאס מחלוקת, צװישן די תלמידים פון דעם רבי'ן פון לובלין, און דער פשיסחא הויף. נאך דער פטירה פון רבי שמחה בונים האבן רוב חסידים געקרוינט זיין זון רבי אברהם משה פון פשיסחא אלס רבי, אבער ער האט נישט לאנג געלעבט און איז נפטר געווארן נאך אנדערט־האלב יאר, און זיין ארט איז אנגעפילט געווארן דורך רבי יצחק פון ווארקא, וואס האט אויסגעטראטן דעם ווארקא דרך פון עוסק זיין אין אהבת רעים אויפן אופן פון אוהב את הבריות ומקרבן לתורה. ער איז באקאנט אלס דער "אלטער ווארקער רבי".

נאך זיין פטירה איז די הנהגה אריבערגעגאנגען צו זיין גרויסן תלמיד, רבי שרגא פייוויל פון גריצא. וואס איז באזונדער אויך געווען א תלמיד פון רבי יעקב לאָרבערבוים פון ליסא זצ"ל בעל נתיבות המשפט. און נאך זיין פטירה איז געקרוינט געווארן דער זון פונעם אלטער רבי׳ן פון ווארקא, רבי מנחם מענדל פון ווארקא באקאנט אלס דער "שתקן", און ווערט גערופן דער "יונגער ווארקער רבי". ביי זיין פטירה איז די הנהגה אריבער צו רבי דוב בעריש ביאלער, וועלכער האט משפיע געווען פרנסה בריווח פאר די חסידים, אויף אזוי ווייט אז די זיבן יאר פון זיין הנהגה זענען באקאנט אלס די "שנות השובע", טייל פון זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "מגיד דבריו ליעקב".

דער באגרינדער פון דער אלעקסאנדערער חסידישער דינאסטיע איז געווען דער רבי ר' יחיאל דאנציגער וועלכער איז נפטר געווארן אין יאר תרנ"ד. דער רבי ר' יחיאיל דאנציגער איז געווען א זון פון הרב ר' שרגא פייוול פון גריצע א תלמיד מובהק פין רבין ר' בונים פין פשיסכע און פון אלטן ווארקער רבין ר' יצחק (ר' איציקעל ווארקער זי"ע) און אין נגלה איז ער געווען א תלמיד פון דעם בארימטן גאון ר' יעקב פון ליסע דער מחבר פון בארימטן ספר חוות דעת ר' יחיאיל דאנציגער האט נישט געוואלט ווערן קיין רבי אבער אין יאר תרל"ו ט נאך דעם ווי דער ביאלער רבי ר' בעריש איו נפטר געווארן זיינען חסידים צו אים צוגעשטאנען ער זאל ווערן רבי. די רבנים גאונים ר' ישי'עלא קוטנער ז"ל און זיין איירעם דעי קאלישער רב ר' חיים אליעזר וואקס האבן אריוס-געגעבן א פסק דין אז ער קען נישט אפזאגן דעם פארלאנג פון די חסידים און דארף ווערן רבי.

דער ראדזינער רבי ר' יעקב האט אויף אים געזאגט אז ער האט געהאט די נשמה פון אור החיים הק'.

ווען דער גאון מיט זיין איידעם דער בעל נפש חיה זענען געפארן קיין א"י האט דער אלעקסאנדערער רבי זיי מיטגעגעבן א גרויסע סכום כדי אויף צו שטעלן א ציון אויפן קבר פון אור החיים הק''.
חסידים דערציילן אז נאך דער פטירה פון אלעקסאנדערער רבין ווען מען האט שוין געהאלטן ביים אראפלאזן דעם ארון אין קבר אריין איז פלוצים געקומען צו גיין א פרעמדער איד און האט איבערגעגעבן א קליין זעקעלע מיט ארץ ישראל ערד און געזאגט איך האב די ערד געבראכט פון הייליגן לאגד פון דעם אור החיים"ס קבר און ער איז באלד פארשווונדן.

ר' יחיאל'ס ארט איז אנגעפילט געווארן דורך זיין עלטסטער זון רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער. ער איז געווען באקאנט מיט זיין גרויס חכמה און ענווה. רבי יעקב אריה פון ראדזמין האט געזאגט אז ער האט געהאט די נשמה פונעם אור החיים הקדוש. דער ישמח ישראל איז נפטר געווארן כ"ט טבת תר"ע, און נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אין זיין בארימטן ספר "ישמח ישראל".

נאך זיין פטירה, האבן די מערהייט פון אלעקסאנדער חסידים געקרוינט דעם אינגערן ברודער פונעם ישמח ישראל, רבי שמואל צבי דאנציגער, וועלכער איז נפטר געווארן כ"ט תשרי ה'תש"ג. ער איז געווען באקאנט מיט זיין גרויס אהבת ישראל און ענווה. זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "תפארת שמואל".

א קליינע צאל חסידים האבן אנגענומען די הנהגה פון רבי אהרן צבי לאנדא, זון פונעם רבי'ן רבי דוב בעריש מביאלא, אבער ער איז נפטר געווארן פּלוצים בלויז מיט עטליכע חדשים שפעטער און עס האט אים איבערגענומען זיין ברודער רבי אלימלך מנחם מענדל לאנדא, וועלכער איז אריבער אין שטעטל סטריקאָוו און דאָרט געגרינדעט דעם סטריקאָווער הויף.
דער דריטער ברודער פונעם ישמח ישראל און דער בעל תפארת שמואל איז געווען רבי בצלאל יאיר דאנציגער, וועלכער האט געפראוועט אין דעם 'גרויסן שטיבל' אין לאדזש.

נאך דער פטירה פון דעם תפארת שמואל איז זיין זון רבי יצחק מנחם דאנציגער געקרוינט געווארן אלס רבי. אונטער דער פירערשאפט פון רבי יצחק מנחם, איז געגרינדעט געווארן א נעץ פון ישיבות מיטן נאמען "בית ישראל" אויפן נאמען פונעם ישמח ישראל וואס האט אריינגענומען אין זיך טויזענטער בחורים לענגאויס אלע שטעט איבער גאנץ פוילן. דער עקידת יצחק איז געווען א מחותן מיט די סאכאטשאווער, סלאנימער און אסטראווצער רבי'ס.

ווען די נאציס זענען אריין אין פוילן איז ער אנטלאפן קיין לאדזש, און פון דארט קיין ווארשע וואו ער איז געבליבן צוויי יאר. אויסשליסנדיג די אנטלויף פלענער וואס די חסידים האבן אנגעגרייט, זאגנדיג "בתוך עמי אנוכי יושבת, מיט די חסידים וואס מיר האבן געלעבט מיט זיי וועלן מיר שטארבן". כ"ג אלול תש"ב איז ער אומגעקומען על קידוש ה' אין דעם טרעבלינקע טויט לאגער. אַ טייל פון זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "עקידת יצחק". די איבריגע ספרים און כתבים זענען פאַרלוירן געוואָרן אינעם חורבן.

זינט דער ענדע פונעם 19טן יארהונדערט האט זיך דער אלעקסאנדער הויף פארברייטערט אויף גאר א גרויסן פארנעם, און האט זיך געציילט אלס איינער פון די צוויי גרעסטע הויפן אין פוילן (צוזאמען מיט חסידות גער). די אלעקסאנדער רבי'ס זענען געשטאנען אין שפיץ פון דער חסידישער באוועגונג אין פוילן און זייער איינפלוס אויפן אידישן ציבור אין פוילן איז געווען גאר גרויס. די חסידים האבן געגרינדעט הונדערטער שטיבלעך לענגאויס יעדער שטאט איבער פוילן און אזוי אויך א ישיבה און שטיבלעך אין ארץ ישראל. אין דער זעלבער צייט איז דער אלעקסאנדער הויף אויך געווען פארמישט אין א לענגערן קאנפליקט מיטן גערער הויף, אויף אזעלכע ענינים ווי אויפנעמען רבנים און שוחטים, און אין די שטאטישע לאקאלע וואלן פאר דער הנהגה פון די קהילות. דאס האבן איר צענטער נעבן דער שטאט לאדזש, וואס איז געווען דער אינדוסטריעלער צענטער פון פוילן און וואו עס האט געוואוינט א גרויסע אידישע קהלה, האט בייגעשטייערט צו דער פארשטארקונג פונעם חסידות.
אין די יארן ווען די בריטישער מאנדאט האט געהערשט אויף ארץ ישראל זענען עטליכע הונדערט אלעקסאנדער חסידים ארויף זיך באזעצן אין ארץ ישראל, און האבן געגרינדעט שטיבלעך אין תל אביב, אין חיפה, אין בני ברק ווי דאס אלעקסאנדער שטיבל איז געוועהן די ערשטע חסידישע שטיבל אין שטאט, אין רחובות און "ישיבת ישמח ישראל" אין ירושלים.

אגדות ישראל

ביים אנהויב פון די גרינדונג פון אגודת ישראל אין יאר תרע"ב האט דער תפארת שמואל אונטערגעשריבן מיט די אגודה, אבער קורץ דערנאך, נאכן מיטהאלטן ווי אזוי עס האט זיך אויסגעשטעלט, איז ער ארויס שארף דערקעגן. דורכאויס די יארן איז געקומען גאר שטארקע דרוק פון אסאך מאכטפולע פערזענליכקייטן אז אלעקסאנדער זאל אריינקומען אין דער אגודה, סיי ביים תפארת שמואל און סיי ביי זיין זון דער עקידת יצחק, אבער מיט דעם אלעם האבן זיי דאס קאטאגאריש אפגעווארפן און קיינמאל נישט אריין אין דער אגודה. די אלעקסאנדער הויף איז דאן געוועהן די פאָנטרעגער פון פרומקייט און קנאות איבער גאנץ פוילן, שטייענדיג ווייט פון פאליטיק.

אין יאר תרצ"ז איז פארגעקומען דער גרויסער כנסיה הגדולה אין מארינבארד, און די רבנים האבן דאן פארבעטן דער עקידת יצחק צו קומען רעדן, דער עקידת יצחק האט דאן אויפגעטרויטן מיט זיי באוואוסטער פלאמפייערדיגע דרשה‏[1], אין וועלכער ער האט געוויינט ביטערע בכיות אויף די גרויסע צרות און גזירות וואס האבן דעמאלטס געבלאזן. אבער אנדערש ווי עס האט אין אנהייב אויסגעזעהן, האט דאס ווייטער נישט נענטער געברענגט דאס אלעקסאנדער הויף צום אגודה, ווען נאך די כנסיה האט דער עקידת יצחק נאכאמאל שארף אפגעזאגט יעדער פרואוו אריינצוברענגען אלעקסאנדער אין אגודת ישראל, פארשטיין געבענדיג אז די דרשה איז געוועהן אן אויסנאם פילנדיג אז עס וועט זיין דערפון א תועלת, אבער ער איז נישט גרייט זיך צו דערנענטערן צום אגודה. אזוי אויס האט דער אלעקסאנדער הויף נישט געהערט צו קיין שום פארטיי צווישן די פוילישן אידנטום, און האט זיך באטייליגט אין די וואלן אלס אן אומפארטייאישע חרדישע פארטיי.
די התחדשות פון דער הויף נאכן קריג

דורכאויס די חורבן, איז דער אלעקסאנדער הויף געשלאגן געווארן גאר א שווער קלאפּ, ווען רוב פון די חסידים און צוזאמען מיט זיי דער רבי דער "עקידת יצחק" מיט אלע זיינע קינדער זענען אומגעקומען על קידוש ה'. שבת פרשת אמור תש"ז איז די חסידות ווידער אויפגעשטעלט געווארן אין ארץ ישראל. די שארית הפליטה פון אלעקסאנדער חסידים האבן מכתיר געוועהן רבי יהודה משה דאנציגער, דער איידעם פון רבי בצלאל יאיר דאנציגער וועלכער איז געשיקט געווארן קיין ארץ ישראל דורך זיין קוזין דער 'עקדת יצחק', זאגנדיג אז ער זעט שווארצע וואלקענעס איבער די הימלען פון אייראפע. אויך זיין שווער, רבי בצלאל יאיר, האט געשטיצט דעם ענין. אין אנהויב האט ער געוואינט אין ירושלים און געפירט זיינע חסידים אין דער אלטער שול אין שכונת בית ישראל, און שפעטער זיך אריבערגעצויגן קיין בני ברק. ער איז נפטר געווארן כ"ג אדר א' תשל"ג. ער ווערט אנגערופן דער "אמונת משה" אויפ'ן נאמען פון זיין ספר.

זיין פלאץ איז ערפילט געווארן דורך זיין זון רבי אברהם מנחם דאנציגער, וועלכער האט געפירט די חסידות 32 יאר ביז זיין פטירה י"ז אדר ב' תשס"ה. ער ווערט אנגערופן דער "אמרי מנחם" אויפ'ן נאמען פון זיין ספר.

ביי זיין פטירה האט מען אויפגענומען זיין זון, רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, דער יעצטיגער רבי. ער האט געלערנט אין סלאבאדקער ישיבה, און איז אן איידעם פון רבי משה בערגמאן, דער גרינדער פון ישיבת רשב"י. אין זיין צייט האט זיך די חסידות פארשפרייט און אנטוויקלט איבער דער גאנצער וועלט, און אסאך נייע שטיבלעך זענען געגרינדעט און אויפגעבויט געווארן, אין אמעריקע און אין ארץ ישראל און אייראפע.

דער הויף היינטיגע צייטן

היינט וואוינען הונדערטער משפחות אלעקסאנדער חסידים איבער דער וועלט. דאס חסידות איז הויפטקווארטירט אין בני ברק און האלט אויס חינוך מוסדות איינשליסנדיג כוללים, א ישיבה קטנה, א ישיבה גדולה; אויך שטיבלעך אין ירושלים, ביתר עילית, מודיעין עילית, עמנואל, אנטווערפן, ציריך, בארא פארק, לעיקוואד, מאנסי, סטאמפארד היל און גאלדערס גרין אין לאנדאן.


אלעקסאנדער בארא פארק

אין יאר תשמ"ד, האבן עטליכע חסידים זיך אפגעטיילט און געקרוינט הרב יחיאל מנחם זינגער, זוהן פון רבי יעקב פייוול, זוהן פון רבי יצחק מאיר זינגער, רב פון שטאט אלכסנדר און איידעם פונעם תפארת שמואל, אלס אדמו"ר פון אלכסנדר בארא פארק. ער איז נפטר געווארן אין תשמ"ט און איז פארביטן געווארן דורך זיין זון, הרב יוסף יצחק מאיר זינגער. ער האט שולן אין בני ברק און אשדוד, און א כלל חסידי ישיבה "תפארת שמואל" אין בארא פארק.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 2:31 am
דורך לייביששרייבער
נוח האט געשריבן:עפעס מער ווי דא?
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... prov=sfla1
כמעט אינו דומה, דא וועסטו ליינען אסאך מער היסטארישע פאקטן וואס ווערט נישט אין וויקיפידיע ציטירט.

מיט דעם האט מען אנגעהויבען איך האב געוואלט ציטירן דעם לינק גראדע אבער עוד לא עלתה בידי. עס איז מיר אין ווילדסטן חלום נישט איינגעפאלן אז עס זענען דא אזאנא מתמידים אין שטיבעל אז 2:30 פארטאגס לערנען זיי שוין ווארט ביז די לעצטע רעדעגאציע עס קומט נאך פיהל חומר פון נאך פלעצער.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 10:06 am
דורך צקון לחש
לייביששרייבער האט געשריבן:עס איז מיר אין ווילדסטן חלום נישט איינגעפאלן אז עס זענען דא אזאנא מתמידים אין שטיבעל אז 2:30 פארטאגס לערנען זיי שוין ווארט ביז די לעצטע רעדעגאציע עס קומט נאך פיהל חומר פון נאך פלעצער.
ביי @נוח שטייט דאך יום ולילה לא ישבותו ודוק

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 11:19 am
דורך לייביששרייבער
צקון לחש האט געשריבן:
לייביששרייבער האט געשריבן:עס איז מיר אין ווילדסטן חלום נישט איינגעפאלן אז עס זענען דא אזאנא מתמידים אין שטיבעל אז 2:30 פארטאגס לערנען זיי שוין ווארט ביז די לעצטע רעדעגאציע עס קומט נאך פיהל חומר פון נאך פלעצער.
ביי @נוח שטייט דאך יום ולילה לא ישבותו ודוק
יא ישבותי נישט ישבותי, ווי נאר איך האב עם מסביר געווען ווי אזוי איך ארבעט ווען עס איז אזוי שפעט איז נישט גיקומען קיין אנטווארט, איך בין געבליבען מיט די צינג אינדעאויסען.

רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער זצ"ל

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 10:12 pm
דורך לייביששרייבער
איך מיין אז די אינפארמאציע שטייט נישט אין וויקיפידיע @נוח ולאלה השואלים

דער אלעקסאנדערער רבי ר' ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער און נאך זיין פטירה ערב ראש חודש שבט תר"ע איז געווארן רבי זיין ברודער שמואל צבי וועלכן מ'האט גערופן אויפן נאמען פון זיין ספר דער בעל תפארת שמואל פערצן יאר איז ער געווען רבי נאך זיין פטירה איז געווארן רבי זיין זון ר' יצחק מנחם מענדל דאנציגער, דער אלעקסאנדערער רבי ר' יצחק מנחם מענדל איז געבוירן געווארן אין יאר תר"מ ער איז אלט געווען פערצן יאר ווען זיין זיידע דער ערשטער אלעקסאנדערער רבי איז נפטר געווארן.

געלערנט האט ער ביי זיין פעטער דער בעל ישמח ישראל און נאך זיין פטירה ביים פאטער דער בעל תפארת שמואל

ער איז אלט געווען 44 יאר ווען ער איז געווארו רבי און זיין דרך אין חסידות איז געווען עניוות און אהבת ישראל. אכצן יאר איז ער געווען רבי אין אלעקסאנדער ער האט שטארק געהאלטן פון תפילה בציבור ער האט ארויסגעלאזט א בריוו צו זיינע חסידים זיי זאלן שאפן ישובות און ער אליין האט געהאט א גרויסע ישיבה אין אלעקסאנדער און א צווייטע אין לאדזש.

עס פלעגן אויף א פשוטן שבת קומען הונדערטער חסידים קיין אלעקסאנדער און אויף די ימים נוראים טויזנטער דער רבי ר' יצחק מנחם האט איינגעפירט אז א יעדער איד זאל א יעדן טאג געבן זעקס גראשן צדקה דאס געלט איז געגעבן געווארן דורכן רבין צו פארשידענע צדקה אנשטאלטן. און דער רבי האט עס אנך דעם צוטיילט פאר וויכטיגע צוועקן.
דער רבי איו תמיד געגאנגען מיט אן אראפגעבויגענעם קאפ. ביים דאווענען האט ער געהאלטן דעם קאפ אין דער הייעך