בלאט 1 פון 2

לא טוויטער יקרא שמך כי אם X

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 12:50 am
דורך קהל'ס נער
דער באליבטן און פארהאסטן אילאן מאסק האט היינט דערקלערט אז טוויטער ריברענד זיך אלץ X און די נייע סייט x.com איז שוין לייוו.
דער קריאזער מאסק האט א אבסעסיע מיטן אות X, ער האט א קאמפעני מיטן נאמען ספעיסX א טעסלא קאר מאדעל X און נישט מער און נישט ווייניגער א קינד מיטן נאמען X.

אדערוויילע איז X א פשוטע קאפי פעיסט פונעם ארגינעלעם טוויטער, אבער דער אפריקאנער-אמעריקאנער זאגט פאר גרויסע הבטחות פאר זיין וואונדער טעכנאלגיע X, פשט איז אז ער איז דא ציריק צישלאגן ״מעטא״ פון מארק צוקערבערג, דעים מארק׳ענען האט גענימען א סאושעל מידיע עפפ איז דאס געמאכט פאר א אלעס עפפ ד.מ. ער האט אינסטעגראם, ווהאטסעפפ, פעיסבוך און יעצט זיין נייע טהרעדס וואס איז א דירעקטע קאמפעטיטאר אקעיגן טוויטער, מילא קימט דעם אילאן ווי צי זאגן, אהא, ביסט אריין אין מיין טערעטאריע יעצט וועל איך דיר ווייזן וואס איך קען, דער נייע X וועט ענטהאלטן בענקינג, שאפפינג, יוטוב סטייל ווידיאוס, און פאדקעסטס, אדער ווי דער ביליאנער זאגט עס אין איין ווארט ״אלעס״
ונזכה ונחיה ונראה, עז ווי ספיק האט זיך נאך גארנישט געטוישט אחוץ די נאמען

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 12:52 am
דורך וואלווי
ב"ה, ער האט שוין יעצט א טריפל x רעיטינג...

Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 1:17 am
דורך שלג זהב
x.com איז לייוו?

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 8:00 am
דורך מרדכי מרדכי
אויף מיין טוויטער עפפ האט זיך דערווייל גארנישט געטוישט.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 8:31 am
דורך קהל'ס נער
שלג זהב האט געשריבן:x.com איז לייוו?
יא, אבער ס׳ריראוט דיך קיין טוויטער.קאם

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:24 am
דורך אלע צוזאמען
X איז גע'טרעידמארקט ביי מייקראסאפט, סא דאס קען פארוואנדלט ווערן אין א לעגאלע געראנגל יעצט.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 10:39 am
דורך נחבא
מען קען נישט טרעידמארקן א אות.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 10:46 am
דורך אלע צוזאמען
נחבא האט געשריבן:מען קען נישט טרעידמארקן א אות.
https://www.google.com/search?q=is+x+trademarked

Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 11:04 am
דורך איך הער..
ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט.

מאסק האט שוין געהאט א קאמפעני מיטן נאמען x.com ער האט זיך שפעטער ציזאמגעשטעלט מיט PayPal.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 11:27 am
דורך אלע צוזאמען
איך הער.. האט געשריבן:ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט.

מאסק האט שוין געהאט א קאמפעני מיטן נאמען x.com ער האט זיך שפעטער ציזאמגעשטעלט מיט PayPal.
ער זאגט אז די מהות פון טוויטער האט זיך געטוישט, מוז מען טוישן די נאמען.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 11:30 am
דורך איך הער..
א שוואכע תירוץ

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
קהלן'ס נער: דו רופסט איהם אן א שחור. ס'דא א יש אומרים אז ער איז א האלבער איד.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 8:59 pm
דורך אלע צוזאמען
איך הער.. האט געשריבן:ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט..
ס'געפעלט מיר וויאזוי די ביסט אזוי זיכער אז ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, סאם האו איז ער די רייכסטע מענטש אין די וועלט און ער האט דאס באוויזן דורכ'ן איבערקומען די גרעסטע עקאנאמיסטן, סאו איך מעג זיך נישט אזוי עס צו באצייכענען אלס דורכפאל.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:03 pm
דורך ברוך שפינוזה
קהל'ס נער האט געשריבן: דער נייע X וועט ענטהאלטן בענקינג, שאפפינג, יוטוב סטייל ווידיאוס, און פאדקעסטס, אדער ווי דער ביליאנער זאגט עס אין איין ווארט ״אלעס״
שמעקט אביסל פון די כינעזע wechat

Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:09 pm
דורך טמיר
כ'ווייס נישט וואס. אבער דער חברה'מאן מאכט זיכער צי זיין אין די העדליינס יעדע איינציגע טאג. נעכטן אן אויפגעריסענע ראקעט היינט עקס מארגן שמעקס.

כ'ווייס נישט אויב עס איז געווען אין די היסטאריע נאך א ציווילע בירגער מיט אזויפיל צייטונג העדליינס

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:15 pm
דורך ברוך שפינוזה
אלע צוזאמען האט געשריבן:
איך הער.. האט געשריבן:ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט..
ס'געפעלט מיר וויאזוי די ביסט אזוי זיכער אז ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, סאם האו איז ער די רייכסטע מענטש אין די וועלט און ער האט דאס באוויזן דורכ'ן איבערקומען די גרעסטע עקאנאמיסטן, סאו איך מעג זיך נישט אזוי עס צו באצייכענען אלס דורכפאל.
דו האלטסט מן הסתם אויך אז צוקערבערג'ס משוגעת מיט מעטא און דעם מעטאווארס איז אויך געוועהן א געלונגענע שריט ווייל סאם האו איז ער רייך וכו', כאילו רייכע מענטשן קענען נישט מאכן קיין מיסטעיקס, אדער אפשר נישט ווייל ער איז פון בית"ר ירושלים, כ'מיין וואטעווער די נעמען פון די פארטייען דארט זענען.

Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:25 pm

אזוי ווי ברוך האט געזאגט, נאר ווייל מ'איז רייך מיינט נאכנישט אז מ'קען נישט מאכן קיין טועתים, דעס איז יעדער מודה אז ער האט געמאכט א טועת און גאר שטארק איבער געצאלט פאר טוויטער.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:35 pm
דורך פונדאַמענטאַל
איך הער.. האט געשריבן:, דעס איז יעדער מודה אז ער האט געמאכט א טועת און גאר שטארק איבער געצאלט פאר טוויטער.
די טוויטער אפקויף איז נישט געווען קיין טעות. עס איז קיינמאל נישט געווען גוט פון א ביזנעס שטאנדפונקט, און ער האט עס טאקע נישט געטון לשם ביזנעס - נאר לשם פלעזשור.

Re: לא טוויטער יקרא שמך כי אם X

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:36 pm
דורך צוזאמגעדרייט
טוויטער האט גרויס פאטענציאל!

עס אנטוויקלט זיך צעביסלעך "עס ווי ספיק" און נאך פיל גרעסערע פלענער האט רבי אילאן פאר די צוקונפט פון טוויטער.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:37 pm
דורך אלע צוזאמען
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:
איך הער.. האט געשריבן:ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, פארוואס טוישן א ברענד וואס יעדער איז שוין באקאנט מיט..
ס'געפעלט מיר וויאזוי די ביסט אזוי זיכער אז ער האט געטון א געפערליכע נארישקייט, סאם האו איז ער די רייכסטע מענטש אין די וועלט און ער האט דאס באוויזן דורכ'ן איבערקומען די גרעסטע עקאנאמיסטן, סאו איך מעג זיך נישט אזוי עס צו באצייכענען אלס דורכפאל.
דו האלטסט מן הסתם אויך אז צוקערבערג'ס משוגעת מיט מעטא און דעם מעטאווארס איז אויך געוועהן א געלונגענע שריט ווייל סאם האו איז ער רייך וכו', כאילו רייכע מענטשן קענען נישט מאכן קיין מיסטעיקס, אדער אפשר נישט ווייל ער איז פון בית"ר ירושלים, כ'מיין וואטעווער די נעמען פון די פארטייען דארט זענען.
די נעמסט נאר איין חלק וואס כ'האב געשריבן, רייכע מענטשן קענען און מאכן טעותים, אבער עס צו אפ'פסל'ן מיט אזא פעסטקייט איז א נארישקייט.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:39 pm
דורך אלע צוזאמען
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: די טוויטער אפקויף איז נישט געווען קיין טעות. עס איז קיינמאל נישט געווען גוט פון א ביזנעס שטאנדפונקט, און ער האט עס טאקע נישט געטון לשם ביזנעס - נאר לשם פלעזשור.
דאס איז נישט אמת, חוץ אז דו האלסט אז ער איז טאטאל משוגע, ווייל קיין איין מענטש ווי קוריאז מ'זאל זיין, גייט נישט פארברענען $44 ביליאן.
און די גרעסטע ראי' אז ער האט עס נישט געטון נאר לשם פלעזשור, איז אז ער פרובירט עס צו ראטעווען יעצט, ער וויל ס'זאל מאכן געלט.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 10:20 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:קהלן'ס נער: דו רופסט איהם אן א שחור. ס'דא א יש אומרים אז ער איז א האלבער איד.
כ׳האב נישט געזאגט אז ער איז א שחור, כ׳האב געזאגט אז ער איז א אפריקאנער אמעריקאנער, וואס איז אמת.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 11:54 pm
דורך כפתור
berlbalaguleh האט געשריבן:קהלן'ס נער: דו רופסט איהם אן א שחור. ס'דא א יש אומרים אז ער איז א האלבער איד.
מ'קען נישט זיין ביידע?