הרשנ"נ בידרמן זי"ע (ר' שמעו'לע) לעלובער רבי ב"ב תשמ"ז-תש"ע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

הרשנ"נ בידרמן זי"ע (ר' שמעו'לע) לעלובער רבי ב"ב תשמ"ז-תש"ע

שליחה דורך לייביששרייבער »

רבי שמעון נתן נטע בידרמן (ר' שמעון'לע ווי מען האט איהם גערופן בלשון חיבה) זי"ע איז געבוירן געווארן אין יאר תרצ"א ז' טבת. אין בני ברק צו זיין הייליגער פאטער רבי משה מרדכי זי"ע דער קארלין לעלובער רבי.

ער האט געלערנט אין זיינע בחורישע יארן אין די ישיבת תומכי תמימים און חידושי הרי"ם אין ת"א.

ער האט חתונה געהאט מיט זיין רביצן מרת לאה איטא א טאכטער פון הרב ר' שלמה פריינד ז"ל אן אייניקעל פון הרב סנדר פריינד דער רב פון באכטא.

איינע פון זיינע גלותער ווי ער האט געוואוינט נאך זיין חתונה איז געווען אין קראון הייטס ווען א גרויס חלק פון דער אידישער חסידישער עולם האט געוואוינט דארט. און דאן ווען קראון הייטס האט זיך אנגעהויבן אויסליידיגען פון די חסידישע איינוואוינער האט זיך דער לעלובער רבי אריבער געצויגען קיין בארא-פארק.

ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן אין יאר תשמ"ז זייענדיג א מ"מ פון זיין רבי, רבי אברהם אלימלך ז"ל פון קארלין איז רבי שמעון געווארן זיין מ"מ און איבער גענומען די רבי'תטעווע פון די קארלין לעלובער חסידות.

בערך אין יאר תש"ן האט רבי ר' שמעון איבער געלאזט די קארלין'ער חסידים וועגן א מחלוקה וואס האט דארט אויסגעבראכן צווישען די הנהלה און די חסידים, ער האט אפגעשטעלט די מחלוקה פון זיך צו-פלאקערן און דאן איבער געגעבן דאס הנהגה צו זיין שוועסטער-קינד און ער האט ממשיך געווען נוהג זיין די לעלובער חסידים.

עס איז וואויל באקאנט אז ער איז געווען דער ערשטער וואס האט געטוהן, און אויף געטוהן אין די איסור פון רעדן בשעתן דאווענען. די "אסור לדבר בשעת התפילה" סיינס די גרויסע שווארצע אותיות וואס איז געהאנגען אין יעדעס ביהמ"ד אין ב"פ האט ער אליינס באצהלט, און ארום געגאנגען אויף הענגען.

די אפיציעלער לעלובער ביהמ"ד איז אין א באשיידענער ווינקעל אין בני ברק אין די שיכון ה' געגענט ווייט אוועק פון די גרויסע געפילדער פון די סחידישע וואוין ארט פון בני ברק. שיכון ה' איז מערסטנס באוואוינט מיט א גרויסער ספרדישע געמיינדע (בימים ההם) די ערשטע חסידים וואס האבן זיך אריין געצויגען זענען געווען די לעלובער חסידים וואס האבן זיך אהין געצויגען מיט זייער רבין רמ"מ זי"ע ווען ער האט געוואלט מנוחה פון די רוישיגע שטאט ווי עס האט זיך שפעטער געווידמעט א געגענט אין שיכון ה' וואס האט זיך גערופן רמת לעלוב.

אין זיינע עלטערע יארן, האט ער אסאך פארברענגט אין עיה"ק צפת. מאנכע זאגען אז ער האט זיך אפציעל אריבער געצויגען קיין צפת און נאר שיינע טעג און ימם טובים איז דער רבי צוריק געקומען פראווען מיט זיינע חסידים אין שיכון ה' בני ברק.

דער באקאנטער שריפטשטעלער הרב יאיר וויינשטאק גראדע אויך א לעלובער אייניקעל און א שטארקע חסיד פון הרשנ"נ זי"ע האט ארויס געגעבן א בוך וואס הייסט "הרבי הקדוש מלעלוב" שרייבט אין זיין בוך אז אויב מען האט אריין געקוקט אין די רבי'ס נסיעות קיין און פון צפת וועט מען זעהן אז ער האט געהאט אן ענין נישט צו זיין מער ווי שלושים יום אין איין דירה.

אין א יעדע 29 טעג איז ער ערגעץ אנדערש ווי געפארן כדי נישט צו זיין מער ווי דרייסיג טעג אין די זעלבע וואוינ-ארט.

ער איז געפלויגען קיין פוילן ז' שבט ווי ער פלעגט פראווען די יארצייט פון די מיסד פון די לעלובער חסידות רבי ר' דוד'ל לעלובער.

פון דארט קיין אמעריקא צו זיין איבעריגער חלק פון זיין גרויסע פארצווייגטע משפחה דארט, און ווי אויך א שיין הייפעלע חסידים וואס האבן זיך מסתופף געווען בצילו ובהדרכתו נאך פון ווען ער האט געוואוינט דארט.

ער איז געווארן באקאנט אין די שפעטערע יארן פאר א למדן מפלג נאך וואס דער ספר וואס ער האט געשריבען אין די ל' יארן אויפ'ן רמב"ם הל' תרומות ומעשרות "הר בשן" איז באקאנט געווארן.

יום כיפור ביינאכט תש"ע נאך מעריב פאר די שיר הייחד איז ער ארויף אין זיין פרט'ישע צימער אין באגלייטונג פון זיין גבאי נאמען ר' שלמה זאלמינאוויץ הי"ו (עס איז געווען זייער א מאדנע התנהגות אז דער רבי זאל איבער לאזן דעם ביהמ"ד פאר שיר הייחד) ער איז אליינס אריין אין זיין צימער פארמאכט די טיר אונטער זיך.

ווייניגער ווי צוויי דריי מינוט דעראויף האט דער גבאי ר' שלמה זיך געדאכט אז ער האט געהערט א קליינער קנאק עס האט זיך עים געדאכט אז דער רבי האט זיך אפשר אויסגעגליטשט אדער צו קלאפט.

ער האט שטייטערהייט געעפענט דעם טיר, אינעם שפאלט האט ער געזעהן א מאדנע בילד דער רבי ליגט פרקדן אין זיין קיטעל (וואס איז גענוצט געווארן פאר זיינע תכריכים) צוגעגרייט כאילו אז אזוי האט ער זיך געגרייט צו גיין צום עולם העליון אן קיין אינטערווענצען פון מענטשען (אסאך אינטערסאנטע עפיזאדן איז דא פון די פטירה אין די פריער דערמאנטע ביכעל הרבי הקדוש מלעלוב א"א לפרטם כי רבים הם)

איין זייער אינטערסאנטער עפיזאד איז כדי צו ציטירן אז דער דיגיטאלער לוח וואס דער רבי האט מנדב געווען אין די אוהל הרשב"י הא זיך אפגעשטעלט און אויפגעהערט צו ארבעטן יום כיפור ביינאכט פונקט ביי די ווערטער "אסור לדבר בשעת התפילה וקריאת התורה"
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר