בלאט 1 פון 1
קען איך סעטלען מיין קאן עדיסאן בילל מיט א הנחה?
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 8:36 pm
דורך אנאנים
איך בין די לעצטע פאר חדשים נישט אנגעקומען צו באצאלען מיין קאן עדיסאן בילל, ס'האלט שוין בערך ביי 12 מאות, ווייסט איינער פון א מהלך צו אראפווישן אדער עט ליעסט סעטלען אויף האלב א.ד.ג.?
איך ווייס אז ס'איז נישט עפעס א ווער ווייסט וואס גרויסע חוב, אבער א פאר איבריגע מאות וועט נישט שאטן...
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 8:49 pm
דורך berlbalaguleh
זיי וועללן דיר אפשר לאזן אויסציען דיינע פעימענטס אויף א א פאר חדשים אדער א יאר. נאר נאכלאזן פון דעם קרן זיכער אז נישט. אויסער, אויב זיי האבן דיר צוגעקלאפט פענאלטיס. דאמאלס קענען זיי אמאל א ביסל נאכלאזן.
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:06 pm
דורך אנאנים
berlbalaguleh האט געשריבן:זיי וועללן דיר אפשר לאזן אויסציען דיינע פעימענטס אויף א א פאר חדשים אדער א יאר. נאר נאכלאזן פון דעם קרן זיכער אז נישט. אויסער, אויב זיי האבן דיר צוגעקלאפט פענאלטיס. דאמאלס קענען זיי אמאל א ביסל נאכלאזן.
פענאלטיס האבן זיי שוין אויף מיין פארלאנג אראפגענומען, זאגסט אז אויפן קרן איז נישטא קיין האפענונג.
נאכן הערן און מיטהאלטן בעבר די גרינגקייט פון באקומען ריפאנדס און קרעדיטס פון עירליינס, עמעזאן, און אנדערע אנליין סטארס האב איך געטראכט אולי קען זיי נאכלאזן עפעס...
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:18 pm
דורך berlbalaguleh
די עלעקטריק קאמפעניס זענען א מאנאפאלי. אויך. זיי טשארדזשן פאר עלעקטריק וואס דו האסט שוין באניצט. דאס איז געמיטער'ד. ממילא זענען די טשארדזשעס פונקטליך. אויף דעם איז נישט שייך קיין דיסקאונטס.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 12:28 am
דורך תנחום
אויב וואוינסטו אין ווילימסבורג און די האסט פון די פראגרמען דאן גיי אריין צו UJO זיי קענען פון מאהל צו מאהל אפווישן ס'גאנצע.