בלאט 1 פון 6
אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 10:13 am
דורך [NAMELESS]
א גאר דראמאטישע אינטערוויו איז געמאכט געווארן דורך מענדי פּעלין ווי ער האט א אפענהארציגע שמועס מיט א היימישע מאלעסטאר. ס'געט צו פארשטיין וואס גייט פאר אין קאפ פון א מאלעסטאר, און קען העלפן באשיצן פון זיי.
https://twitter.com/MendyTV/status/1684041462521135104
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 10:34 am
דורך אלע צוזאמען
איך האלט אנהייב פון די אינטערוויא, ער זעהט אויס שרעקליך צובראכן און נערוועז, ס'קומט זיך אים קרעדיט פארן ארויס קומען.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 10:49 am
דורך אלפא
זייער אינטרעסאנט, אסאך צו דן זיין איבער די אינטערוויו און פענאמען.
איין נקודה,
ער הערט זיך מער ווי אן אפערטוניסט נישט אזוי ווייט ווי א קאלטע אביוסער.
לכאו' נישט קיין לעגאלע חילוק אדער כלפי די וויקטים'ס, עס איז אבער זיכער אן אנדערע פסיכאלאגישע קאטעגאריע.
די עצם געדאנק אז ער האט מסכים געווען צום אינטערוויו שטרייכט עס אביסל אונטער.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 11:27 am
דורך צקון לחש
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 11:44 am
דורך [NAMELESS]
איינער קען זיך מרחם זיין אויף די געפילטערטע און עס אהער ברענגן?
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 12:30 pm
דורך צקון לחש
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 4:32 pm
דורך שמן למאור
אלע דריי אינטערוויוס זענען גאר שטארק וויכטיג פאר יעדע טאטע און מאמע אויסצוהערן. איך פלאן נאך צו שרייבן א לענגערע אפהאנדלונג איבער מיינע מיינונגען און אבזערוואציעס, אבער לעת עתה וועל איך בלויז זאגן אז ס'איז גאר גאר וויכטיג און יעדער וואס האט קינדער און וויל אז זיי זאלן בלייבן געזונט און אפגעהיטן זאל זאפארט גיין אויסהערן די דריי אינטערוויוס.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 4:38 pm
דורך שעפטאל
זייטיגע נקודה..
מיין הארץ וויינט פאר עם! כ'בארעכטיג חלילה נישט די שפיכת דמים. אבער כ'זעה פון ווי ס'קומט (ער זאגט עס אליין): פון דעם כמו איסור הוצאת ז. לבטלה
וואס איז געשעהן מיט אונזער תורת חיים וואס דארף צו געבן לעבן פארן מענטש. ווי אזוי קען דאס אזוי צעפראסקענען א מענטש?!!
זעה די 23 שאלות פון מאיר שחם אויף די איסור
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... rXw4RaJcDV
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 4:52 pm
דורך תרמב
ס'איז מיר געווען מוראדיג אינטערסאנט.
מיר האט אויסגעקוקט פון זיינע ווערטער, אז ער האט מאלעסטעד זיינע אייגענע קינדער אדער זיינע געשוויסטער, ווייל ס'האט זיך פארשטאנען אז ער האט געהאט אנלימיטעד עקסעס צו קינדער שלאפעדיגערהייט, און ס'איז נאך געווען אין געגנווארט פון זיין ווייב.
איך שוין געפערליך זיין ארומיגע פאמיליע וועגן די בושות, און אים אויך פארן אריינפאלן אין דעם לאך, ס'איז אייביג בושות אבער דא איז ער ארויסגעקומען בפני כל עם ועדה, ס'איז מסתם אזא תשובה וואס ער האט גענומען אויף זיך אז די בושות זאלן מכפר זיין.
די עיקר וואס איך האב געזעהן אין די אינטערוויו איז אז ס'ליגט א מענטש אונטער די שרעקליכע זאכן, מ'רעדט אלס פון דעם שייגעץ און יענער שייגעץ, מ'כאפט נישט אז אונטער די זאכן ליגט א גאנצע לאנגע געשיכטע פון סטראגלס, פון סטאפן און נאכאמאל דורכפאלן, די ביטערע געפילן וואס די מענטשן קענען האבן, ס'איז מסתם דא אזעלכע וואס האבן שוין אויסגעריסן אלע זייערע מענטשליכע געפילן און האבן שוין נישט קיין שום רחמנות, אבער אסאך מאל איז עס א מענטש וואס וויל נישט עכט, אבער איז אריינגעפאלן אין דעם פלאנטער זייענדיג א קליין קינד ווען ער האט נאך נישט געוויסט אפילו וואס די פראבלעם איז, און ווען ער האט זיך געכאפט די הארבקייט איז ער שוין געווען טיעף איינגעזינקען נישט קענענדיג ארויסזעהן געהעריג.
איך בין טאקע נייגעריג וויאזוי א רב הענדלט אזעלכע שאלות, ווי למשל העלטי מעסטערבעיטן וואס ער דערמאנט, מסתם ווענדט זיך ווי א רב, אבער וואס געשעהט ווען מ'גייט אזאנס פרעגן ר' חיים דוד כץ, אדער גאר ר' חיים לייב כץ?
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 5:12 pm
דורך שעפטאל
און די גילט נעבעך! ווי ער זאגט אז ער פיהלט אמאל אז ער דעזערווד נישט אפי' קעיר צו נעמען פון זיך אליין, ווייל ער האט געהארגעט אנדערע!!!
זיינע כסדר'דיגע בלינק'נדיגע אויגען, און אוועק קוקן, דערציילען אין וואס פאר א גיהנום ער לעבט. ער קען דיך נישט קוקן אין די אויגן. ער שעמט זיך פון זיך אליין!
אוי!!!
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 5:26 pm
דורך צקון לחש
תרמב האט געשריבן:איך בין טאקע נייגעריג וויאזוי א רב הענדלט אזעלכע שאלות, ווי למשל העלטי מעסטערבעיטן וואס ער דערמאנט, מסתם ווענדט זיך ווי א רב, אבער וואס געשעהט ווען מ'גייט אזאנס פרעגן ר' חיים דוד כץ, אדער גאר ר' חיים לייב כץ?
דיין שאלה ציפט און שניידט,
אבער, מיין טייערע ברודער, איך געב דיר מיין עהרע ווארט אז איך וועל טוהן אלעס אין מיין ארימע מעגליכקייט צו פארזיכערן אז אונזערע קינדער זאלן נישט פארשטיין די שארפקייט פון דיין שאלה,
איך האף און איך בין זיכער אז נאך אסאך פון אונז האבן געמאכט אן ענליכע החלטה.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 5:28 pm
דורך צקון לחש
שעפטאל האט געשריבן:כמו איסור הוצאת ז. לבטלה
אט אזוי, ועל כגון דא נאמר מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה גם ברוך יהיה יראה זרע יאריך ימים
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 6:04 pm
דורך יין שרף
די ספר חסידים שרייבט אז ווען די ווייב איז א נידה און די מאן האט גרויסע תאוות זאל ער בעסער מוציא זיין ז"ל, און נאכדעם תשובה טוהן. און די בית שמואל אין אבה"ע (סימן כ"ג? נישט זיכער) ברענגט פון דעם א ראיה אז דאס וואס די זוה"ק שרייבט עבירה זו חמור יותר מכל עבירות איז לאו דוקא.
(אגב אין אגרות משה או"ח ח"ד פרעגט ער שטארק אויפן ב"ש, אבער דינגט זיך נישט למעשה מיט אים)
ממילא פשוט שה"ה לכאן. (לשיטת רח"ל כ"ץ קען מען עס מנדב זיין פאר בוני עולם, איז עס שוין נישט לבטלה..)
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 6:09 pm
דורך צקון לחש
יין שרף האט געשריבן:(לשיטת רח"ל כ"ץ קען מען עס מנדב זיין פאר בוני עולם, איז עס שוין נישט לבטלה..)
רח"ל איז
אנטקעגן בוני עולם, רח"ל
Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 6:22 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
תרמב האט געשריבן:ס'איז מיר געווען מוראדיג אינטערסאנט.
מיר האט אויסגעקוקט פון זיינע ווערטער, אז ער האט מאלעסטעד זיינע אייגענע קינדער אדער זיינע געשוויסטער, ווייל ס'האט זיך פארשטאנען אז ער האט געהאט אנלימיטעד עקסעס צו קינדער שלאפעדיגערהייט, און ס'איז נאך געווען אין געגנווארט פון זיין ווייב.
איך שוין געפערליך זיין ארומיגע פאמיליע וועגן די בושות, און אים אויך פארן אריינפאלן אין דעם לאך, ס'איז אייביג בושות אבער דא איז ער ארויסגעקומען בפני כל עם ועדה, ס'איז מסתם אזא תשובה וואס ער האט גענומען אויף זיך אז די בושות זאלן מכפר זיין.
די עיקר וואס איך האב געזעהן אין די אינטערוויו איז אז ס'ליגט א מענטש אונטער די שרעקליכע זאכן, מ'רעדט אלס פון דעם שייגעץ און יענער שייגעץ, מ'כאפט נישט אז אונטער די זאכן ליגט א גאנצע לאנגע געשיכטע פון סטראגלס, פון סטאפן און נאכאמאל דורכפאלן, די ביטערע געפילן וואס די מענטשן קענען האבן, ס'איז מסתם דא אזעלכע וואס האבן שוין אויסגעריסן אלע זייערע מענטשליכע געפילן און האבן שוין נישט קיין שום רחמנות, אבער אסאך מאל איז עס א מענטש וואס וויל נישט עכט, אבער איז אריינגעפאלן אין דעם פלאנטער זייענדיג א קליין קינד ווען ער האט נאך נישט געוויסט אפילו וואס די פראבלעם איז, און ווען ער האט זיך געכאפט די הארבקייט איז ער שוין געווען טיעף איינגעזינקען נישט קענענדיג ארויסזעהן געהעריג.
איך בין טאקע נייגעריג וויאזוי א רב הענדלט אזעלכע שאלות, ווי למשל העלטי מעסטערבעיטן וואס ער דערמאנט, מסתם ווענדט זיך ווי א רב, אבער וואס געשעהט ווען מ'גייט אזאנס פרעגן ר' חיים דוד כץ, אדער גאר ר' חיים לייב כץ?
צו דיין לעצטע נקודה דארט לגבי הרר' חיים לייב כ"ץ אדער הרר' חיים דוד כ"ץ? זה לעומת זה עשה אלוהים, בראתי זשיהאדישע רבנים און קעגן דעם האט גאט באשאפן מעסיגערע ראציאנאלע רבנים, מ'קען אנפרעגן הרר' יששכר כ"ץ פון ישיבה חובבי תורה
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 7:27 pm
דורך שמן למאור
צקון לחש האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:(לשיטת רח"ל כ"ץ קען מען עס מנדב זיין פאר בוני עולם, איז עס שוין נישט לבטלה..)
רח"ל איז
אנטקעגן בוני עולם, רח"ל
און טאקע דאס איז איינע פון זיינע פראבלעמען מיט זיי... אין זיין דרשה קעגן בוני עולם האט ער דאס קלאר דערמאנט לאיסור.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 7:54 pm
דורך שמן למאור
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 11:39 pm
דורך [NAMELESS]
ווי פאסיג איז דאס פאר תשעה באב איך זיץ אויף א נידריג בענקל און טרערן באנעצן מיינע באקען.
איך וויין פאר די קליינע קינדער'ליך וואס זענען נעבעך אדורך די אביוז.
איך וויין פאר גרשון אז ער איז אנגעקומען צו אזא מצב ער האט קיינמאל נעבעך געמיינט שלעכט נישט געחלום'ט אז ער אפעקטירט איינעם'ס לעבן.
איך וויין פאר זיין ווייב.
איך וויין פאר זיינע קינדער וואס זענען נעבעך נישט שולדיג כי הוא זה.
עס איז דא אזויפיל ארויסצונעמען פון די אינטערוויא.
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:46 am
דורך [NAMELESS]
אנגעפאנגן אויסהערן די רעביצען זי רייסט געפערליך אראפ גרשון אז ער זיכט זיך צו פשוט פארענטפערן און מען זאל עם אנקוקען אלס א הירא און לדעתה איז ער נאך אקטיוו. איך בין שוין אינגאנצן צומישט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 5:46 pm
דורך yesiknow
חיים הלוי האט געשריבן:ווי פאסיג איז דאס פאר תשעה באב איך זיץ אויף א נידריג בענקל און טרערן באנעצן מיינע באקען.
איך וויין פאר די קליינע קינדער'ליך וואס זענען נעבעך אדורך די אביוז.
איך וויין פאר גרשון אז ער איז אנגעקומען צו אזא מצב ער האט קיינמאל נעבעך געמיינט שלעכט נישט געחלום'ט אז ער אפעקטירט איינעם'ס לעבן.
איך וויין פאר זיין ווייב.
איך וויין פאר זיינע קינדער וואס זענען נעבעך נישט שולדיג כי הוא זה.
עס איז דא אזויפיל ארויסצונעמען פון די אינטערוויא.
וויין וויין יעצט איז די צייט , אז די פילסט יענעמס צער אזוי שטארק קען מען האפען אויף משיח אהבת חינם יביא את הגאולה.
די נעמסט ארויס שטארקע נקודות
עיני עיני יורדה מים
לא יאומן כי יסופר, מאיפה לוקח את הכוחות האלה להיות מוכן ומזומן להקריב את נפשו כדי לעזור לאנשים אחרים.
בתוך הדברים היא אומר שבעצם היה לו חלומות איך שיהיה אצלו לאחר שנתארס , היא לא מאשים את אשתו ,אבל יכולים להבין שאם היה מקבל ממנה מה שצריך יתכן שלא היה עושה מה שעשה, על זה אמר שלמה המלך עליו השלום חכמת נשים בנתה ביתה.
ער האט געדארפט ביים דעיטען כאפען אז זי איז נישט "in" מיט זיין טריפ, יתכן ער האט נאר געהאט איין בעשוי....
קען זיין אז די וואס מאכען יונג חתונה (פארשטייט זיך מיט איינעם וואס מען האט באמת ליב) קענען זיך פארשפארען די אלע פראבלעמען ,לפי דבריו קוקט אויס אזוי ויש חולקין שטייטזעך...
Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:35 pm
דורך צוזאמגעדרייט
איך בין געווען צוגענאָגלט צו אלע דריי אינטערוויוס. רויט געווארן פאר דעם פעדאפיל און פאר זיין משפחה.
טויזנטער מיינונגען זענען דארעך געלאפן אין מיין קאפ איינס מער פארקערט פונעם צווייטן, ביז איך האב אפגעמאכט אז איך האב נישט קיין מיינונג.
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:52 pm
דורך קהל'ס נער
איך נעם ארויס אז א פעדאפיל, חוץ פון א שייגעץ איז ער אויך א מענטש מיט סטראגעלס, מילא איז אלעמאל בעסער (אויב ארבעט דער פעדאפיל מיט) עים צי שיקען אויף א ריהעביליטעישען פראגראם, ווי איידער פארשיקן אין חד גדיא.
סיי ס׳בעסער פאר עים, ער קען זיך אויסהיילן, און סיי ס׳בעסער פאר דיי וועלט, ווייל א פעדאפיל וואס גייט זיצען איז ווען ער קימט ארויס איז ער נאך אלץ א פעדאפיל און מען האלט נאך אלץ ביי סקווער וואן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 9:20 pm
דורך אלפא
קהל'ס נער האט געשריבן:איך נעם ארויס אז א פעדאפיל, חוץ פון א שייגעץ איז ער אויך א מענטש מיט סטראגעלס, מילא איז אלעמאל בעסער (אויב ארבעט דער פעדאפיל מיט) עים צי שיקען אויף א ריהעביליטעישען פראגראם, ווי איידער פארשיקן אין חד גדיא.
סיי ס׳בעסער פאר עים, ער קען זיך אויסהיילן, און סיי ס׳בעסער פאר דיי וועלט, ווייל א פעדאפיל וואס גייט זיצען איז ווען ער קימט ארויס איז ער נאך אלץ א פעדאפיל און מען האלט נאך אלץ ביי סקווער וואן.
עס איז א טראפקעלע מער קאמפליצירט ווי דאס,
איך האב געהערט פון געוויסע מומחים אין דעם פעלד אז פאר רוב פאדאפילן העלפט נישט קיינע פראגראמען און/אדער מעדעצינען פון אלע סארטן. חד גדיא איז צומאל די איינציגסטע ציג אים צו זען ארויס פון זאנע.
די מעשה מיט דעם ספעציפישן יחיד איז אויך נישט אזוי קלאר, ווען מחד גיסא הערט ער זיך ווי א מענטש וועלכע סטראגעלט באמת, זוכט נישט לכתחילה צו הרג'ענען קרבנות, און ארבייט אויף זיך צום פארבעסערונג. וועלכע האט מיר אויך צום ערשט געגעבן די אויסקוק אז ער איז מער אן אפערטוניסט וכדו'.
however, נאכן הערן די מומחה'טע דארטן אפשאצן די אינטערוויו איז די בילד אביסל מער צומישנד, און אויב זאל מען אננעמען וואס זי טענה'ט, דארף מען טאקע נאך מער אכט געבן נישט אריינצופאלן אין זיין נעץ - אדער רחמנות שפיל.
(פערזענליך בין איך גראדע נישט אינגאנצן איבערצייגט אין די ווארהייט פון אירע ווערטער לגבי דעם פאל.. איך בין נייגעריג וואס די עולם שפירט דערוועגן.)