ת"ב - נחמו - שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד!
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 11:42 am
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
אצינד שטייען מיר אין די טעג צווישן שבת חזון און שבת נחמו, מיר קומען פון א שבת אין וועלכע מ'האט געליינט איינס פון די ג' דפורענותא - די דריי הפטורת וואו עס ווערן דערמאנט נבואות אויפן חורבן און שטראף רייד צו כלל ישראל, וואס זענען די פאסיגע הכנה און הקדמה צו תשעה באב, דעם טאג אין וועלכע מיר קלאגן און וויינען אויפן חורבן בית המקדש; און נאכדעם זענען מיר ממשיך מיט די ז' דנחמתא, זיבן וואכן פון נחמה און טרייסט, אין וועלכע מיר ליינען דברי נבואה איבער די גאולה און נחמה פון כלל ישראל.
די דברי נבואה פון ישעי' הנביא קעגן כלל ישראל
באמת אז מיר כאפן א בליק אין די ווערטער פון ישעי' הנביא אין די הפטורה פון שבת חזון, נעמט אונז ארום א פחד און א ציטער פון די שרעקליכע רייד וואס דער נביא זאגט דארט בשם דער אייבישטער, השי"ת רעדט זיך אפ כביכול, לָמָה לִּי רֹב זִבְחֵיכֶם יֹאמַר ה', פארוואס דארף איך אייערע פילע קרבנות וואס איר ברענגט, לֹא תוֹסִיפוּ הָבִיא מִנְחַת שָׁוְא קְטֹרֶת תּוֹעֵבָה הִיא לִי, ברענגט מער נישט אייער פאלשע מנחות און קטורת וואס איז פאר'מיאוס'ט און אומווערדיג ביי מיר ח"ו, חָדְשֵׁיכֶם וּמוֹעֲדֵיכֶם שָׂנְאָה נַפְשִׁי הָיוּ עָלַי לָטֹרַח, אייערע חדשים און ימים טובים האב איך פיינט און עס איז מיר א טירחא כביכול דאס וואס איר באמוטשעט מיר דערמיט... און אזוי ווייטער נאך פארשידענע שארפע לשונות וואס ברענגט ארויס די דערווייטערונג צווישן כלל ישראל און השי"ת רח"ל.
און מיר דארפן זיך פארטיפן דערין, וואס באדייט טאקע אזעלכע ווערטער, און פארוואס זאלן אונזערע קרבנות און ימים טובים זיין אזוי שלעכט און אזוי פארפיינטעט ביי השי"ת, וואס קען שוין זיין אז א איד דרוקט אויס זיינע הרגשים צום אייבישטער, ער ברענגט זיין קרבן אדער ער פראוועט א יום טוב מיט התרוממות, קען טאקע זיין אז ער פירט זיך אפשר נישט אויף דאס בעסטע ח"ו, ער איז נישט דער מערסט-ערליכער איד, אבער אויף אזוי ווייט? עד כדי כך? צו זאגן אז זיינע מתנות און נדבות צום אייבישטער זענען פשוט פארהאַסט און מיאוס חלילה?! וויאזוי פארשטייט מען אזעלכע ווערטער...
די מסירות נפש ביי שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד
אזוי אויך לאמיר זיך אפשטעלן און אריינקוקן אין 'דער פסוק' פון אלע פסוקים, די מערסט גענוצטע פסוק ביי כלל ישראל, די פסוק וואס איז דער יסוד פון אונזער אמונה און דער יסוד פון אידישקייט, וואס די תורה הקדושה שרייבט אין אונזער פרשה, שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד, וואו דער אייבישטער רעדט צו אונז אידן און זאגט אונז, הערט צו כלל ישראל, דער אייבישטער ער איז אונזער גאט און ער איז דער איין איינציגסטער באשעפער.
אט דער פסוק ווי באקאנט האט אונז באגלייט במשך אלע דורות, אין ליידן און אין פריידן, דער איד רירט זיך נישט אָן דעם שמע ישראל, דאס זענען די ערשטע ווערטער וואס מ'באקט איין אין א אידיש קינד פון זיין פריסטער יוגענט, דאס זענען די ווערטער מיט וואס מיר זענען ממליך דעם אייבישטער יעדן טאג ערב ובוקר, דאס זענען די ווערטער וואס מיר שרייען אויס מיט התלהבות יום הקדוש ביי נעילה, און מיט אט דעם פסוק אויף זייערע ליפן האבן טויזנטע אידן מקדש געווען שם שמים במשך הדורות, גייענדיג באש ובמים על קדושת שמו יתברך.
יעצט, ווי מיר ווייסן ווערט גע'פַּסק'ענט אין שולחן ערוך אז בשעת מען זאגט די ווארט "אחד" דארף מען אינזין האבן ממליך צו זיין דעם אייבישטער אויף די הימל און ערד און אויף אלע פיר עקן פון די וועלט. [ווי דער רמ"א ברענגט אין דרכי משה סימן ס"א אז דאס איז די כוונה פון אח"ד, דער א' איז מרמז אז השי"ת איז דער איין איינציגסטער, דער ח' איז מרמז אויף די זיבן הימלען און איין ערד, און ד' איז מרמז אויף די פיר עקן פון די וועלט].
אזוי אויך ווערט געברענגט אין ספרים אז ווען מ'זאגט דעם פסוק דארף מען אינזין האבן אז מ'איז זיך מוסר נפש פארן אייבישטער (און דער מקור דערפון איז אין זוהר הקדוש).
פרעגט דער סלאנימער רבי זי"ע - דער בעל נתיבות שלום (יארצייט ז' אב) אז לכאורה וואס איז די שייכות פון מסירות נפש אהער צום פסוק פון שמע ישראל, דא רעדט מען טאקע אז דער אייבישטער איז דער אחד יחיד ומיוחד דער איין איינציגסטער אין די גאנצע וועלט, אבער לכאורה וואלט געווען מער פאסיג אינזין צו האבן דער ענין פון מסירות נפש אינעם קומענדיגן פסוק וואו די תורה זאגט "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךָ וּבְכָל מְאֹדֶךָ" פון וואס חז"ל לערנען ארויס די חיוב פון מסירות נפש, אפילו בשעה שהוא נוטל את נפשך, דאס הייסט אז א איד דארף ליב האבן דעם אייבישטער אין יעדן מצב און הייליגן זיין נאמען אפילו ווען ער ווערט גע'הַרג'עט ח"ו, און פארוואס האט מען דאס אינזין דווקא ביי שמע ישראל?.
און דער זעלבער ענין קען מען טאקע אויך פרעגן ביי די באקאנטע מעשה וואס חז"ל דערציילן אין מסכת ברכות (דף ס"א:) און מיר דערמאנען דעם ענין אין די קינות פון תשעה באב, אז ווען רבי עקיבא איז אומגעקומען על קידוש השם זייענדיג פון די עשרה הרוגי מלכות, איז דעמאלטס געווען די צייט צו ליינען קריאת שמע, און דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט טאקע אזוי געטוהן, בשעת די רשעים זענען געשטאנען און געקעמט זיין גוף מיט שטעכעדיגע אייזערענע קעמלען האט ער מקבל געווען אויף זיך עול מלכות שמים, און ווען זיינע תלמידים האבן זיך געוואונדערט, האט ער זיי געזאגט, "כל ימי הייתי מצטער על פסוק זה בכל נפשך אפילו נוטל את נשמתך, אמרתי מתי יבא לידי ואקיימנו, ועכשיו שבא לידי לא אקיימנו?" מיין גאנצע לעבן האב איך געהאט צער און משתוקק געווען אז איך זאל זוכה זיין מקיים צו זיין דעם פסוק פון 'בכל נפשך' אז מען דארף האבן מסירות נפש און ליב האבן השי"ת אפילו ווען מ'שטארבט, איך האב געהאָפט אנצוקומען צו א מצב ווען איך וועל דאס קענען מקיים זיין, און יעצט אז כ'האב טאקע זוכה געווען דערצו זאל איך דאס נישט מקיים זיין?!. און די גמרא דערציילט ווייטער, היה מאריך באחד עד שיצתה נשמתו באחד, אז רבי עקיבא האט מאריך געווען ביים זאגן די ווארט אחד פון שמע ישראל, און ער האט אויסגעהויעכט זיין הייליגע נשמה ביי די ווארט.
איז דא קען מען מדייק זיין די זעלבע זאך ווי פריער, רבי עקיבא אליין זאגט דאָך קלאר אז ער האט כל ימיו משתוקק געווען מקיים צו זיין די פסוק פון 'בכל נפשך' וואס דארט איז מבואר דער חיוב פון קידוש השם, אויב אזוי פארוואס האט ער זיך טאקע אפגעשטעלט און מאריך געווען ביי אחד, עס וואלט לכאורה געווען גאר פאסיג ווען רבי עקיבא זאל ממשיך זיין און טאקע אויספירן די געוואלדיגע מסירות נפש ממש ביים זאגן די ווערטער בכל נפשך צו וועלכע ער האט אזוי שטארק משתוקק געווען?.
די באהאלטענע ווערטער פון די משפחה
ענטפערט דער נתיבות שלום א געוואלדיגע נקודה, און מיר וועלן דאס בסייעתא דשמיא עטוואס אויסברייטערן און אויסשמועסן לויט אונזער מהלך:
אזויווי מיר האבן פריער דערמאנט, איז דער פסוק פון 'שמע ישראל' אנדערש פון אלע אנדערע פסוקים אין די תורה הקדושה, דער פסוק איז די הויכפונקט פון כלל ישראל, די הויכפונקט פון אמונה, דאס איז ממש די א' ב' פון גאנץ אידישקייט.
עס קומט ארויף אויפן געדאנק א מעשה וואס רעדט פאר זיך אליינס, א מעשה וואס מיר האבן זוכה געווען צו הערן מיט א שיינע פּאָר יאר צוריק פונעם בעל המעשה זעלבסט וועלכער איז א רוסישער אפשטאמיגער, א איד וואס איז אויפגעוואקסן אונטערן אייזערנעם פורהאנג פון קאמוניזם אין רוסלאנד.
דערציילט ער, איך בין געווען זייער א יונג קינד, ווען מיין טאטע זכרונו לברכה, אַן ערליכער איד וואס האט געהאלטן אידישקייט מיט מסירות נפש אפילו אין די שווערסטע צייטן, האט אנגעהויבן צו שמעקן די געוואלדיגע סכנה וואס שוועבט העכער זיין קאפ. ער האט זיך דערוואוסט אז די רוסן זענען ארויף אויף זיינע שפורן, און דער טאג איז נישט ווייט ווען מ'וועט איהם חלילה כאַפן און ארעסטירן אדער פארשיקן ווייט אוועק, פון וואו ווייניג מענטשן זענען ליידער צוריק געקומען.
איך בין ווי געזאגט נאך געווען זייער קליין און נישט געהאט קיין אהנונג וועגן אידישקייט צו זאגן, איך האב בכלל נישט געוואוסט אז מיר זענען אידן און ניטאמאל געוואוסט פון אידן צו זאגן. מיין טאטע האט נישט געוואלט איינשטעלן מיין לעבן אין געפאר און ער האט נישט געוואלט רעדן קיין איבריגע רייד, האט ער מיר דעמאלטס געזאגט אז מיר האבן א ספעציעלע געהיימע 'קאוד' אין אונזער משפחה וואס דאס זענען די ווערטער "השם-אלקינו-השם-אחד" און ער האט דאס גוט אייגע'חַזֶר'ט מיט מיר ביז ס'איז געווארן שטארק איינגעקריצט אין מיין זכרון, און ער האט מיר געזאגט אז דאס זאל איך נישט אויסזאגן פאר קיינעם ווייל ס'איז א סוד וואס נאר אונזערע משפחה מיטגלידער ווייסן דערפון, און ווען כ'וועל עלטער ווערן וועט דאס מיר שוין צונוץ קומען. און מיט דעם האט זיך מיין טאטע געשיידט פון מיר און מיר איבערגעגעבן פאר א גוי'אישע משפחה וואס האט איינגעוויליגט מיך אריינצונעמען און אויפהאדעווען, און קורצליך דערנאך איז ער טאקע פארשיקט געווארן און איך האב אים שוין ליידער מער נישט געזען.
יארן זענען פארלאפן, איך בין שוין געווען א ערוואקסענע בחור, און איך האב נישט געהאט די מינדנסטע השגה אז איך בין א איד. איין טאג בין איך פונקט אנגעקומען אין א אידישע געגנט און ס'איז מיר אויסגעקומען צו ליינען אויף א צעטל די ווערטער "השם אלקינו השם אחד" וואס איז געווען געשריבן אויף די רוסישע שפראך, און דאס האט מיר זייער צוטרייסלט, וויסענדיג אז דאס איז נאר 'אונזער' געהיימע קאוד וואס מיין טאטע האט מיר איבערגעגעבן אז דאס לויפט אין אונזער משפחה... הכלל, איך האב זיך אנגעהויבן מער אינטרעסירן וואס דאס מיינט, ביז עס איז מיר קלאר געווארן דאס בילד, אז דאס איז נישט אונזער סוד, נאר עס איז דער סוד וואס לויפט ביי גאנץ כלל ישראל, דאס איז דער קאוד פון יעדער איד בַּאֲשֶׁר הוּא שָׁם, וואו א איד זאל נאר זיין און אין וועלכע מצב ער געפונט זיך נאר, האט ער אבער מיט זיך דעם 'אידישן קאוד' פון שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד!
און מיין טאטע מיט זיין גרויס חכמה האט איינגעפלאנצט אין מיר באהאלטנערהייט אט דעם סוד וואס זאל מיר באגלייטן טיף אינעווייניג אלעמאל, און ער האט געהאפט און מן הסתם
געוואוסט אז עס וועט נאך אמאל קומען א טאג וואס איך וועל פארשטיין פון דעם אז איך בין א אידיש קינד! און כך הוה, איך האב זיך דערוואוסט אז איך בין א איד, און איך האב זוכה געווען ארויסצוקומען פון רוסלאנד און לערנען אידישקייט ווי עס דארף צו זיין און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.
אט דער בעל מספר איז היינט ממש א היימישע ערליכע איד וואס האט קינדער און אייניקלעך אין די שענסטע ישיבות און מוסדות וואס שיינען און לייכטן לשם ולתפארת.
שמע ישראל איז נישט קיין ציווי - עס איז דער שורש
הכלל, די מעשה שמועסט שוין אויס רוב פון אונזער יסוד. אז מען לערנט אפ דער פסוק פון שמע ישראל און מען 'דערהערט' טאקע דאס וואס א איד דארף דערהערן אין דעם פסוק, דאן זעהט מען אז דא שטייט גאנץ עפעס העכערס ווי כל התורה כולה.
אין די גאנצע תורה געפונען מיר פארשידענע מצוות און באפעלן צו כלל ישראל: א איד דארף טוהן די מצוה, יענע מצוה, א איד טאר נישט טוהן אזא און אזא עבירה, און אזוי ווייטער, אבער ווער איז דער איד צו וועמען מ'רעדט? וואס מיינט בכלל א איד? וואס מאכט אונז פאר אידן? דאס שטייט אינעם פסוק שמע ישראל!
שמע ישראל איז נישט בלויז נאך א ציווי אין די תורה, עס איז נישט קיין מצוה, עס איז א הודעה און א פאַקט, און דערפאר שטייט עס טאקע נישט מיט א לשון פון ציווי, עס שטייט "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל - הערט צו כלל ישראל! דערהערט דעם יסוד" אז ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד דער אייבישטער ער איז אונזער גאט און ער איז דער איין איינציגסטער באשעפער, און אָן איהם איז גארנישט דא אין אלע זיבן הימלען און די ערד און אלע עקן פון די וועלט... און דאס איז אונזער גאנצע יסוד ושורש וואס אָן דעם זענען מיר בכלל נישט קיין איד, מיר מוזן דאס דערהערן און וויסן און גלייבן אין אלע אומשטענדן אז עס איז דא נאר איין איינציגסטער באשעפער וואס ער מאכט אלעס און טוט אלעס און די גאנצע בריאה אלעס קומט פון איהם, וְאַתָּה מְחַיֶה אֶת כֻּלָם, דער רבונו של עולם איז דער וואס האלט די גאנצע וועלט און איז משפיע חיות יעדע רגע פאר אלע באשעפענישן, קיינער אויסער איהם האט נישט קיין שום כוח און קיין שום אייגענע יכולת, קיינער קען נישט עקזיסטירן אָן איהם...
און עס איז באמת נישט סתם א מצוה אין די תורה, ווייל יעדע אנדערע מצוה אויב א איד וועט דאס חלילה עובר זיין וועט ער נאך אלס בלייבן א איד, נאר ער איז א איד וואס האט מבטל געווען א מצות עשה, אדער א איד וואס האט עובר געווען אויף א לא תעשה ח"ו. אבער א איד וואס איז עובר אויף שמע ישראל, ער דערהערט דאס נישט און ער גלייבט נישט ח"ו, דער איז בכלל נישט קיין איד, דער איז א כופר בעיקר וואס עס פעלט איהם אלעס פון אנהייב ביז'ן סוף, ער פארמאגט גארנישט אין זיך. און ממילא איז קלאר און פשוט אז שמע ישראל איז אינגאנצן עפעס העכער און מער ווי א געווענליכע מצוה.
און נאר נאכדעם וואס א איד האט טאקע מקיים געווען דעם שְׁמַע יִשְׂרָאֵל, דאס הייסט אז ער האט דאס ריכטיג דערהערט, און ער ווייסט און גלייבט אז עס איז ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד, נו יעצט קען מען שוין רעדן צו איהם און מ'קען איהם געבן פארשידענע מצוות, ווי למשל וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךָ וּבְכָל מְאֹדֶךָ, וואס דאס איז שוין א 'הוספה' און א תוצאה וואס קען קומען שפעטער נאכדעם וואס מ'ווייסט שוין און מ'גלייבט שוין אין הקב"ה.
און דערמיט איז פארשטענדליך פארוואס אונזער מסירות נפש באלאנגט דווקא ביי דעם פסוק פון שמע ישראל, ווייל דער פסוק איז די יסוד צו אלעס, דער פסוק ברענגט ארויס ווער מיר זענען און 'פארוואס' מיר זענען בכלל באפוילן געווארן אויף מסירות נפש, אלעס נעמט זיך פון דא, דאס איז דער מקור און דער שורש פון וואו עס קומט בכלל.
קומט אויס אז 'שמע ישראל' איז פיל העכער און וויכטיגער ווי די 'בכל נפשך' וואס איז בלויז א טפל און א 'פועל-יוצא' א זאך וואס קומט ארויס פון אונזער אמונה און ידיעה בהשי"ת אז ער איז דער איין איינציגסטער באשעפער אין אלע וועלטן און אין אלע עקן בלי שום יוצא מן הכלל.
מיין קינד געב מיר דיין הארץ
איינמאל מיר פארשטייען דעם יסוד, קערן מיר זיך צוריק צו די ווערטער פון ישעי' הנביא אין די הפטורה פון שבת חזון, וואס מיר האבן מדייק געווען וואס איז פשט פון אזעלכע שרעקליכע ווערטער אז דער אייבישטער פאר'מיאוס'ט און דערווייטערט חלילה אונזערע קרבנות און אונזערע ימים טובים וואס מיר פראווענען לכבודו יתברך.
נאר ווי עס ווערט עקלערט אין ספרים הקדושים מיט א משל, ס'איז געווען אמאל א זוהן וואס האט זיך שטארק פארזינדיגט קעגן זיין פאטער, ער האט זיך מתחצף געווען און שלעכטס געטוהן פאר זיין טאטע נאך און נאך, ביז ס'איז שוין נישט געבליבן קיין אנדערע ברירה און דער טאטע האט איהם געמוזט דערווייטערן פון זיין שטוב, ער האט איהם ארויסגעווארפן און פארשיקט. דער זוהן איז טאקע אוועקגעגאנגען און זיך ווייטער אויפגעפירט אויף זיין שלעכטן דרך און געטוהן וואס זיין הארץ האט נאר באגערט.
ויהי היום און עס האבן זיך ערוועקט אין איהם די געפילן צו זיין פאטער, ער בענקט צו זיין שטאט, צו זיין היים, צו זיין משפחה, און ער הייבט זיך אָן נאכפרעגן און אינטרעסירן ביי זיינע ארומיגע וואס עס וואלט געווען א גוטע פלאן צו טוהן כדי זיין טאטע זאל מסכים זיין איהם צוריק צו דערנענטערן און אריינלאזן צו זיך. ביז איינער האט איהם מייעץ געווען אז ער זאל שיקן א שיינע מתנה צו זיין פאטער און דורכדעם איהם ווייזן אז ער האט איהם ליב און בענקט זיך צו איהם, און דאס וועט ווייעך מאכן זיין הארץ אז ער זאל מסכים זיין איהם צוריק צו נעמען.
אומר ועושה, דער זוהן טראכט נישט קיין סאך, ער גייט אריין אין א געשעפט און קלויבט אויס א שיינע און טייערע מתנה, ער וויקלט דאס שיין איין ווי עס פּאַסט און ער שיקט דאס באלד אפ צו זיין טאטע. ווי ערשטוינט איז ער אבער געווארן ווען מיט עטליכע טעג שפעטער קומט אָן די מתנה צוריק מיט די פּאָסט, און בייגעלייגט איז דא א בריוו פון זיין פאטער ווי פאלגענד: מיין טייער קינד, איך האב דיר זייער ליב און איך וואלט באמת דיך זייער שטארק געוואלט האבן דא צוריק, אבער דו האסט איין טעות, איך דארף גארנישט 'פון' דיר, איך דארף בלויז 'דיך אליינס' אז דו זאלסט זיך פארבעסערן און טוישן דיינע שלעכטע וועגן און צוריק קומען צו מיר, אבער וואס האב איך פון דעם ווען דו פירסט זיך ווייטער וויאזוי דו פירסט זיך און דו שיקסט מיר טייערע מתנות... איך דארף אינגאנצן נישט קיין מתנות, פארקערט, עס טוט מיר גאר וויי צו נעמען א מתנה פון א זוהן וואס טוט וואס דו טוסט ליידער, איך דארף נאר אז 'דו' זאלסט זיך טוישן, דו זאלסט צוריק קומען צו מיר, און דעמאלטס נעם איך דיר אויף מיט אפענע הענט אפילו דו ברענגסט נישט מיט קיין שום מתנה...
דער רבוש"ע דארף אונז און אונזערע הערצער נישט אונזערע מתנות
אט דאס זענען די ווערטער פונעם נביא צו כלל ישראל, ליידער האט איר זיך דערווייטערט פון אבינו שבשמים, איר האט זיך נישט געפירט ווי עס דארף צו זיין. יא, מיר האבן געהאט א בית המקדש און מיר האבן געהאט השראת השכינה און קרבנות וכדומה, אבער 'מיר' זענען ליידער נישט געווען דערביי, מיר האבן זיך דערווייטערט און געפירט מיט שנאת חינם און אנדערע שלעכטע מעשים וואס האבן געברענגט דעם חורבן. דאס מיינט מיר האבן אפשר פארמאגט אלעס בחיצוניות, אבער עס האט אונז געפעלט דעם יסוד און די עיקר, מיר האבן זיך דערווייטערט פון השי"ת און ווידערשפעניגט אין איהם.
און ווי דער אייבישטער באקלאגט זיך טאקע אין יענעם קאפיטל, בָּנִים גִּדַּלְתִּי וְרוֹמַמְתִּי וְהֵם פָּשְׁעוּ בִי, מיינע אייגענע קינדער האבן געזינדיגט קעגן מיר, יָדַע שׁוֹר קֹנֵהוּ וַחֲמוֹר אֵבוּס בְּעָלָיו - אפילו א אָקס דערקענט זיין בעל הבית און האט דרך ארץ פאר איהם, און א אייזל ווייסט ווער עס שפייזט איהם, אבער יִשְׂרָאֵל לֹא יָדַע עַמִּי לֹא הִתְבּוֹנָן, מיין פאלק איז זיך נישט מתבונן, זיי קענען מיך נישט און זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג פון מיר רח"ל!.
און אויב מיר אידן זענען דערווייטערט פון השי"ת, מיר גלייבן נישט אין איהם און מיר קענען איהם נישט, עס פעלט אונז דער גאנצער שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, ממילא זענען אונזערע קרבנות און געשאַנקן פאר השי"ת געווארן אומווערדיג און שלעכט, עס איז גענוי ווי די מתנה פון א זוהן וואס פארשעמט און בא'עוול'ט זיין טאטע אָן אויפהער אבער וויל זיך נישט טוישן, נאר ער שיקט בלויז מתנות אלס אן איבערבעטונג, וואס פאר א פנים האט דעם אזא מתנה? עס קען דאָך בכלל נישט ווערן אנגענומען.
נחמו נחמו "עמי" יאמר אלקיכם
אבער אצינד ווען מיר גייען אדורך די זמן פון תשעה באב, אז א איד מאכט זיך א חשבון הנפש, ער איז זיך מתבונן וואו מיר האלטן אויף די וועלט און ווי ווייט מיר זענען ליידער, און ער שטארקט זיך מיט'ן שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד, צו דערהערן דעם אייבישטער און זיין רוף צו אונז, צו לעבן מיט השי"ת און גלייבן אין איהם און זיך פארלאזן אויף איהם אין אלעס ווי מיר האבן מאריך געווען אינעם פריערדיגן שיעור, ער שטארקט זיך אינעם וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךָ וּבְכָל מְאֹדֶךָ, און ער איז ממליך דעם אייבישטער אין יעדן מצב "ערב ובוקר" סיי ווען ס'איז לעכטיג און זיס און סיי ווען ס'איז חלילה טונקל, ווייסט ער און גלייבט אז אלעס פירט השי"ת און ער איז דער בורא ומנהיג וואס האט א פונקטליכע חשבון און א פלאן אין יעדע זאך...
פון דארט זענען מיר זוכה צו די געוואלדיגע תיקון און די שמחה וואס מיר זאגן אין די קומענדיג הפטורה, נַחֲמוּ נַחֲמוּ "עַמִי" יֹאמַר אֱלֹקֵיכֶם, מיט דעם ווערן מיר צוריק דעם עַם ה' און דער אייבישטער נעמט אונז צוריק און רופט אונז אָן "עַמִי - מיין פאלק" ביז צו די גאולה שלימה ווען עס וועט מקויים ווערן די המשך הנבואה הָרִימִי בַכֹּחַ קוֹלֵךְ מְבַשֶׂרֶת יְרוּשָׁלִָם הָרִימִי אַל תִּירָאִי אִמְרִי לְעָרֵי יְהוּדָה הִנֵּה אֱלֹקֵיכֶם, במהרה בימינו אמן.
לסיכום געדענק:
• שְׁמַע יִשְׂרָאֵל איז נישט קיין ציווי, עס איז דער יסוד פון גאנץ אידישקייט, א איד דארף וויסן און גלייבן אלעמאל און אין יעדן מצב אז ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד.
• דער אייבישטער ווארט אויף 'אונז' אז מיר זאלן זיך צוריק קערן צו איהם און גלייבן אין איהם, און נאר נאכדעם האבן אונזערע מצוות און מתנות א ווערד.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com