בלאט 1 פון 1

תשעה באב רעיונות

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 9:42 pm
דורך שעפטאל
תשעה באב פלעגט זיין מיין פיינפולסטע יום טוב.
עד שבא ר' שלמה קאלירבאך זי"ע והאיר עיני
[כ'האב עס שוין געשריבן אמאל, כ'ברענג עס נאר צו עפענען דעם אשכול]

צוויי בעיאטיפעל מיידעלעך האבן מיך זייער שטארק וויי געטוהן, איינע האט מיך איבערגעבעהטן. כ'בין זי מוחל. אבער זי ווערט נישט מיין גירל פרענד.
די צווייטע האט פשוט געוויינט, זי פיהלט אזוי שטארק מיין צער אז זי קען נישט איבערבעטן. זי איז מיין גירל פרענד!
יוה"כ ווען מ'בעהט מחילה איז זייער שיין אבער נישט פאר משיח.
משיח קומט דוקא אויף תשעה באב ווען אונז זאגן: רבוש"ע ווי האָרט יאָ סאו מאטש ווי קענט איווען עסק פאָרגיב'נעס! דאן איז צייט פארן יחוד וזיווג!

וויינענדיג אויף דעם אייגענעם חורבן ווי צדיקים האבן געזאגט מיינט נישט וויינען מיט איגא, נאר כנ"ל, מ'בעהט אפי' נישט איבער, מ'איז זיך פשוט משתתף מיט די צער השכינה, איי רבוש"ע כ'האב דיך אזוי פיהל מצער געוועהן! אכלתי ואוכל עוד! איי שבר על שבר!

איינע פון מיינע חברים (א בעל תשובה פון בעלארוס) האט מיך אמאל געזאגט: דו ווייסט ווען כ'פיהל די מערסטע קאננעקטעד מיט'ן אייבעשטער? ווען כ'פיהל גילט! ווען כ'פיהל שלעכט פאר עם פאר אלעס וואס כ'האב עם געטוהן!
---

הקיצור: א אשכול פאר תשעה באב געדאנקן.
יעדער איז מכובד לזַכות את הרבים.