בלאט 1 פון 2
טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:42 am
דורך אנאנים
כ'בין אויפגעשטאנען משוגע דארשטיג.
איז דא א היתר צו טרונקן א גלעזל וואסער יעצט בכדי דאס איבעריגע תענית זאל אריבערגיין בשלם?
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:57 am
דורך צקון לחש
נישט על פי הלכה, אבער איך האף אז דו טרינקסט, און אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:00 am
דורך אנאנים
אפשר פחות מן השיעור..
א האלבע ברוינטפין גלעזעל יעדע 10 מינוט...
אויב די טרינק'סט שוין יא, מאך זיך א קאווע, נעם מיט אביסל קאקאש קעיק..
Re: טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:09 pm
דורך פאליטיקאנט
לייג דיך צוריק שלאפן
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:56 pm
דורך יין שרף
אנאנים האט געשריבן:כ'בין אויפגעשטאנען משוגע דארשטיג.
איז דא א היתר צו טרונקן א גלעזל וואסער יעצט בכדי דאס איבעריגע תענית זאל אריבערגיין בשלם?
זיי זיך מסביר, ווילסט אויספאסטן כדי צו קענען פאסטן?
בשלום מיינסטו אז אויב נישט האסטו א חשש dehydration?
חוץ מזה פילסטו גוט, נאר ביסט דארשטיק?
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:57 pm
דורך יין שרף
צקון לחש האט געשריבן:נישט על פי הלכה, אבער איך האף אז דו טרינקסט, און אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
אבער אנדערע צדיקים פראקן צוריק אין גהנום, איך ווייס נישט ווער עס גייט געוואונען
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:19 pm
דורך שעפטאל
בשעת די צדיקים שלאגן זיך ארום
קען ער נאך כאפן א טרינק וואסער מיט א פיינע פרישטאג...
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:36 pm
דורך צקון לחש
יין שרף האט געשריבן:צקון לחש האט געשריבן:נישט על פי הלכה, אבער איך האף אז דו טרינקסט, און אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
אבער אנדערע צדיקים פראקן צוריק אין גהנום, איך ווייס נישט ווער עס גייט געוואונען
"צדיקים"?
Re: טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:24 pm
דורך פונדאַמענטאַל
די גלעזל וואסער וועט דיר נישט העלפן אויף די איבעריגע חלק תענית - ווייל עס וועט מער נישט זיין פאררעכנט ווי א תענית. אויב דיין שאלה איז צו די מעגסט אויספאסטן צוליב דיין שוואכקייט ע''פ הלכה, ווענט זיך דאס אויף די דרגה פון שוואכקייט - פרטים אין שו''ע. אויב דיין שאלה איז צו עס לוינט צו פאסטען טראץ די שווערעקייט, ווענט זיך דאס שוין אין דיין יר''ש...
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:41 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט האט געשריבן:לייג דיך צוריק שלאפן
פאליטיקאנט: ייש"כ. דאס איז א גוטע עצה.
איך ווייס פון מיין אייגענע עקספיריענס ווען איך בין געווען זייער דארשטיג יו"כ ביינאכט אדער תשעה באב. אינדערפריה האביך גארנישט געשפירט קיין דארשט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:47 pm
דורך berlbalaguleh
צקון לחש האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:צקון לחש האט געשריבן:נישט על פי הלכה, אבער איך האף אז דו טרינקסט, און אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
אבער אנדערע צדיקים פראקן צוריק אין גהנום, איך ווייס נישט ווער עס גייט געוואונען
"צדיקים"?
צקון לחש: די סארט צדיקים וועלכע פראקן צוריק אריין אין גהינום וועללן נישט זיין דארט.
איך האב 2 צדיקים וועלכע גייען מיר (האפנטליך) ארויסשלעפן פון גהינום.
1) ר' נחמן מ'ברסלב: 2) א גרויסער צדיק. א בעל מחבר פון א סאך ספרים. וואס איך לערן אין איינס פון זיינע ספרים (זייער) א סאך.
ונזכה ונחיה ונראה...!
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:10 pm
דורך שעפטאל
אבער די שטן אדער די אייבישטער קען אפשניידן די פיאות בשעת ר' נחמן ציהט ארויס, דאן בלייבט ר' נחמן בלויז מיט לאנגע פיאות אין די האנט..
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:13 pm
דורך שעפטאל
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:לייג דיך צוריק שלאפן
פאליטיקאנט: ייש"כ. דאס איז א גוטע עצה.
איך ווייס פון מיין אייגענע עקספיריענס ווען איך בין געווען זייער דארשטיג יו"כ ביינאכט אדער תשעה באב. אינדערפריה האביך גארנישט געשפירט קיין דארשט.
פונקט אזוי איז געשעהן צו מיך.
כ'האב געוועהן דארשטיג ביינאכט, און שפעהטער בין איך מער נישט דורשטיג...
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:47 pm
דורך אנאנים
פותח האשכול ספיעקינג.
למעשה צוה איך אהן מיטן תענית סא פאר...
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
אנאנים: ייש"כ. דער אייבישטער פערזענליך שיקט דיר א דאנק. ער האט מיר געבעטן איך זאל עס דיר איבערגעבן אין זיין/איהר נאמען.
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:19 pm
דורך שעפטאל
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:17 pm
דורך שמן למאור
צקון לחש האט געשריבן: אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
איך פארשטיי נישט דאס גאנצע פיאות ארויסציעריי. אויב פסק'נט די בי"ד של מעשה אז עס קומט דיר גיהנם פאר די עבירה, דאן וויאזוי קען מען קומען שלעפן ביי די פיאות? דארטן איז די סיסטעם אויך קוראפטירט?
Re: טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:26 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שמן למאור האט געשריבן:צקון לחש האט געשריבן: אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
איך פארשטיי נישט דאס גאנצע פיאות ארויסציעריי. אויב פסק'נט די בי"ד של מעשה אז עס קומט דיר גיהנם פאר די עבירה, דאן וויאזוי קען מען קומען שלעפן ביי די פיאות? דארטן איז די סיסטעם אויך קוראפטירט?
וואס פארשטייסטו נישט? אויב דער איד גייט אין לאנגע פיאות, דאן מאכט איין די גאנצע בי"ד של מעלה. אזויווי דא אין אונזער וועלט מאכט מען איין פון איינעם וואס האט געלט, דארט מאכט מען איין פון איינעם וואס פארמאגט לאנגע פיאות
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:31 pm
דורך שמן למאור
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:צקון לחש האט געשריבן: אויף דעי סארט עבירות זענען דאך די צדיקים דא ארויס צו שלעפן פון גהינם.
איך פארשטיי נישט דאס גאנצע פיאות ארויסציעריי. אויב פסק'נט די בי"ד של מעשה אז עס קומט דיר גיהנם פאר די עבירה, דאן וויאזוי קען מען קומען שלעפן ביי די פיאות? דארטן איז די סיסטעם אויך קוראפטירט?
וואס פארשטייסטו נישט? אויב דער איד גייט אין לאנגע פיאות, דאן מאכט איין די גאנצע בי"ד של מעלה. אזויווי דא אין אונזער וועלט מאכט מען איין פון איינעם וואס האט געלט, דארט מאכט מען איין פון איינעם וואס פארמאגט לאנגע פיאות
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
דארטן איז אן עולם האמת, מען שרעקט זיך נישט פאר לאנגע פיאות...
מען וועט אפשניידן די לאנגע בארד און פיאות, אויסטון די רעשוואלקע, סטראקעס, שטריימל, ווייסע זאקן, און אפילו ר"ת גאטשעס, און דאס אלעס אריינשליידערן אין גן עדן, און דער נאקעטע זינדיגע גוף וועט מען אפשיקן אין גיהנם אריין.
Re: טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2023 12:00 am
דורך צוזאמגעדרייט
אפשר איז לאנגע פיאות דאס אמת?
Re: טרינקען יעצט אז די איבעריגע תענית זאל זיין בשלום?
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2023 12:04 am
דורך טמיר
שעפטאל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:לייג דיך צוריק שלאפן
פאליטיקאנט: ייש"כ. דאס איז א גוטע עצה.
איך ווייס פון מיין אייגענע עקספיריענס ווען איך בין געווען זייער דארשטיג יו"כ ביינאכט אדער תשעה באב. אינדערפריה האביך גארנישט געשפירט קיין דארשט.
פונקט אזוי איז געשעהן צו מיך.
כ'האב געוועהן דארשטיג ביינאכט, און שפעהטער בין איך מער נישט דורשטיג...
קענסט אפשר אויפהערן הינטן איבער דיין מורא'דיגע קילקייט פון עסען תשעה באב?
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2023 12:13 am
דורך שמן למאור
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:אפשר איז לאנגע פיאות דאס אמת?
וואס הייסט דאס אז לאנגע פיאות איז "דאס אמת"?
מיינסט צו זאגן אז ס'איז אמת אז מען דארף גיין מיט לאנגע פיאות? פיין, כ'וועל דיר נאכגעבן. איז וועגן דעם אז מען גייט מיט לאנגע פיאות קען מען שוין אפזינדיגן מיט די גאנצע תורה? וואס האט איינס מיטן צווייטן? לאנגע פיאות איז אמת, און פאר דעם באקומעט מען גן עדן, און זינדיגן איז שקר און פאר דעם כאפט מען פעטש...
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2023 12:42 am
דורך שעפטאל
@טמיר: קיהל, קליג, עולם..
ביטע הער אויף צו ווייזן ווי קיהל די ביסט אויף וויי טוהן א צווייטען בשם די עולם.
דיין תגובה ווייזט וואס פאר א קליגע רעליגיע אונז האבן? ווי גוט ס'איז? ווי סאך סענס ס'מאכט?
ס'דא א אישי קעסטל פאר א סיבה... איי געס נאר די מענטשליכע גוט הארציגע כופרים מעגן עס ניצן...
להוי ידיעה. כ'בין א שומר תורה ומצות. כ'טוה נאר וואס כ'טרעף א היתר.
אזעלכע תגובות ברענגן ארויף די דשיהאדיסטישע טראמא, א עקל און אפשיי צו דעי וואס פאררופן זיך פרום.
זעלבסט באקרוינטע סעקיטערי'ס פונעם גאט, ווערען אמאל געוואר ווי סאך אידן זיי האבן דערווייטערט פון עם. מיין טאטע איז איינער פון גאט'ס סעקיטערי'ס. כמעט קיינער פון די משפחה האלט אידישקייט!
און כלשונו הטהור: מ'פארשטייט נישט די וועגן פון די אייבישטער.
(די קינדער פארשטיין יא. ס'נישט די אייבישטער וואס האט אונז דערווייטערט, נאר ער אליין.)
כ'האף די נעמ'סט עס נישט פערזענדליך. כ'בין זיכער אז דו הייבסט נישט אהן צו וויסן וואס פאר א חילול השם אזעלכע תגובות מאכן.
אויב וועם דו זעהסט אלס קיהל דארף מען הארגנען.
טויש דעי מדה מגונה צוליב דיינע אייגענע קינדער.
---
נ.ב. כ'האב עס געזעהן ביי א ארכי טראל וואס ער מאכט נערוועז, און ווען כ'בעהט עם פאר קלארקייט אין אמונה האט ער גענטפערט: וואס פאלט דיך איין אז איך ווייס. לייג נישט אריין קיין ווערטער אין מיין מויל.
ס'דא אפאר אזעלכע טראל'ס דא אויף ק"ש. זיי אטאקירן אנשטאט פון רעדן צום ענין. ודי בזה.
נ.ב. כ'האב יעצט באמערקט אז דו האסט עס שוין רעדאגירט, און בעסער געמאכט. שכח.
כ'לאז עס פאר דעי וואס האבן נאכנישט ארויס דעם קאנסעפט.