בלאט 1 פון 1

דער שואה אלץ סעלעקציע

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 6:49 pm
דורך צקון לחש
עס ליגט מיר אין קאפ צו האבן געזעהן א סברא אז דער שואה (ווי אויך אנדערע צרות) האט געדינט אלץ סעלעקציע צו לאזן אינעם פרומע געמיינדע מער תמימות'דיגע מענטשן פערצענטואל, ווייל די קריטיקל טראכטער האבן פארלאזט רעליגיע מחמת די צרות, קען מיר איינער צו ווייזן וואו און ווער עס ברענגט אויף דעי סברא?

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 7:22 pm
דורך אלפא
'סעלעקציע' דורך וועמען?

אויב מיינסטו א סעלעקציע דורכ'ן באשעפער, וואלט ער עס דאך געקענט מאכן אסאך פשוט'ער דורך פראסטערהייט פטר'ן די 'קריטיקעל' חברה, ער וואלט דאך נישט געמוזט נעמען אזויפיל 'תמימות'דיגע' פאר דעם צוועק?!
צו ענטפערן אז מיר פארשטייען נישט זיינע חשבונות.. שטומט פשוט נישט מיט די ערשטע פראפאזיציע...

אפשר גאר א סעלעקציע דורך מענג... ימ"ש?!

א נאטורליכע סעלעקציע - דאס לכאו' יא..
אבער פאר דעם דארף מען נישט קיין 'מאן דאמר'..

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא: אויב איך פארשטיי ריכטיג די ווערטער פון דיין לעצטן פאראגראף.

דו מיינסט צו זאגן א "גענעטישע" סעלעקציע. אט די סברא האביך שוין געהערט פון לאנג צוריק. ווייל ס'זענען (ליידער) געווען א סאך אידן מיט פעלער'דיגע דזשיענס. און אין האלאקאוסט האט מען זיי (אלע) פארטיליגט. געבליבן זענען נאר די מיט מער שטארקע און געזינטע דזשיענס.

א קליין פראצענט פון די אידן מיט נישט פערפעקטע דזשיענס האבן די נאציס, ימ"ש. ספעציעל מענגעלע גענימען אדורכצופיהרן זייערע גרויזאמע און בארבארישע עקספערימענטן. אזוי ווי די משפחה פון (דזשענעטישע) מידזשעטס (פארגעסן זייער נאמען) וואס דער רשע און מאסן מערדער האט אפגעהיטן און זיי "גוט" באהאנדלט. וויל ער האט זיי געניצט פאר זיינע שטודיעס.

איין מאל, ווען ער איז נישט געווען דארט האט א צווייטער דאקטער, א נאצי געכאפט די געשוויסטער און זי אלע אריינגעלייגט אין גאז קאמער. ער האט אנגעהויבן זיי צו פארגאז'ן. אלס דזשעלעסי און שנאה צו מענגעלע. ווען ער איז צוריקגעקומען און ר'האט געזעהן וואס זיין "חבר" האט געטון האט ער זיי שנעל ארויסגענימען פון די גאז קאמער און זיי צוריקגעברענגט צום לעבן.

זיי האבן (ב"ה) איבערגעלעבט די האלאקאוסט און זיי האבן געוואוינט אין ארץ ישראל...!

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 8:31 pm
דורך אלפא
קען זיין דאס אויך!

איך האב פשוט געמיינט די סעלעקציע וואס איז 'נאטורליך' ארויסגעקומען דערפון, ווי די מער קריטיקעל האבן זיך אטאמאטיש אפגעשאקלט, לאפוקי כוונה'דיגע סעלעקציע.

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 8:35 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא: די נאציס, ימ"ש האבן זיכער נישט געהאט קיין גוטע כוונות. זיי האבן נאר געמאכט די (פיזישע) סעלעקציע און ארויסגענימען די געזינטע און שטארקע אלס ארבעטס פעהיגע. די איבעריגע האבן זיי פארשיקט אין גאז קאמער...!

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 8:47 pm
דורך אלפא
אנטשולדיגט אויב בין איך נישט געווען גענוג קלאר.
@צקון לחש האט אנגעפאנגעו אז די שואה האט געדינט ווי א (רעליגיעזע) סעלעקציע, אויף דעם ארויף האב איך ארויסגעברענגט אז פון קיין איין וועג איז די חלק נישט געווען בכונה סעלעקטירט, אויב עפעס האט זיך עס אזוי נאטורליך אויסגעשטעלט.
דאס האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די פאקטישע כוונות אדער מעשים פון די נאציס אליין אינעם קריג..

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 10:32 pm
דורך ברוך שפינוזה
צקון לחש האט געשריבן:ווייל די קריטיקל טראכטער האבן פארלאזט רעליגיע מחמת די צרות, קען מיר איינער צו ווייזן וואו און ווער עס ברענגט אויף דעי סברא?
פון וואו קומט דיעס איינרעדעניש אז "קריטיקעל טראכטער" פארלאזן ענדערש זייער רעליגיע ווי נישט קריטיקעל טראכטער? און פארוואס דארף מען בכלל זיין א "קריטיקעל טראכטער" אפצולאזן א רעליגיע? שטעל זיך פאר דו פארלירסט אינעם האלאקאוסט דיין גאנצע פאמיליע און נאר דו מיט איין קאזין בלייבן איבער און ענק גייען ביידע צוזאמען זוכן א נייעם לעבן, די גאנצע וועלט איז אפן פאר ענק, פארוואס אין דער וועלט זאלן ענק אויסוועלן דווקא זיך אריינצושטופן אין 500 בעדפארד? פארשטייסט וואסערע מזוכיסט מ'דארף זיין דערפאר? משל למה הדבר דומה, אינמיטן די קאוויד תקופה האב איך אמאל געדינגען אן airBNB מיט מיין ברודער פאר אפאר וואכן ערגעץ אין איינע פון די שטאטן. געדענק איך נאך אז דעם ערשטן ערב שבת זענען מיר געגאנגען איינקויפן ברויט, וויין, פיש, מיט די גאנצע טאראראם, מיר האבן געצינדן לעכט, געמאכט קידוש, א.א.וו. די צווייטע וואך האבן מיר נאך געהיטן די בעיסיק הלכות, די דריטע וואך וויל איך נישט ארויסשרייבן :lol: :lol: :lol: אז ס'נישטא קיין סיסטעם ארום וואס זאל האלטן די זאך גייט די גאנצע זאך down the drain גאר גאר שנעל... מיט'ן טראכטן צו אנעם טראכטן.

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 10:42 pm
דורך שעפטאל
ועד יום מותו תחכה לו אולי ישוב
מיד תקבלו
לאזט אפ די נערישע וועגן וואס האבן נישט קיין האפט
הייב אהן אמת'דיג צו לעבן!

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 11:00 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אמונה פשוטה איז אייביג געווען דער שליסל און דאס איז דער קי-אינגרידיענט וואס האט אונז געהאלטן לכל אורך הדרך און אלע אנדערע ארויספאלער למשל השכלה האט אויך געהאט צו טון מיט א חסרון אין אמונה פשוטה. אויב ווילסטו, קענסטו דן זיין צו קריטיקל טינקינג האט א שלעכטע עפעקט אדער א סתירה צו אמונה פשוטה. איך פערזענליך האלט אז ס׳קען יא גיין צוזאמען (עכ״פ ביי א חלק מענטשן) אבער איך זאג נישט אז כ׳בין גערעכט.

אבער וואס איך געטראכט לעצטענס איז יא א תוצאה פון סעלעקציע איז די עקסטרעמע (שווערע?) מהלך החיים פונעם סיסטעם, וואסיז גורם אז אסאך טייערע נשמות פאלן ארויס פשוט ווייל לפי טבעם איז זיי זייער שווער צו פארנעמען דעם סיסטעם. (לאמיר נעמען א ׳דוגמא׳ דער גלאז/נומער 4/יו-ווי פון ר׳ שמעון גרין׳ס מהלך)

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 11:08 pm
דורך שעפטאל
ווי האט די חזו"א געזאגט: דעי וואס האבן זיך געטענה'ט מיט די משכילים זענען צום סוף אויכעט אויפגעקלערט געווארן ל"ע

ר' ברוך ברענגט ארויס די ריזנער'ס ווארט: ביי משיח'ס צייטן וועט די איינציגסטע וועג פון זיך האלטן זיין, דורך זיין מיט חברים צוזאמען.

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 11:28 pm
דורך נחבא
הרב מיללער'ס טעזע וועגן די סעלעקציע ביי די צווייטע וועלט־מלחמה איז מסתמא באקאנט פאר די חברים דא.

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 12:10 am
דורך קאצקע ציקער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:ווייל די קריטיקל טראכטער האבן פארלאזט רעליגיע מחמת די צרות, קען מיר איינער צו ווייזן וואו און ווער עס ברענגט אויף דעי סברא?
פון וואו קומט דיעס איינרעדעניש אז "קריטיקעל טראכטער" פארלאזן ענדערש זייער רעליגיע ווי נישט קריטיקעל טראכטער? און פארוואס דארף מען בכלל זיין א "קריטיקעל טראכטער" אפצולאזן א רעליגיע? שטעל זיך פאר דו פארלירסט אינעם האלאקאוסט דיין גאנצע פאמיליע און נאר דו מיט איין קאזין בלייבן איבער און ענק גייען ביידע צוזאמען זוכן א נייעם לעבן, די גאנצע וועלט איז אפן פאר ענק, פארוואס אין דער וועלט זאלן ענק אויסוועלן דווקא זיך אריינצושטופן אין 500 בעדפארד? פארשטייסט וואסערע מזוכיסט מ'דארף זיין דערפאר? משל למה הדבר דומה, אינמיטן די קאוויד תקופה האב איך אמאל געדינגען אן airBNB מיט מיין ברודער פאר אפאר וואכן ערגעץ אין איינע פון די שטאטן. געדענק איך נאך אז דעם ערשטן ערב שבת זענען מיר געגאנגען איינקויפן ברויט, וויין, פיש, מיט די גאנצע טאראראם, מיר האבן געצינדן לעכט, געמאכט קידוש, א.א.וו. די צווייטע וואך האבן מיר נאך געהיטן די בעיסיק הלכות, די דריטע וואך וויל איך נישט ארויסשרייבן :lol: :lol: :lol: אז ס'נישטא קיין סיסטעם ארום וואס זאל האלטן די זאך גייט די גאנצע זאך down the drain גאר גאר שנעל... מיט'ן טראכטן צו אנעם טראכטן.
הא תינח ווען סאיז דא א סיסטעם קענסטו זאגן אז דו האסט נישט קיין סיסטעם צופאלט אלעס... אבער פארן קריג איז געווען עפעס א סיסטעם? די עולם וואס האט זיך געהאלטן ערליך האבן זיך געהאלטן ערליך אנע סיסטעם און נאכן קריג איז מען טאקע געגאנגען צו די זעלבע רבי'ס ווי פארן קריג כמעט .

לויט דיר וואס האט געמאכט די יודן נאכן קריג זיך האלטן ערליך?

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 12:19 am
דורך yn.NY
קאצקע ציקער האט געשריבן:

סאטמאר רב האט קוים געהאט מנין אין דערהיים און אין אמעריקע האט ער פארכאפט די אויבן אן. כמיין אז חוץ ליבאוויטש וואס האט גענומען ממש וואס ער האט געהאט פארדעם, האבן אלע רביס באקומען געמישטע סחורה, קיין שייכות וו פארדעם

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 12:27 am
דורך קאצקע ציקער
קוים געהאט מנין אינדערהיים ?? זענט איר ביים זינען?

זעהסט פאר אזאלכע יודן ווי דיר האב איך געשריבן 'כמעט'...
ביסט גערעכט אבער נישט גערעכט רוב סאטמארע תלמידים וואס זענען געגאנגען צום רבין זענען געווען תלמידים פון רבין אין קראלע און זענען געווען סיגוט'ע תלמידים אין דערהיים דעי וועג אדער די אנדערע , אפשר קלויזענבערגע מיט מינקאטשע זענען אויך צוגעקימען בעלזא זענען געווען בעלזא. סקווירא איז טאקע א געמיש פון אונגארישע יודן פאפא אין בעלזא , פאפא זענען תלמידים פון די ויגד יעקב אינעם ויחי יוסף אין אלגעמייין. באבוב איז עס פון רוב פוילישע יודן וואס זענען געגאנגען צום קדושת ציון פארן קריג און פוילישע יודן אין אלגעמייין

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 7:49 am
דורך ברוך שפינוזה
קאצקע ציקער האט געשריבן:פארן קריג איז געווען עפעס א סיסטעם?
יא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:21 pm
דורך אינטערסאנטער
איך האב אלס געהערט די ווערטל אז היטלער ימ"ש פלאן איז געווען צו הרג'נען די קלוגע פוילישע אידן אז עס זאל נאר איבערבלייבן די אונגארישע נאראנים.....

פארשטייט זיך אז עס איז נאר א ווערטל קעגן די אונגארישע, זיי האבן געהאט גענוג און נאך פיפיגע חברה, בכלל נישט קיין נאראנים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:59 pm
דורך דערהויבענע איד
ווי אזוי איך זע עס איז עס נישט געווען א סעלעקציע דווקא פון תמימות'דיגע ווס. געריבענע, נאר ליבערשט א סעלעקציע אינערהאלב די חרדי'שע ציבור.

אזוי ווי מ'האט שוין פריער ערווענט, האבן אלע רבי'ס נאכן קריג באקומען נייע סחורה, אוטוימאטיש איז געווארן א סעלעקציע צווישען די גראדע מעכלעך, מעסיגע און באלאנסירטע, מענטשן וואס בטבע ציען זיי צו עקטרעמיזעם, און מענטשן וואס דארפען נישט אזוי וויכטיג רעליגיע.

נישט אז פארן קריג האט א בחור נישט געקענט וועלן וואס ער וויל, אבער דאך נאכן קריג האט זיך דאס שיסל פיין אויסגעשאקעלט.