פחות מעשרה? באצאל!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 612
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

די טעג איז אויף מיר פארשריבן געווארן בין כסא לעשור אז מיין שטוב מיט אונזערע צימערן זאלן זיך געפונען אין גלות פון מיין הויז און אנשטאט פארשטיפט אין א כאטקע צווישן די מאסקיטאוס, פרעש און ליזערדס. (אקעי, פרעש זענען נישט ממש אינעווייניג, נאר מאסקיטאוס-אויפן יאגד און ליזערדס-אין-געפענגעניש)

היות איך בין סינגל קומט מיר אויס מער צו גיין אין געשעפטן פאר א שאכטל בענד-עיד'ס, א רעפטל ברויט אדער א פעקל באטעריעס. איז מיר אויסגעקומען אביסל מער צו אבזערווירן די הלוך-ילך אין פארשידענע לאקאל געשעפטן, ס'ממש אינטערעסאנט ווי פארשידענע צייכענען זיך אויס מיט קאסטומער סערוויס בו בזמן וואס געוויסע זענען ממש געפערליך.

איך וויל רעדן פון עפעס וואס דריקט מיר שוין לאנג: די מינימום צו ניצן א קרעדיט קארד.

לאמיר צוריקגיין א סטעפ און רעדן וועגן קרעדיט קארד פראסעסינג fees.

יעדער בר בי ביזנעס דחד יומא ווייסט אז א חלק פון די פי-ענד-על איז די פראצענט פאר קרעדיט קארד פראסעסינג. ווען ער מאכט פרייזן מיט חשבונות פון זיין אווערהעד, איז עס א חלק פון די חשבון -- פונקט אזויווי יעדער ווייסט אז ווען א געשעפט פראקלאמירט “Free Delivery” מיינט עס אז אפילו ווען דו נעמסט אהיים דיינע סחורה צאלסטו נאכאלץ פאר דעליווערי, ווייל די געשעפט האט אריינגענומען די אויסגאבע פון דעליווערי ווען זיי מאכן די פרייזן פאר זייערע אייטעמס.

בכלליות איז דא עטליכע וועגן וויאזוי קרעדיט קארד פראסעסינג פי'ס ארבייט, כפי ידיעתי. די מערסטע פלענער האבן א פלאכע חודש'ליכע אפצאל + א פראצענט אויף יעדע טשארדזש, ס'דא געוויסע וואס האבן נאר א פראצענט אויף יעדע טשארדזש און א מיעוטא דמיעוטא האבן אויך אן 'אפצאל' אויף יעדע טשארדזש (אין צוגאב צו די פראצענט וואס מ'צאלט).

איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע קרעדיט קארד פראסעסינג אגענטן, ממש א מיעוטא דמיעוטא פאלן אריין אין די לעצטע קאטעגאריע.

אויב אזוי שטעלט זיך מיין פראגע, פארוואס זעהט מען אזויפיל אידישע געשעפטן וואס האבן א מינימום פון $10 וכדומה צו ניצן א קרעדיט קארד? סתם ווייל זיי האבן פארפאקט זייערע קאסטומערס? איז עס ממש אז די אלע געשעפטן צאלן א fee פאר יעדע טשארדזש? די פראצענט וואס זיי צאלן אפ פאר יעדע טשארדזש איז דאך נישט קיין נפק"מ צו איך קויף עפעס פאר א דאלאר אדער פאר הונדרעט. (דרך אגב, אויב זיי זענען אויף א פלען וואס האט א fee per charge איז דאך מן הסתם ווייל עס קומט זיי בעסער אויס אזוי. איז דאך דא א ממ"נ)

כ'וועל זאגן נאכמער, ס'דא געוויסע געשעפטן וואס טשארדזשן נאך אפאר (3-4) פראצענט אויב מ'נוצט קרעדיט קארד אנשטאט קעש. די געשעפטן פארשטיי איך 'מער' – ער האט זיך געמאכט זיינע חשבונות און אנשטאט ארויפגיין מיט אלע פרייזן, זאגט ער דיר: ווילסט נוצן קרעדיט קארד, זאלסטו צאלן. אבער סתם אזוי באשטראפן א מענטש וואס האט נישט קיין קעש מיט זיך און דארף יעצט עפעס וואס קאסט פונקט פיר דאלאר?

למעשה, רוב מענטשן היינט צוטאגס דרייען זיך נישט מיט קיין סאך קעש, אויב בכלל. צווישן גוגל/עפל פעי, זעללע און קרעדיט קארדס איז די באנוץ פון קעש גאר אסאך קלענער געווארן. עס איז ממש א פעין אין די נעק יעדע מאל איך קום אהן צו אזא געשעפט.

זאת ועוד, איך שפאציר אזוי ארויס פון אזא געשעפט און כ'זעה א ריזיגע סיין וועגן א גורל וואס זיי מאכן פאר זייערע קליענטן אדער א ריווארד פראגרעם וכו' וכו'. איך זאג ענק צוה מער מענטשן וועלן עפרישיעטן אויב ענק וועלן אראפנעמען די לימיט אויף קרעדיט קארד ווי א גורל אויף א ראונד-טריפ-טיקעט-פאר-צוויי-קיין-מאנסי-צום-יארצייט-פונעם-ריבניצער מיט-יעדע-זיבעצן-דאלאר-גייט-איר-נאכאמאל-אריין-אינעם-גורל.

לעצטנס בין איך געווען אין א געשעפט וואס האט פארלענגערט זיינע שעות אויפן גרויסן פארלאנג פון די קאסטומערס. אבער כדי צו נוצן א קרעדיט קארד דארפסטו שפענדן 10 דאללער. מוחל טובות אויף די פארלענגערטע שעות און מחול לך אויף דעם איבריגן קוואדער וואס איך האב געדארפט צאלן ווייל איך דריי מיר נישט מיט קיין קעש.

איך פערזענליך, גיי ענדערש צו א טייערערע געשעפט וואס נעמט קרעדיט (אדער דעביט) קארד ווי א געשעפט וואס נעמט אן עקסטרען קוואדער פארן ניצן א קרעדיט קארד אונטער צעהן דאלאר.

אנחנו חרדים אבל לא מטומטמים.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר