דא?! וואוינט א איד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2238 מאל

דא?! וואוינט א איד

שליחה דורך אלפא »

די נושא פון אידענטיטעט איז א צו-וואקסענע און פארצווייגטע, בפרט אין די היינטיגע עפאכע ווען מען קען זיך אנגעבליך אידענטיפיצירן וויאזוי מען וויל. הללו אומרים אידענטיטעט איז געבינדן צום אביעקטיווע מציעות, והללו אומרים עס איז א סאציאלע קאנסטרוקציע, והללו מאכן א שטיקל פשרה...

ענליך איז בנוגע די אידענטיטעט/זהות פון אידישקייט וועלכע איז לאורך כל הדורות געווען א צענטער-פונקט פון קריגערייען, ובפרט אין די לעצטיגע תקופות ווען – פונקט ווי ג'ענדער – איז אידישקייט געווארן מער אזא 'רינערדיגע נושא' וואס אויב מ'אידענטיפיצירט זיך אזוי איז מען איינס.

בעצם איז 'אידענטיטעט' שוין אן אויסגעדראשענע פילאסאפישע סוביעקט הן אין די 'identity question' אפטיילונג והן אין די לינגוויסטיקס. איך פלאן נישט אריינגיין צו טיף דא, אבער איין הייפאטעזיע האט זיך ביי מיר געשאפן פשוט פון אבזעווירן די השתלשלות פון דעם נושא און איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט דערצו.

אנגעפאנגען האב איך ביים בוך פון ראביי יונתן זאקס ע"ה 'Arguments For The Sake Of Heaven' ווי ער האט א גאנצע קאפיטל מיט אלע דעפינאציעס איבער וואס 'צו זיין א איד' מיינט, אנגעפאנגען ביי דעם טריקענעם הלכה'דיגע שטאנד – איינער וואס ווערט געבוירן ביי א אידישע מאמע, דאן צו די נושא פון גיור – און וואס דאס מיינט הלכה'דיג – ווי ריזיגע פולמוס'ן האבו זיך געשאפן לאורך הדורות וואס פונקטליך די קרייאטעריע איז פאר דער וואס וויל דאס אדורך גיין (זע אויך דא). דערנאך די מזרחי-ציוניסטישן געדאנק פון זיך אידענטיפיצירן מיט 'דעם לאנד' און נאציאנאליטעט. ביז די רעפארמער און פרייער געדאנק צו האלטן 'ווער עס וויל' פאר א לעגיטימע איד – אזויווי רוב ציילונגען היינט נעמען אן..

לעצטנס בין איך אויך אריבער צו פארשטיין אביסל אונזער גלאררייכן היסטאריע בפרט אין די פארנעפלטע תקופות ווי בזמן הבתי מקדש, וואס אויב זאל מען אננעמען מער דעם ליטערארישן נוסח פון תנ"ך שטעלט זיך גאנץ קלאר ארויס וויאזוי די צייטן פון די מלכים און ווען די נבואות (ישעיה, וכו') זענען געגעבן געווארן – זענען די מערכות בכלל נישט געווען איבער 'שלום בית האטליינס / AI / בילדער פון פרויען' א.ד.ג. נישט איבער דעם הייליגן מסורה / לבוש. אזוי אויך נישט איבער הלכות פון עירובי חצירות א.א.וו. אבער מער פון דעם אלעם – ניטאמאל איבער מצוות עשה דאורייתא – ווי חתונה האבן מיט גוי'טעס אדער גיין שעטנז..
עס איז געווען איבער בעסיק מאראל פון נישט גנב'נען, רצח'נען, און זיין וואויל איינער צום צווייטן... דאס איז געקומען ביינזאם די היסטאריע פון כלל ישראל וועלכע איז דאן געווען צושפליטערט בעת ווען אשור האט אוועקגעשלעפט כמעט די גאנצע פאלק, יהודה האט זיך געטראפן מיט דעם 'הבן יקיר לי – אפרים' וועלכע איז גארנישט געהאלטן געווארן אזוי טייער דאן, ווי די נביא האט טאקע געדארפט מעורר זיין און פשוט ברענגען פאליטישע שלום אין לאנד איבער ווער עס איז 'נכלל בתוך עם ישראל' והמסתעף. די מלחמות און מחלוקת'ן דעמאלס האבן זיך זייער שטארק געדרייט ארום דעם 'אידענטיטעט שאלה'...

בזמן בית שני איז גארנישט בעסער געווען. נעמליך, די שאלה וואס אידישקייט איז האט באקומען נייע מאמענטום צווישן די צדוקים-פרושים-אסיים (שוין אויסלאזענדיג עזרא הסופר'ס רעוואלוציעס ואכמ"ל..) ווען נאכן זיך אויסשלאגן פאר יארן אן קיין געווינער – האט היסטאריע סעלעקטירט די פרושים אלס זיגער – נאכן האבן די איינציגסטע מאדעל וועלכע האט געקענט זיין אינדיפענדענט פון א געאגראפיש אדער נאציאנאלן סטאטוס, ווי די מאמר גייט 'די חכמים האבן געמאכט אידישקייט פארטעבל-portable' .

די מערכה ציט זיך ביז היינטיגע צייטן – ווען ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן, אבער עס מאכט נישט קיין סאך אויס אין דעם סענס.
עס מאכט אביסל אויס פון טאקע די היסטארישן שטאנדפונקט ווי מען זעט אז די וועלכע מ'האט אויסגעשלאסן איז במשך הזמן געווארן מער און מער אסימילירט און אפגעהאקט פון זיך אפי' אידענטיפיצירן אזוי, אבער דאס איז נישט עכט נוגע דא, ווען די שאלה איז צו דער וואס איז למעשה זיך יא מתייחס אלס איד און וויל האבן דעם אידענטיטעט – וואס עס זאל נאר מיינען פאר אים, צו דאס אליין האט א משמעות?!

מיין טעאריע איז אז אויב וויל מען עס אנקוקן מיט א דרויסענדיגע בליק וואלט איך געזאגט אז דער וועמען די שאלה באדערט – דאס מיינט א איד! (וקצת כמש"כ כאן)
דהיינו, דער וואס איז בכלל אינטרעסירט און די דעפינאציע פון די מושג אידישקייט, מיינט דאס בהחלט אז ער קערט פאר די המשכה פון דעם מהות עס גייט אים סוכ"ס אן אז עפעס אן אידענטיפיקאציע זאל זיין און נישט ממש עס זאל זיין רינערדיג – א ווערטער שפיל - וואס מיינט גארנישט. במדת מה איז דאס אליין גענוג אים אנצורופן איד! ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא!

מען קען גיין טיפער און מבחין זיין צווישן 'זיין א איד' און 'אידישקייט', עס מוז נישט בהחלט גיין צוזאמען - טאקע ווי מ'זעט פון חז"ל אע"פ שחטא.. ויש לדון.

דיסקלעימער: איך ווייס אז איך האב גענומען א שטיקל שטעלונג, למעשה איז די נושא בעצם גדול מנשוא, ווען פון איין זייט זעט מען סתירה'דיגע מימרות שוין אין די הלכה'דיגן ראלם בנוגע אפיקורסים והמסתעף – ולאידך גיסא ווערט דער נושא נאך דורכגעאקערט אויפן פילאסאפישן ראלם בנוגע ג'ענדער. איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט עס דורכצו טון ווי עס דארף צו זיין – ואדרבה איך ברענג עס דא כדי די נושא זאל קענען ווערן מער אויסגעשארפט און אויסגעקלארט...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר