בלאט 1 פון 2

דא?! וואוינט א איד

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:34 pm
דורך אלפא
די נושא פון אידענטיטעט איז א צו-וואקסענע און פארצווייגטע, בפרט אין די היינטיגע עפאכע ווען מען קען זיך אנגעבליך אידענטיפיצירן וויאזוי מען וויל. הללו אומרים אידענטיטעט איז געבינדן צום אביעקטיווע מציעות, והללו אומרים עס איז א סאציאלע קאנסטרוקציע, והללו מאכן א שטיקל פשרה...

ענליך איז בנוגע די אידענטיטעט/זהות פון אידישקייט וועלכע איז לאורך כל הדורות געווען א צענטער-פונקט פון קריגערייען, ובפרט אין די לעצטיגע תקופות ווען – פונקט ווי ג'ענדער – איז אידישקייט געווארן מער אזא 'רינערדיגע נושא' וואס אויב מ'אידענטיפיצירט זיך אזוי איז מען איינס.

בעצם איז 'אידענטיטעט' שוין אן אויסגעדראשענע פילאסאפישע סוביעקט הן אין די 'identity question' אפטיילונג והן אין די לינגוויסטיקס. איך פלאן נישט אריינגיין צו טיף דא, אבער איין הייפאטעזיע האט זיך ביי מיר געשאפן פשוט פון אבזעווירן די השתלשלות פון דעם נושא און איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט דערצו.

אנגעפאנגען האב איך ביים בוך פון ראביי יונתן זאקס ע"ה 'Arguments For The Sake Of Heaven' ווי ער האט א גאנצע קאפיטל מיט אלע דעפינאציעס איבער וואס 'צו זיין א איד' מיינט, אנגעפאנגען ביי דעם טריקענעם הלכה'דיגע שטאנד – איינער וואס ווערט געבוירן ביי א אידישע מאמע, דאן צו די נושא פון גיור – און וואס דאס מיינט הלכה'דיג – ווי ריזיגע פולמוס'ן האבו זיך געשאפן לאורך הדורות וואס פונקטליך די קרייאטעריע איז פאר דער וואס וויל דאס אדורך גיין (זע אויך דא). דערנאך די מזרחי-ציוניסטישן געדאנק פון זיך אידענטיפיצירן מיט 'דעם לאנד' און נאציאנאליטעט. ביז די רעפארמער און פרייער געדאנק צו האלטן 'ווער עס וויל' פאר א לעגיטימע איד – אזויווי רוב ציילונגען היינט נעמען אן..

לעצטנס בין איך אויך אריבער צו פארשטיין אביסל אונזער גלאררייכן היסטאריע בפרט אין די פארנעפלטע תקופות ווי בזמן הבתי מקדש, וואס אויב זאל מען אננעמען מער דעם ליטערארישן נוסח פון תנ"ך שטעלט זיך גאנץ קלאר ארויס וויאזוי די צייטן פון די מלכים און ווען די נבואות (ישעיה, וכו') זענען געגעבן געווארן – זענען די מערכות בכלל נישט געווען איבער 'שלום בית האטליינס / AI / בילדער פון פרויען' א.ד.ג. נישט איבער דעם הייליגן מסורה / לבוש. אזוי אויך נישט איבער הלכות פון עירובי חצירות א.א.וו. אבער מער פון דעם אלעם – ניטאמאל איבער מצוות עשה דאורייתא – ווי חתונה האבן מיט גוי'טעס אדער גיין שעטנז..
עס איז געווען איבער בעסיק מאראל פון נישט גנב'נען, רצח'נען, און זיין וואויל איינער צום צווייטן... דאס איז געקומען ביינזאם די היסטאריע פון כלל ישראל וועלכע איז דאן געווען צושפליטערט בעת ווען אשור האט אוועקגעשלעפט כמעט די גאנצע פאלק, יהודה האט זיך געטראפן מיט דעם 'הבן יקיר לי – אפרים' וועלכע איז גארנישט געהאלטן געווארן אזוי טייער דאן, ווי די נביא האט טאקע געדארפט מעורר זיין און פשוט ברענגען פאליטישע שלום אין לאנד איבער ווער עס איז 'נכלל בתוך עם ישראל' והמסתעף. די מלחמות און מחלוקת'ן דעמאלס האבן זיך זייער שטארק געדרייט ארום דעם 'אידענטיטעט שאלה'...

בזמן בית שני איז גארנישט בעסער געווען. נעמליך, די שאלה וואס אידישקייט איז האט באקומען נייע מאמענטום צווישן די צדוקים-פרושים-אסיים (שוין אויסלאזענדיג עזרא הסופר'ס רעוואלוציעס ואכמ"ל..) ווען נאכן זיך אויסשלאגן פאר יארן אן קיין געווינער – האט היסטאריע סעלעקטירט די פרושים אלס זיגער – נאכן האבן די איינציגסטע מאדעל וועלכע האט געקענט זיין אינדיפענדענט פון א געאגראפיש אדער נאציאנאלן סטאטוס, ווי די מאמר גייט 'די חכמים האבן געמאכט אידישקייט פארטעבל-portable' .

די מערכה ציט זיך ביז היינטיגע צייטן – ווען ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן, אבער עס מאכט נישט קיין סאך אויס אין דעם סענס.
עס מאכט אביסל אויס פון טאקע די היסטארישן שטאנדפונקט ווי מען זעט אז די וועלכע מ'האט אויסגעשלאסן איז במשך הזמן געווארן מער און מער אסימילירט און אפגעהאקט פון זיך אפי' אידענטיפיצירן אזוי, אבער דאס איז נישט עכט נוגע דא, ווען די שאלה איז צו דער וואס איז למעשה זיך יא מתייחס אלס איד און וויל האבן דעם אידענטיטעט – וואס עס זאל נאר מיינען פאר אים, צו דאס אליין האט א משמעות?!

מיין טעאריע איז אז אויב וויל מען עס אנקוקן מיט א דרויסענדיגע בליק וואלט איך געזאגט אז דער וועמען די שאלה באדערט – דאס מיינט א איד! (וקצת כמש"כ כאן)
דהיינו, דער וואס איז בכלל אינטרעסירט און די דעפינאציע פון די מושג אידישקייט, מיינט דאס בהחלט אז ער קערט פאר די המשכה פון דעם מהות עס גייט אים סוכ"ס אן אז עפעס אן אידענטיפיקאציע זאל זיין און נישט ממש עס זאל זיין רינערדיג – א ווערטער שפיל - וואס מיינט גארנישט. במדת מה איז דאס אליין גענוג אים אנצורופן איד! ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא!

מען קען גיין טיפער און מבחין זיין צווישן 'זיין א איד' און 'אידישקייט', עס מוז נישט בהחלט גיין צוזאמען - טאקע ווי מ'זעט פון חז"ל אע"פ שחטא.. ויש לדון.

דיסקלעימער: איך ווייס אז איך האב גענומען א שטיקל שטעלונג, למעשה איז די נושא בעצם גדול מנשוא, ווען פון איין זייט זעט מען סתירה'דיגע מימרות שוין אין די הלכה'דיגן ראלם בנוגע אפיקורסים והמסתעף – ולאידך גיסא ווערט דער נושא נאך דורכגעאקערט אויפן פילאסאפישן ראלם בנוגע ג'ענדער. איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט עס דורכצו טון ווי עס דארף צו זיין – ואדרבה איך ברענג עס דא כדי די נושא זאל קענען ווערן מער אויסגעשארפט און אויסגעקלארט...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:12 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אלפא האט געשריבן:ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך

Re: דא?! וואוינט א איד

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:16 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קען טאקע זיין אז ס'איז א פארנעפעלטע נושא געווען אלע יארן, אבער ווי ס'קוקט אויס האט זיך די נושא אויסגעקלארט ווען היטלער איז געקומען צו דער מאכט. און לויט ווי ס'קוקט אויס האט גאט מסכים געווען מיט עם. קען זיין פון אן הלכה'ישע שטאנדפונקט שטימט עס נישט, ווייל איין דור ווייטער פון א נישט אידישע מאמע איז מער קיין איד נישט, אבער פאר דעם קען מען אפשר צו לייגן אז תורה לא בשמים הוא.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:21 pm
דורך אלפא
אליבא דאמת האט שוין @מי אני צונומען א גרויס חלק פון דעם נושא אין דעם אשכול.
דא בין איך געקומען מער שאפן די לינק צווישן ג'ענדעריזם און אידישקייט, און בעצם איבער די פילאסאפיע פון אידענטיטעט בכלליות.

עס איז געווארן אביסל אן הייסערע נושא אין די לעצטערע צייטן (נישט נאר כלפי אידישקייט) בעת וואס די אלטע וועליוס צופאלן, און מיט דעם גייען מיט די טראדיציאנאלע הגדרות און דעפינאציעס פון די אלע 'לעיבעלס'. עס זעט זיך טאקע בעיקר אן אין די מערכה פון ג'ענדעריזם.
[מענין לענין: די שאלה פארוואס מ'קען זיך נישט אידענטיפיצירן ווי א קאץ איז לענ"ד לעכערליך - ווייל צו ערשט דארף זיין איינער וואס זאל דאס טאקע מיינען ערנסט - כדי די דעפינאציע זאל כאטש טראגן א משמעות פון א 'סאשעל קאנסטרוקט' וכפי דבריו.. ובכדי צו אננעמען אז איינער מיינט דאס טאקע ערנסט דארף זיין א מאוומענט פון מער ווי איין יחיד, אז נישט איז בטלה דעתו... וד"ל]

אזוי אויך ווערט עס מער נוגע לגבי AI, וואס האט זיך שוין באמת אידענטיפיצירט אלס מענטש מיט קאנשעסנעס,
און די שאלה ווערט זייער צענטראל איבער די נאמנות און איבער די אביעקטיווקייט פון די מושג אידענטיטעט...
(ודוק כאן מינוט 7:11)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:30 pm
דורך אלפא
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
אלפא האט געשריבן:ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
איך האב נישט די נומערן פאר מיר, די מציעות איז אז צווישן די אלע וועלכע אידענטיפיצירן זיך אלס אידן (ארום 16 מיליאן), זענען דא א ריזיגן געמיש פון קינדער פון גוי'אישע/אסימילירטע פרויען, וועלכע זענען להלכה נישט קיין אידן.
אויך זענען דא אסאך וואס גלייבן בכלל נישט אין גארנישט, און אליבא געוויסע שיטות און מיינונגען זענען זיי יצא מכלל ישראל.
חןץ מזה נעמט דעם ציפער אויך אריין אלע סארט גירות'ן, אדער גאר אפי' מאנכע וואס האבן ניטאמאל געפילט פאר וויכטיג זיך מגייר צו זיין...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:35 pm
דורך אלפא
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קען טאקע זיין אז ס'איז א פארנעפעלטע נושא געווען אלע יארן, אבער ווי ס'קוקט אויס האט זיך די נושא אויסגעקלארט ווען היטלער איז געקומען צו דער מאכט. און לויט ווי ס'קוקט אויס האט גאט מסכים געווען מיט עם. קען זיין פון אן הלכה'ישע שטאנדפונקט שטימט עס נישט, ווייל איין דור ווייטער פון א נישט אידישע מאמע איז מער קיין איד נישט, אבער פאר דעם קען מען אפשר צו לייגן אז תורה לא בשמים הוא.
שפינאזע, און אנדערע, האבן גע'טענה'ט אז אנטיסעמיטיזם איז וואס שטעלט אוועק דעם אידישן אידענטיטעט, און האלט אן די מאסן פון זיך ארויסזען דערפון.
ראביי זאקס איז שטארק מחולק מיט אים (אין זיין בוך Will We Have Jewish Grandchildren).

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:40 pm
דורך מי אני
בנוגע די קשר צווישן די שאלה איבער זהות ישראל און דזשענדער אידענטיטעט, איז באקאנט אז מ'וויל מקשר זיין די פראבלעם מיט טרענסדזשענדער מיט'ן איסור פון לא תלבש. און אויף דעם זאגט דער חינוך במצוה תקמב אז די סיבת האיסור איז אלס איסור ערוה, תערובות, וזימה ע"ש.

ולפי"ז קען מען זאגן אז דעריבער בא הרמז אז ווען הושע הנביא האט געזאגט פאר הקב"ה אויף בני ישראל שחטאו העבירם באומה אחרת (פסחים פז.), האט אים הקב"ה געזאגט צו הייראטן א זונה גומר בת דבליים. און זיין לעצטן זוהן מיט איר (הושע א ט) איז גערופן געווארן, עפ"י ה', "לא עמי". והיינו, הרמז אז בענין זהות "העם" יהודי של הקב"ה, איז דאס דומה צום געדאנק פון זהות איש או אשה, וואס די פראבלעם דערין (טענה'ט מען) איז מחמת ענין זנות, וואס דא איז די זוהן דוקא געבוירן געווארן פון א זונה שלקח עפ"י ציווי ה'.

מ'קען אולי זאגן נאך מער, אז די גמרא דרש'נט דארט אין פסחים פז: אויף "בת דבליים" שמואל אמר שמתוקה בפי הכל כדבלה ורבי יוחנן אמר שהכל דשין בה כדבלה ע"ש. און ביי שבת טרעפט מען דעם שיעור פון גרוגרות (דבילה) להוצאת שבת (עירובין ד: ועוד). און דער מ"א באו"ח סימן שו ס"ק כט ברענגט אראפ אז חילול שבת איז חמור כעוע"ז (אדער נאך ערגער) ע"ש. ונמצא מזה דשמירת שבת, ובשיעור גרוגרת/דבילה, איז ככפירה בע"ז. וואס כל הכופר בע"ז נקרא יהודי (מגילה יג.) און האט דעם זהות "יהודי".

און אז "שכינה" איז כנסת ישראל, זהותה, זאגט דאך דער זוה"ק (בראשית פז.) אֶלָּא תְּרֵין מַטְלָנִין אִנּוּן, חַד דִּידֵיהּ וְחַד דִּשְׁכִינְתָּא, דְּהָא כָּל בַּר נָשׁ בָּעֵי לְאִשְׁתַּכְּחָא דְּכַר וְנוּקְבָא ע"ש.

***

לגבי אנטיסעמיטיזם אלס א קרייטעריאן דערפאר, האב איך דאס טאקע צוגעברענגט פון סאַרטרע, אין מיין אשכול אויף די נושא וועלכע דו ציטירסט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:11 pm
דורך וואלווי
מי אני האט געשריבן:בנוגע די קשר צווישן די שאלה איבער זהות ישראל און דזשענדער אידענטיטעט, איז באקאנט אז מ'וויל מקשר זיין די פראבלעם מיט טרענסדזשענדער מיט'ן איסור פון לא תלבש. און אויף דעם זאגט דער חינוך במצוה תקמב אז די סיבת האיסור איז אלס איסור ערוה, תערובות, וזימה ע"ש.
וואס איז די שייכות פון טרענסדזשענדער צו ערוה און זימה?

פאר דעם טרענס איז זיין לבוש נישט פון אן אנדערען מין, ולא זו אף זו, טרענס האט גארנישט מיט ערוה זימה, ס'איז לויטער איידענטיטי און נישט קיין אינפלוענס פון זימה און ערוה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:19 pm
דורך מי אני
איה"נ. איך זאג:
מי אני האט געשריבן:אז מ'וויל מקשר זיין די פראבלעם מיט טרענסדזשענדער מיט'ן איסור פון לא תלבש. און אויף דעם זאגט דער חינוך במצוה תקמב אז די סיבת האיסור איז אלס איסור ערוה, תערובות, וזימה ע"ש.
ווי איך לינק דארט צו, זאג איך אז די איסור איז בנוגע drag, און נישט טרענסדזשענדער פּער סע.

Re: דא?! וואוינט א איד

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:39 pm
דורך שערי יושר
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
אלפא האט געשריבן:ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
וואס זענען די בלויע אויגן און בלאנדע האר ביי אשכנזים?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:53 pm
דורך ברוך שפינוזה
אלפא האט געשריבן:מיין טעאריע איז אז אויב וויל מען עס אנקוקן מיט א דרויסענדיגע בליק וואלט איך געזאגט אז דער וועמען די שאלה באדערט – דאס מיינט א איד! (וקצת כמש"כ כאן)
דהיינו, דער וואס איז בכלל אינטרעסירט און די דעפינאציע פון די מושג אידישקייט, מיינט דאס בהחלט אז ער קערט פאר די המשכה פון דעם מהות עס גייט אים סוכ"ס אן אז עפעס אן אידענטיפיקאציע זאל זיין און נישט ממש עס זאל זיין רינערדיג – א ווערטער שפיל - וואס מיינט גארנישט. במדת מה איז דאס אליין גענוג אים אנצורופן איד! ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא!
יאפ, און באמת איז עס אלץ אזוי. האב איך א געהאט א ליטווישער חבר אין ישיבה וואס האט געוואלט וואוסן וואס איז דאס "פאפא"? איז עס עפעס א דרך אין עבודת השם? א פארטיי אין סיטי האל? אדער סתם אזוי א טיטל אן א מיטל? אבער מיר חסידים פארשטיין אז דאס איז נאריש גערעדט, א פאפא'נער מיינט איינער וואס ווען דו פרעגסט איהם וואס ער איז וועט ער דיך ענטפערן פאפא... און וואס מיינט א באבובער? זעלבע זאך, מ'פרעגט איהם וואס ער איז זאגט ער באבוב, ער איז שטאלץ צו זיין באבוב, כל כולו אומר באבוב, און אויב איז ער נאר 45% שטאלץ צו זיין א באבובער איז ער טאקע נאר א באבוב-45 :lol: :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:27 pm
דורך אלפא
שערי יושר האט געשריבן:
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
אלפא האט געשריבן:ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
וואס זענען די בלויע אויגן און בלאנדע האר ביי אשכנזים?
איך בין נישט אזוי באקאנט.
אבער אויב מיינסטו צו פרעגן/זאגן אז מיר אלע זענען געמישט מיט די גוים (וואס בדרך אגב איז נישט דוקא געווען מיין כונה) קען לכאו' זיין אז עס קומט פון די טאטעס זייט וואס נעמט נאכנישט אוועק דעם 'אידישן' סטאטוס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 8:38 pm
דורך berlbalaguleh
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
אלפא האט געשריבן:ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
די עצם פאקט אז דו טוסט דיך אידענטיפיצירן אלס איד. (דער מאדיפייער, דום/קלוג איז שוין נישט אינטרעסאנט) איז שוין געניג. דאס טוט באשטעטיגן די טעאריע פון אלפא...!.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 8:44 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר האט געשריבן:
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
אלפא האט געשריבן:ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
וואס זענען די בלויע אויגן און בלאנדע האר ביי אשכנזים?
דאס פראווט נאר אז זיי זענען אשכנזים , להוציא ספרדים.

אויך פראווט עס אז די נאצישע ראסן טעאריע איז פאלש מיסודו, אלס סייענס.

כידוע. זענען די אלע וועלכע די נאציס האבן ארויפגעהאלטן אלס מאדעל אריער, פאקטיש געווען אידן...לאל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:02 am
דורך אלפא
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
אלפא האט געשריבן:מיין טעאריע איז אז אויב וויל מען עס אנקוקן מיט א דרויסענדיגע בליק וואלט איך געזאגט אז דער וועמען די שאלה באדערט – דאס מיינט א איד! (וקצת כמש"כ כאן)
דהיינו, דער וואס איז בכלל אינטרעסירט און די דעפינאציע פון די מושג אידישקייט, מיינט דאס בהחלט אז ער קערט פאר די המשכה פון דעם מהות עס גייט אים סוכ"ס אן אז עפעס אן אידענטיפיקאציע זאל זיין און נישט ממש עס זאל זיין רינערדיג – א ווערטער שפיל - וואס מיינט גארנישט. במדת מה איז דאס אליין גענוג אים אנצורופן איד! ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא!
יאפ, און באמת איז עס אלץ אזוי. האב איך א געהאט א ליטווישער חבר אין ישיבה וואס האט געוואלט וואוסן וואס איז דאס "פאפא"? איז עס עפעס א דרך אין עבודת השם? א פארטיי אין סיטי האל? אדער סתם אזוי א טיטל אן א מיטל? אבער מיר חסידים פארשטיין אז דאס איז נאריש גערעדט, א פאפא'נער מיינט איינער וואס ווען דו פרעגסט איהם וואס ער איז וועט ער דיך ענטפערן פאפא... און וואס מיינט א באבובער? זעלבע זאך, מ'פרעגט איהם וואס ער איז זאגט ער באבוב, ער איז שטאלץ צו זיין באבוב, כל כולו אומר באבוב, און אויב איז ער נאר 45% שטאלץ צו זיין א באבובער איז ער טאקע נאר א באבוב-45 :lol: :lol: :lol:
זייער ריכטיג!
די איינציגסטע חילוק איז נאר ווי ערענסט מ'נעמט די שאלה פון אידענטיטעט, און ווי שטארק מ'זום'ט אריין אין דעם.
ביי כמעט יעדע זאך קען מען פרעגן וואס 'מאכט' די זאך פאר דעם זאך,
איז עס די פעל פונעם הויט, די צורה פונעם פנים, די מושג אז ס'קען גוט שמעקן, אדער די סארט עסן וואס ס'עסט - וואס מאכט עס פאר א הינט?!
איז עס די קאליר, די סייז/שעיפ, אדער די טעם, וואס מאכט דעם רויטן, רינדעכיגן, זיסן פרוכט - דער מיט די קערעלעך - פאר אן עפל?!
איז עס די פיס, די ברייטע ברעט, אדער די השתמשות, וואס מאכט עס פאר א טיש?!
אפשר גאר דאס אז זיי ווילן זיך אזוי באצייכענען?! :?

נאר וויבאלד עס איז נישט קיין סאך נוגע (חוץ פאר הויך-שטערנדיגן פילאסאפן פארשטייט זיך..) נעמט מען אן בפשטות אז-איך-ווייס-אז-דו-ווייסט-אז-אונז-ביידע-ווייסן פון וואס ס'האנדלט זיך.

[עס דערמאנט די מעשה מיט בריסקער רב אויפן באן - זאגנדיג פאר די בחורים 'שיבעוד איז שיבעוד' ודוק.]

ביי אידישקייט איז דאס אלעמאל געווען נוגע - מער פון אן הלכה'דיגן פערספעקטיוו, בעיקר לכאורה לגבי די הלכות אומבאלאנגט אטענטישע אידן (-חילול שבת וכדו').
ביי ג'ענדעריזם האט זיך די מערכה אנגעפאנגען ווען מאנכע האבן געפילט פאר וויכטיג צו עקספרעסן זייער ג'ענדער בפני קהל ועדה, עס איז געווארן אזא טרענד..
און עס גייט בפשטות זיין די מערסטע נוגע - ווי געשמועסט - לגבי AI, צו ער גייט זיך אויך מעגן אידענטיפיצירן ווי א מענטש אדער וויאזוי נאר ער וויל.. (און בעצם נאך מער- איבער וואספארא רעכטן ער האט אין ערשטן פלאץ).

ענד אוו די געים, עס איז א נושא ווען מ'מאכט עס פאר א נושא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:42 am
דורך חדשים
קודם א לייק פאר די קריעטיוו קעפל. אונז דארף מיר גאט זאל טאנצן אויף די דעכער אז ”דא וואוינט א איד,” און איינמאל פאר אלעמאל ארויסקומען קלאר אין די ”יידען פראגע.”

הלכה למעשה מאכט נישט קיין גרויסע נפקא מינה פאר אונזער קהילה דא די פונקטליכע דעפיניציע, אונז פאלן סייווי אריין אין יעדע פון די הגדרות. אזוי צו אזוי ביסטו גע’לעיבל’ט אלס א איד. איך בין יא נייגעריג אויף די פארקערטע זייט (עסקינג פאר א פרענד, פארשטייטצעך) ”וואס איז א גוי?” איז דאס געבינדן צו א מציאות, אידענטיפיקעישען, סאשעל קאנסטראקט אדער סאמטינג עלס. אפשר דער וועמען די שאלה באדערט - דאס מיינט א גוי? ישראל כיון שחטא ואע”פ שישראל הוא הרי הוא גוי... אפשר לויט די פוסקים וואס נעמען אן להלכה אז אויב מען אידענטיפייט זיך אלץ א אשה איז מען א אשה, אז מען אידענטיפייט זיך אלץ א גוי איז מען א גוי עם כל השלכותיו. אפשר היינט קען מען ווערן אויס איד?...


וואלסט געקענט מער מרחיב זיין אויף די שטיקל?
נאכן זיך אויסשלאגן פאר יארן אן קיין געווינער – האט היסטאריע סעלעקטירט די פרושים אלס זיגער – נאכן האבן די איינציגסטע מאדעל וועלכע האט געקענט זיין אינדיפענדענט פון א געאגראפיש אדער נאציאנאלן סטאטוס, ווי די מאמר גייט 'די חכמים האבן געמאכט אידישקייט פארטעבל-portable' .

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 2:06 am
דורך אלפא
חדשים האט געשריבן: וואלסט געקענט מער מרחיב זיין אויף די שטיקל?
נאכן זיך אויסשלאגן פאר יארן אן קיין געווינער – האט היסטאריע סעלעקטירט די פרושים אלס זיגער – נאכן האבן די איינציגסטע מאדעל וועלכע האט געקענט זיין אינדיפענדענט פון א געאגראפיש אדער נאציאנאלן סטאטוס, ווי די מאמר גייט 'די חכמים האבן געמאכט אידישקייט פארטעבל-portable' .
זע דא
און דא (ביים אנפאנג)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 2:20 am
דורך אלפא
חדשים האט געשריבן: הלכה למעשה מאכט נישט קיין גרויסע נפקא מינה פאר אונזער קהילה דא די פונקטליכע דעפיניציע, אונז פאלן סייווי אריין אין יעדע פון די הגדרות. אזוי צו אזוי ביסטו גע’לעיבל’ט אלס א איד. איך בין יא נייגעריג אויף די פארקערטע זייט (עסקינג פאר א פרענד, פארשטייטצעך) ”וואס איז א גוי?” איז דאס געבינדן צו א מציאות, אידענטיפיקעישען, סאשעל קאנסטראקט אדער סאמטינג עלס. אפשר דער וועמען די שאלה באדערט - דאס מיינט א גוי? ישראל כיון שחטא ואע”פ שישראל הוא הרי הוא גוי... אפשר לויט די פוסקים וואס נעמען אן להלכה אז אויב מען אידענטיפייט זיך אלץ א אשה איז מען א אשה, אז מען אידענטיפייט זיך אלץ א גוי איז מען א גוי עם כל השלכותיו. אפשר היינט קען מען ווערן אויס איד?...
זע דא אז דיין ערשטע הנחה איז גארנישט אזוי פשוט..
און זע דא פון ר' צדוק איבער זיך אידענטיפיצירן אלס גוי..

Re: דא?! וואוינט א איד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 9:16 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אפאר פונקטן.
עס איז מיר נישט קלאר די גאנצע premise פון די שאלה. איז די שאלה געבויט אויף די הנחה אז לגבי ג'ענדער איז עס טאקע בלויז א רינעדיגער עניין געבויט אויף די זעלבסט געפיל? דאן אויב גלייב איך נישט אין די גאנצע אידאולוגיה כלפי ג'ענדער איז די שאלה נישט קיין שאלה?

'איד' איז א נאמען פון א פאלק. עס איז נישט געניג אז איינער פאר זיך האלט אז ער איז איינס, צו זיין א חלק פון א פאלק דארף מען האבן די צושטימונג פון די פאלק. ממילא איז עס בכל אופן נישט אין זעלבן קאטאגאריע פון ג'ענדער.

ישראל אע''פ שחטא רעדט נישט איבער די בירגערשאפט סטאטוס פונעם חוטא - לעניין זיין א חלק פון די פאלק. נאר איבער די מדרגה פונעם חוטא לעניין די בענעפיטן וועלכע קומען מיט די סטאטוס פון הייסן איד. און די זעלבע איז מיט די פילע מאמרי חז''ל לגבי אפיקורסים והמסתעף.

די הנחה אז רוב וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן זענען באמת נישט קיין אידן, קענסט אפשר פארברייטערען פון ווי די נעמסט דאס?

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:47 am
דורך חדשים
אלפא האט געשריבן:
זע דא אז דיין ערשטע הנחה איז גארנישט אזוי פשוט..
און זע דא פון ר' צדוק איבער זיך אידענטיפיצירן אלס גוי..
אויב איינער איז געבוירן אלץ א חרדי’שער איד איז ער אפילו לשיטת הרב פכטר א איד. די גאנצע דיון איז נאר אויף א גר הבא להתגייר.

לגבי ר’ צדוק, נו נו. ע”ז גופא אנו דנין. נאכמער, אויב אידענטיפייט ער זיך אלץ א גוי ווערט עס אזא גיטו וידו באין כאחד סיטואציע, און ער איז נישט עובר אויף די אלע חמורות...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 10:45 am
דורך אלפא
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:אפאר פונקטן.
עס איז מיר נישט קלאר די גאנצע premise פון די שאלה. איז די שאלה געבויט אויף די הנחה אז לגבי ג'ענדער איז עס טאקע בלויז א רינעדיגער עניין געבויט אויף די זעלבסט געפיל?
יא און ניין!
עס איז נישט געבויט אויף די ג'ענדער הנחה, נאר אויף די פילאסאפיע פון אידענטיטי און די געדאנק אז עס איז א סאציאלע קאנסטראקט (ווי דו אליין זאגסט שפעטער לגבי ווען א 'פאלק איז נישט מסכים..) וועלכע שטארצט בעיקר ארויס ביי ג'ענדער.
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: דאן אויב גלייב איך נישט אין די גאנצע אידאולוגיה כלפי ג'ענדער איז די שאלה נישט קיין שאלה?
ניין! ווי געשמועסט.
אבער צווייטנס, די איידעאלאגיע איז נישט קיין אמונה וועלכע מ'גלייבט אין. עס איז א פילאסאפישע נידון וויאזוי מיר אלס סאסייעטי דארפן/טוען באצייכענען זאכן. דו מעגסט דיך דינגען מיט דעם, אבער at some point טאמער רוב פונעם סאסייעטי איז אויפן צווייטן זייט וועסטו האבן ווייניג (פילאסאפישע) מאמענטום. און די 'שאלה' שבו בלייבט אייביג וואליד..
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: 'איד' איז א נאמען פון א פאלק. עס איז נישט געניג אז איינער פאר זיך האלט אז ער איז איינס, צו זיין א חלק פון א פאלק דארף מען האבן די צושטימונג פון די פאלק. ממילא איז עס בכל אופן נישט אין זעלבן קאטאגאריע פון ג'ענדער.
קודם כל, על זה אנו דנין, איז עס טאקע א נאמען פון א 'פאלק'? אפשר גאר שיטה/גלויבונג/התנהגות?
צווייטנס, מהיכי תיתי אז די פאלק איז די מחליט ווער די 'גערעכענטע' זענען? (ווער איז בכלל דעם פאלק צו מחליט זיין in first place?)
בדרך כלל איז די 'סאסייעטי' בכלליות מחליט צו וועלכע פאלק/סעקטע עמיצער באלאנגט. עס איז נישט קיין מעמבערשיפ סיסטעם..
ווען איך פאררוף מיר אלס בעלזא חסיד (לדוגמא) - איך גיי מיט לאנגע/געדרייטע פיאות מיט די גארטל מיט די גאנצע 9 יארדן, אבער משום איזה סיבה האבן די בעלזאים מיר נישט ליב אלס בעלזא - גייסטו אדער א צווייטע דרויסענדיגע אויפהערן אזוי באצייכענען און אידענטיפיצירן?

איך פרעג נאר?! (דאס איז בעצם די נושא האשכול..)
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: די הנחה אז רוב וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן זענען באמת נישט קיין אידן, קענסט אפשר פארברייטערען פון ווי די נעמסט דאס?
איך האב דאס געליינט און ראביי זאקס' בוך, איך האב נישט די רעפערענס צו די האנט.
זע נאר דא, און מאך אליין דעם לאגישן חשבון.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 6:47 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אלפא האט געשריבן:
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:אפאר פונקטן.
עס איז מיר נישט קלאר די גאנצע premise פון די שאלה. איז די שאלה געבויט אויף די הנחה אז לגבי ג'ענדער איז עס טאקע בלויז א רינעדיגער עניין געבויט אויף די זעלבסט געפיל?
יא און ניין!
עס איז נישט געבויט אויף די ג'ענדער הנחה, נאר אויף די פילאסאפיע פון אידענטיטי און די געדאנק אז עס איז א סאציאלע קאנסטראקט (ווי דו אליין זאגסט שפעטער לגבי ווען א 'פאלק איז נישט מסכים..) וועלכע שטארצט בעיקר ארויס ביי ג'ענדער.
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: דאן אויב גלייב איך נישט אין די גאנצע אידאולוגיה כלפי ג'ענדער איז די שאלה נישט קיין שאלה?
ניין! ווי געשמועסט.
איך קריג מיר נאכאלץ מיט די צושטעל צו ג'ענדער. אפילו אויב וויל מען דן זיין אז אידענטיטעט לגבי א פאלק איז א געזעלשאפט געבוי, נאכאלץ איז ג'ענדער אנדערש. וויבאלט ג'ענדער איז מגדיר א מציאות און נישט בלויז א השתייכות צו א זאך. חוץ אויב די גייסט יא מיט די הנחה אז ג'ענדער איז נישט קיין אמת'ע הגדרה נאר בלויז רינעדיגע עניין.
אלפא האט געשריבן: אבער צווייטנס, די איידעאלאגיע איז נישט קיין אמונה וועלכע מ'גלייבט אין. עס איז א פילאסאפישע נידון וויאזוי מיר אלס סאסייעטי דארפן/טוען באצייכענען זאכן. דו מעגסט דיך דינגען מיט דעם, אבער at some point טאמער רוב פונעם סאסייעטי איז אויפן צווייטן זייט וועסטו האבן ווייניג (פילאסאפישע) מאמענטום. און די 'שאלה' שבו בלייבט אייביג וואליד..
די לשון 'איך גלייבט אז כך וכך' אדער 'I believe that...' ווערט גענוצט אויך אויף פילאזאפישע עניינים. עס מיינט נישט דוקא די אלגעמיינע (חדר) טייטש פון אמונה - א בלינדע גלויבונג (אזוי אויך לגבי אמונה בהשם. ואכמ''ל). די לשון איך גלייבט ברענגט ארויס אז די זאך איז א opinion און נישט קיין אבסולוטע פאקט.
אלפא האט געשריבן: קודם כל, על זה אנו דנין, איז עס טאקע א נאמען פון א 'פאלק'? אפשר גאר שיטה/גלויבונג/התנהגות?
צווייטנס, מהיכי תיתי אז די פאלק איז די מחליט ווער די 'גערעכענטע' זענען? (ווער איז בכלל דעם פאלק צו מחליט זיין in first place?)
בדרך כלל איז די 'סאסייעטי' בכלליות מחליט צו וועלכע פאלק/סעקטע עמיצער באלאנגט. עס איז נישט קיין מעמבערשיפ סיסטעם..
ווען איך פאררוף מיר אלס בעלזא חסיד (לדוגמא) - איך גיי מיט לאנגע/געדרייטע פיאות מיט די גארטל מיט די גאנצע 9 יארדן, אבער משום איזה סיבה האבן די בעלזאים מיר נישט ליב אלס בעלזא - גייסטו אדער א צווייטע דרויסענדיגע אויפהערן אזוי באצייכענען און אידענטיפיצירן?

איך פרעג נאר?! (דאס איז בעצם די נושא האשכול..)
קוק אויף די היסטוריה פון די זאך. ווען איז אידישקייט געווארן א שיטה/גלויבונג/התנהגות? אין די אידישע מקורות זעהט מען בלויז אז א ספעציפישע 'פאלק' איז נבחר געווארן דורך גאט צו זיין ספעציעל, און איז געגעבן געווארן ספעציעלע געזעצן צו נאכגיין. דאס אז זיי האבן געזעצן מיינט נישט אז דאס איז די יסוד פון זייער עקזיסטענץ.
אוודאי איז א פאלק א מעמבערשיפ סיסטעם. אז נישט איז דאס נישט קיין פאלק to begin with. א פאלק בעצם איז א עטנישע גרופע, און די איינציגסטע וועג וויאזוי א פרעמדער קען זיך מצרף זיין צו ווערן א חלק פון די פאלק איז דורכדעם וואס די פאלק איז אים מקבל אלס איינער פון זיי, געווענליך דורכן נאכקומען זייערע ספעציעלע requirements - אין אונזער פאל איז עס זיך פירן מיט אונזערע ספעציעלע געזעצן.
ווען סאסייעטי איז מחליט צו וועלכע פאלק איינער באלאנגט האט דאס נישט קיין שום אמת'ע משמעות. עס איז נישט קובע קיין שום זאך חוץ פון א stereotype.
בעלזא איז נישט קיין פאלק. בעלזא איז א מהלך אדער א גרופע. בנוגע די 'גרופע' חלק - אויב די בעלזאים שטויסן דיר ארויס פון זייער גרופע ביסטו באמת נישט קיין חלק פון זייער גרופע, און די בלייבסט בלויז מיט די מהלך חלק. אויב די גייסט מיט די בעלזא מהלך מיט די פאות און גארטל וועל איך דיר באצייכענען אלס בעלזער מיט די כוונה צו דיין שייכות צו די מהלך. אזויווי איך וואלט באצייכנט איינער מיט בלויע האר אלס woke טראצדעם וואס עס איז מעגליך אז ער איז שוין געווארן גע'cancelled...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:44 pm
דורך אלפא
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: קוק אויף די היסטוריה פון די זאך. ווען איז אידישקייט געווארן א שיטה/גלויבונג/התנהגות? אין די אידישע מקורות זעהט מען בלויז אז א ספעציפישע 'פאלק' איז נבחר געווארן דורך גאט צו זיין ספעציעל, און איז געגעבן געווארן ספעציעלע געזעצן צו נאכגיין. דאס אז זיי האבן געזעצן מיינט נישט אז דאס איז די יסוד פון זייער עקזיסטענץ.
אוודאי איז א פאלק א מעמבערשיפ סיסטעם. אז נישט איז דאס נישט קיין פאלק to begin with. א פאלק בעצם איז א עטנישע גרופע, און די איינציגסטע וועג וויאזוי א פרעמדער קען זיך מצרף זיין צו ווערן א חלק פון די פאלק איז דורכדעם וואס די פאלק איז אים מקבל אלס איינער פון זיי, געווענליך דורכן נאכקומען זייערע ספעציעלע requirements - אין אונזער פאל איז עס זיך פירן מיט אונזערע ספעציעלע געזעצן.
ווען סאסייעטי איז מחליט צו וועלכע פאלק איינער באלאנגט האט דאס נישט קיין שום אמת'ע משמעות. עס איז נישט קובע קיין שום זאך חוץ פון א stereotype.
בעלזא איז נישט קיין פאלק. בעלזא איז א מהלך אדער א גרופע. בנוגע די 'גרופע' חלק - אויב די בעלזאים שטויסן דיר ארויס פון זייער גרופע ביסטו באמת נישט קיין חלק פון זייער גרופע, און די בלייבסט בלויז מיט די מהלך חלק. אויב די גייסט מיט די בעלזא מהלך מיט די פאות און גארטל וועל איך דיר באצייכענען אלס בעלזער מיט די כוונה צו דיין שייכות צו די מהלך. אזויווי איך וואלט באצייכנט איינער מיט בלויע האר אלס woke טראצדעם וואס עס איז מעגליך אז ער איז שוין געווארן גע'cancelled...
מ'קען דן זיין אפאר נקודות, איך וועל מיר אבער נעמען צום לעצטן. ביזט מחלק צווישן די 'גרופע' חלק און די 'מהלך' חלק, סיי לגבי בעלזא און סיי לגבי WOKE, וואס לכאו' קען מען דאס פונקט אזוי טון מיט אידישקייט, דהיינו די גרופע חלק איז די 'פאלק' צו וואס דו באציסט זיך, און די מהלך קען רעינדזשען צווישן הלכה, אמונה, קולטור, וכו'.
וואס דו זאגס איז אז בעצם איז דיער ארויסגעשטויסענער נישט קיין חלק, נאר די סאסייעטי קען אים (בטעות) נאכאלץ סטערעאטייפן אזוי. וואס טוט זיך אבער מיט אים אליין, קען ער זיך באצייכענען אזוי? אין אנדערע ווערטער קען ער זיך אידענטיפיצירן מיט דעם 'מהלך' וואס ער גייט און מיט וויאזוי סאסייעטי קוקט אים אן, אדער איז אידענטיפיקאציע געבינדן צום 'פאלק' חלק שבו?

איך גלייב דו גייסט ווייטער טענה'ן אז אידישקייט איז גארנישט מער ווי א 'פאלק' צו וועלכע מ'מוז זיין סובסקרייבט אויף זייער טערמין.
איך הער וואס דו זאגסט - דו ביזט ענטייטעלד דערצו. די פראבלעם דערמיט איז נאר אז זייער אסאך 'אידן' (אזוי-גערופענע) דינגען זיך דערמיט, עכ"פ זיי דינגען זיך אויף די טערמינען און אויף ווער עס איז בארעכטיגט דאס אוועק-צושטעלן (אפי' לויט דיר דארפסטו מסביר זיין ווער פון דעם 'פאלק' איז די מחליט למעשה איבער די קרייעטעריע..) ממילא פון א דרויסענדיגע בליק טוט דיין מהלך נישט אויסמאכן קיין סאך - בעת 'אידן' פון איבער די גארע וועלט באצייכענען/אידענטיפיצירן זיך אלס אידן, און די גאס נעמט אן זייער אידענטיפיקאציע...