בלאט 1 פון 1

סטאפ ספינען אין גלות - לעב גאולה'דיג!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:52 pm
דורך א שעפעלע
בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די תורה הקדושה הייבט אָן אונזער פרשה מיט די ווערטער "וְהָיָה עֵקֶב תִּשְׁמְעוּן" אֵת הַמִּשְׁפָּטִים הָאֵלֶּה וּשְׁמַרְתֶּם וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם, וואס פשוט פשט איז דאס טייטש, אז עס וועט זיין 'ווייל' איר וועט צוהערן און איינהאלטן די מצוות התורה, וועט השי"ת אייך געבן שכר, וְשָׁמַר ה' אֱלֹקֶיךָ לְךָ אֶת הַבְּרִית וְאֶת הַחֶסֶד אֲשֶׁר נִשְׁבַּע לַאֲבֹתֶיךָ, און נאך פארשידענע גוטע ברכות און הבטחות וואס די תורה הקדושה רעכנט אויס אין די ווייטערדיגע פסוקים.

אבער רש"י הקדוש באגנוגט זיך נישט מיט די פשוט'ע טייטש פון די ווארט עֵקֶב 'ווייל', נאר רש"י ברענגט וואס חכמינו ז"ל דרש'ענען אויפן פסוק, "והיה עקב תשמעון - אם המצוות הקלות שאדם דש בעקביו תשמעון" אויב איר וועט איינהאלטן און מקיים זיין די גרינגע און קליינע מצוות וואס מענטשן צוטרעטן דאס מיט די פערשט פון די פיס, אויף דעם וועט קומען די שכר.

לאמיר זיך אבער אפשטעלן א רגע, פון א 'מצוה קלה' האבן מיר שוין געהערט, ווי די משנה זאגט אין פרקי אבות (פרק ב' משנה א') וֶהֱוֵי זָהִיר בְּמִצְוָה קַלָּה כְּבַחֲמוּרָה שֶׁאֵין אַתָּה יוֹדֵעַ מַתַּן שְׂכָרָן שֶׁל מִצְווֹת, אז מ'דארף זיין געוואָרנט צו היטן אויך די לייכטע מצוות ווייל מיר ווייסן נישט אפצושאצן די שכר פון א מצוה, אדער ווי בן עזאי זאגט און די-וואכעדיגע פרק (פרק ד' משנה ב') הֱוֵי רָץ לְמִצְוָה קַלָּה, אז מען דארף לויפן מקיים זיין אפילו א מצוה קלה; און ווי דער רמב"ם זאגט דארט אין פירוש המשניות אז ס'איז פארהאן אזעלכע מצוות וואס עס שטייט נישט ביי זיין קיין עונש אויב א מענטש איז עס נישט מקיים, און דערפאר ווערט דאס אנגעקוקט ביי אונז ווי א לייכטע מצוה. אבער וואס מיינט דאס מצוות קלות 'שאדם דש בעקביו'?, עס הערט זיך אביסל ווי א שטארקע לשון זלזול אז מענטשן 'צוטרעטן' און צודרעשן חלילה די מצוות מיט זייער פיס, וואס איז די כוונה דערפון?.

און בכלל, לויט דעם רמז פארוואס כאפט די תורה הקדושה אָן דווקא דעם 'עֵקֶב' די פערשט, עס וואלט פונקט אזוי געקענט שטיין א לשון פון 'רֶגֶל' וואס דאס איז די גאנצע פוס, אדער א לשון פון 'דָשׁ' וואס דאס איז די פעולה פון דש בעקביו, און וואס באדייט די רמז דווקא מיט'ן ווארט עֵקֶב.

די טעג פון גאולה - גאולה פרטית
אויך לאמיר זיך אביסל מתבונן זיין אין די תקופה אין וואס מיר געפונען זיך יעצט, בשעת מיר זענען ממשיך ווייטער אין די 'שבעה דנחמתא' וואס הייבט זיך אָן פון שבת נחמו, און ציט זיך במשך זיבן וואכן אין וועלכע מיר זאגן די הפטורות מיט דברי נבואה איבער די גאולה און נחמה פון כלל ישראל, איז דאָך דאס אודאי נישט סתם געזאגט, נאר עס איז באמת א זמן וואס דארף אונז ברענגן נענטער צו גאולה און ישועה.

פארשטייט זיך אז די הויפט 'גלות און גאולה' וואס מיר זענען עוסק אין די טעג איז אודאי די גלות און גאולה פון כלל ישראל, די חורבן בית המקדש און גלות השכינה אויף וואס מיר קלאגן קודם, און די נחמה פון כלל ישראל און די גאולה העתידה וואס מיר האפן און קוקן ארויס אויף במהרה בימינו.

אבער ווי מיר ווייסן פון ספרים הקדושים איז אויך פארהאן א 'גלות הנפש' ביי יעדעם איינעם, א איד געפונט זיך אין זיין אייגענעם גלות פרטי, זיינע אייגענע שוועריגקייטן און שוואכקייטן, און ווי צדיקים האבן געזאגט אז דאס זיין געפאנגן אין די אייגענע גלות איז די שווערסטע פון אלע גלות'ן. קומט אויס אז אין אזא זמן ווען מיר רוקן זיך פאָראויס אין די טעג פון נחמה און גאולה, איז די פאסיגע צייט פאר א איד נתעורר צו ווערן און זוכה זיין צו מאכן פאָרשריט אין די אייגענע גאולת הנפש, און ארויסקריכן אביסל פונעם גלות הדעת אין וואס מען איז פארזינקן.

ווען מ'וויל זיך העלפן אבער מ'פאלט אריין נאך טיפער
איז איידער מיר גייען אריין אינעם מושג וויאזוי צו לעבן און זיך צו דערנענטערן צו אונזער אייגענע פרטיות'דיגע גאולה, לאמיר קודם כאפן א נענטערע בליק אויף די חלק הגלות אין אונז.

מיר לעבן אין א וועלט וואס איז פיל מיט גלות הדעת, דער גאנצער מענטש מיט אלע זיינע רמ"ח איברים און שס"ה גידים און איבערהויפט זיין קאפ און מוח זענען איינגעטינקן אין גלות. דער מענטש איז פארנומען טאג און נאכט מיט פארשידענע זאכן וואס נעמען איבער זיין גאנצע מהות, ער איז פארנומען מיט געלט און כבוד, תאוות און חמדות, יעדער איינער אויף זיין שטייגער. און פון צייט צו צייט שטעלט זיך דער מענטש אפ און קלערט אריין אין זיין מצב ווי פאַריאָגט און פאַרפּלאָגט ער איז און אז ער האט נישט קיין צייט צו 'לעבן' געהעריג, און דעריבער מאכט ער אפ מיט א פעסטע החלטה אז ער גייט זוכן א לעזונג צו קענען אביסל גרינגער מאכן זיין טאג טעגליכע הלוך ילך כדי ער זאל האבן מער צייט און מער קאפ און מוח פאר אנדערע זאכן. בדרך כלל וועט ער אויפקומען מיט א פרישע פלאן און א נייע סטראטעגיע וואס וועט איהם למעשה נאך מער פארפּלאָנטערן און אריינשלעפן טיפער אינעם זומפ. ער רעדט זיך איין אז אויב וועט ער נאר האבן 'יענע' איין זאך, אדער יענע געוויסע מיטל, אדער אויב וועט ער נאר מאכן נאך אביסל מער געלט דאן וועט ער שוין זיין רואיג און האבן מער צייט...

דאס אלעס איז א חלק פונעם אייגענעם גלות אין וועלכע מיר לעבן, דער מענטש פאלט אריין אין א גרוב, און אנשטאט נעמען די טריט אין די ריכטיגע דירעקציע ארויס פונעם גרוב, פראבירט ער זיך צו העלפן מיט פארשידענע סארט מיטלען אבער דורך דעם פאלט ער אריין נאך טיפער און טיפער אינעם גרוב.

לאמיר אנכאפן אלס א דוגמא וואס יעדער פארשטייט און איז כמעט א טייל פון אונזער לעבן וואס מיר לעבן היינט: מיר פארמאגן פארשידענע היינטיגע טעכנעלאגישע מיטלען וואס זענען נתחדש געווארן אלעס כדי צו העלפן די מענטשהייט און שפאָרן וויכטיגע צייט, אבער אנשטאט ברענגן א תועלת און א עכטע אויפטוה, שלעפט עס אריין דעם מענטש אסאך טיפער, ער ווערט מער צוגעבינדן צו זיינע געשעפטן אויך ווען ער איז אינדערהיים אדער אין בית המדרש, עס נעמט איבער אפילו זיינע אייגענע שעות פון עסן און שלאפן און פארברענגן. וואס דאס איז בלויז איינס פון פילע זאכן וואס מיר רעדן זיך איין אז עס ברענגט אונז נענטער צו א גאולה און צו הילף, אבער אנשטאט דעם טוט
עס ממש דאס פארקערטע...

א לעזונג וואס ברענגט מיט זיך מער און פרישע פראבלעמען
מיר אלע קענען גוט די 'כעלעמער מעשה' פונעם שמש וואס האט צוטרויטן די שיינע שניי... און פאר די וואס געדענקן נישט וועלן מיר עס דערציילן אין קורצן. ווי באקאנט זענען די חכמי כעלעם געווען אויסגעצייכענט מיט זייער גרויס 'חכמה' וואס זיי האבן גענוצט צו לייזן יעדע פראבלעם מיט פארשידענע ארגינעלע געדאנקן וואס איז שווער צו טרעפן דאס גלייכן. הכלל, אמאל האבן די כעלעמע אידן זיך אפגערעדט אז ווען עס פאלט א פרישע שניי, און די גאנצע שטאט איז איינגעהילט אין א הערליכע שיכט פון שיינע ווייסע שניי, פונקט דעמאלטס קומט דער שמש און גייט ארום אנקלאפן ביי די הייזער כדי אויפצוּוועקן דעם עולם, און ער מאכט קאליע די הערליכע סצענע מיט זיינע פיסטריט וואס זעהן זיך אָן איבעראל.

בקיצור, מ'האט געטראכט און געטראכט און געזוכט א לעזונג דערצו, ביז ס'איז געבליבן די החלטה אז די קומענדיגע מאל וואס ס'וועט שנייען, וועט מען נעמען דעם שמש און איהם ארויפזעצן אויף א טיש, און אזוי וועט מען איהם ארומפירן איבער די גאסן פון שטאט אָנדעם וואס ער זאל דארפן מאכן אפילו איין טריט אין די שניי... ס'איז איבריג צו זאגן אז עס איז זיי אינגאנצן נישט איינגעפאלן אז עס וואלט שוין געווען אסאך בעסער צו לאזן דעם שמש אליינס טרעטן אויף די שניי, ווי איידער די פיר מענטשן וואס האבן געדארפט שלעפן דעם טיש מיט'ן שמש דעראויף.

ווען מ'דערמאנט זיך פון די קינדערישע מעשה קאסט עס א לאַך, אבער דער אמת איז אז עס איז גארנישט אזא געלעכטער, ווייל אז מיר וועלן זיך אליינס קוקן אין שפיגל וועלן מיר באמערקן אז צומאל זענען מיר גארנישט בעסער ווי יענע כעלעמע אידן מיט זייער מאדנע איינפאל.

ווי מיר האבן שוין פריער דערמאנט, וועט א מענטש אמאל צוקומען צו א החלטה אז ער דארף נאר פארדינען מער געלט, אדער ער דארף זיך איינהאנדלען נאך אביסל טעכנעלאגישע הילף וואס וועט איהם אסאך גרינגער מאכן דעם עול, און מיט דעם גייט ער אריין אין די זעלבע כעלעמע מצב - פון יעצט און ווייטער הייבט ער אָן צו ליידן פון פיר פּאָר פיסטריט אין די שניי אנשטאט איינס.

ווען מען קומט נישט מיט א אמת'ע טויש
אביסל טיפער גערעדט דארף מען וויסן אז די סארט גלות איז זייער א ברייטע גלות און איז נוגע צו זייער אסאך זאכן. צום ביישפיל, זייער אסאך מאל ווען א מענטש האט א געוויסע פראבלעם, ער האט א סכסוך מיט א צווייטן, אדער זיין קשר אין שטוב איז אנגעצויגן און שוואך, אדער סיי וואס עס זאל נאר זיין, וועט איהם יעדע שטיק צייט אנכאפן א 'התחדשות' און ער וועט פראבירן צו נעמען די זאך אין די הענט אריין מיט א פרישקייט, "היינט גיי איך איהם זאגן אזוי און אזוי!" אדער ער באשליסט אז "דאס איז עס, היינט וועל איך איהם שוין ווייזן", און ער כאפט נישט אז ער איז בכלל נישט אויפגעקומען מיט א לעזונג, ער האט גארנישט מחדש געווען און נישט געברענגט צום טיש קיין שום נייע געדאנק, ער חַזר'ט איבער די נעכטיגע טעותים מיט א נייע לבוש, מיט א נייע שלייער פון אויבן, ער זינגט איבער דעם זעלבן ניגון פשוט מיט אביסל אנדערע קנייטשן... און צומאל מאכט ער אפילו נאך גרעסער די פראבלעם מיט די יעצטיגע 'מהדורה' פון זיין פלאן, און עס וועט איהם דערקייקלען צו א טיפערע תהום וואו ער האט נאכנישט געהאלטן דארט ביז יעצט...

ווייל דאס איז די מהות פון גלות, גלות איז ווען מ'בלייבט אינעם אלטן מצב און מ'זעהט זיך נישט ארויס דערפון. און ווי מיר האבן מאריך געווען אינעם פריערדיגן שיעור דערוועגן, מיט'ן משל וואס שטייט אין ספרים הקדושים צו דער זוהן וואס פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין אבער ער שיקט מתנות פאר זיין טאטע, שרייט דער טאטע איך דארף נישט קיין מתנות, איך דארף אז דו זאלסט זיך טוישן! ווייל ווילאנג דער מענטש בלייבט אויפן זעלבן אלטן פלאץ און מאכט נישט קיין פאָרשריט אויף ארויס, וועט נישט העלפן די מתנות און די דיבורים, ווייל באמת איז ווייטער אלעס די זעלבע ווי נעכטן און ווי אייער נעכטן.

אבער דער מענטש וויל דאס נישט אנערקענען אזוי שנעל, ער זעהט טאקע איין אז זיין מצב איז נישט גוט, און ער פארשטייט אז ער האט א פראבלעם און ער מוז זיך העלפן, אבער אנשטאט מאכן א משמעות'דיגע טויש און אויפקומען מיט א 'נייע פלאן' און א נייע וועג פון לעבן, וועט ער ווייטער פארבלייבן אינעם זעלבן גרוב, נאר יעדע שטיק צייט ווען עס כאפט איהם אָן א התחדשות וועט ער פראבירן צו טוישן עפעס אויבערפלעכליך, ער וועט ווייטער אנהאלטן מיט די זעלבע טענות ומענות נאר ער וועט עס פשוט אראפלייגן מיט אביסל אַן אנדערע שפראך.

גאולה איז טייטש ניי, א נייע טריט אויף ארויס
דאס אלעס איז געלעבט אין גלות! ווייל גאולה באדייט ווען מ'קומט מיט עפעס 'ניי', עפעס וואס איז באמת א חידוש און א טויש, גאולה איז ווען מ'קומט אָן אויף א פלאץ וואו מ'איז נאכנישט געווען פריער, מ'האט זיך גערוקט פאָראויס, מ'איז געשטיגן, מ'האט זיך עפעס געטוישט! דאס הייסט גאולה.

און לאו דווקא ווען מ'קומט אָן צום ענדגילטיגן ציל און צו די פילסטע שלימות, מ'מוז נישט דערגרייכן דעם שפיץ בארג כדי צו האבן גאולה. גאולה איז טייטש די מינוט וואס דער מענטש הייבט אָן צו נעמען די ריכטיגע טריט אינעם גוטע דירעקציע.

פונקט ווי ווען איינער געפונט זיך אין א גרוב, אדער טאקע איינגעזינקן אין א שווערע שניי, און ער פראבירט ארויסצוקומען אבער ער געבט זיך נישט קיין עצה, וויפיל ער דראַפעט זיך מיט די הענט און די פיס זינקט ער איין אלס טיפער; אבער אין די מינוט וואס ער שטעלט זיך אפ, ער טראכט מיט יישוב הדעת פון א נייע סטראַטעגיע וויאזוי צו קענען ארויסקריכן פון דארט, דערנאך שטרעקט ער אויס זיין האנט און ער כאפט זיך אָן אין א שטריק, ער שטעלט אראפ איין פיס, און נאכדעם נאך א פיס, דאס אלעס איז שוין א חלק פון זיין גאולה, יעדע קליינע שריט אינעם ריכטונג פון זיין ארויסקריכן האט א שטארקע תועלת; דאס עצם טראכטן פון א נייע פלאן, דאס אנכאפן מיט די הענט, דאס אראפלייגן די פיס, יעדע ביסל ארבעט איז נאך א טריט נענטער צו זיין גאולה.

די דרכי היצר צו האלטן דעם מענטש אין זיין גלות
אצינד ווייסן מיר שוין וואס מיר דארפן זוכן כדי זוכה צו זיין צו גאולה, דער מענטש דארף זיך גוט מתבונן זיין און אריינקלערן וואס קען איך מחדש זיין און ברענגן עפעס א אמת'דיגע 'נייע' טויש אין מיין לעבן, נישט בלויז איבערמאכן די אלטע טעותים און די אלטע פראבלעמען און פארבלייבן אינעם פלאנטער.

נאר עס זאגט זיך גרינגער ווי געטוהן, ווייל דער יצר הרע טוט אויך זיין חלק און פראבירט אפצוהאלטן דעם מענטש פון שטייגן העכער און ארויסקריכן פון זיינע שוואכקייטן און פראבלעמען.

און דער יצר הרע האט צוויי הויפט וועגן אפצושוואכן דעם מענטש און איהם צוריקהאלטן פון מאכן פאָרשריט צו זיין גאולה פרטית. צומאל וועט דער יצר הרע עס מאכן אויסזעהן גרויס און שווער, ער לייגט אריין אין די קאפ פונעם מענטש אז כדי ער זאל זיך באמת טוישן פאָדערט זיך א ריזיגע עבודה, עס וועט זיין ביטער שווער און כמעט אוממעגליך, און פארשטייט זיך אז אזא מחשבה טוט אפשוואכן דעם מענטש אז ער זאל זיך נישט וועלן ברענגן צו מאכן א טויש אין זיינע מעשים.

אבער דער יצר הרע האט נאך א מהלך, ער מאכט געוויסע זאכן אויסזעהן זייער קליין און נאריש, און דער מענטש טראכט מיט שפאָט "נעה, מיינסט טאקע אז די קלייניגקייט וועט אויסמאכן?, עס איז דאָך גארנישט", אדער ער טראכט ביי זיך "יעדער טוט אזוי, מ'קען מיינען אז איך דארף זיין אנדערש", און אזוי מאכט ער אוועק פארשידענע גוטע און וויכטיגע זאכן מיט פוילע תירוצים. אבער מיר דארפן וויסן און געדענקן אז צומאל איז דאס די געווער פונעם יצר הרע אוועק צו רויבן פונעם מענטש זיין גאולה און זיין הצלחה!.

זייער אסאך מאל פאָדערט זיך פון א מענטש באמת צו מאכן קליינע שריט און שינויים לטובה, אויב וואלט ער נאר אויפגעגעבן איין קליינע 'עדיקשאן' אדער איין קליינע זאך וואס פארנעמט זיין קאפ, וואלט ער פון דעם געקענט ווערן ממש א נייע בריה, זיין לעבן וואלט זיך געקענט עווענטועל טוישן דורך דעם מן הקצה אל הקצה, אדער אויב וואלט ער זיך געשטארקט בלויז אין איין דבר טוב, למשל ער וואלט מער געהיטן זיין מויל נישט צו רעדן שלעכטס, וואלט דאס געקענט האבן גאר א ווייטע השפעה אויף זיין נפש, אבער דער יצר הרע מאכט איהם גרינגשעצן דערין און אפשפעטן דערפון אז ס'איז בכלל נישט חשוב און וויכטיג.

און דעריבער ווען א מענטש האט א הוה-אמינא פון אנהייבן טוהן א דבר טוב, אבער ער שפירט אז ער איז מזלזל דערין און עס טראגט נישט קיין גרויס געוויכט ביי איהם, דארף ער זיך גוט מתבונן זיין און מאכן א חשבון הנפש, ווער ווייסט אויב דאס איז נישט איין שטיק עצת היצר אפצוהאלטן מיין תכלית און מיין תועלת.

און נאך מער, ווי מיר האבן גערעדט לעצטענס פונעם ענין אז א מענטש האט א נאטורליכע פחד פון נייע זאכן, ער שרעקט זיך פון זאכן וואס זענען אומבאקאנט פאר איהם. צומאל איז דאס אליינס אויך א גורם פארוואס מיר לאכן אפ און מאכן אוועק געוויסע זאכן, ווייל טיף טיף אינעווייניג ווייסט אונזער נפש אז אויב מיר וועלן מאכן דעם איינעם שינוי לטובה, יא ס'איז טאקע א קלייניגקייט, אבער דאס וועט אונז ברענגן גאר ווייט, און מיר האבן מורא, מיר ווייסן נישט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אזא עתיד, מיר ווייסן נישט וויאזוי צו באהאנדלען אונזער נייע גאולה'דיגן מהות וואס קען ארויסשפראצן אין אונז אויב מיר וועלן זיך אביסל טוישן, און דעריבער איז גרינגער צו בלייבן זיצן אינעם לאָך און אוועקמאכן יעדע שינוי און זאגן אז ס'איז גארנישט, ס'איז צו קליין אין פשוט צו האבן עפעס א ערנסטע ווערד.

ווי האט נאר א חכם אמאל געזאגט? אויב ס'איז טאקע אזא קלייניגקייט און ס'איז ממש גארנישט, אויב אזוי וואס גייט דיך אָן דאס צו טוהן? פארוואס ביסטו אזוי פארנומען צו אנטלויפן דערפון און עס אוועקמאכן?... אלא מאי מוז מען זאגן אז דער מענטש דעהערט יא טיף אינעווייניג אז ס'איז 'יֶשׁ דְבָרִים בְּגוֹ' און אויב ער וועט זיך נעמען דערצו קען נאך עפעס ווערן פון איהם...

דערהערן די חשיבות פון די קליינע זאכן
היוצא לנו, ווען א איד מאכט א חשבון הנפש און ער אנערקענט אז זיין מצב איז נישט גוט, ער דארף זיך טוישן, ער דארף ארויסקריכן פון זיין פלאנטער, דארף ער וויסן צו שעצן יעדע קליינע טריט וואס ער שטעלט אין די ריכטיגע ריכטונג, ווייל יעדע 'נייע' טריט און פאָרשריט וואס ער מאכט, איז א טריט פון גאולה, עס וועט איהם ברענגן נענטער צו זיין ישועה. אנשטאט אוועקצומאכן די קליינע שינויים און ווייטער בלייבן איינגעזינקן אין די זעלבע בלאטע און פלאַטשקענען מיט די הענט און פיס זיך איינרעדנדיג אז מ'טוט עפעס אויף, דארף מען זיך אפשטעלן און מאכן א קלארע און שטארקע החלטה אז דאס איז עס! איך גיי אנהייבן צו טוהן צו די זאך, איך גיי זוכן א נייע מהלך, איך גיי אנהייבן ארויסצוקריכן, אפילו עס וועט גיין שטייטלעך און אפילו עס וועט זיין בלויז דורך קליינע שינויים לטובה, אבער מ'דארף דאָך אמאל אנהייבן, מ'דארף דאָך נעמען דעם ערשטן טריט ארויס...

און דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס דער פסוק הייבט אָן "וְהָיָה עֵקֶב תִּשְׁמְעוּן" אֵת הַמִּשְׁפָּטִים הָאֵלֶּה, און ווי רש"י הקדוש -וועלכע איז עפ"י רוב מפרש דעם פשוט'ן פשט אין פסוק- פילט פאר וויכטיג גלייך אריינצוטייטשן דא דעם דרש אז דאס זענען די "מצוות קלות שאדם דש בעקביו", ווייל די תורה הקדושה לערנט אונז דא דעם וועג וויאזוי מ'דערנענטערט זיך צו השי"ת און צו קיום התורה והמצוות, עס איז צייט אז מיר הייבן אָן צו דערהערן די גרויסקייט און די חשיבות פון די מצוות קלות שאדם דש בעקביו, אדרבה, קוק און זעה אליינס אין וועלכע גוטע זאכן דו ביסט מזלזל, קוק אויף די זאכן וואס דו טרעטסט און דו מאכסט עס אוועק, צומאל איז דאס אליינס די גרעסטע סימן אז דארט ליגט דיין גאולה, אט דאס איז די ריכטיגע טריט וואס דו דארפסט נעמען כדי צו ווערן דערהויבן און ארויסקריכן פון דיין גלות הנפש.

און ווי מיר האבן מדייק געווען פארוואס שטייט דווקא עֵקֶב, און נישט רגל אדער דש, שטייט אין ספרים אז די פערשט פון די פיס איז מרמז אז פון איין זייט זעהט עס טאקע אויס קליין און נישט חשוב, עס איז די נידריגסטע חלק אינעם גוף און די ווייטסטע אוועק פון די קאפ און די הארץ, און מ'קען לעבן אָן א פערשט, אבער פון די צווייטע זייט איז דאס די גאנצע יסוד פונעם מענטש, אלעס איז געבויט אויפן עֵקֶב, און אָן דעם קען דער מענטש נישט שטיין אדער גיין... וואס לענינינו איז דאס מרמז אויף די קליינע און וויכטיגע שינויים לטובה וואס א מענטש מאכט, די מצוות און מעשים טובים קלות, וואס קען טאקע זיין אז זיי זעהן אויס קליין, אבער זיי טראגן אין זיך גאר א גרויסע חשיבות און א געוויכט צו ברענגן דעם מענטש צו זיין גאולה.

ווי אויך קען מען צולייגן אז עֵקֶב איז מרמז אויף פיסטריט, דאס זענען טאקע די קליינע טריט וואס דער מענטש נעמט ארויסצוקריכן פונעם גרוב, עס איז טאקע נאר א טריט, און קען זיין אז דערווייל איז ער נאך אינעם גרויב, אבער עס איז א טריט נענטער צו די ליכטיגקייט און צו זיין ארויסגיין פונעם גלות מִשִׁעְבּוּד לִגְאֻלָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹר גָדוֹל!.

לסיכום געדענק:
• מ'דארף גוט בודק זיין אויב מיר קומען אויף מיט א 'נייע לעזונג' צו א פראבלעם, אדער מיר חַזר'ן סתם איבער דאס אלטע.
• גלות איז ווילאנג מ'בלייבט פארכאפט אין דאס אלטע, גאולה איז ווי נאר מ'גיבט אפילו איין נייע טריט אויף ארויס.
• קליינע גוטע זאכן אין וואס מיר זענען מזלזל קען אמאל זיין אונזער גרעסטע שליסל צו גאולה, נעם עס נישט פאר לייכט!.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:54 pm
דורך א שעפעלע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:37 pm
דורך תכלת וארגמן
א גרויסען דאנק זייער שיין איך האב טאקע לעצטענס געהעדט א געדאנק אויף נחמה אז ס'איז פינעם לשון פירען "לך נחה את העם" " ולא נחם אלקים" דאס הייסט אז פירט זיך און אן אנדערען דירעקשאן אנקיקען די זאך פין א אנדע2ע פראספעקטיוו אזוי פירט מען זיך און דירעקשאן צו גאולה....