בלאט 1 פון 2
קען א ליטווישע רב זיך קריגן מיט ר' משה
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 11:19 pm
דורך שפילער
קען א ליטווישע רב היינט אויפשטיין און זיך קריגן מיט ר' משה פיינשטיין ז"ל? איך מיין צו פרעגן, קען א ליטווישע גדול היינט אנקומען און אסר'ן חלב סתם, אדער איינמאל ר' משה האט עס געזאגט איז עס תורה שלימה?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:40 am
דורך דערהויבענע איד
לכאורה נישט, פונקט ווי מ'קען זיך נישט היינט קריגן אויפן חפץ חיים, אדער אויף הרב ש''ך ז''ל.
אין סאטמער זעט מען יא די מושג אז ''ווען די רבי וואלט געלעבט...'', אבער אין אלע אנדערע פלעצער אין כלל ישראל, און אזוי אויך אין הלכה איז כמעט נישט שייך אזא זאך, ווייל מ'קען זיך נישט קריגן מיט איינער וואס קען שוין נישט צוריקרעדן, ווייטער רעדן אין זיין נאמען און זאגן וואס ער האט געמיינט, איז א גרויסע חוצפה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:07 pm
דורך Yesh
איך קיק אן פאר א פאני זאך אז ׳מקען זיך נישט קריגן׳ סאיז א סאטמערע זאך וואס מהאט קריעטעדט ביי די ערב. סקען זיין איך בין נישט גערעכט אבער אזוי זעי איך עס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:07 pm
דורך תשפג
כ׳בין סתם נייגעריג, פארוואס זאל א ליטווישע רב זיין אנדערש פון א חסידות׳שע אדער ספרדישע רב לגבי זיך גריגן מיט ר׳ משה?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:47 pm
דורך שמן למאור
ס'איז דא א מושג פון "אין משיבין את הארי לאחר מיתה". אויב זעט מען א גדול וואס איז א ריז אין תורה, מען זעט אז אין אנדערע פלעצער איז זיין פסק געבויעט אויף פעסטע יסודות, דאן אפילו אין א פלאץ ווי מען פארשטייט נישט, קען מען אויך אננעמען אז ער האט געהאט א גוטע טעם דערביי, אפילו ער איז זיך דארטן נישט גוט מסביר, אדער מען קען גרינג אפפרעגן זיין שיטה. ס'איז שייך צו זאגן אז ווען ער וואלט נאך דא געווען, וואלט ער פאר אלעמען קלאר געמאכט זיין כוונה.
גאר אסאך מאל טרעפט מען דאס אין די ספרי הפוסקים, ווי זיי נעמען אן א פסק פון א פריערדיגע בלויז מחמת כבוד צו יענעם, הגם זיי פרעגן אפ, אדער פארשטייען נישט די סברה דערביי. בפרט די רמ"א וועמען אונז אשכנז'ישע אידן פאלגן נאך, ער טוט דאס כסדר. גאר אסאך מאל איז זיין גאנצע פסק געבויעט אויף אן אומפארשטענדליכע ראשון וואס ער ברענגט אין דרכי משה.
ווידער אנדערע מאל טרעפט מען יא ווי געוויסע שפעטערדיגע מאכן אוועק די רייד פון די פריערדיגע מחמת חסרון פון סברה אדער צוליב די שוואכע טעם וואס זיי האבן אנגעגעבן. ווי מען צייכנט אן אויבן פלעגט עס ר' משה אליינס טון.
כ'האב טאקע נישט ארויס קיין קלארע מהלך ווען מען דארף האבן דרך ארץ פארן פריערדיגע גדול, און אננעמען זיין אומפארשטענדליכע פשט, און ווען מען קען יא זאגן, סארי, כבודו במקומו מונח, אבער דא רעדט ער אומפארשטענדליך, מען קען גרינג אפפרעגן זיין סברה, ער איז פארט א מענטש און האט דא מעגליך געמאכט א טעות.
אדרבה, ווער האט א מהלך דערינען?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 6:40 pm
דורך שעפטאל
די סיבה איז נישט ווייל ער האט זיכער נישט געמאכט קיין טעות, נאר אלס הלכות כבוד הרב קען מען נישט פסק'נען פארקערט ווי עם להתיר.
דאס איז פשט אין דעם גאר באניצבארע היתר פון: במקום הפסד מרובה
לכאו' אויב איז די פלייש נבילה, דארף מען פארלירן די גאנצע פארמעגן שלא לעבור על ל"ת דכל נבילה לא תאכלו?
(ס'איז ווי מ'שרייבט: במקום הפסד מרובה מעג מען מחלל שבת זיין..)
נאר באמת נעמט די מחבר אהן אז ס'איז כשר, אבער א גדול האט געשריבן אז ס'איז נבילה.
אלס הלכות מאכלות אסורות איז עס כשר ומותר
אבער אלס הלכות כבוד הרב איז עס אסור
כבוד הרב האט א שיעור וויפיהל מ'דארף אויפגעבן פאר עס. מ'איז נישט מחוייב צו האבן א הפסד מרובה לכבוד הרב.
אזוי איז ר' יאשע בער מסביר (YU)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:00 pm
דורך ברוך שפינוזה
שעפטאל האט געשריבן:כבוד הרב האט א שיעור וויפיהל מ'דארף אויפגעבן פאר עס. מ'איז נישט מחוייב צו האבן א הפסד מרובה לכבוד הרב.
אזוי איז ר' יאשע בער מסביר (YU)
און אברהם גייגער זאגט אז די גרעסטע כבוד וואס מ'קען געבן פאר א רב איז אז מענטשן עסן צו דער זעט, אך און וויי פאר א רב וואס מענטשן מוטשען זיך אן פאר זיין כבוד.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:08 pm
דורך berlbalaguleh
שעפטאל: אויב רעדט מען בכלליות, איז משמע אז מ'קען זיך יא קריגן מיט אן אחרון. ספעציעל פון א דור אדער צוויי פריער. אויף די ראשונים קענמען זיך היינטיגע צייטן נישט קריגן. מ'דארף פארענטפערן אלע קשיות וואס מ'קען האבן אויף זיי.
נאר ספעציפיש ביי דעם ענין פון "חלב סתם", האלט ר' משה אויך נישט אז ס'איז א לכתחילה. ער האט עס נאר מתיר געווען בשעת הדחק. דורך די היתרים פון מירתת און אימת מלכות. ווייל די רעגירונג איז זייער שטרענג אויב מישט מען אריין מילך פון א בהמה טמאה. ער אליין האט אויך נישט געהאלטן אז "חלב סתם" איז פונקט אזוי גוט ווי חלב ישראל.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:23 pm
דורך שמן למאור
ברוך שפינוזה האט געשריבן:שעפטאל האט געשריבן:כבוד הרב האט א שיעור וויפיהל מ'דארף אויפגעבן פאר עס. מ'איז נישט מחוייב צו האבן א הפסד מרובה לכבוד הרב.
אזוי איז ר' יאשע בער מסביר (YU)
און אברהם גייגער זאגט אז די גרעסטע כבוד וואס מ'קען געבן פאר א רב איז אז מענטשן עסן צו דער זעט, אך און וויי פאר א רב וואס מענטשן מוטשען זיך אן פאר זיין כבוד.
וואס קען זיין א גרעסער תענוג אויפן וועלט ווי אוועקגעבן אביסל פון זעך פארן אויבערשטן!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:31 pm
דורך כרם זית
שעפטאל האט געשריבן:די סיבה איז נישט ווייל ער האט זיכער נישט געמאכט קיין טעות, נאר אלס הלכות כבוד הרב קען מען נישט פסק'נען פארקערט ווי עם להתיר.
דאס איז פשט אין דעם גאר באניצבארע היתר פון: במקום הפסד מרובה
לכאו' אויב איז די פלייש נבילה, דארף מען פארלירן די גאנצע פארמעגן שלא לעבור על ל"ת דכל נבילה לא תאכלו?
(ס'איז ווי מ'שרייבט: במקום הפסד מרובה מעג מען מחלל שבת זיין..)
נאר באמת נעמט די מחבר אהן אז ס'איז כשר, אבער א גדול האט געשריבן אז ס'איז נבילה.
אלס הלכות מאכלות אסורות איז עס כשר ומותר
אבער אלס הלכות כבוד הרב איז עס אסור
כבוד הרב האט א שיעור וויפיהל מ'דארף אויפגעבן פאר עס. מ'איז נישט מחוייב צו האבן א הפסד מרובה לכבוד הרב.
אזוי איז ר' יאשע בער מסביר (YU)
דער רמ''א אליין אין די הקדמה צו זיין ספר 'תורת חטאת', איז אזוי מסביר די טעם פארוואס במקום הפסד מרובה אדער לעני ולכבוד שבת איז מען מקיל.
בענין די שאלה פון די פותח האשכול, כ'מיין אז אסאך פון ר' משה'ס שיטת זענען נישט אנגענומען אין די ליטוויש'ע חרדיש'ע וועלט, צב''ש די התיר פון חלב סתם להקל, און כ'גלייב אז אויך זיין שיטה אויף הפלה ווערט נישט נאכגעפאלגט אויף א בלינד'ע אופן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:58 pm
דורך שעפטאל
שמן למאור האט געשריבן:
וואס קען זיין א גרעסער תענוג אויפן וועלט ווי אוועקגעבן אביסל פון זעך פארן אויבערשטן!
כל הפטור מדבר ועושהו נקרא הדיוט..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:30 pm
דורך שפילער
כרם זית האט געשריבן:שעפטאל האט געשריבן:די סיבה איז נישט ווייל ער האט זיכער נישט געמאכט קיין טעות, נאר אלס הלכות כבוד הרב קען מען נישט פסק'נען פארקערט ווי עם להתיר.
דאס איז פשט אין דעם גאר באניצבארע היתר פון: במקום הפסד מרובה
לכאו' אויב איז די פלייש נבילה, דארף מען פארלירן די גאנצע פארמעגן שלא לעבור על ל"ת דכל נבילה לא תאכלו?
(ס'איז ווי מ'שרייבט: במקום הפסד מרובה מעג מען מחלל שבת זיין..)
נאר באמת נעמט די מחבר אהן אז ס'איז כשר, אבער א גדול האט געשריבן אז ס'איז נבילה.
אלס הלכות מאכלות אסורות איז עס כשר ומותר
אבער אלס הלכות כבוד הרב איז עס אסור
כבוד הרב האט א שיעור וויפיהל מ'דארף אויפגעבן פאר עס. מ'איז נישט מחוייב צו האבן א הפסד מרובה לכבוד הרב.
אזוי איז ר' יאשע בער מסביר (YU)
דער רמ''א אליין אין די הקדמה צו זיין ספר 'תורת חטאת', איז אזוי מסביר די טעם פארוואס במקום הפסד מרובה אדער לעני ולכבוד שבת איז מען מקיל.
בענין די שאלה פון די פותח האשכול, כ'מיין אז אסאך פון ר' משה'ס שיטת זענען נישט אנגענומען אין די ליטוויש'ע חרדיש'ע וועלט, צב''ש די התיר פון חלב סתם להקל, און כ'גלייב אז אויך זיין שיטה אויף הפלה ווערט נישט נאכגעפאלגט אויף א בלינד'ע אופן.
אפשר זאגסטו מיר וואס מיינט ווען דו זעהסט אויף א באטל די הכשר פון ou און סשטייט ou d און די וועלט איז אנגענימען אז דאס איז חלב סתם
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:53 pm
דורך כרם זית
כ'פארשטיי נישט דיין פראגע. דו האסט געשריבן 'ליטוויש'ע' רב האב איך אנגעמערקט אז ר'משה'ס התיר פון חלב סתם איז נישט אנגענומען ביי די חרדישע ליטאים. או יו פארטרעט ענדערש די מאדערנע ארטאדאקסיע געמיינדע.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:55 pm
דורך שפילער
כרם זית האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט דיין פראגע. דו האסט געשריבן 'ליטוויש'ע' רב האב איך אנגעמערקט אז ר'משה'ס התיר פון חלב סתם איז נישט אנגענומען ביי די חרדישע ליטאים. או יו פארטרעט ענדערש די מאדערנע ארטאדאקסיע געמיינדע.
סאיז מיר זייער אינטערסאנט דאס צו הערן , דו זאגסט מיר אז ou איז נישט געמאכט פאר ליטאים?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:59 pm
דורך כרם זית
קען זיין אז אין לעיקוואד איז או יו א הכשר וואס מען ניצט, אבער כ'מיין אז ווען ס'קומט צו חלב סתם זענען זיי נישט מקיל.
נאכאמאל, איך שרייב נישט קיין זיכער'ע פאקטן בלויז כפי ידועתי.
@ליטוואק פון בודאפעסט?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:08 am
דורך ברוך שפינוזה
אין די אמעריקאנע אידישע גאס זענען נישט דא קיין גרופע מענטשן וואס אידענטיפיצירן זיך אלץ "ליטווישע" (אין ישראל איז יא דא), ס'דא "ישיבישע" וואס זענען בעיקר קאנצענטרירט אין לעקוואוד וואס זיי טרינקען נישט חלב סתם/עכו"ם, און ס'דא סתם "ארטאדאקס" וואס טרינקען יא. מאדערן ארטאדאקס איז א דריטע גרופע אינגאנצן, הגם די גבול צווישן ארטאדאקס-ישיביש און ארטאדאקס-מאדערן ארטאדאקס קען צומאל זיין זייער זייער בלורי.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:20 am
דורך שפילער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:אין די אמעריקאנע אידישע גאס זענען נישט דא קיין גרופע מענטשן וואס אידענטיפיצירן זיך אלץ "ליטווישע" (אין ישראל איז יא דא), ס'דא "ישיבישע" וואס זענען בעיקר קאנצענטרירט אין לעקוואוד וואס זיי טרינקען נישט חלב סתם/עכו"ם, און ס'דא סתם "ארטאדאקס" וואס טרינקען יא. מאדערן ארטאדאקס איז א דריטע גרופע אינגאנצן, הגם די גבול צווישן ארטאדאקס-ישיביש און ארטאדאקס-מאדערן ארטאדאקס קען צומאל זיין זייער זייער בלורי.
מאכט נישט קיין סענס, שטעל דיר פאר התאחדות סערווט פאר די ליטווישע עולם...
פארוואס זאל נישט ou סערוויסען פאר זייער עולם ליטווישע. און אז די היימישע ליטווישע טרינקט נישט חלב סתם פארוואס שטעלט זיך נישט ou צו?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:38 am
דורך ברוך שפינוזה
נאכאמאל, די OU סערווירט נישט קיין ליטווישע, ליטווישע געפינען זיך נאר אין ארץ ישראל. ווי אויך סערווירן זיי נישט בלויז ישיבישע וואס זענען קאנצענטרירט אין לעיקוואוד און פלעטבוש, זיי סערווירן ארטאדאקסן וואס זענען אויסגעשפרייט איבער גאנץ אמעריקע, אפפער וועסט סייד, פייוו טאונס, און וואו נישט. דער אנפירער פון די כשרות אפטיילונג איז גראדע פון די נאנטע תלמידים פון רבי יאשע בער און לערנט פאר שיעורים אין YU (די פארפרומטע מאדערן-ארטאדאקס) און טוראו קאלעדש און האט נישט גארנישט איינגעשטויסן מיט די לעיקוואוד חברה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:25 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
שפילער האט געשריבן:ברוך שפינוזה האט געשריבן:אין די אמעריקאנע אידישע גאס זענען נישט דא קיין גרופע מענטשן וואס אידענטיפיצירן זיך אלץ "ליטווישע" (אין ישראל איז יא דא), ס'דא "ישיבישע" וואס זענען בעיקר קאנצענטרירט אין לעקוואוד וואס זיי טרינקען נישט חלב סתם/עכו"ם, און ס'דא סתם "ארטאדאקס" וואס טרינקען יא. מאדערן ארטאדאקס איז א דריטע גרופע אינגאנצן, הגם די גבול צווישן ארטאדאקס-ישיביש און ארטאדאקס-מאדערן ארטאדאקס קען צומאל זיין זייער זייער בלורי.
מאכט נישט קיין סענס, שטעל דיר פאר התאחדות סערווט פאר די ליטווישע עולם...
פארוואס זאל נישט ou סערוויסען פאר זייער עולם ליטווישע. און אז די היימישע ליטווישע טרינקט נישט חלב סתם פארוואס שטעלט זיך נישט ou צו?
גאנץ אסאך חברה אין לעקוואוד טרינקען OU מילך. חלב סתם איז עס נאר לויט טייל רבנים. אין אמת'ן אריין איז דאס באמת באמת לויט טיין פוסקים חלב ישראל גאר, ווייל זען ווי מ'מעלקט איז וויכטיג כדי ס'זאל זיין א ידועה ברורה אז דאס איז קיען מילך. און היות היינט ווען מ'גייט אריין אין א וואלמארט וכדו' עני פלאץ אין אמעריקע און מ'קויפט א פלאש מילך, אפילו אן א OU איז דא א ידועה ברורה אז דאס אין קיען מילך. ממילה איז דאס חלב ישראל. "לויט טייל פוסקים" OU רופט דאס חלב "קאמפעניס" ווייל זיי ווילן זיך נישט קריגן מיט סאכדעס וכדו' און אויך שטערט זיי נישט אז איינער וואס וויל מחמיר זיין, אז ס'זאל זיין גרינג צו וויסן וועלכע איז חלב ישראל לויט מער שיטות. חלב סתם איז נישט קיין ריכטיגע אויסדריק ווען ס'דא אסאך אסאך פוסקים וואס האלטן אז ס'איז חלב ישראל גאר.
Re: קען א ליטווישע רב זיך קריגן מיט ר' משה
נשלח: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 10:28 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
קען??
זיכער יא!!
צו עס וועט זיין פוש-בעק? מסתבר אז יא.
פייערלעשער און צובראכענע שויבן? מסתם נישט.
דער פראבלעם איז אז דער מושג "ליטווישער רב" איז כמעט ווי נישט אין עקזיסטענץ, די עליטע שטרעבט צו זיין ראשי ישיבה, ממילא בלייבן איבער בלויז צווייט ראנגיגע דיינים וועלכע קענען באמת נישט זיך קריגן מיט ר' משה.
Re: קען א ליטווישע רב זיך קריגן מיט ר' משה
נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 2:17 am
דורך בטנית
היינט איז דא א פרישע פראבלעם אז ס'איז דא ארום 15% טריפה'נע קיען פון די אפעראציעס וואס מ'געט זיי און אויף דעם העלפט נישט ר' משה'ס התר
Re: קען א ליטווישע רב זיך קריגן מיט ר' משה
נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 7:17 am
דורך Salford
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 27, 2024 10:28 pm
קען??
זיכער יא!!
צו עס וועט זיין פוש-בעק? מסתבר אז יא.
פייערלעשער און צובראכענע שויבן? מסתם נישט.
דער פראבלעם איז אז דער מושג "ליטווישער רב" איז כמעט ווי נישט אין עקזיסטענץ, די עליטע שטרעבט צו זיין ראשי ישיבה, ממילא בלייבן איבער בלויז צווייט ראנגיגע דיינים וועלכע קענען באמת נישט זיך קריגן מיט ר' משה.
פעם רב שאקאביצקי מעיר גייטסהעד ביקר את רב שך כשיצא ליוהו רב שך עד הרחוב ואמר די לעצטע ליטווישע רב
Re: קען א ליטווישע רב זיך קריגן מיט ר' משה
נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:31 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
Salford האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 28, 2024 7:17 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 27, 2024 10:28 pm
קען??
זיכער יא!!
צו עס וועט זיין פוש-בעק? מסתבר אז יא.
פייערלעשער און צובראכענע שויבן? מסתם נישט.
דער פראבלעם איז אז דער מושג "ליטווישער רב" איז כמעט ווי נישט אין עקזיסטענץ, די עליטע שטרעבט צו זיין ראשי ישיבה, ממילא בלייבן איבער בלויז צווייט ראנגיגע דיינים וועלכע קענען באמת נישט זיך קריגן מיט ר' משה.
פעם רב שאקאביצקי מעיר גייטסהעד ביקר את רב שך כשיצא ליוהו רב שך עד הרחוב ואמר די לעצטע ליטווישע רב
כוונת רב שך איז געווען - מיין איך - אז די אנדערע זענען שוין נישט געווען "פון די ליטע", איך גלייב נישט אז ער האט געמיינט צו זאגן איבער וואס מיר רופן אן א "ליטווישער רב".