בלאט 1 פון 2

אן הכרזה צו די אומאן פארער און ענליכע ריסק נעמער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 7:21 am
דורך ודברת בם
פארט נישט אן גוטע לייף אינשורענס וואס איז שוין נישט קאנטעסטובעל.

ס'איז א מקום סכנה, סאיז נישט יושר איבער לאזען די פעקל אינדערהיים אלץ לאסט אויף כלל ישראל. מאכט זיכער איר האט גוטע לייף אינשורענס און גאט זאל אייך היטען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:37 pm
דורך לך לך
אקעי יישר כח

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:04 pm
דורך berlbalaguleh
ספעציעל אין די איצטיגע טעג ווען אוקריינע האט געלאזט וויסן אז זיי וועלן זיך (ח"ו) נוקם זיין אין די אידישע פילגרימס (כלשונם) וועלכע פארן קיין אומאן. ווייל מדינת ישראל האט פארשיקט (בערך) 10% פון די אוקראיינער טוריסטן/אימיגראנטן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:13 pm
דורך וואלווי
לייף אינשורענס נעמט אוועק די "בייקומען די מניעות" אז ס'נישטא קיין מניעות איז נישטא קיין געגועים...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:35 pm
דורך מאנטריאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ספעציעל אין די איצטיגע טעג ווען אוקריינע האט געלאזט וויסן אז זיי וועלן זיך (ח"ו) נוקם זיין אין די אידישע פילגרימס (כלשונם) וועלכע פארן קיין אומאן. ווייל מדינת ישראל האט פארשיקט (בערך) 10% פון די אוקראיינער טוריסטן/אימיגראנטן.
קענסט ברענגן די מקור פליז?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:48 pm
דורך berlbalaguleh
כ'ווייס נישט צי מ'מעג ארויסזאגן דאס ווארט... פון גוגל ניוס. געליינט אויף דעם (טמא'נעם) נישט געפילטערטן סמארטפאון.

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 8:35 pm
דורך מרדכי מרדכי
ודברת בם האט געשריבן:פארט נישט אן גוטע לייף אינשורענס וואס איז שוין נישט קאנטעסטובעל.

ס'איז א מקום סכנה, סאיז נישט יושר איבער לאזען די פעקל אינדערהיים אלץ לאסט אויף כלל ישראל. מאכט זיכער איר האט גוטע לייף אינשורענס און גאט זאל אייך היטען.
אבער ר' נחמן האט געזאגט.

ראש השנה ביים הייליגען רבי. כל העולם כולו תולי בראש השנה שלי

נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 12:22 am
דורך נחמן שלום
צי אלע מיינע הייליגע אין טייערע ברידער, ברוך השם אז איך האב די זכות צי וואוינען דא אין אומן ביים הייליגען רבי'ן רבינו הקדוש צדיק יסוד עולם נחל נובע מקור חכמה רבינו נחמן בן פייגא מברסלב שוין די לעצטע צוויי יאר, ברוך השם אז איך בין דא געווען ניינציג פראצענט פין די זמן המלחמה אין יעצט בין איך אויך דא, סאיז דא א מיספארשטענדעניש אין סאיז דא וואס זאגען אז אומן איז א מקום סכנה, איז איך וועל ענק עקלערען אז יא סאיז דא א מלחמה דא אין אקריינא אין אינז אלע זענען מתפלל אז סזאל שוין קימען צי א ענדע, אבער ברוך השם דא אין אומן קען מען ניטאמאל דערקענען אז סאיז דא א מלחמה, ברוך השם יתברך אז על פי הלכה איז עז נישט קיין מקום סכנה, סאיז שטיל סאיז רואיג, סאיז הערליך אין שיין אין דעם רבינס אור שיינט אין לייכט, די הייליגע רבי האט געזאגט מיט מיינע תורות זאל מען לעבן אבער דעם שולחן ערוך זאל מען קײן קנייטש נישט געבן, איז אוואדע ווען אומן וואלט געווען א מקום סכנה וואלט מען על פי הלכה נישט געמעגט קימען אין די הייליגע רבי נחמן מברסלב וואס האט געזאגט אז ראש השנה שלי עולה על הכל, אין מי שהיה אצלי על ראש השנה ראוי לו לסמוך כל השנה, אין דעי רבי האט געזאגט אז דעם שולחן ערוך זאל מען קיין קנייטש נישט געבן איז יעדער פארשטייט די ענפער אליין, אבער אין אזא זמן ווי די וועגען קיין אומן זענען נישט קיין סכנה אין זעכער נישט אומן, איז ווי פארשטענדליך אז מקען קימען אין בעזרת השם יתברך וועט זיין א הערליכע קיבוץ דא אין אומן ביים הייליגען רבינס ראש השנה.... בשם השם נעשה ונצליח..

נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:30 am
דורך שמן למאור
אז מען קען נישט קנייטשן דעם שו"ע, מוז מען קנייטשן די מציאות'ן און פאקטן... עפעס דארף מען דאך קנייטשן, דער עיקר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:21 am
דורך [NAMELESS]
שמן למאור האט געשריבן:אז מען קען נישט קנייטשן דעם שו"ע, מוז מען קנייטשן די מציאות'ן און פאקטן... עפעס דארף מען דאך קנייטשן, דער עיקר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה.

ווער קנייטשט פאקטן?, טויזענטער אידן זענען שוין געוועהן אין אומאן זייט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן און דערווייל איז נאך גארנישט געשעהן צו קיינעם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:44 am
דורך שמעון וואלף
עמקות המחשבה האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:אז מען קען נישט קנייטשן דעם שו"ע, מוז מען קנייטשן די מציאות'ן און פאקטן... עפעס דארף מען דאך קנייטשן, דער עיקר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה.

ווער קנייטשט פאקטן?, טויזענטער אידן זענען שוין געוועהן אין אומאן זייט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן און דערווייל איז נאך גארנישט געשעהן צו קיינעם.
און דאס איז א ראי' אז רוסלאנד שיסט נישט קיין מיסילס אויף אוקריינע?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:00 am
דורך [NAMELESS]
ניין דאס איז א ראי׳ אז אין יענע חלק אוקריינא פליט נישט קיין מיסילס און ס׳איז נישט מסוכן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:03 am
דורך [NAMELESS]
ס׳איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז ס׳איז מסוכן צו פארן קיין ירושלים ווייל ס׳פליעט מיסילס אין חרמון

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:22 pm
דורך תרמב
די שאנס אז עפעס זאל געשעהן צו איינעם וואס פארט אויף ארץ ישראל איז גרעסער ווי דער וואס פארט אויף אומאן און דאס איז גילטיג אויף אלע געגנטער אין ארץ ישראל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:אז מען קען נישט קנייטשן דעם שו"ע, מוז מען קנייטשן די מציאות'ן און פאקטן... עפעס דארף מען דאך קנייטשן, דער עיקר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה.

ווער קנייטשט פאקטן?, טויזענטער אידן זענען שוין געוועהן אין אומאן זייט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן און דערווייל איז נאך גארנישט געשעהן צו קיינעם.
און דאס איז א ראי' אז רוסלאנד שיסט נישט קיין מיסילס אויף אוקריינע?
זיי שיסן. נאר די העלדישע אוקריינער מיליטער, די גרויסע (אוהבי) אויבי ישראל פון אלע דורות זענען זיך מוסר נפש צו באשיצן די ברסלב'ער חסידים וועלכע פארן קיין אומאן...! צוזאמען מיט זייער "אידישן" פרעזידענט זאלענסקי.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:00 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:אז מען קען נישט קנייטשן דעם שו"ע, מוז מען קנייטשן די מציאות'ן און פאקטן... עפעס דארף מען דאך קנייטשן, דער עיקר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה.

ווער קנייטשט פאקטן?, טויזענטער אידן זענען שוין געוועהן אין אומאן זייט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן און דערווייל איז נאך גארנישט געשעהן צו קיינעם.
און דאס איז א ראי' אז רוסלאנד שיסט נישט קיין מיסילס אויף אוקריינע?
זיי שיסן. נאר די העלדישע אוקריינער מיליטער, די גרויסע (אוהבי) אויבי ישראל פון אלע דורות זענען זיך מוסר נפש צו באשיצן די ברסלב'ער חסידים וועלכע פארן קיין אומאן...! צוזאמען מיט זייער "אידישן" פרעזידענט זאלענסקי.
נישט פארשטאנען. ביסט בעד אדער נגד..?

ביטע קלאר אויס דיין פאזיציע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:36 am
דורך דוד שריפטליך
אנטשולדיג פארן איבערהאקן אינמיטן א דיסקוסיע איך וויל פשוט וויסן ווער פון די שריפטשטעלער א שטייגער ווי שמן למאור זענען געווען אין אומן פאר די מלחמה ביי קאוויד און פאריאר זינט די לופט פעלדער זענען אפגעשאפן ?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:43 am
דורך דוד שריפטליך
תרמב האט געשריבן:די שאנס אז עפעס זאל געשעהן צו איינעם וואס פארט אויף ארץ ישראל איז גרעסער ווי דער וואס פארט אויף אומאן און דאס איז גילטיג אויף אלע געגנטער אין ארץ ישראל.
גאנץ ארץ ישראל איז בערך א משהו גרעסער ווי ניו דזשערסי כידוע לידעי גיאוגרפי און דארטן שיסט מען און מען שטעכט ואין פוצה פה ומצפצף אבער אז מען וויל פארן צום ברסלבר רבי דעם ברויך מען אויס'רודף'ן די יארן קענסט מיר ערקלערן די היפאקריטיע?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:46 am
דורך berlbalaguleh
ארץ ישראל אינה ניקנית אלא ביסורים...!

טויש די נאמען פון די אשכול

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:46 am
דורך דוד שריפטליך
איך האלט אז מען ברויך טוישן די נאמען פון די אשכול עס שטעלט אראפ די סיטואציה צו איינזייטיג כאילו מען רעדט דא פון א לעבנס געפאר

פארן קיין ארץ ישראל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:49 am
דורך דוד שריפטליך
berlbalaguleh האט געשריבן:ארץ ישראל אינה ניקנית אלא ביסורים...!
מיין כלה וויל קומען קיין ארץ ישראל פאר האני מון גלייך נאך די חתונה קיין ארץ ישראל און וועט מיר לאזן גיין קיין אומן ראש השנה אויב זי וועט קענען מיטקומען

די שטיבער און די הייזער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:54 am
דורך דוד שריפטליך
berlbalaguleh האט געשריבן:ארץ ישראל אינה ניקנית אלא ביסורים...!
ווען דער הייליגער רבי האט גערעדט וועגן די גרויסקייט פון וואוינען אין ארץ ישראל כפשוטו זענען געווען מאנכע וואס האבן געקלערט אז ער מיינט א בחינה נישט ממש....
האט ער אויף דעם געענטפערט איך מיין בפשטות די שטיבער און די הייזער..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:57 am
דורך דוד שריפטליך
און רבי אברהם בן רבי נחמן שרייבט שוין אז די מקום קבורה פון נחל נובע מקור חוכמה קען נישט ווערן אנגערופן בודאי חוץ לארץ ווייל קברי צדיקים זענען קדוש בקדושת ארץ ישראל