דזשענערעיט מוזיק מיט AI

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1633 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2095 מאל

דזשענערעיט מוזיק מיט AI

שליחה דורך שאלתיאל »

א פרישע AI אפליקאציע מיטן נאמען Suno ערלויבט דיך דזשענערעיטן מוזיק פון טעקסט זייער לייכט און פשוט.
ס'איז א טשעטבוט אויף Discard פלאטפארמע, ענדליך צו די מידזשורני בוט. עפנסט די טשעטבוט, שרייבסט אריין די פראמפט קומט ארויף א טעקסט באקס דארט שרייבסטו אריין דיין פאעטישע פערל רייד/פאפאליסטישע לאזונגען/ בויכוויי וואס דו ווילסט ס'זאל געזינגען ווערן. אויב ביזטו פערצופאל נישט קיין גרויסע שרייבער האסטו אן אפציע צו בעטן אויפן פלאץ פון אונזער פריינט ChatGPT ער זאל דיר דזשענערעיטן א שטיקל טעקסט. דריקסט ענטער, ווארטסט א מינוט-צוויי און ער גיבט דיר ארויס צוויי ווידאו פיילס פון די טעקסט געזינגען און געשפילט אויף צוויי אנדערע מוזיק סטיילס. קענסט ווייטער דזשענערעיטן ביז דו גלייכסט די רעזולט.

איך האב געבעטען ChatGPT זאל שרייבן א קורצע לידל איבער דער "אלטרא ארטדאקס חסידיק געמיינדע"
ער האט מיר ארויסגעגבען די פאלגענד פארווע שטיקל :
"In the streets of tradition, they dance with joy
Black hats and beards, a sight to enjoy
Their faith unyielding, their devotion strong
Hasidic vibes, spreading love all day long"

יעצט האב איך געבעטן Suno זאל מיר עס דזשענערעיטן און נאך א מינוט האט ער מיר דעליווערט געזינגען און געשפילט מיט מוזיק.
נישט די בעסטע מוזיק און סאונד און מען קען אויך נישט מענעדזשן די מוזיק אליינס אבער איך גלייב אז ס'וועט קומען מיט די צייט.
איך לייג דא א לינק צו די סעמפלס

https://media.discordapp.net/attachment ... /chirp.mp4

https://media.discordapp.net/attachment ... /chirp.mp4

https://media.discordapp.net/attachment ... /chirp.mp4
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר