בלאט 1 פון 1
פעדיפעליע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 2:48 am
דורך אנאנים
ליינעדיג דא אסאך איבער די געפערליכע תוצאות פון פעדיפעליע, וואלטעך געוואלט וויסן צו דאס גייט אויך אן ביי קינדער צווישן זיך, און וואס איז אויב איין קינד איז געווען די עיקר אין די מעשים, און געשלעפט דעם צווייטן?
Re: פעדיפעליע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 4:59 am
דורך פאליטיקאנט
בדרך כלל ביי די זעלבע יארגאנג און נישט געצווינגען איז נישט קיין פראבלעם.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:29 pm
דורך דערהויבענע איד
ביי חרדים לדבר הסיסטעם קען זיך מאכן מער פון איין פראבלעם.
קודם אויף דיין שאלה, איז די תירוץ אז ס'איז נישט ווי אן עדאלט באצווינגט, אבער דאך איז דא אסאך פראבלעמען וואס עפעקט די מענטש פונקט ווי ביי פעדעפיליע.
וואס ס'מיינט באצווינגען איז אן עקסטערע שמועס.
נאכדעם ביינונז איז דא נאך אן אישו, אז היות סעקסועליטעט איז נישט קעירגענומען און אדרעסירט, איז די צומישעניש און פארלוירענקייט וואס קומט ארויס ווען א אינגעל אנדעקט אז ער האט די נייגונגען, געפערליך, אזש ס'קען ארויסקומען פאטאלע פראבלעמען.