ר' חיים בער מייזעלס ז"ל און זיינע מעשי חסד דורך וואטסעפפ

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

ר' חיים בער מייזעלס ז"ל און זיינע מעשי חסד דורך וואטסעפפ

שליחה דורך שמעקעדיג »

בס"ד

ככלות השבעה: אפהאנדלונג אויף הרה"ח ר' חיים בער מייזעלס ז"ל

איך בין נישט דער וואס זאל קענען מספיד זיין דעם אדם גדול בענקים - מסתמא פון די סאמע גרעסטע אנשי חסד אין אידישע היסטאריע בלי גוזמא, וואס האט זיך נעבעך אפגעפעקלט פון אונזער וועלטל פארגאנגענע וואך נאך שווערע יסורים פון די ביטערע מחלה זייענדיג קוים יונגע 45 יאר אלט, איבערלאזנדיג אן אלמנה מיט יתומים'לעך, זיין אייגענע פארצווייגטע משפחה, און א צובראכענע כלל ישראל וואס פילט זיך פאר'יתומ'ט אויף א אופן וואס מען האט שוין נישט געשפירט צענדליגער יארן. איך אליין בין נאך היבש צודרייט פון די בשורה, איך האב אים גוט געקענט, סיי אין די געזונטע יארן און סיי אין די נישט געזונטע ליידער, כאטש כ'האב נישט געהאט קיין השגה ווי ווייט זיינע פעולות חובקות זרועות עולם איז אנגעגאנגען.

נאר צו ליינען די בלעטער אויף אייוועלט קען ארויסנעמען פון די כלים; נאר צו הערן די אומצאליגע מעשיות וואס דרייעט זיך ארום אויף אים; נאר צו הערן וויפיל אלמנות, גרושות און יתומים קלאגן אויף זייער ברויט געבער; וויפיל ארימעלייט וואס ער האט געהאלפן חתונה מאכן און אפווישן זייערע גראסערי באלאנסן; וויפיל בחורים ער האט אריינגעשטעלט אין ישיבה סיי דורך געבן געלט און סיי דורך שתדלנות.

וויפיל אומצאליגע מעשי חסד ער האט געטון, דאס איז געווען זיין חיות ממש, און א ריזיגער חלק איז קאנפידענשאל און ער נעמט מיט די אלע סודות אין קבר, אבער אפילו די וואס מען ווייסט, איז צושפרייט אין אלע סארטן צדקות. פון פיזיש גיין נאך געלט א יעדע איינציגע זונטאג מיט חתנים פון ארץ הקודש, פון מתקן זיין שיעורים, העלפן מענטשן ביי די קאראנא צייטן סיי מיט געלט און סיי מיט כל מיני אנדערע שוועריגקייטן. ער איז געווען א אויסטערלישע משכיל אל דל, און נישט נאר געגעבן געלט, נאר די אופן "ווי אזוי" ער האט געגעבן, געמאכט שפירן דעם מקבל ווי ער טוט אים גאר א טובה, די שמייכל וכו', דאס אלעס קען מען שרייבן און שרייבן גאנצעטע בוכער און נישט פערטיג ווערן. הערטס נאר אויס אביסל די אינטערוויואס אויף קול מבשר, עס לוינט אפילו געווענליך הערט איר עס נישט אויס. הערטס אויס דעם דרעזנער/שמעלצער שמועס (פון 29 מינוט און ווייטער), ווי זיי רעדן פון דעם איש הפלא איבער א שעה לאנג, שלא כדרכם. איך זאג אייך עס לוינט צו הערן, איר וועט נישט חרטה האבן.

אויסער די פיזישע מעשי צדקות וחסד, רעדט מען פון זיין פאזיטיווע ענערגיע. אלץ געווען אויפגעלייגט און ארויסגעצויגן א שמייכל פון סיי ווער עס איז נאר געשטאנען אין זיינע ד' אמות, און אפילו מער ווי ד' אמות. די גאנצע מורטל שול האט אויפגעלעבט ווען מען האט אים געזען. פון אזעלכע "קלייניגקייטן" ווי געבן אייביג תיקון נאכ'ן דאווענען, ביז זאגן א גוט ווארט פאר כל דצריך, ער האט געהאט א עמפאטישע געפיל און גלייך אויפגעכאפט ווער עס נויטיגט זיך אין א דאזע חיזוק. ער האט געמאכט טויזענטער מענטשן שמייכלען און אין בעסערע גוסטעס. אפילו די עשירים פון וועמען ער האט געשלעפט אוצרות מיט געלט אן רחמנות (אדער יא מיט רחמנות, נאר ווי ער פלעגט זאגן פאר'ן עושר, אודאי האב איך רחמנות אויף דיר, אבער איך האב מער רחמנות אויפ'ן חתן וואס האט נישט ווי אזוי צו גיין אונטער די חופה...) אפילו די עשירים האבן אים ליב געהאט, ער האט געהאט א געוויסע זיסע ענערדזשי צו זיך, וואס האט אייביג געמאכט שמייכלען, ער האט אלץ געהאט די ריכטיגע ווערטער פאר יעדן און געגעבן א גוטע געפיל אויף א אופן וואס איז שווער זיך פארצושטעלן.

ליינטס אביסל אויף אייוועלט און הערטס אביסל אויף קול מבשר וואס ער האט אלץ געטון פאר דזשערסי סיטי; וואסערע עסקנות ער האט געטון צושטאנד צוברענגען א קעמפ פאר די מיידלעך אין די קאראנע צייטן ארויס פון די ניו יארק'ע גרעניצן; הערטס אביסל וויפיל ער האט געטון פאר אפגעפארענע; פאר אומבאקאנטע גרושות און אלמנות; זיין געוואלדיגע עסקנות פאר יודן אין אוקראינע; וכו' וכו'.ער האט צוזאמגעשטעלט ליטערעלי צענדליגער מיליאנען פאר נצרכים. וחנינא בני די לו בקב חרובין, ער האט קוים געהאט פרנסה פאר זיך... ער האט שטארק אינזין געהאט צו שטיצן די "מיטל קלאס" וועלכע פאלן אלץ צווישן האמער און נאגל. קיינמאל נישט געמאכט קיין חשבונות וואספארא איד יענער איז, וועלכע שיכט אדער קרייז, אדער וואו יענער וואוינט. ביי אים איז געווען כולם שווין לטובה.

אין די זעלבע צייט וואס ער איז געווען ווי א טאטע פאר כלל ישראל, האט ער קיינמאל נישט פארגעסן זיין אייגענע משפחה. דאס איז געווען די ערשטע פריאריטעט ביי אים. און זיין כיבוד אב ואם איז אויך געווען נעקסט לעוועל.

אבער נישט נאר צדקה וחסד און טיילן געלט איז געווען זיין ספעשעלטי. זיין אהבת תורה און ערליכקייט איז אויך געווען א שם דבר. ער האט מייסד געווען די היינט וועלט-באקאנטע שיעור חק לישראל דורך הרב יואל מייזליש אין וומסב"ג. ער האט פארשפרייט די הערליכע דרשות פון הרב שמעון שפיצער שליט"א. מפיץ געווען די בלעטער "לשון קדשו" פון סאטמאר רב זצ"ל. עס האט אים אלעס געפאסט צו טון, פון אנפירן א חברת תהלים אין שול, טיילן פיצא פאר קינדער ביי א מלוה מלכה, אא"וו. ער האט זיך אלץ משתתף געווען ביי שמחות פון אידן, אפילו ער האט געדארפט וואקן ביז די אנדערע עק שטאט אין די היצן, און שטארק משמח געווען מיט זיין סענס אויף הומאר. אויב האט יענער געהאט ווייניג מענטשן האט ער זיכער געמאכט צו שלעפן נאך מענטשן צו משמח זיין דעם בעל שמחה.

ער איז קוים געשלאפן ביינאכט. דער האט, ווי די חברים דרוקן זיך אויס, געהאט ארום 36 שעה א טאג אנשטאט 24. עס איז נישט משיג צו זיין ווי אזוי ער האט אריינגעשטופט אזויפיל פראיעקטן פאר אידן איבער די וועלט! ער האט ממש נישט גערוהט.

א יאר צוריק בערך האט מען ביי אים געטראפן די ביטערע מחלה. ער איז אדורך גאר א שווערע יאר מיט שווערע טריעטמענטס. אבער דער האט נישט אויפגעגעבן זיין עבודת הקודש אפילו ווען ער איז געווען שוואך ווי א פליג.

ער איז אביסל מער באקאנט געווארן לעצטנס ווען עס איז ארויס פון אים א קאמפיין צו מחזק זיין איינער דעם צווייטן, אז מענטשן זאלן זיך נישט שפירן איינזאם. די קאמפיין איז אריין אין קראפט נאך די טראגעדיע מיט'ן טויט פון א היימישן אינגערמאן אין וומסב"ג. ער האט געהייסן מענטשן געבן א קלאפ אין רוקן פאר'ן צווייטן, און מענטשן זאלן זיך זוכן בתי מדרשים וואו זיי שפירן א קשר מיט אנדערע, נישט דוקא אין ריזיגע שולן וואו דו ביסט א בלויזער נומער. דער קאמפיין האט געשלאגן ערנסטע ווארצלען. ער האט שוין דאן נישט געהאט זיין בארד און פיאות אויף זיך צוליב די ביטערע ראדיאציע, אבער זיין שמייכל איז קיינמאל נישט אראפגעגאנגען פון זיין געזיכט.

ער האט געהאט א פעלזן פעסטע אמונה וואס דאס האט ער אריינגעגעבן אין זיינע קינדער. ער איז באמת געווען א חסידישער יונגערמאן און זיך געקאכט בספרי חסידות, געהאט שטארקע קביעות עתים לתורה, און אויפגעשטעלט הערליכע לעכטיגע דורות, מלא תורה ועבודה ואמונה ובטחון. אבער אין די זעלבע צייט געווען "דאון-טו-ערטה", צב"ש פארשטאנען צו א געשמאקע מאלצייט... און דאס טאקע גענוצט אז א צווייטער זאל הנאה האבן.

ער איז געווען גאר נאנט מיט אסאך פון די גדולי וצדיקי דורנו, זיי אסאך ארויסגעהאלפן און געהאלטן קשר מיט זיי.

איך וואלט געקענט שרייבן נאך בלעטער אויף בלעטער פון זיינע השגות אין צדקה און זיך אוועקגעבן פאר א צווייטן, נאר הזמן יוכלו והם לא יוכלו.
*
איך האב זיך איינגעהאלטן בשעת די שבעה, אבער יעצט שפיר איך ווי איך האב א מעסעדזש ארויסצושרייען.

ר' חיים בער ז"ל האט געפירט רוב פון זיינע מעשי חסד דורך וואטסעפפ און סטאטוס. יא, אזוי ווי איר הערט. ער איז געווען פון די סאטמארע מעמבערס ומחסידי מהרז"ל, ווי וואטסעפפ איז נישט קיין ארויפגעקוקטע זאך, און זייער משומר פילטער לאזט לכתחילה נישט אריבער קיין סטאטוס.

נישט דא איז דער פלאץ אריינצוגיין איבער די מערכה וואס געוויסע האבן זיך גענומען איבער דעם וואטסעפפ, עס געלעבלט אלס א סאושעל מידיא, און אנגעהויבן א געפערליכע קאמפיין אקעגן דעם, כאילו יעדער וואס האט דאס פארברענגט שעות ארוכות מיט ליצנות אקעגן די תוה"ק און קוקט בילדער וואס מען טאר נישט, און זיצן אויף גרופעס אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו, ולא נח דעתם ביז מען האט געטראפן א נייע לעיבל פאר די סארט מענטשן – א "וואטסעפפ איד". בעפאר דעם איז געווען דער מעסטער צי מען האט א סמארטפאון אדער נישט (ובלשונם הטמא, א "סמארטיסט"), שפעטער איז געווארן וואטסעפפ דער מעסטער מיט וואס מעסט אפ כלל ישראל, קוקנדיג צי יענער איז אן ערליכער איד אדער נישט.

לשיטתם איז ממש נישט מעגליך צו זיין אן ערליכער איד מיטן האבן די אלע כלים און א.ג. סאושעל מידיא. אפילו צדקות וואס קומט דורך דעם דארף מען מוותר זיין. ניטעמאל קיין אנליין קאמפיינס מעג מען מאכן, לויט טייל פון זיי! עס האט זיך געגרינדעט א נייע ארגאניזאציע "הבדלה" וואס האט באמבאדירט כלל ישראל חודש'ליך מיט מאגאזינען צו באשרייבן די שעדליכקייט פון וואטסעפפ. פון די סמייליס און עמואדזשיס (כאילו אייוועלט וכדומה איז נישט ענליך).

וראה זה פלא. יעדער האט "פארגעסן" פון דעם שרעקליכן וואטסעפפ ווען עס איז געקומען צו ר' חיים בער ע"ה. גיטס א קוק אויף אייוועלט, צענדליגער מעסעדזשעס פון זיין סטאטוס ווערט אראפגעברענגט ואין פוצה פה. (גראדע האט יא איין חכם דארט געפרעגט לעצטע פרייטאג ווי אזוי ער האט גענומען די העזה צו נוצן אזא פלאטפארמע ווי וואטסעפפ וואס איז גע'אסר'ט דורך "אלע" גדולי ישראל (סתם שקר, אגב). איינער האט אים געענטפערט ער זאל עס פרעגן א חודש ארום אין א אנדערע אשכול. ולא היה שעות מועטים און די תגובות איז געווארן פארמעקט. נאך שיין פון זיי.)

דא האט איר א איד א גאון אין תורה ועבודה וגמ"ח, מיט ערליכע השקפות, ערליכע קינדער, אהבת ה' ואהבת ישראל, אלעס וואס מען קען פארלאנגען פון א ערליכן איד און נאך מיט א שיינעם שמוץ אריבער, און ער נוצט דעם שעדליכן וואטסעפפ!!

דער עולם דא ווייסט שוין אז איך מאך נישט אוועק קיין מערכות אין די וועלט אריין. וואטסעפפ פארמאגט באמת חסרונות, און מענטשן וואס זענען עדיקטעד דערצו, און זענען אויפגעסיינט אויף אסאך גרופעס, דארפן טאקע זעהן זיך מתקן צו זיין, עס איז נישט גוט ברוחניות ובגשמיות. אבער סוף כל סוף – וואטסעפפ איז א "טול", און נישט מער ווי דעם. א קאר קען זיין א סכנה, און א זעג אויכעט, און דעריבער מעגן נאר אחריות'יגע מענטשן זיך באנוצן דערמיט. וואטסעפפ קען זיין שעדליך, אבער מען קען עס אויסנוצן צום גוטן, ווי מען זעהט פון ר' חיים בער ע"ה. ער האט געוואוסט דעם כח פון א סטאטוס צווישן זיינע "טויזענטער" קאנטאקטס, און ער האט דאס גענוצט לטובה. אשרי חלקו!

אין די וועלט איז מען פארנומען פארצוזעצן די מעשי חסד פון ר' חיים בער, ווי זיי רופן עס, "מאכן קליינע חיים בערעלעך". איך וויל צולייגן א קרישקעלע דערצו, בזכות של אותו צדיק, אז מען זאל אויפהערן צו האקן אויף די אלע זאכן וואס מען קען אויסנוצן – און מאנכע נוצן עס טאקע אויס – לטובה, בלויז ווייל געוויסע יונגעלייטלעך זענען נעבעך עדיקטעד דערצו. מען טאר נישט צוליב דעם נעמען א ריזיגע פראצענט אומשולדיגע אידן פון כלל ישראל און זיי אראפמאלן ווי סמארטיסטן און וואטסעפפ אידן, דאס איז א שרעקליכע נידריגקייט און אפילו רשעות. לעילוי נשמתו הטהורה, לאמיר זיך לערנען ווי אזוי צו פירן ריכטיגע מערכות לשם שמים, און אויסלערנען די קינדערלעך צו נוצן טעכנאלאגיע אויף גוטע זאכן און גוטע צוועקן!

זאלן מיר שוין הערן בלויז גוטע בשורות, תכלה שנה וקללותיה!
וירח ה' את ריח הניחוח
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

איך בין גראדע א פליפיסט אבער כ'קוק נישט אראפ ווער ס'נוצט וואצעפ.
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
זיצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 31, 2023 4:02 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך זיצער »

שמעקעדיק שכח פארן דאס אויפברענגען.
סאיז באקאנט אז די פארגייער פון אייוועלט איז געווען הייד פארק פאר די עלטערע וואס געדענקען נאך דא, חיים בער איז געווען פון די שטארק אקטיווע שרייבער דארט, מהרז"ל בעצמו האט פארלאנגט פון חיים בער אויפהערן שרייבן דארט, דאס זעלבע האט מהרז"ל פרובירט לעצטענס לגבי סטאטוס אויף וואט"ס אפ, ווען די יענעגע האבן אנגעפאנגען א שמוץ קאמפיין אויף די איגעלייט וואס האבן אסאך סטאטוס פאלויער, איינע פון וועם זיי האבן געטארגעט איז טאקע געווען חיים בער, מהרזל האט אים אריבער גערופן, אבער ווען חיים בער האט אים געוויזן וואס ער טוט אלס אויף מיט זיין סטאטוס, האט דער אדמו"ר אים געזאגט איך קען דיר נישט הייסן דאס פארמאכן אזוי ווי איך האב דיר געהייסן מיט הייד פארק.
קלמישל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך קלמישל »

איך האב דעם איד קיינמאל געקענט, אבער זיך אזויפיל צאמגעהערט אז איך וויין יעדעס מאל איך הער די מוראדיגע מעשיות.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

@ שמעקעדיג שטארקע פוינט

מיר וואונדערט נאר ווי די שמייליגע אייוועלט פירער -די גרעסטע בלאפער/צבועים בזמנינו אין מיין אפיניען- פונקט דא לאזן זיי אראפברענגען שטיקער סטאטוס מיט א סך לשונות דארט וואס אין אנדערע פעלער וואלטן זיי מכלומרשט מרעיש עולמות מיט זיידער בעבישע סלאגאן קריגן חסימה כיכיכ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: ייש"כ פאר שרייבן אזא שיינע הערכה איבער אזא טייערן יונגערמאן וועלכן כלל ישראל האט פארלוירן. דו האסט ארויסגעברענגט א יעדנ'ס געפיהלן אויף דעם וואונדערליכן איש החסד ומעשי הצדקה. ר' ח"ב מייזלס זצ"ל. אויך האסטו געשריבן בטוב טעם ודעת איבער די היינטיגע (נארישע) מערכות אקעגן וואטסעפפ און טעכנאלאגיע בכלל. ווען מ'פארגעסט פון דעם עיקר. אז אונז זעמיר אידן און אנז האמיר א תורה און מצוות.

דער וואס ניצט (נעבעך) אויס די אלע טעכנאלאגישע כלים נישט צום גוטן, איז א רחמנות אויף איהם. מ'דארף איהם אפשר מחנך זיין. אבער פסל נישט די גאנצע טעכנאלאגיע וואס איז נישט מער ווי א כלי. און דאס קען און דארף אויסגעניצט ווערן צו העלפן אנדערע אידן אזוי ווי רח"ב זצ"ל...!
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

יישר כח שמעקעדיג, האסט מיר ארויס געכאפט די ווערטער פון מויל, די נקודה גייט אבער נאך טיפער, נישט אז די חידוש פון ח״ב איז אז ער האט אויך געהאט וואטצעפּ, אזא ח״ב האט נאר געקענט געשעהן דורך וואטצעפּ! לדעתי, ח״ב אן וואטצעפּ וואלט געווען טוביה מאיר ניימאן 2.0
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אדונינו האט געשריבן:חיים בער אן וואטצעפּ וואלט געווען טוביה מאיר ניימאן 2.0
:like
דאס איז זייער א שטארקע, פאסיגע אויסדרוק!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
גוצא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך גוצא »

איך האב דעם איד נישט געקענט בחייו, נאר ממש לעצטענ׳ס עטליכע וואכן פאר די פטירה איז מיר אויסגעקומען צו הערן וועגן אים דאס ערשטע מאל, איז אבער ניכר מאוד אז הרה״צ ר׳ חיים בער ז״ל איז געווען א איש אמת בכל נימי נפשו.

קודם, איז כמעט נישט שייך אז א איד זאל אזוי מצליח זיין, בחייו, אויב מיינט מען עס נישט אמת׳דיג. והאחרון, דער פאקט אז יעצט לאחר מותו זענען טויזענטער אידן צובראכען און מרוגש עד דכדוכה של נפש, מען נעמט זיך אינטער קבלות און מען טוט צו די זאך פעולות אין חסד און מעשים טובים, ואני בתוכם, ווייזט אן אז עס מוז זיין אז יש דברים בגו, דא האנדעלט זיך פון א איד וואס האט עס טאקע אמת׳דיג געמיינט און האט זיך הלכה למעשה אוועקגעגעבן פאר אנדערע שלא ע״מ לקבל פרס, ממילא איז כמים פנים אל פנים, אפילו פאר אידן וואס האבן אים נישט געקענט.

אודה ולא אבוש, איך ווייס אליינס נישט פארוואס זיין סיפור נעמט מיר פערזענליך אזוי איבער, זייט די לוי׳ בין איך ווי צוגענאגעלט, איך הער אויס יעדן שיעור און אונטערוויו וועגן דעם איד, איך שלונג מיט דארשט יעדע אנעקדאוט און יעדע מעשה׳לה, און איך קען מיר נישט זעטיגן.

יהא זכרו ברוך, וממנו ילמדו וכן יעשו.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

הייליגע דיבורים הרב @שמעקעדיג

ומענין לענין, פלעגט הצדיק ח״ב אויך זיין אקטיוו, לצרכי פרנסה, אויף סאושעל מידיע

א שנעלע בליק אויף זיין לינקדאין פראפיל ווייזט אז ער האט זיך אבער נישט געקענט איינהאלטן און אויך דארט אויסגעניצט זיין כח צו פאוסטען פאר חסד און צו צו פארשפרייטן פאזיטעוויטי, אפילו פאר נישט אידן ווי די הלכה איז
בייגעלייגטע פיילס
Bm1.png
Bm2.png
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך פארווע חסיד »

גוצא האט געשריבן:איך האב דעם איד נישט געקענט בחייו, נאר ממש לעצטענ׳ס עטליכע וואכן פאר די פטירה איז מיר אויסגעקומען צו הערן וועגן אים דאס ערשטע מאל, איז אבער ניכר מאוד אז הרה״צ ר׳ חיים בער ז״ל איז געווען א איש אמת בכל נימי נפשו.

קודם, איז כמעט נישט שייך אז א איד זאל אזוי מצליח זיין, בחייו, אויב מיינט מען עס נישט אמת׳דיג. והאחרון, דער פאקט אז יעצט לאחר מותו זענען טויזענטער אידן צובראכען און מרוגש עד דכדוכה של נפש, מען נעמט זיך אינטער קבלות און מען טוט צו די זאך פעולות אין חסד און מעשים טובים, ואני בתוכם, ווייזט אן אז עס מוז זיין אז יש דברים בגו, דא האנדעלט זיך פון א איד וואס האט עס טאקע אמת׳דיג געמיינט און האט זיך הלכה למעשה אוועקגעגעבן פאר אנדערע שלא ע״מ לקבל פרס, ממילא איז כמים פנים אל פנים, אפילו פאר אידן וואס האבן אים נישט געקענט.

אודה ולא אבוש, איך ווייס אליינס נישט פארוואס זיין סיפור נעמט מיר פערזענליך אזוי איבער, זייט די לוי׳ בין איך ווי צוגענאגעלט, איך הער אויס יעדן שיעור און אונטערוויו וועגן דעם איד, איך שלונג מיט דארשט יעדע אנעקדאוט און יעדע מעשה׳לה, און איך קען מיר נישט זעטיגן.

יהא זכרו ברוך, וממנו ילמדו וכן יעשו.
Same here
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

א ישר כח שמעקעדיג פאר'ן שרייבן דעם ארטיקל וואס האט אזוי וויכטיג געדארפט געשריבן ווערן.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

יש"כ הער @שמעקעדיג.

ווי נאר איך האב געהערט אז חיים בער איז אוועק איז מיר גלייך אויפגעקומען אויפ'ן געדאנק די צדקה וחסד וואס ער האט געטון דורך וואטסעפפ. איך האב נאר נישט געקענט זיך צאמנעמען און נישט געוויסט וויאזוי דאס ארויסצוברענגן אין אן ארטיקל.

הערליכע ארבעט.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

שיין צו זען אן אשכול מיט 66 לייקס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווער האט געהערט דעם לעצטיגן פאון מעסעדזש פון ר' טובי' מאיר ניימאן שליט"א?.

ער באקלאגט זיך אז מ'זאגט איהם מוסר פארוואס ער קען נישט זיין אזוי ווי להבחל"ח ר' חיים בער מייזעלס זצ"ל. וואס א יעדער האט איהם ליעב געהאט. ער פארענטפערט זיך (נעבעך). ערשטנס אז זיינע מעשי הצדקה זענען אויך עפעס ווערט (אמת). אויסער דעם, טענה'ט ער אז מ'מאכט אויף גוזמאות'דיגע מעשיות איבער די מעשי הצדקה פון ר' חיים בער. און אז ער איז מחזק און פרובירט צו העלפן סיי פאר מענטשן וועלכע האבן ריזיגע חובות. און סיי פאר מענטשן וועלכע האבן "נאר" א פאר טויזנט דאללער חובות. זיי דארפן אויך חיזוק. וואס רוב עסקנים ווילן זיי אפילו נישט אויסהערן...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דער ניימאן בריאה איז שוין פון לאנג מוחזק אלס שקרן מופלג ואין להאמין למילה אחת היוצא מפיו. איך צווייפעל וויפיל פון זיינע געלטער קומען בכלל אן צו נצרכים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
חובב ציון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

שליחה דורך חובב ציון »

זיצער האט געשריבן:שמעקעדיק שכח פארן דאס אויפברענגען.
סאיז באקאנט אז די פארגייער פון אייוועלט איז געווען הייד פארק פאר די עלטערע וואס געדענקען נאך דא, חיים בער איז געווען פון די שטארק אקטיווע שרייבער דארט, מהרז"ל בעצמו האט פארלאנגט פון חיים בער אויפהערן שרייבן דארט, דאס זעלבע האט מהרז"ל פרובירט לעצטענס לגבי סטאטוס אויף וואט"ס אפ, ווען די יענעגע האבן אנגעפאנגען א שמוץ קאמפיין אויף די איגעלייט וואס האבן אסאך סטאטוס פאלויער, איינע פון וועם זיי האבן געטארגעט איז טאקע געווען חיים בער, מהרזל האט אים אריבער גערופן, אבער ווען חיים בער האט אים געוויזן וואס ער טוט אלס אויף מיט זיין סטאטוס, האט דער אדמו"ר אים געזאגט איך קען דיר נישט הייסן דאס פארמאכן אזוי ווי איך האב דיר געהייסן מיט הייד פארק.
ער איז לכאורה אויכעט געוועהן פין די אקטיווע ניקים אויף אייוועלט און די ערשטע יארן פין די גרינדונג, איך ווייס נישט אויף זיכער אזוי קלער איך, געזעהן די וועג וויאזוי די פירערס דארט האבן גערעדט פין אים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חובב ציון האט געשריבן:
זיצער האט געשריבן:שמעקעדיק שכח פארן דאס אויפברענגען.
סאיז באקאנט אז די פארגייער פון אייוועלט איז געווען הייד פארק פאר די עלטערע וואס געדענקען נאך דא, חיים בער איז געווען פון די שטארק אקטיווע שרייבער דארט, מהרז"ל בעצמו האט פארלאנגט פון חיים בער אויפהערן שרייבן דארט, דאס זעלבע האט מהרז"ל פרובירט לעצטענס לגבי סטאטוס אויף וואט"ס אפ, ווען די יענעגע האבן אנגעפאנגען א שמוץ קאמפיין אויף די איגעלייט וואס האבן אסאך סטאטוס פאלויער, איינע פון וועם זיי האבן געטארגעט איז טאקע געווען חיים בער, מהרזל האט אים אריבער גערופן, אבער ווען חיים בער האט אים געוויזן וואס ער טוט אלס אויף מיט זיין סטאטוס, האט דער אדמו"ר אים געזאגט איך קען דיר נישט הייסן דאס פארמאכן אזוי ווי איך האב דיר געהייסן מיט הייד פארק.
ער איז לכאורה אויכעט געוועהן פין די אקטיווע ניקים אויף אייוועלט און די ערשטע יארן פין די גרינדונג, איך ווייס נישט אויף זיכער אזוי קלער איך, געזעהן די וועג וויאזוי די פירערס דארט האבן גערעדט פין אים.
לכאורה נישט, און דאס וואס די מנהל רעדט פון עם קומט פון א פערזענליכע ידידות אין בית מדרש
פארשפארט