אינעם קומענדיגן גלגול
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
אינעם קומענדיגן גלגול
יוסי בראך, טיילט געלט אסאך
פאר מיין חבר דער דיין, כ'בין נישט קיין צר עין
און דער רבי מיט זיין קעיק, דזשאסט גימי א ברעיק
שטעלט צו דירות, די קינדער קאסירן שכירות
און איך מיט מיין פאנגוס, וואס מיט מיר ראנג איז?
ווי א לוזער אין סירקלס, דאווען נאך אין מוירטל
און די גאב"ד מיטן ראב"ד, און יעדער וויל זיין מרן
און מיין קאמפעני סקריפּעט, און ס'לויפן די יארן
ס'כאפט מיר א שוידער, כ'וויל שמעקן די פּוידער!
אבער וואו איז די פוידער? וואו איז מיין פלאן?
מיין רבי פון כתה ו', פראסקעט מיך נאך צאם!
אז מארגן וועט זיין בעסער, האב איך פאריגע וואך געטראכט
דערמאן איך זיך יעצט, אין שויער ביינאכט
שבשתא כיוון דעל, א קאַקער בלייבט א קאַקער
גאטס מיסטעיק, כ'בין שוין אויף דעם אויך מוותר
נאר געמיר שוין די קולעיד אדער געמיר די טיי
בעל כרחך אתה נוצר וברצונך אתה חי
לאמיך גיין משוגע, לאמיך אויף וואלאבאוט טאנצן,
אמת מארץ תצמח, איינער ברויך עס פלאנצן
סוקסעס איז רעלאטיוו, און חיימאו איז א סטאַר
גל פז נאך אלץ פארמאכט, א דאנק הערשל קלאר
כ'בין געווען אמאל א אינגל, מ'זאגט גאנץ בא'חנ'ט
כ'האב געדארפט זיין א נגיד, אבער נעווער מיינד
כ'האב שוין גערעדט צו שלמה'ן פון די חברא קדישא
וועגן א קרקע אין בית עולם, נעבן זיידן ר' אלישע
באקן דארט בייגעלעך און א פיינעם קויליטש
מיט אלע נגידים און דער רבי ר' יואליש
די לופט דארט אזוי לויטער, די גראז אזוי גרין
ס'שטיל ווי גרויס די יאר, און מיין לעכט באקס איז קלין
די ווערים ציפן, אבער די קאפ איז נישט מבולבל
כ'וועל געבן נאך א טריי, אפשר אינעם קומענדיגן גלגול

- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
@@מונטסורי כ'שפיר פאר דיר, זעהט אויס ווי דו ביסט פשוט געגאנגן כו"אב'ן היינט דארט אין שקאנעמאנק ראוד ווי די קולעיד מיט די גרינע גראז מישן זיך אויס ווי איין טיפע מאראסט, און אלעס קוקט אויס דארט ווי תיקון עולם. אבער אפילו דארט האבן די חבק"א אויך מצליח געווען צו שטעלן מחיצות אויס מורא אז אפילו דארט זעקס פיס אינטער, ברויך מען אויך חושש זיין צו קענען נכשל ווערן, אפילו אן ווייפיי, בלוטוט, אדער וואצעפ. וואט עי ווארלד! פליז רעד דיך נישט איין אז דארט איז בעסער. לאמיר מאכן דא בעסער. דא איז כאטשיג פארהאן פיינע טיי, פרעג נאר אן ביי @שעפטאל
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
זייער קלוג פון דיר אז דו קוקסט שוין ארויס אויפ'ן נעקסטן גילגול, נישט עס צו נוצן אלץ א תירוץ זיך ארויסצודרייען פון דיינע פליכטן אין דעם גילגול, אבער מ'קען אלץ ארויסקוקן אויפ'ן נעקסטן שאנס. איין זאך נאר, פאר דו מאכסט גראנדיעזע פלענער פאר'ן נעקסטן גילגול דארפסטו זיכער מאכן אז יענץ וועט זיך נישט ארויסשטעלן אלץ דעם זעלבן פאנטשער ווי דעם איצטיגן... פאר סטארטערס מאך זיכער צו געבוירן ווערן אלץ א בכור אין א פארמעגליכע סעקולארע פאמיליע, אזוי קרויזסטו שוין אויס רוב פון די חרא
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
טיי איז טאקע אן אפציע, די געדאנק איז אדער לאטס מי כאפ אדער טאקע חי-געלעבט, דער עולם התוהו איז דאך לויטער יסורים, כאטש געמיר שוין די קולעיד אדער געמיר די טיי, פערזענליך האב איך נישט קיין פרעפרענץ, כאפ די קולעיד און לייג זיך אוועק ווי א איד, נאר טאקע צוליב די ארומיגע אפשר ווילט זיך לעבן אביסל איז געמיר כאטש די טיי, אבער ניין, ווילן זיי כ׳זאל לעבן און אויך בלייבען ׳נארמאל׳, ומושכים כלם יחד מזה אחד ומזה, בין איך ווייטער קרח מכאן וקרח מכאן.דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@@מונטסורי כ'שפיר פאר דיר, זעהט אויס ווי דו ביסט פשוט געגאנגן כו"אב'ן היינט דארט אין שקאנעמאנק ראוד ווי די קולעיד מיט די גרינע גראז מישן זיך אויס ווי איין טיפע מאראסט, און אלעס קוקט אויס דארט ווי תיקון עולם. אבער אפילו דארט האבן די חבק"א אויך מצליח געווען צו שטעלן מחיצות אויס מורא אז אפילו דארט זעקס פיס אינטער, ברויך מען אויך חושש זיין צו קענען נכשל ווערן, אפילו אן ווייפיי, בלוטוט, אדער וואצעפ. וואט עי ווארלד! פליז רעד דיך נישט איין אז דארט איז בעסער. לאמיר מאכן דא בעסער. דא איז כאטשיג פארהאן פיינע טיי, פרעג נאר אן ביי @שעפטאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
אין עצה ואין תבונה אויב די סעטטינג אין מח איז עפעס נישט גוט אנגעשטעלט, מ׳דארף ווייפּען די גאנצע קומפיוטער און נאכאמאל אינסטאלירן ווינדאוס, לב טהור ברא לי אלקים, די גאנצע משפחה קען מיטקומען אויפן פרישן גלגול, נאר די הארעץ, ווי ר׳ מיילעך זאגט, די הארעץ מאך מיר א נייע!ברוך שפינוזה האט געשריבן:זייער קלוג פון דיר אז דו קוקסט שוין ארויס אויפ'ן נעקסטן גילגול, נישט עס צו נוצן אלץ א תירוץ זיך ארויסצודרייען פון דיינע פליכטן אין דעם גילגול, אבער מ'קען אלץ ארויסקוקן אויפ'ן נעקסטן שאנס. איין זאך נאר, פאר דו מאכסט גראנדיעזע פלענער פאר'ן נעקסטן גילגול דארפסטו זיכער מאכן אז יענץ וועט זיך נישט ארויסשטעלן אלץ דעם זעלבן פאנטשער ווי דעם איצטיגן... פאר סטארטערס מאך זיכער צו געבוירן ווערן אלץ א בכור אין א פארמעגליכע סעקולארע פאמיליע, אזוי קרויזסטו שוין אויס רוב פון די חרא