בלאט 1 פון 1

תגלחת נשים - סקר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:24 pm
דורך כרם זית
היות @פרייליכע יוד האט געבעטן אז מען זאל נאכאמאל מאכן א סקר איבער די מנהג פון אפשניידן די האר ביי פרויען, האב איך עס דא געמאכט.

ביטע נאר ענטפערן אויב איר זענט פון א קהילה ווי די מנהג איז זיך יא צו שערן.

די סקר וועט לויפן פאר פינף טעג.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 12:42 am
דורך כרם זית
רעזולטאטן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:14 am
דורך קהל'ס נער
רעזולטאטן פון א טעלעגראם פאול

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:29 am
דורך שמן למאור
ווי אויפגעקלערט דער עולם איז... רוב האלטן זיך צום פעלזן פעסטן מסורה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 9:10 am
דורך חדשים
שמן למאור האט געשריבן:ווי אויפגעקלערט די מענער זענען... האלטן זיך די פרויען צום פעלזן פעסטן מסורה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 9:51 am
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן:ווי אויפגעקלערט דער עולם איז... רוב האלטן זיך צום פעלזן פעסטן פיער פרעשיר.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:29 pm
דורך שווארצע אדיסי
איך פערזעינליך האלט אז אחוץ אויב מלאסט עס וואקסען די גאנצע לעינג, איז שענער שעיווד. אינצווישן האביך ניש ליעב.

Re: תגלחת נשים - סקר

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 4:17 pm
דורך בילדינג פליפער
שווארצע אדיסי האט געשריבן:איך פערזעינליך האלט אז אחוץ אויב מלאסט עס וואקסען די גאנצע לעינג, איז שענער שעיווד. אינצווישן האביך ניש ליעב.

איך האב מורא אז דאס איז א תירוץ וואס דיין מוח פראדעצירט.

טייל מאל וועלן מענטשן טרעפן תירוצים פארוואס געוויסע זאכן זענען גוט אפילו באמת וואלטן זיי דאס נישט ליב געהאט לכתחילה.

פארשטייט זיך ס'איז א שפעקולאציע, איך קען דיך נישט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 5:59 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
די שאלה איז, אויב נישט מגולח, גייט זי אינדערהיים מיט א בלויזן קאפ, אדער מיט א טיכל/שייטל?
אויב בין כך ובין כך גייט מען צוגעדעקט קען זי זיך שוין שערן מיט זערא!

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:07 pm
דורך אלע צוזאמען
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:די שאלה איז, אויב נישט מגולח, גייט זי אינדערהיים מיט א בלויזן קאפ, אדער מיט א טיכל/שייטל?
אויב בין כך ובין כך גייט מען צוגעדעקט קען זי זיך שוין שערן מיט זערא!
נישט אמת, אין שאוער און אין בעט איז אויך ווערט עפעס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:41 pm
דורך ברוך שפינוזה
די ווארט איז נישט אינדערהיים אדער און שאווער, ס'די self image וואס אזא פרוי באקומט רח"ל וואס איז משפיע אויף איר גאנצע body language און התנהגות וכו', ווי א קימאו טעראפי איבערלעבער רח"ל, כד רגיז רעיא על ענא עביד לנגדא סמותא. אבער ווי האט יענער געזאגט, די גאנצע פארוואנדלען פרויען אין skinheads שטיק איז סתם א טריק פון די רבנים מרבה צו זיין ++LGBTQ, און ווי ס'זעהט אויס ארבעט זיך עס פיין אויס פאר זיי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 1:52 am
דורך כספי
חדשים האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:ווי אויפגעקלערט די מענער זענען... האלטן זיך די פרויען צום פעלזן פעסטן מסורה.
נישט ממש
ס'איז דא %43 וואס זאגן אייביג, קעגן נאר %26 וואס זאגן אז יא אבער הלואי נישט, דאס הייסט אויסער וואס (שוין פון דא אין קאווע שטיבל) 69% שערן זיך אפ, איז א איבערוויגנדע מערהייט צופרידן (עכ"פ מער-ווייניגער) מיט דעם...