בלאט 1 פון 2

הרה"צ מראחמיסטריווקא זצ"ל נפטר געווארן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:50 pm
דורך [NAMELESS]
אין די מינוטן קומט אן די טרויעריגע בשורה אז דער זקן צדיקי הדור כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל איז ליידער נפטר געווארן.

א מאסן לויה ווערט ערווארטעט אין בארא פארק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:59 pm
דורך אוד מוצל מאש
בד"ה
ווי אלט איז די רבי געווען?
ווי גייט מען איהם לייגן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:01 pm
דורך [NAMELESS]
אוד מוצל מאש האט געשריבן:בד"ה
ווי אלט איז די רבי געווען?
92

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:18 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
ששון ושמחה האט געשריבן:
אוד מוצל מאש האט געשריבן:בד"ה
ווי אלט איז די רבי געווען?
92
היינט געווארן.

(מפי הסטאטוס)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:23 pm
דורך חדשים
געבוירן Aug 17 און אוועק Aug 16

אפשר איז א ראי’ פון דא אז ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום גייט מען לויט די קאלענדער בלע”ז... אדער מיום ליום מוז זיין די זעלבע טאג ממש, וצ”ע...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:33 pm
דורך שמעקעדיג
מען גייט אים לייגן אין "הר שלום", די נייע גרויסע בית החיים אין מאנסי.

נישטא קיין הספדים אין זייער חדר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:45 pm
דורך berlbalaguleh
בד"ה: די רבי האט א זכי' צו ליגן אין איין ביה"ח צוזאמען מיט...שוין. כ'זאג נישט.

ערנסט גערעדט. ר'איז געווען א גרויסער צדיק, ענוותן ושפל ברך. אויף איהם קענמען זאגן דעם מאמר פון די גמרא...שייף עייל. שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה.

ווער ס'האט אמאל געזעהן דעם רבי אריינקומען צו א טיש. מיט אזא עניוות. כאילו נישט איהם מיינט מען. איך האב עס כמה פעמים געזעהן. זכותו יגן עלינו...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:01 pm
דורך נחבא
חדשים האט געשריבן:געבוירן Aug 17 און אוועק Aug 16

אפשר איז א ראי’ פון דא אז ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום גייט מען לויט די קאלענדער בלע”ז... אדער מיום ליום מוז זיין די זעלבע טאג ממש, וצ”ע...
באקאנטער חתם סופר אז מען גייט נאך די גויאישע יאר אין די זאך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:19 pm
דורך תפוח
יעדע טונא-בייגל אין בארא פארק וואס פארמאגט לייטס און סיירענס האט געהאט א חיוב עס אנצוצינדען דורכאויס די לעצטע שעה-צוויי.

ווער נישט זאל זאפארט עס צוריקגעבן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:47 pm
דורך חדשים
נחבא האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:געבוירן Aug 17 און אוועק Aug 16

אפשר איז א ראי’ פון דא אז ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום גייט מען לויט די קאלענדער בלע”ז... אדער מיום ליום מוז זיין די זעלבע טאג ממש, וצ”ע...
באקאנטער חתם סופר אז מען גייט נאך די גויאישע יאר אין די זאך.
איר קענט אפשר צוצייכענען?

עס איז דא א אנדערע חידוש אין חת”ס אז מען רעכענט פון די טאג וואס ער האט אנגעפאנגען צו דינען דעם אייבירשטען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 9:55 pm
דורך נחבא
חדשים האט געשריבן:

דרשות חתם סופר לז' אדר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:16 pm
דורך ברוך שפינוזה
אז מ'רעדט פון ז' אדר שרייבט דער רד"ק אנפאנג ספר יהושע אז ער האט געהערט אז ס'דא וואס זאגן אז משה רבינו איז אוועק אום שבת, זאגט ער אז ס'איז כפירה ואפיקורסת אזוי צו זאגן ווייל די גמרא זאגט אז משה רבינו איז אוועק ז' באדר, ווי אויך זאגט די גמרא אז יריחו איז איינגענומען געווארן יח בניסן(?) וואס איז אויסגעפאלן אום שבת, און ער מאכט דארט א חשבון אז אין א יאר וואס ז באדר קומט אויס אום שבת קען יח בניסן נישט אויסגעפאלן שבת... איין זאך האט ער נאר פארזעהן אז ס'דא א מדרש אז משה רבינו איז אוועק אין חודש אדר א, נאך א מדרש איז דא אז ער איז בכלל אוועק אין חודש שבט... סאו כפירה ואפיקורסת קען עס נישט זיין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:45 pm
דורך נחבא
ברוך שפינוזה האט געשריבן:אז מ'רעדט פון ז' אדר שרייבט דער רד"ק אנפאנג ספר יהושע אז ער האט געהערט אז ס'דא וואס זאגן אז משה רבינו איז אוועק אום שבת, זאגט ער אז ס'איז כפירה ואפיקורסת אזוי צו זאגן ווייל די גמרא זאגט אז משה רבינו איז אוועק ז' באדר, ווי אויך זאגט די גמרא אז יריחו איז איינגענומען געווארן יח בניסן(?) וואס איז אויסגעפאלן אום שבת, און ער מאכט דארט א חשבון אז אין א יאר וואס ז באדר קומט אויס אום שבת קען יח בניסן נישט אויסגעפאלן שבת... איין זאך האט ער נאר פארזעהן אז ס'דא א מדרש אז משה רבינו איז אוועק אין חודש אדר א, נאך א מדרש איז דא אז ער איז בכלל אוועק אין חודש שבט... סאו כפירה ואפיקורסת קען עס נישט זיין.
אפאר הערות.

1 דער רד"ק נוצט נישט די ווארט כפירה.

2 דער רד"ק דערמאנט די מדרש אז משה רבינו איז אוועק אום שבט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:59 pm
דורך חדשים
ברוך שפינוזה האט געשריבן:אז מ'רעדט פון ז' אדר שרייבט דער רד"ק אנפאנג ספר יהושע אז ער האט געהערט אז ס'דא וואס זאגן אז משה רבינו איז אוועק אום שבת, זאגט ער אז ס'איז כפירה ואפיקורסת אזוי צו זאגן ווייל די גמרא זאגט אז משה רבינו איז אוועק ז' באדר, ווי אויך זאגט די גמרא אז יריחו איז איינגענומען געווארן יח בניסן(?) וואס איז אויסגעפאלן אום שבת, און ער מאכט דארט א חשבון אז אין א יאר וואס ז באדר קומט אויס אום שבת קען יח בניסן נישט אויסגעפאלן שבת... איין זאך האט ער נאר פארזעהן אז ס'דא א מדרש אז משה רבינו איז אוועק אין חודש אדר א, נאך א מדרש איז דא אז ער איז בכלל אוועק אין חודש שבט... סאו כפירה ואפיקורסת קען עס נישט זיין.
יש ע”ז אריכות גדולה בשאילת יעב”ץ ח”א סימן ל”ג.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:07 am
דורך חדשים
נחבא האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:
נחבא האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:געבוירן Aug 17 און אוועק Aug 16

אפשר איז א ראי’ פון דא אז ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום גייט מען לויט די קאלענדער בלע”ז... אדער מיום ליום מוז זיין די זעלבע טאג ממש, וצ”ע...
באקאנטער חתם סופר אז מען גייט נאך די גויאישע יאר אין די זאך.
איר קענט אפשר צוצייכענען?

עס איז דא א אנדערע חידוש אין חת”ס אז מען רעכענט פון די טאג וואס ער האט אנגעפאנגען צו דינען דעם אייבירשטען.
דרשות חתם סופר לז' אדר.
איך האב מיר פארגעשטעלט אז אויב עס שטייט אין חתם סופר דארף עס שטיין אין א ז’ אדר דרשה. האסט אפשר מער א פונקטליכערע מראי מקום?

אגב, גאר א אינטערסאנטע סטאטיסטיק.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:13 am
דורך פאלאצ'ינטא
חתם סופר האט געשריבן:אין די מינוטן קומט אן די טרויעריגע בשורה אז דער זקן צדיקי הדור כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל איז ליידער נפטר געווארן.

א מאסן לויה ווערט ערווארטעט אין בארא פארק.
ברוך דיין האמת

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 am
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן:בד"ה: די רבי האט א זכי' צו ליגן אין איין ביה"ח צוזאמען מיט...שוין. כ'זאג נישט.
איך מיין איך ווייס וועמען דו מיינסט, טאמער בין איך גערעכט, איז עס טאקע א זכי' ווייל ער איז אויך געוועהן א צדיק און א

טאקע לאמיר נישט רעדען פאר...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:49 pm
דורך חובב ציון
ביים לוויה האט מען אויסגערופן אז ווער עס איז נישט געווען אין מקווה און איז נישט אויסגעהאלטן בענייני טעכנאלאגיע מעג נישט צורירען די מיטה..
קוקט אויס ווי דאס גייט זיין די לעיטעסט טרענד..
נעקסטע לוויה וועט מען אויסרופן ווער עס עסט מזונות ראולס מיט וואלאווע הכשר זאל נישט צורירען די מיטה..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:01 pm
דורך צקון לחש
חובב ציון האט געשריבן:נעקסטע לוויה וועט מען אויסרופן ווער עס עסט מזונות ראולס מיט וואלאווע הכשר זאל נישט צורירען די מיטה..
און אויך נישט מיטהאלטן די באגרעבעניש צערמאניע אויפ'ן פארענטשע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:16 pm
דורך כלבאשבוע
שיינע פערזענליכע רישומא פון ידיד השטיבל @לעיקוואד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 1:07 pm
דורך אוד מוצל מאש
א בריוו צו הר שלום סעמעטערי פון די שכינים, ליינט זוך אז ביי די נעקסטע גרויסע לוויה וועט מען מוזן לאזן וויסן 6 חדשים פריער, אויב מוויל פארשפארן די ראודס.
ווייסן זיי נישט אז ביי אונז מאכט מען די לוויה די זעלבע טאג? קענען זיי דאס הינפארסען?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 1:39 pm
דורך יין שרף
אוד מוצל מאש האט געשריבן:א בריוו צו הר שלום סעמעטערי פון די שכינים, ליינט זוך אז ביי די נעקסטע גרויסע לוויה וועט מען מוזן לאזן וויסן 6 חדשים פריער, אויב מוויל פארשפארן די ראודס.
ווייסן זיי נישט אז ביי אונז מאכט מען די לוויה די זעלבע טאג? קענען זיי דאס הינפארסען?
שטייט נאר אז אויב מען פלאנט אויס פין פאראויס, דארף מען זיי מודיע זיין

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 4:38 pm
דורך כלבאשבוע
אוד מוצל מאש האט געשריבן:א בריוו צו הר שלום סעמעטערי פון די שכינים, ליינט זוך אז ביי די נעקסטע גרויסע לוויה וועט מען מוזן לאזן וויסן 6 חדשים פריער, אויב מוויל פארשפארן די ראודס.
ווייסן זיי נישט אז ביי אונז מאכט מען די לוויה די זעלבע טאג? קענען זיי דאס הינפארסען?

זייער עיקר טענה איז אז מהאט יעדן מודיע געווען, חוץ זיי

למעשה, האבן די ארגאנאזירער ארומגעשיקט בריוון צו די שכנים מיט א שטיקל דורון מנחה אין טאג פון די לויה און מדארף פארשטיין פארוואס זיי האבן טאקע איגנארירט די טשעסטנאט רידזש חברה

סאיז משמע צווישן די שורות אז זיי האבן געוויסט אז מוועט מיט זיי אין ערגעץ נישט אנקומען, ממילא, איז דאס געווען בכוונה אזוי