בלאט 1 פון 2

אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:33 am
דורך צפת
מאכט זיך אמאל, מען זעט א אדם גדול, א רבי פון חסידים, וואס זענען נישט געווארן גרויס בזכות עצמם, נאר בזכות אבותם - זיי זענען געבוירן געווארן אין די ריכטיגע פאמיליע, צו די ריכטיגע צייט, האבן זיי זוכה געווען אז זיי זענען נתעלה געווארן לגדולה.

אמאל פאלט אריין א מחשבה אין א מענטש, "אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וועלכע דזשאב וואלט ער געהאט? - וואס וואלט ער געטון פאר פרנסה"?

עס איז כדאי צו אנהויבן שפיקעלירן געוויסע פון אונזערע רבנים און רבי'ס, וואס וואלטן זיי געטון דורכ'ן טאג, ווען נישט זייער פאזיציע אלס רבי...?!

לאמיר אנהויבן מיט פאפא רבי... וואס וואלט ער געטון, אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:20 am
דורך כף הקלע
כתה ה' רבי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:18 am
דורך קהל'ס נער
גראדע האלט איך שטארק פון פאפא רבי , ער איז נישט קיין שארלטאן, גנב, זייגער, אויסניצער, מאניפלעיטער, כבוד שמעקער, גלילות פארכאפער, טשעפעניאק, הפגנה אנדרייער, וכו׳
ער איז א תמימות׳דיג איד וואס דינט דער אייבערשטער מיט זיינע השגות, האבן א נידריגע איי קיו און רעדן שטותים פון צייט צו צייט מאכט נישט א יוד אויס צדיק.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:28 am
דורך צקון לחש
קהל'ס נער האט געשריבן:גראדע האלט איך שטארק פון פאפא רבי , ער איז נישט קיין שארלטאן, גנב, זייגער, אויסניצער, מאניפלעיטער, כבוד שמעקער, גלילות פארכאפער, טשעפעניאק, הפגנה אנדרייער, וכו׳
ער איז א תמימות׳דיג איד וואס דינט דער אייבערשטער מיט זיינע השגות, האבן א נידריגע איי קיו און רעדן שטותים פון צייט צו צייט מאכט נישט א יוד אויס צדיק.
און איך האלט גראדע פון אסאך כיתה ה' רבי'ס, זיי זענען טייערע ווארימע אידן.
ועוד, והוא העיקר אצלינו, אונזערע עדאלטס זענען בבחינת כיתה ה' קינדער ממילא איז א גוטע אדמו"ר - א גוטע כיתה ה' רבי.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:39 am
דורך צועקים וזועקים
א שטילע איד, א עובד השם בתמימות גמור.

Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:51 am
דורך ברוך שפינוזה
פאפא רבי איז נישט אינטערעסאנט, וואס וואלט ר׳ אהרן געוועהן? אפשר געלאפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:53 pm
דורך כרם זית
סטאלינער רבי וואלט געווען א פילאט.
@ברוך שפינוזה, אויב ר' אהרן וואלט נישט געווען ר' אהרן וואלט ער געווען פון די גרעסטע בני יואלים קעגן ר' אהרן...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:58 pm
דורך דערהויבענע איד
בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור, און פאר א סייד זשאב ארויסגעגעבן א פירוש אויפן רמב''ם.

זלמן לייב וואלט געווען א מער פון הויכראנגינגע מענעזשער'ס פון B&H, אדער אן אקאוינטיג פירמע.

בן ציון באבוב'ער וואלט לכאורה געווען א גרויסע מוצלח אין ביזנעס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:31 pm
דורך צקון לחש
דערהויבענע איד האט געשריבן:בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור
*חרדים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:52 pm
דורך נחבא
דערהויבענע איד האט געשריבן:בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור, און פאר א סייד זשאב ארויסגעגעבן א פירוש אויפן רמב''ם.

זלמן לייב וואלט געווען א מער פון הויכראנגינגע מענעזשער'ס פון B&H, אדער אן אקאוינטיג פירמע.

בן ציון באבוב'ער וואלט לכאורה געווען א גרויסע מוצלח אין ביזנעס.
וואספארא טאלאנטן זעהסטו אין זלמן לייב אדער אין בנציון?

אפשר וואלט זלמן לייב געארבעט אין uta מיט זיין ברודער....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:53 pm
דורך יין שרף
רוב וואלטן נישט געהאט קיין דשאב, פשוט געווען אנעמפלויעד און געלעבט פון אנדערע מענטשען'ס געלט. זיך משוגע געמאכט ברבים געגאנגן אנגעטוהן פאני, געגעסן אין פאבליק און געמאכט פון נאכט טאג און פון טאג נאכט. אמממ.. איין מינוט.... זיי וואלטן געווען רביס!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:00 pm
דורך חב''ד הויזן
כרם זית האט געשריבן:סטאלינער רבי וואלט געווען א פילאט.
@ברוך שפינוזה, אויב ר' אהרן וואלט נישט געווען ר' אהרן וואלט ער געווען פון די גרעסטע בני יואלים קעגן ר' אהרן...
ווען ר' אהרן וואלט נישט געווען ר' אהרן וואלט בני יואל נישט געווען קעגן ר' אהרן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:11 pm
דורך יין שרף
חב''ד הויזן האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:סטאלינער רבי וואלט געווען א פילאט.
@ברוך שפינוזה, אויב ר' אהרן וואלט נישט געווען ר' אהרן וואלט ער געווען פון די גרעסטע בני יואלים קעגן ר' אהרן...
ווען ר' אהרן וואלט נישט געווען ר' אהרן וואלט בני יואל נישט געווען קעגן ר' אהרן
דעמאלס וואלט בני יואל געווען אקעגן בני יואל..

Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:11 pm
דורך צוויבל קניפער
סקווירא וואלט געווען א הויכראנגיגע לב טהור עסקן...

Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:17 pm
דורך שמן למאור
סאטמאר רבי רעב אהרן וואלט געווען די גרעסטע בילדינג פליפער אין די טריי סטעיט עריע, זיין אינסטעגראם וואלט געהאט די מערסטע פאלאערס, ער וואלט געווען א הייסע טראמפיסט מיט א דורעקטע נומער צו קושנער. אלע גרויסע שישקעס וואלטן אינוועסטירט ביי אים מיליאנען, רוב וואלט ער אנגעזעצט און זיי וואלטן אים צאמגעשאלטן אגאנצן טאג, די איבריגע וועלן זיך שווערן אז ער פארשטייט גאר גוט וואס ער טוט.

מהרז"ל מסאטמאר וואלט געווען א פלעינע איד מיט א ביזנעס און א שיעור ביינאכט.

פאפא רבי וואלט געלערנט מיט בחורים אין ישיבה, רוב בחורים וואלטן נישט הנאה געהאט, סאו ער וואלט געדארפט טוישן בחורים יעדע זמן, אבער ער וואלט מיט אן עקשנות נישט געטוישט ארבעט פאר פערציג יאר. ער וואלט געווען די עלטערע איד וועמען אפילו די בחורים וואלטן זיך געטרויעט אריינצושטעקן א ציצית אין די אויער ווען ער פארקלאצט זיך.

באבוב'ער רבי וואלט געווען אן ארבעטער אין א ספרים סטאר, ער וואלט בעיקר געווען ביזי זיכער צו מאכן אז די קינדער קומען נישט סתם ליינען די קאמיקס בוקס.

באבוב 45 וואלט געווען א מגיד שיעור אין א ישיבה.

סקווירא רבי וואלט געווען א אנלייסנסד טעראפיסט. ער וואלט געהאט א ספעציעלן קנעפל אויף קול מבשר ווי ער וואלט געגעבן עדווייס וואס וואלט געווען סיי לאנגווייליג און סיי נישט צו דער זאך. דאך וואלט ער געהאט פארברענטע נאכפאלגער וואס וואלטן געצאלט תבין וטקלין פאר זיינע קאורסעס ווי ער וואלט פארגעשטעלט אן אייגענע אויסגעטראכטע מהלך אין לעבן וואס נאר ער האט ארויס.

סקולענע רבי וואלט געווען א קאר סערוויס דרייווער וואס מוטשעט זיך געפערליך מיט שמירת עינים. פינקט וואלט אים די באשעפער אלעמאל אריינגעשטיפט אין קאר פרויען רח"ל, און יעדע יום כיפור נעמט ער זיך פון פריש אויס אז ער לאזט אפ די דזשאב, ביז ענדליך אים געלונגען צו ווערן די נאכט לייגער אין א ישיבה, די בחורים זענען זיך מחיה ווייל מען קען טון וואס מען וויל. פאר א סייד דזשאב איז ער מסדר די ספרים אין די אוצר הספרים.

בעלזא רבי וואלט געווען א חרדי אניס, א באהאלטענע אפיקורס. פאר פרנסה וואלט ער געווען אן ארכיטעקט וואס מען קומט פרעגן די גאר קאמפלעצירטע שאלות. ער וואלט געווען פון די גרעסטע שרייבערס אויף קאווע שטיבל מיט די מערסטע ווארענונגען פון די מנהל. יעדע צווייטע תגובה וואלט געווען אויסגעמעקט, און עס וואלט געשטאנען אין רויט, "כפירה איז נישט ערלויבט" אדער "שרייב נישט בייסיג".

סטאלנע רבי וואלט געווען א טור גייד אין אילת פאר היימישע אידן, די וויאוס פון זיינע יוטוב ווידיאוס וואלטן דערגרייכט אין די מילאנען.

וויזניצע מאנסי רבי וואלט געווען א באס רבי, שפעטער וואלט ער אפגרעיטעט צו א קינדערגארטן מלמד.

לימינובער רב וואלט געווען א לייף אינשורענס אגענט, ער וואלט יעדעם אריינגענארט מיט די טייערסטע פאלעסי און יעדער וואלט נאכאלץ געמיינט אז מען באקומט די בעסטע דיל אין די וועלט.

מאקאווע רב וואלט געווען אן אורחא פורחא וואס וואוינט אין שומר שבת, זיין בני בית וואלט זיך געשפייזט פון תומחי שבת פעקלעך.

גורע רבי וואלט געווען א פאנזי סקעים שווינדלער, ער וואלט געווען פון די אויבן אן אידן וואס ערלויבן זיך צו קויפן מפטיר יונה, און שנדר'ן שיין, אבער די עולם וואלט געוויסט צו זאגן אז ס'איז נישט כשר געלט.

מרכז וויזניץ רבי וואלט געווען אן אקטיאר אין די אינטערן פלעיס, רוב מאל וואלט ער געווען די בייזע פריץ אדער די שלעכטע גלח.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:55 pm
דורך צקון לחש
איך כאפ אריין פאר אלול: :lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:57 pm
דורך מר. קלונימוס
דאבשינער רבי וואלט געהאט א טשאפל, אהה ער האט שוין

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:23 pm
דורך berlbalaguleh
דערהויבענע איד האט געשריבן:בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור, און פאר א סייד זשאב ארויסגעגעבן א פירוש אויפן רמב''ם.

זלמן לייב וואלט געווען א מער פון הויכראנגינגע מענעזשער'ס פון B&H, אדער אן אקאוינטיג פירמע.

בן ציון באבוב'ער וואלט לכאורה געווען א גרויסע מוצלח אין ביזנעס.
צו זיין אן אקאונטענט דארף מען קענען רעכענען. א סאבדזשעקט וואס מ'האט ביי אונז אין סאטמאר נישט געלערנט...!

רב"צ מ'באבוב וואלט געווען א גוטער ביזנעסמאן. ווילאנג ער האט איזי ענגלענדער ביי זיין זייט...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:35 pm
דורך Simplesimon
יאקא און ר' יואל ראטה וואלטן געווען לאנגסאם פעלדמאן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:43 pm
דורך Simplesimon
וכן להיפך
ר' שלמה באכנער וואלט געווען באבוב'ער רבי און ר ' מרדכי דוד וואלט געשטאנען פון אונטער איהם און סאדיגורא זיין הויז בחור און סאדיגורא ירושלים זיין בארינפריינד/באדי גארד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:09 pm
דורך קהל'ס נער
ר׳ זיידל ראזנבוים מקרעטשניף סיגעיט, וואלט געוועין חיימאו.
פריימאן׳ער רב וואלט געוועהן א עקשועל רב

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:11 pm
דורך קהל'ס נער
מר. קלונימוס האט געשריבן:דאבשינער רבי וואלט געהאט א טשאפל, אהה ער האט שוין
על זו הדרך, ליאזנא רבי וואלט געהאט א תורה מוזיאום
יארמע רב וואלט געווען א בדחן
שארמאשער רב וואלט געמאכט טעילאר ריידס אויף חוה״מ
הרב איצא גליק פון סאכדעס וואלט געוועהן א שגץ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:49 pm
דורך ברוך שפינוזה
כרם זית האט געשריבן:סטאלינער רבי וואלט געווען א פילאט.
דו מיינסט צוזאגן א קאמערשל פיילאט, א פריוואטער פיילאט איז ער דאך שוין..