בלאט 1 פון 1
פערל פון וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:35 am
דורך עסקן בדברים
פריידא וויזעל האט אין די לעצטע פאר חדשים ארויפגעלייגט יוטוב ווידיואס מיט אינטערוויוס מיט א סאטמערע פרוי פון וויליאמסבורג מיטן נאמען פערל. זי איז 100% ערליך אינעם סיסטעם און גענצליך אן apologist דערפאר, אבער זי איז זייער knowledgeable (צ.ב.ש. זי האט גאנץ גוט פארשטאנען צו די ריפארם און קאנסערוויטיוו, און האט דערמאנט אז זי ליינט יעדער בוך אויף די האלאקאסט, אפילו די נישט פרומע) און קלוג, און האט א ספיציעלע וועג צו ענטפערן צום זאך מיט ווארעמקייט און מיט ווייזן acceptance צו יעדעם. די comments section אויף די ווידיואס זענען פיל מיט comments פון מענטשן--פון פרייע ביז גוים פון ארום די וועלט--וואס ווערן משוגע פאר איר. טייל פון די commentators האפן אז זי וועט עפענען אן אייגענעם podcast. זי האט זיכער אסאך אויפגעטון פארצושטעלן די חסידישע וועלט אין א גוטע ליכט, און וועט מעגליך במשך הזמן האבן א האנט אין מחזיר זיין אסאך אידן בתשובה פון די ווידיואס אליין. ימים יגידו אויב זי וועט ווערן מער א שטערן. זי קען זיכער אויב זי וויל.
איינער ווייסט מער וועגן איר? איר משפחה נאמען (אויב זי לאזט מפרסם זיין)?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:37 am
דורך צועקים וזועקים
מחזיר בתשובה זיין אידן פון אראפמאלן די סיסטעם אין א פאזעטיווע ליכט? נעע איי דאונט טינק סאו...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:40 am
דורך עסקן בדברים
צועקים וזועקים האט געשריבן:מחזיר בתשובה זיין אידן פון אראפמאלן די סיסטעם אין א פאזעטיווע ליכט? נעע איי דאונט טינק סאו...
האסט געליינט די comments?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:51 pm
דורך Lee
ביטע לייגט ארויף די לינק פונעם ווידיא
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:36 pm
דורך סקעפטיקער
עסקן בדברים האט געשריבן:
איינער ווייסט מער וועגן איר? איר משפחה נאמען (אויב זי לאזט מפרסם זיין)?
ענגלמאן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:13 pm
דורך אוד מוצל מאש
Lee האט געשריבן:ביטע לייגט ארויף די לינק פונעם ווידיא
https://youtu.be/IaqonzHozVM
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:31 pm
דורך שמן למאור
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:51 pm
דורך עסקן בדברים
סקעפטיקער האט געשריבן:עסקן בדברים האט געשריבן:
איינער ווייסט מער וועגן איר? איר משפחה נאמען (אויב זי לאזט מפרסם זיין)?
ענגלמאן
Wow! געדענק איך איר דענמאלט פון יארן צוריק ווען זי האט געגעבן אינטערוויוס צו די מידיע וועגן איר זון.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:35 pm
דורך יואליש
איר זוהן יואלי האט נארוואס ערהאלטן זיין דאקטאראט (PhD) אין קליניקעל פסיכילאגיע.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:41 pm
דורך ברוך שפינוזה
צועקים וזועקים האט געשריבן:מחזיר בתשובה זיין אידן פון אראפמאלן די סיסטעם אין א פאזעטיווע ליכט? נעע איי דאונט טינק סאו...
צוריקברענגען ארויסגעפאלענע קליענטן איז דאך פשוט אז זי גייט נישט ווייל ס'נישט דא גארנישט וואס זי קען אונז זאגן וואס אונז האבן נישט געוואוסט פון פריער, איך ווייס דאך שוין פונקטליך וואס טוט זיך דארט, די "גוטע" און די "שלעכטע", און מיט דעם אלעם האב איך באשלאסן אז ס'נישט פאר מיר, אבער העלפן שאפן נייע קליענטן פאר חסידים קען זי לכאורה יא.