בלאט 1 פון 2

א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די שייטל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:59 am
דורך משה זעקעל
מיין נאנטע חבר דערציילט מיר אז זיין ווייב רעד לעצטעס פון זיך אויסטון די שייטל

ער האט זייער ליעב זיין ווייב ער איז עכט גוט אין נאנט מיט איר זיי האבן שוין צוויי קינדער

אבער אויב זי טוט אן א שפיצעל האלט ער וועט עס הרגענען די מעריטש

ווייסט איינער פון א גוטע טרעפיסט לייוו קאוטש וואס קען העלפן א פרוי מיט דעם

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 8:03 am
דורך Chaimschw
פאר עם אדער פאר איר?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 8:56 am
דורך יאסל ראקאווער
איך וויל זאגן עפעס למחשבה און נישט למעשה ווייל מ'דארף דורך טון די זאך פאר מ'גיט עצות.

אויב זי וויל אויסטון די שייטעל און ער האלט אז דאס איז דער סוף, טאר ער להלכה נישט וואינען מער מיט איר. כיוון שנתן עיניו לגרשה.

מילא דארף ער א רב זאל דאס מסביר זיין פאר זיין ווייב. אויב גייט זי ווייטער פאר דעם, מיינט דאס אז ער האט נישט קיין ווייב סייווי.. ויקוב הדין ההר עכשיו מלהיות גר בכפיפות אחת עם נחש. כי זה מר ממוות.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 9:04 am
דורך משה זעקעל
Chaimschw האט געשריבן:פאר עם אדער פאר איר?
פאר ביידע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 9:19 am
דורך צקון לחש
/

Re: א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אוסטון די שי

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 9:28 am
דורך דער גאלדענער אדלער
עפעס שטימט נישט דא, אויב האט ער איר עכט ליעב, דאן וואס האט עס צו טוהן וויאזוי זי גייט אנגעטוהן? ממש אז דאס גייט הארגענען די מערידזש?! און דאס אז ער האט געהאט צוויי קינדער מיט איר מיינט נאך נישט אז זיי האבן זיך ליעב. וויפיל קאפל גט'ן זיך נאכן האבן פינף קינדער. און בכלל אז זיי האבן זיך ליעב, דאן וויאזוי טוט זי אזא זאך וואס נעמט עם ממש ארויס פון די כלים??? נעה, אזא ליבשאפט פאר מיינע שונאים!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 9:40 am
דורך משה זעקעל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:עפעס שטימט נישט דא, אויב האט ער איר עכט ליעב, דאן וואס האט עס צו טוהן וויאזוי זי גייט אנגעטוהן? ממש אז דאס גייט הארגענען די מערידזש?! און דאס אז ער האט געהאט צוויי קינדער מיט איר מיינט נאך נישט אז זיי האבן זיך ליעב. וויפיל קאפל גט'ן זיך נאכן האבן פינף קינדער. און בכלל אז זיי האבן זיך ליעב, דאן וויאזוי טוט זי אזא זאך וואס נעמט עם ממש ארויס פון די כלים??? נעה, אזא ליבשאפט פאר מיינע שונאים!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

עס איז זייער שווער אריינצוגיין בריבים אין די פרטים

א איד בעט הילף ברויך מען אים העלפן נישט קיין חילוק די אלע פרטים

איינער ווייסט אפשר פון א גוטע טערעפיסט וואס קען העלפן אין די נושא.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 10:24 am
דורך קהל'ס נער
זאלן ביידע גיין צוזאמען צי א טעראפיסט/סאושעל ווארקער.
מיר זעיט עס אויס ווי א מיס-קאמיוניקעישען אישו, א נערמאלע פרוי וויל זיך געפעלן פארן מאן, אויב ווי ער זאגט אויבן אז זיי האבן זיך ליב און דאך טיט זי עס, מסתם איז זי אויפגערייצט געווארען דורך עפעס א פרימע רעבעצין וואס געט נישט קיין דעקל פאר איר שלום בית, און נאך מען מסביר׳ט עס איר, מעגליך זי וועט עס אננעמען.

און אויב דאס העלפט נישט, איז די קשיא נאך גרעסער פארוואס וויל זיך די פרוי נישט געפעלן פאר איהר מאן, די פרוי האט סאך א גרעסערע פראבלעים ווי בעצם זיך אנטוען א שפיצל, און יעצט דארפן ענק שוין איינמאל טהערעפי.

(נאוט: איך זאג ענק דארפן טהעראפי, און נישט זי דארף טהעראפי)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 11:33 am
דורך [NAMELESS]
די שאלה איז ווער איז טאקע גערעכט?

איז אויסגעהאלטן אז א מאן זאל זאָגן פאר'ן ווייב ער וויל אויסטוהן זיין שווארצע קאפל און זוך אנטוהן א ווייסע תולדות אהרן קאַפל און אזוי ארויסגיין אויפ'ן גאס?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 11:44 am
דורך קהל'ס נער
קרן זוית האט געשריבן:די שאלה איז ווער איז טאקע גערעכט?

איז אויסגעהאלטן אז א מאן זאל זאָגן פאר'ן ווייב ער וויל אויסטוהן זיין שווארצע קאפל און זוך אנטוהן א ווייסע תולדות אהרן קאַפל און אזוי ארויסגיין אויפ'ן גאס?
ביי שלום בית אישוס איז נישט נוגע ווער ס׳גערעכט, אנלעס די ווילסט די גט׳ן, זיין גערעכט מאכט נישט האבן שלום בית.

א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די שייטל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 1:31 pm
דורך ברוך שפינוזה
זיין גערעכט קען אפילו פארערגערן די שלום בית, נישט נאר וואס די ביזט א בהמה ביזטו נאך גערעכט אויך.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 1:44 pm
דורך ערנסטגערעדט
נישטא אזא זאך ווי א טעראפיסט מאכט איינעם יא טון אדער נישט טון אויב יא איז יענער אנלייסענסד אדער קארופטירט
לאז זי אויסטון די שייטל און נאכדעם גייטס ביידע צו מערידזש קאונסעלינג נישט צו ראטעווען די שייטל נאר ווייל די גאנצע מערידזש איז נישט בסדר אויב דאס מאכט אזוי פיל אויס

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:39 pm
דורך berlbalaguleh
די שאלה איז פארוואס זיין ווייב וויל אויסטון די שייטל און אנטון א שפיצל. אפשר האט זי געהערט א דרשה פון א "הייליגע" אידענע און ס'איז איהר אריין אין די ביינער. אדער אפשר האט זי באקומען א שווערן דיאגנאז און זי האט זיך מקבל געווען קבלות טובות. אדער גאר אלס סטייל. ווייל איהרע פרענדס גייען שפיצלעך.

די שאלה איז אויב זי האט די ערנסטקייט צו וויסן וואס דאס איז מחייב.

היינטיגע צייטן קענמען נישט וויסן. איך האב געזעהן אין איינס פון די היימישע בלעטלעך אן אדעווערטייזמענט פאר שפיצלעך...די קאמערשל גייט (בערך) אזוי..."ווילט איהר זיין "באטעמ'ט" (כלשון ווילי-טאון) דאמאלס קויפט די און די שפיצל..לאל. ווען א פרוי וויל זיין "באטעמ'ט" טוט זי נישט אן א שפיצל. זי טוט אן א לאנגע שייטל.

איך האב אמאל געזעהן (אין בארא פארק) 2 הייליגע פרויען שפיצל/שווארצע זאקן קייענדיג אויפ'ן גאס. אוכל בשוק. ארויסגייענדיג פון א רעסטאוראנט. וואס האבן בכלל "הייליגע" אידן צו זוכן אין א רעסטאוראנט?!

א יעדע איינס פון די אויבנדערמאנטע סיבות דארף אן אנדער'ן מהלך.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:32 pm
דורך Moshe itche
My friend also had such a story, his wife wanted to take off her wig. He made clear to her that if she does that, then it goes both ways and he will also do something that he wants to do and she doesn't like. For example he will completely remove his smartphone filter, start to not wear his striemel at the shabbos table, etc. She got the message and backed off

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:40 pm
דורך עמק הבכא
דער עולם דא האט זייער גרויסע עקספעקטעישאנס פון היימישע קאפלס. ס'איז א פראבלעם וואס אונזער סאסייעטי איז געשלאגן נישט פון היינט אז דער מאן און די ווייב קענען לעבן אויף צוויי אנדערע פלאנעטן, ער איז ביזי מיט זיינע שטותים און זי מיט אירע שמייליגע האטליינס. די שלום בית אין אונזער פאל איז זיכער נישט עפעס מורא'דיג, אבער ס'מוז אויך נישט זיין אזוי עק וועלט אז זי זאל ווערן איבערגענומען בעניני רוחניות פון די נארישע רעביצין, א טיפיקל היימישע פארפאלק ליידער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 4:46 pm
דורך קעשקעטעל
היבש אסאך אינגעלייט חלשן אז זייער ווייב זאל זיך אנטיען א שפיצל.....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 5:30 pm
דורך בעל אחריות
איר רצון אנצוטוהן א שפיצל קען קומען פון א קטנות, און זיין שפירן אז דאס איז עק וועלט קומט אויך לענ"ד פון א קטנות, ער מיינט אז ווען זי טוט דאס אן "ווערט" זי מיט דעם אן אנדערע מענטש צוזאמען מיט אים.... ער שפירט ווי זיין גאנצע אידענטיטעט איז אין א סכנה, ער ווערט א שפיצל אינגערמאן...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 7:14 pm
דורך מרדכי מרדכי
קעשקעטעל האט געשריבן:היבש אסאך אינגעלייט חלשן אז זייער ווייב זאל זיך אנטיען א שפיצל.....
קום אריין מיט מער דיטעילס וויפיל מיינט היבש אסאך?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 11:33 pm
דורך בלויע רעקל
א שייטל איז שענער ווי א שפיצל?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 11:39 pm
דורך סקעפטיקער
בלויע רעקל האט געשריבן:א שייטל איז שענער ווי א שפיצל?
עס איז נישט נוגע, דער אינגערמאן האלט אזוי און אים שטערט עס. איינער וואס האלט אז א שפיצל איז שענער און זיין ווייב וויל זיך אנטון א שייטל קען לכאורה נוצן די זעלבע טעראפיסט

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 11:51 pm
דורך berlbalaguleh
אפשר פורים. איך וועל ענדערש לאזן מיין ווייב ארויסגיין מיט א גאטשע אויפ'ן קאפ ווי מיט א שפיצל. ביי מיר זענען ביידע אויפן' זעלבן (חשוב'ן) פלאץ.

ווען איך זאל זעהן אז די שפיצלטרעגערינס זענען ערנסטער ווי די וואס טראגן שייטלעך, וואלט איך (אפשר) געטראכט אז מיין ווייב זאל אנטון א שפיצל. וואס לדעתי איז אן איבריגע זאך. און נאך א סטייל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 12:08 am
דורך בּליקער
berlbalaguleh האט געשריבן:אפשר פורים. איך וועל ענדערש לאזן מיין ווייב ארויסגיין מיט א גאטשע אויפ'ן קאפ ווי מיט א שפיצל. ביי מיר זענען ביידע אויפן' זעלבן (חשוב'ן) פלאץ.

ווען איך זאל זעהן אז די שפיצלטרעגערינס זענען ערנסטער ווי די וואס טראגן שייטלעך, וואלט איך (אפשר) געטראכט אז מיין ווייב זאל אנטון א שפיצל. וואס לדעתי איז אן איבריגע זאך. און נאך א סטייל.
אַ שפּיצל איז טעכניש א גאַטשע.

אַ פרוי וואָס וויל זיך צעשפּיצלען, איז געווענליך איר שייטל ווערד ווי אַ ראָציגער טאַשטוכל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 12:20 am
דורך yesiknow
בלויע רעקל האט געשריבן:א שייטל איז שענער ווי א שפיצל?
ווענדט זיך ווי לאנג, שיין, סטייל פון די שייטעל (שפיצעל) , אין אויך די טראגערין וכו' בעיוטי איז אין די איי אף די בעהאלדער, וואט עווער דעט מינס.

א מאן וויל בדרך כלל זיין פרוי זאל וועלין געפעלען פאר אהים עס קען זיין אז די מאן (די חבר פון פותח האשכול..) פילט אז זי איז שוין נישט אזוי אינטערסירט אים צו געפעלען וכו'.

במוצאי יום מנוחה...