בלאט 1 פון 1

מאנטאג פרשת נח.. אוי ווען וועט דאס זיין

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 8:33 pm
דורך שעפטאל
סליחות, וויינען, שוויצען,
לאנגע ערב ר"ה סליחות,
ראש השנה, יום הדין, סימנים, פחד פון דעם מי יחיה.. לאנגע דאווענען, שרעקעוודיגע פאכן נתנה תוקף
צום גדליה, פאסטן,
עשרת ימי תשובה, סליחות, גילט, אגוז.
ערב יוה"כ כפרות, (יואב האט שוין א כפרות שטינק אשכול)
יום כיפור, פאסטן, זיצן אין ביה"מ ביזן פארחלישט ווערען ביי נעילה.
אויספאסטן, יעצט איז א יום טוב, פריילעך. גוט יאהר.

וואס? גארנישט פארטיג מיט ענק..

זיכן ד' מינים, בויען די סוכה,
סוכות ביינאכט, אישפיזין, זינגען ושמחת, שלאפן אין די סוכה,
דאווענען שעות, שאקלן דעם לולב, יעצט גיי ארום הושענות, שטיפ זיך, וויין נאכאמאל פאר א גוט יאהר.

העי, חוה"מ האלטן, שוויצען מיט די קינדער אינעם זאו.

הושענה רבה, וויין נאכאמאל,
שמיני עצרת טאנץ, שוויץ,
שמחת תורה, טאנץ ווייטער, שוויץ מער.


כ'גיי שלאפן, וועקטס מיך אויף מאנטאג פרשת נח