סקווערן דעם צירקל.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
סקווערן דעם צירקל.
איך ווייס נישט צו די נושא איז שוין דיסקוסירט געווארן בין כותלי השטיבל,
צו מיר איז דאס אויך נישט ניי, עס באדערט אבער פון פריש מיט יעדן פארבייגייענדע סעיף אין שו"ע.
וזהו.
לערנענדיג, בעיקר אין לימוד הלכה, טרעפט מען אן זייער אן אינטרעסאנטע מהלך הלימוד צווישן די גדולים, אנגעפאנגען ביי די ראשונים, אראפ ביז פוסקי דורינו.
בעת וואס די גמ' איז געשריבן געווארן באופן פון מעשיות (...) און קליינע פסקים ציווארפן איבער א סוגיא/מסכת אן קיין ספעציפישע קאנסיסטענסי, קומען די ראשונים און פראבירן צו מאכן סדר – קאנסטרוקטן א comprehensive ארבייט און מסדר זיין די הלכות על בוריים. בפרטיות איז די טור געקומען מאכן א שטיקל סיכום פון די אלע ראשונים מיט געוויסע הוראות אויף למעשה, און דאן די שו"ע וכו'.
וואו עס איז אבער מערקבאר און וויכטיג זיך אפצושטעלן, איז אין דעם בית יוסף, די חיבור אויפן טור, וועלכע צונעמט יעדע סוגיא וואס די טור דערמאנט, אנגעפאנגען ביים גמרא אראפ מיט אלע ראשונים וויאזוי זיי פארשטייען די סוגיא און וויאזוי עס בלייבט למעשה. אזוי אויך, ווען עס איז א ברייטערע סוגיא וועלכע האט ווי געשמועסט מערערע רעפרענסעס בש"ס ופוסקים גייט ער אדורך שטיקל ביי שטיקל פראבירענדיג צוזאמצושטעלן דאס בילד און ארויסקומען דאס קלארסטע שייך.
ער דארף פארשטייט זיך נישט מיין הסכמה, אבער יעדער וואס לערנט דאס זעט בקיאות און גאונות אויף א פארנעם... אבער צום זעלבן צייט איז דא דא עפעס מיט די הונטערליגענדע פילאזאפיע דערפון וועלכע שטערט אויף א טיפן פארנעם.
דהיינו עס טוט זיך א מישמאש פון הלכות צווישן די גמ' מיט די ראשונים מיט אסאך סתירות לכאורה צווישן זיי. דער בית יוסף (א חלק בעצם שוין פון די ראשונים אויך) פארארבייטן צו דערגיין די גדרים וויאזוי איין הלכה שטומט מיטן צווייטן, וואס איז די נקודה פונעם איסור, און פארוואס געוויסע זאכן זענען אסור בעת וואס ענליכע מעשיות זענען מותר. אבער ביסוד ליגט די השקפה אז עס איז מתחילה קאהירענט און אז דאס דארף שטומען איינס מיטן צווייטן. לערנענדיג אבער די אלע פעלער און קוקנדיג אויף די זעלבע מעשיות פון אן היינטיגן פערספעקטיוו, זאגט זיך אסאך גרינגער אז קיין פארבונדונג איז דא נישט דא און עס דארף נישט שטומען צוזאמען בכלל.
[לדוגמא אזא סוגיא ווי הלכות אוהל אין הלכות שבת ווי אין גמ' זענען דא היבש אפאר מעשיות און מימרות דערויף,
• אנגעפאנגען (שלא על הסדר) ביי כילת חתנים, דאס אז מ'טאר נישט ארויפצוען קיין ליילעך ווען אונטער דעם ווערט אזא אוהל אזאנס.
• יעדע זאך וואס האט 4 מחיצות טאר מען נישט ארויפלייגן קיין דאך דערויף.
• בויען מחיצות אליין איז נישט קיין פראבלעם, (נאר די דאך איז פראבלעמאטיש).
• מען טאר נישט ארויפלייגן די ברעט/ליילעך אויף די פיסלעך פונעם בעט ווייל עס שאפט זיך אן אוהל דערונטער.
• אויף א טיש מעג מען יא ארויפלייגן ווייל מ'נוצט נישט די פלאץ פון אונטן.
• א חופה פאר א שאטן טאר מען נישט מאכן.
• א פורהאנג מעג מען אויפהענגען, זיכער עפענען און פארמאכן.
• א שלאק אויב א טפח איז פארמאכט מעג מען עס אינגאנצן פארמאכן, אויב נישט, נישט.
• א צוזאמלייג בענקל מעג מען עפענען ווייל עס איז געמאכט צו עפענען און פארמאכן.
• לייגן א דריטע פאס אויף צוויי אנדערע הייסט געמאכט אן אוהל.
• א ספר איבער צוויי אנדערע, נישט.
• צודעקן א ליידיגע פאס (מיט א סחורה) הייסט אן אוהל, מיטן דעקל נישט.
• א.א.וו
ביי דעם פאל זענען די שוועריקייטן צו די גדר איז א דאך איבער מחיצות, וואס דאן איז שווער די חופה און כילת חתנים געשיכטע, צו די גדר איז ווען מ'נוצט אונטער דעם וואס דאן איז שווער די בעט מיט די פאס מעשה, צו די גדר איז גאר אויב די סדר איז עס צו טון (ווי ביים פורהאנג, בענקל, און דעקל פון פאס.) וואס דאן איז שווער ביים שלאק. די סוגיא בלייבט למעשה שנוי במחלוקת לגבי די גדרים אראפ ביזן משנ"ב און אנדערע אחרונים (נעווער מיינד די מג"א און ט"ז..) ווי יעדער מהלך פארענטפערט אפאר מעשיות אבער ברענגט שוועריקייטן לגבי אנדערע, וכך הוא דרכה של תורה.. וכו' וכו' יעו"ש. און דאס איז אליבא דאמת שוין א גרינגערע סוגיא, נעם די סוגיא פון 'מכה בפטיש' אדער 'בונה' בכלליות (וועלכע קען זיך זאגאר סטרעטשן ביז עלעקטריציטעט ואכמ"ל..). וואס יעדער קען עס אפלערנען וויאזוי ער פארשטייט, און זיך אוועקשטעלן די סברות וויאזוי אים שטומט, אבער somehow פראבירט מען יעדעם אפצולערנען מיט די איין שמאלן נאראטיוו.
אדער א סוגיא ווי נזקי שכנים אין חושן משפט, וואס איז ממש נישט צום קייען אדער שפייען, (אפגעזען ווי ווייט עס איז נוגע למעשה בזמנינו) ווי 'חזקה' בכלל איז א פארצווייגטע סוגיא (אויך נישט קלאר צו די חזקת נזקים איז די זעלבע גדר ווי חזקת קרקע) אבער עס ווערט נאך מער קאמפליצירט מיט די פילע אויסגעשפרייטע גמרות וועלכע יעדע פאר זיך רעדט פון א צווייטע מעשה אין דעם פעלד, ובאיזה אופן דארף אלעס שטומען צוזאמען און מ'דארף ערמעגליכן געשניטענע כללים צו נעמען אויף למעשה.
לאידך גיסא, ווען איך זע די אלע גמרות, זע איך ניטאמאל די קשר אדער פארוואס מען זאל מכריח זיין אז רב הונא האט געהאט די זעלבע הבנה ווי רבי אליעזר אדער רב נחמן ווי רב חייא..]
וועלכע פילט זיך בגדר סקווערן דעם צירקל, נעמענדיג צו-ווארפענע גמרות – געשריבן/גע'פסק'נט אנדערע צייטן דורך אנדערע מענטשן מיט באזונדערע אומשטענדן און אומבאקאנטע פרטים אויף יעדע מעשה, און מ'נעמט ארויס כללים בבחינת one size fits all,
איך האב מיר אלץ געפלאגט מיט דעם מהלך הלימוד, אבער דער מער אויפגעקלערט מ'ווערט, מ'אנערקענט די ברייטע מעטאדן וועלכע ווערן היינט באנוצט ארויסצוקוועטשן די עסענס אין אזעלכע מצבים (היסטאריע, סייענס, און אפי' קאמאן סענס געזעץ..) איז אזא מהלך ממש אומ-אויסצוהאלטן. נעמליך, זאגן אז די באזונדערע אמוראים/ראשונים האבן געהאט אנדערע כללים/גדרים, איז אסאך מער מסתבר און בולט און רוב פון די פעלער, במקום פראבירן אלעס אונטערצולייגן אונטער איין שירעם פון כללים.. וד"ל.
איך בין פשוט נייגעריג צו נאכאיינעם שטערט דאס?
נאך א נקודה, עס איז פארשטענדליך אז געזעץ ביסודו מוז קומען מיט א סעט פון כללים, און א וועג דאס צו אפלייען ווען מ'דארף, די פראבלעם און הלכה איז אז די צוויי גייען עפעס נישט צוזאמען, עס איז ווי א יעדער לומד דארף אנפאנגען די ראד פון פריש, סיי דארף ער עסטעבלישן זיינע אייגענע כללים, פלוס די מהלך וויאזוי עס צו אפלייען (ביי קלארע געשריבענע הלכות איז דאס ווייניגער נוגע, - ואליבא דאמת זענען שוין רוב מקרים געשריבן געווארן – הגם מיט אסאך מחלוקת'ן ארומנעמענדיג עס). און עס גייט נאך ווייטער ווי מ'זעט טאקע אז די וועלכע קומען אויף מיט כללי גמ', א שטייגער ווי די בריסקער חדר, זענען טאקע נישט געווען קיין פוסקים, און רוב פוסקים טרעפן זיך נישט דאס פיס און גמרא אליין, עס איז זיי גרינגער צו נעמען מימרות פון פוסקים און געבן ווייניגער דעקל פאר די אנאליסיס שבו. די טרענד ווערט מער און מער, און די ריס צווישן פארשטיין/אנאלאזירן ביז קענען ארויסנעמען הלכה למעשה ווערט נאר גרעסער, (אויסנאמען זענען די חזון איש, ר' משה פיינשטיין, ד"ר מיכאל אברהם, ודעימיה, הצד השוה שבהן אז זיי האבן די פלייצעס צו איגנארירן ראשונים וכדו' ווען זיי געפעלט).
עס פילט זיך פוינטלעס צו לערנען הלכה ווי א טעלעפאן בוך אן די מעגליכקייט אריינצורעדן אדער אפי' געהעריג פארשטיין זייערע גדרים, לאידך גיסא זאגן פשט'לעך און גמרא אליין אן די מעגליכקייט עס צו נעמען אויף למעשה איז דאך ווייטער קנאפ אינטרעסאנט (עס איז unfalsifiable..).
עס ווערט שוין לאנג, אבער און איין ווארט, די טראדיציאנאלע מהלך פון עפיציקלען איינס איבערן צווייטן, ווען מיט יעדע לאך דארף מען ברענגען א צווייטע לעכעריגע לאטע עס צו פארשטאפן וחוזר חלילה, איז אומבאנוצט היינט, עכ"כ אז עס קראצט זייער שטארק צו לערנען הלכה (ובעיקר די בית יוסף ווי געשמועסט) ווי די מהלך איז געבויט פון גדרים על גבי גדרים צו מאכן דאס קאמפליצירטן צירקל פון עובדות אריינפאסן אין א קעסטעלדיגן ראם פון זעלבסט באשטומטע כללים. בעת נישט האבן די פלאץ אין די ראלם פון הלכה צו נעמען (אויף למעשה) מער מאדערנערע מהלכים.
עס וואלט זיך געזאגט גרינג פשוט אפצולאזן דעם לימוד און גיין צו זאכן וועלכע זענען יא מער נוגע און פראקטיש.
פארט אבער נאכן אוועקגעבן אזויפיל יארן דערפאר, בנוסף די חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען און עפעס ארויסצונעמען דערפון (-אנדערש הייסט דאס דאך נישט 'לערנען'..), וויל איך הערן פון די תלמידי חכמים וואס האבן יא אויסגעארבייט עפעס א שטיקל אייגענע דרך הלימוד, וויאזוי זיי געבן זיך אן עצה..
בתודה מראש.

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא איז לכאורה טאקע די העכסטע דרגא אין עמילות בתורה. דער כלל איז אז מ׳זיכט ענדערש צו זאגן אז תנאים ואמוראים האבן זיך נישט געקריגט ווי איידער מאכן א מחלוקת (כ׳מיין אז אין די גמרא אליין זעט מען שוין דעם מהלך) און די ארבייט איז טאקע דאס צו טרעפן חילוקים אין די פעלער און אזוי גייט מען טיפער און טיפער און ס׳ווערט נתחדש נאך פרטים און חדושי תורה...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס קען טאקע בעצם זיין אז ״אריגינעל״ איז די תלמוד, וואס איז בעצם א נישט-אינגאנצן סיסטעמאטישע קאָמפּענדיאום פון מערערע שיטות וכו׳, פון מערערע תנאים ואמוראים איבער א שטרעקע פון א שיינע פאר דורות ומקומות, געווען א מי ששנה זו לא שנה זו. אבער ווי ארויסגעברענגט דא, איז דאס וואס געבט די סמכות להתלמוד כהיום, דאס אז עס האט הסכמת וקבלת הכלל. און אט די הסכמה וקבלה איז דאך בעצם אויף די ״גאנצע״ עדיפיס און קאלעקשאן פונעם תלמוד. ולכן איז, כהיום לאחר שקבלוה, לברר הלכה פרובירט מען ווי מער משווה צו זיין, און טאקע ״סקווערן דעם סירקעל״ אז די כללים זאל קענען כולל זיין אין זיך ווי מער פון די דיספּערעט שיטות ומהלכים. (ואיה״נ. עס איז מעגליך טאקע א סארט לעגאלע פיקציע אין דעם קאנטעקסט בהלכה. דר. קריסטיִן העיס טענה׳ט בכלל אז גישת חז״ל להלכה, אין אלגעמיין, איז געווען מער נאמינעליסט, וואס געבט סתם אזוי מער א מקום פאר לעגאלע פיקציעס.)
דאס איז בפרט אז א חלק פון מהלך התלמודי, וואס איז נכלל אין אט די הסכמת הכלל הנ״ל, איז טאקע דאס אז (קידושין סג:) דחקינן ומוקמינן מתני׳ בתרי טעמא ואליבא דחד תנא, ולא מוקמינן בתרי תנאי וחד טעמא ע״ש, וכעי״ז בכתובות נז. ע״ש.
דאס איז בפרט אז א חלק פון מהלך התלמודי, וואס איז נכלל אין אט די הסכמת הכלל הנ״ל, איז טאקע דאס אז (קידושין סג:) דחקינן ומוקמינן מתני׳ בתרי טעמא ואליבא דחד תנא, ולא מוקמינן בתרי תנאי וחד טעמא ע״ש, וכעי״ז בכתובות נז. ע״ש.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
איך פארשטיי אז בתחילה האט עס געארבייט גאנץ גוט, דהיינו אין די גמ' צייטן אדער אפי' נאך ביי די ראשונים, ווען מ'האט געהאט די געוויסע צאל מימרות מסדר צו זיין איינס מיטן צווייטן, ווי מ'קען דערהערן די געדאנק פון 'נישט מאכן מער מחלוקת'ן' בלשון @בתוך עמי אדער 'תרי תנאי' בלשון @מי אני, ווען מ'זוכט א גוטע מהלך צו מסכם זיין די תורה.
די פראבלעם האט זיך אבער געשאפן מיט די צייט ווען עס איז צוגעקומען סברות און חילוקים, נאך וואס קושיות און סתירות זענען ארויפגעשווימען, און אזוי וואקסט עס נאך עד ימינו אלה. וואס נישט נאר זענען רוב פון זיי שוואכע ווי די אנדערע וואס פארשווערט די וועג צום בעסערן פשט (הזהר עשות ספרים הרבה..). נאר אויך ברענגט דאס גופא נאך לעיערס אויף ווי נאך א דור פון חילוקים און סברות וואקסן ארויף און די צירקל ענדיגט זיך נישט, וכל זה אכניס, היינט דארף שוין דער חזון איש'ס סברא שטומען מיט דער אבני נזר'ס פלפולים און ר' חיים'ס מהלך אין די סוגיא מוז שוין קענען ווערן אריינגעטייטשט אלס פשט און סמ"ע, וכן הלאה.
די צירקל ווערט גרעסער אבער די סקווער ווערט קלענער - עכ"פ נישט גרעסער און פראפארציע.
בכלל (האבענדיג א ברייטערע בליק אויף תורה בפרט נאך אזויפיל דורות פון עס אנאלאזירן, בנוסף די אקאדעמישן מעטאד) איז היינט אסאך גרינגער צו פארשטיין די בייעסעס, און דרויסענדיגע פאקטארן וועלכע האבן געקענט צושפילן צום מיינונג און פסק איבער געוויסע מעשיות, וועלכע מאכט אומפראפארציאנאל די מהלך פון מאכן ווייניגער מחלוקת אנקעגן די היינטיגע רעלעטיוויזם מהלך ווי אנדערע מיינונגען זענען א דיפאולט..
די פראבלעם האט זיך אבער געשאפן מיט די צייט ווען עס איז צוגעקומען סברות און חילוקים, נאך וואס קושיות און סתירות זענען ארויפגעשווימען, און אזוי וואקסט עס נאך עד ימינו אלה. וואס נישט נאר זענען רוב פון זיי שוואכע ווי די אנדערע וואס פארשווערט די וועג צום בעסערן פשט (הזהר עשות ספרים הרבה..). נאר אויך ברענגט דאס גופא נאך לעיערס אויף ווי נאך א דור פון חילוקים און סברות וואקסן ארויף און די צירקל ענדיגט זיך נישט, וכל זה אכניס, היינט דארף שוין דער חזון איש'ס סברא שטומען מיט דער אבני נזר'ס פלפולים און ר' חיים'ס מהלך אין די סוגיא מוז שוין קענען ווערן אריינגעטייטשט אלס פשט און סמ"ע, וכן הלאה.
די צירקל ווערט גרעסער אבער די סקווער ווערט קלענער - עכ"פ נישט גרעסער און פראפארציע.
בכלל (האבענדיג א ברייטערע בליק אויף תורה בפרט נאך אזויפיל דורות פון עס אנאלאזירן, בנוסף די אקאדעמישן מעטאד) איז היינט אסאך גרינגער צו פארשטיין די בייעסעס, און דרויסענדיגע פאקטארן וועלכע האבן געקענט צושפילן צום מיינונג און פסק איבער געוויסע מעשיות, וועלכע מאכט אומפראפארציאנאל די מהלך פון מאכן ווייניגער מחלוקת אנקעגן די היינטיגע רעלעטיוויזם מהלך ווי אנדערע מיינונגען זענען א דיפאולט..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
ס׳נישט פשט אז מחלוקת דארף ווערן עלימינירט, אדרבה דאסיז די שיינקייט פון די תורה, ואלו ואלו דא״ח. נאר ביים לערנען וועט מען קודם פראבירן אז 2 מימרות זאלן האבן איין יסוד ווי איידער זאגן אז ס׳איז א מחלוקת.
אחרונים מוזן נישט האבן דעם זעלבן מיינונג איינע מיט די אנדערע אויף וואס א פריערדיגע האט געמיינט, כך דרכה של תורה, כפטיש יפוצץ סלע, ס׳קומט כסדר צו חדושים און חלוקי דעות...
אחרונים מוזן נישט האבן דעם זעלבן מיינונג איינע מיט די אנדערע אויף וואס א פריערדיגע האט געמיינט, כך דרכה של תורה, כפטיש יפוצץ סלע, ס׳קומט כסדר צו חדושים און חלוקי דעות...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
איבער אסוקי שמעתא אליבא דהילכתא.
ווי באקאנט איז ד"ר מיכאל אברהם טאקע זייער פארנומען אז דאס -און נאר דאס איז לימוד התורה, הגם 'הילכתא' מוז נישט דוקא מיינען אז עס גייט זיין נוגע 'למעשה'. אבער לאפוקי אגדתא וועלכע ער פארשטייט נישט וויאזוי מ'זאל קענען מאכן ברכות התורה דערויף. וואס יא, ער האט זיך געבויט א פעסטן מהלך הלימוד פון טאקע אנאלאזירן גמ' דיירעקט מיט זיינע ברילן, גייענדיג אפט אנקעגן די אנגענומענע מהלך (אפגערעדט אנדערש ווי פסקי השו"ע).
ואדרבה איך פראביר נאך אפצולערנען זיין מהלך הלימוד, וויבאלד לעת עתה זעט עס אויס די מערסטע קאהירענט און געבויט (ארייננעמענדיג פילאזאפישע יסודות ווען עס פעלט זיך אויס אויך). הגם אן קיין סיסטעם אדער שיעורים בקביעות איז עס גאנץ שווער באמת צו קונה זיין...
רעדענדיג מיט א אינגערמאן וואס לערנט יעצט הלכות שבת אויף אן ערענסטן אופן (-מיט שטארקע בחינות וכדו') און האט א דעגרי און property law, האט ער אויך ארויסגעברענגט דאס אז ווען ער לערנט טושו"ע מיט אלע נושאי כלים ביזן פסקי תשובות אראפ, ווערט ער בס"ה 'אקאדעמיש' קלוג, נעמליך, ער קען נאכזאגן און ציטירן וועלכע שיטה עס פעלט אויס, אבער ער ווערט נישט קיין אינטש קלוגער אין די מהלך וויאזוי צו אפלייען די הלכות למעשה, ער נעמט נישט ארויס (אדער באקומט נישט) די כלים דערצו פון די לימוד אליין, אנדערש ווי און זיין law דעגרי ווי דאס איז געווען א חלק פון די לימוד.
איך האב אים אויפגעמערקט דאס אז ביסודו איז לימוד המשנה (-פסקי הלכות) און 'שימוש' תלמידי חכמים (-דרכי הפסק)צוויי שטאפלען אין לערנען און אנקומען להוראה, און ס'איז נישט מוכרח אז די צוויי זאלן קומען ביינזאם.
ער האט נאר גע'טענה'ט אז ער זעט די פילצאליגע 'דיינים' ורבנים וועלכע מיר אלע ווייסן האבן נישט געהאט מער 'שימוש' איבער כח הוראה, זיי זענען אדורך געגאנגען די זעלבע סיסטעם הישיבות און כוללים ווי אונז אלע, און גלייך דערנאך זענען זיי גרייט און באקוועם ארויסצולאזן פסקים רעכטס און לינקס בדברים התלויים בשיקול הדעת, עס איז מער ווארשיינליך אז עס האט צוטון מיט די נאטור פונעם מענטש ווי קאנפידענט ער איז מיט זיין וועג אפצולערנען אן הלכה און צו ער זעט בכלל די קאמפלעקציטעט פון די שיטות דערין..
נאכדעם האב איך אביסל מער אריינגעטראכט און טאקע באמערקט אז הגם עס זענען דא די כללי הפסק געדרוקט און שו"ע וכדו', איז עס נאכאלץ עפעס אזא זאך וואס גייט נאר דורך די 'עליטע' - די רבנים זענען די וואס זענען מחליט וואס הייסט א גוטע סברא/פסק אין אונזער קרייזן, א שטיקל סארט קאנטראל אויף די תורה, מ'גייט אפי' נישט אויסלערנען אין ישיבות איבער 'מהלכי הלימוד' אדער 'דרכי המחשבה והסברא' פאר דעם סיבה, לאפוקי פון די אינדעפענדענט טראכטערס (שוין נאכן אויפקומען אדער קונה זיין אן אייגן מהלך).. דער וואס האט עס (דורך מיטפארן מיט די סיסטעמאטישע group think) האט עס, און דער וואס נישט, נישט... טו בעד..

עס איז למעשה אביסל אזויווי יענע מעשה, עס האט נאר א וועג צו וואקסן און וואקסן, אן קיין מעשורס און פלאץ ארויסצונעמען אומריכטיגע/אומוויכטיגע סברות...בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ס׳נישט פשט אז מחלוקת דארף ווערן עלימינירט, אדרבה דאסיז די שיינקייט פון די תורה, ואלו ואלו דא״ח. נאר ביים לערנען וועט מען קודם פראבירן אז 2 מימרות זאלן האבן איין יסוד ווי איידער זאגן אז ס׳איז א מחלוקת.
אחרונים מוזן נישט האבן דעם זעלבן מיינונג איינע מיט די אנדערע אויף וואס א פריערדיגע האט געמיינט, כך דרכה של תורה, כפטיש יפוצץ סלע, ס׳קומט כסדר צו חדושים און חלוקי דעות...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
למעשה:
איך זוך נאך הילף, 1. און וויסן טאקע וויאזוי צו ''סקווערן דעם צירקל'' אויף די מערסט סענסיבל וועג (שוין נאכן זיין פלוראל און בעצם זען די צירקל שפרינגען פארנט פון די אויגן..)
2. וויאזוי צו מאכן די ענדגילטיגן סדר און ארויסנעמען דערפון די השלכות -הלכה למעשה (שוין אוועק-קוקנדיג פון די צירקל פערספעקטיוו לגמרי..)

- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
די פראבלעם גייט נאך טיפער. ווי באקאנט דא אין שטיבל, איז די גאנצע קיום ההלכה געבויעט אויף סאשעל קאנסטראקט. קומט אויס, אז אנשטאטס לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא זענען/דארפן מיר עוסק אין לאסוקי הלכתא אליבא דשמעתתא. דאס מיינט אז ווען דו לערנסט למשל הלכות נדה, פאנגט מען אן מיט וואס איז מנהג העולם אדער מנהג דיין קרייז, און נאכדעם לערנט מען די מקורות און מען בויעט עס אויף עס זאל שטימען מיט די מנהג.
לפי זה, קען מען אפשר פארשטיין די בית יוסף צו אנדערע וואס פראבירן אוועקצושטעלן גדרים עס זאל שטימען מיט די אלע גמרות/ראשונים. זיי האט נישט געבאדערט אז די גמרות זענען זיך סותר, זיי האבן געזען א סאשעל קאנסטראקט וואס נעמט אן ביידע קעגנזייטיגע גמרות. דאס האט זיי געמאכט אוועקשטעלן די גדרים צו מקיים זיין די אסוקי סאשעל קאנסטראקט אליבא גדרי הלכה.
כנלענ”ד בדרך אפשר.
לפי זה, קען מען אפשר פארשטיין די בית יוסף צו אנדערע וואס פראבירן אוועקצושטעלן גדרים עס זאל שטימען מיט די אלע גמרות/ראשונים. זיי האט נישט געבאדערט אז די גמרות זענען זיך סותר, זיי האבן געזען א סאשעל קאנסטראקט וואס נעמט אן ביידע קעגנזייטיגע גמרות. דאס האט זיי געמאכט אוועקשטעלן די גדרים צו מקיים זיין די אסוקי סאשעל קאנסטראקט אליבא גדרי הלכה.
כנלענ”ד בדרך אפשר.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
צווישן די פולע גמרות און פוסקים וועלכע גייען צו צו א סוגיא מיט דעם 'סקווערן' מעכאניזם, האב איך באגעגנט א שיינע עקזעמפל אין די סוגיא פון 'יאוש' אין די קאנטעקסט פון מצוה הבאה בעבירה. וועלכע איז קאנצענטרירט בעיקר אין דריי פלעצער אין ש"ס: אנפאנג פרק לולב הגזול (סוכה ל.), פרק הנזקין (גיטין נה.), און פרק מרובה (ב"ק סז.). ווי תוס' אין די דריי פלעצער איז פארנומען דערמיט.
עס זענען דא היבש אפאר סתירות און פראבלעמען מיט מימרות צווישן איין גמ' און די צווייטע און די ר"י מיטן ר"ת האבן ביידע באזונדערע מהלכים צו פארענטפערן די אלע גמרות, אבער אויף יעדן פאל בלייבט איבער לעכער. און עס איז בעיקר אינטרעסאנט בעת וואס א תוס' פריער אין סוכה (ט.) ברענגט א צד אז די גאנצע געדאנק פון מצוה הבאה בעבירה איז בס"ה א דרבנן (די פסוקים וועלן לכאו' זיין אסמכתא'ס), וואס לויט דעם פאלן מעיקרא אוועק רוב פראבלעמען, אבער תוס' אויפן פלאץ דערמאנט דאס אפי' נישט.
אפגעזען פון די פשוט'ערע מהלכים צו זאגן אז עולא - אדער אנדערע אמוראים האבן געקענט צוריק-ציען, אדער אז די גמ' אין סוכה שטומט נישט לויט געוויסע שיטות וכדו', וועלכע תוס' דערמאנט בכלל נישט..
אזוי אויך איז ידוע (כמדומני בשם די גר"א) די חילוק צווישן רש"י און תוס' ביים מסביר זיין א סוגיא, ווי רש"י איז פארנומען עס זאל שטומען מיט די וועטער און לאגיק אויפן פלאץ, בעת תוס' וועט צומאל מדחיק זיין לשונות און סברות כדי עס זאל זיין קאהירענט מיט אנדערע פלעצער אין ש"ס אדער מיטן הלכה...
איך האב אלס מער הנאה געהאט פון רש"י'ס גראדע מהלך, לעומת זה איז אבער באקאנט אז רש"י וועט מען די ווייניגסטע אננעמען אין די הלכה ראלם - טאקע צוליב די אומקאנסיסטענסיס. וואס וואלט געווען אינטרעסאנט איז צו וויסן וויאזוי רש"י'ס אייגענע שולחן ערוך האט אויסגעקוקט, וויאזוי האט ער למעשה זיך מסדר געווען צווישן די סתירה'דיגע סוגיות להלכה גייענדיג גלאט?!
עס זענען דא היבש אפאר סתירות און פראבלעמען מיט מימרות צווישן איין גמ' און די צווייטע און די ר"י מיטן ר"ת האבן ביידע באזונדערע מהלכים צו פארענטפערן די אלע גמרות, אבער אויף יעדן פאל בלייבט איבער לעכער. און עס איז בעיקר אינטרעסאנט בעת וואס א תוס' פריער אין סוכה (ט.) ברענגט א צד אז די גאנצע געדאנק פון מצוה הבאה בעבירה איז בס"ה א דרבנן (די פסוקים וועלן לכאו' זיין אסמכתא'ס), וואס לויט דעם פאלן מעיקרא אוועק רוב פראבלעמען, אבער תוס' אויפן פלאץ דערמאנט דאס אפי' נישט.
אפגעזען פון די פשוט'ערע מהלכים צו זאגן אז עולא - אדער אנדערע אמוראים האבן געקענט צוריק-ציען, אדער אז די גמ' אין סוכה שטומט נישט לויט געוויסע שיטות וכדו', וועלכע תוס' דערמאנט בכלל נישט..
אזוי אויך איז ידוע (כמדומני בשם די גר"א) די חילוק צווישן רש"י און תוס' ביים מסביר זיין א סוגיא, ווי רש"י איז פארנומען עס זאל שטומען מיט די וועטער און לאגיק אויפן פלאץ, בעת תוס' וועט צומאל מדחיק זיין לשונות און סברות כדי עס זאל זיין קאהירענט מיט אנדערע פלעצער אין ש"ס אדער מיטן הלכה...
איך האב אלס מער הנאה געהאט פון רש"י'ס גראדע מהלך, לעומת זה איז אבער באקאנט אז רש"י וועט מען די ווייניגסטע אננעמען אין די הלכה ראלם - טאקע צוליב די אומקאנסיסטענסיס. וואס וואלט געווען אינטרעסאנט איז צו וויסן וויאזוי רש"י'ס אייגענע שולחן ערוך האט אויסגעקוקט, וויאזוי האט ער למעשה זיך מסדר געווען צווישן די סתירה'דיגע סוגיות להלכה גייענדיג גלאט?!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
וואס באדערט שטארק דערמיט איז די נאטיץ אז תורה איז 'תורת אמת', אבער אין ווארהייט זוכט מען בשעת'ן לערנען עפעס גאנץ ווייט פון די אמת.
זוכן 'אמת' - אין די סענס צו וואס מיר זענען געוואוינט - וואלט געווען פאר די מפרשי המקרא צו טון דאס וואס די ביבל-קריטיקירער האבן געטון דורכאויס די יארן, דהיינו פראבירן אפצולערנען די מעשה און מצוות ארויס פון די פסוקים און נישט אריינלערנען אין די פסוקים מיט געוויסע הנחות קדומות.
אדער אין משניות צו פארשטיין די קאנטעקסט פון א מחלוקת אנשטאט זיין זיכער אז זיי קריגן זיך וואס ווייניגער.
אפגערעדט אין לימוד הגמרא ווי גע'שמועסט, ווי מ'וועט אלעס טון ארויסצוקומען מיט א פסק הלכה, אין די צייט וואס די מציעות וואס האט זיך דארט אפגעשפילט אין די ווארהייט איז קנאפ דורכגעטון אדער אינטרעסאנט בכלל.
'אמת' פאר מיר עכ"פ וואלט געווען צו דעגרינטעווען אויב רבי ישמעאל האט געוויסט פון מצוה הבאה בעבירה צו זאגן, אדער צו אביי האט פארשטאנען די 'צוויי דינים' וועלכע כלומר'שט ליגט אין זיינע ווערטער, און אויב נישט, וואס האבן זי יא געטראכט? און וואס איז ביי זיי געווען די פסק הלכה אין אבסטאנט פון די געדאנקען א.א.וו.?!
נאך א נקודה ווען מ'רעדט פון אראפ נאגלען הלכה, זעט מען כסדר די געדאנק פון 'נתת דבריך לשעורין' וועלכע האט געפירט צו זייער א שמאלן פאס פון גיבן דעפינירטע נומערן אויף היבש קאמפליצירטע מושגים און פארוואנדלען ברייטע סוגיות און דאגמאטישע דיסקוסיעס, וואס איז אויך פארשטענדליך במדת מה, אבער האט זיך דערקייקלט צו אביסל זינלאזע גרעניצן, מיטן אונטערליגענדע השקפה אז די עולם איז צו דום און נאריש צו עפלייען די הלכות ריכטיג אויפן אייגענע אחריות.
עס טרעפט זיך גאר פרי ביי 'שיעורים' ווי מ' סאה למקוה וכדו', ווי די גמ' אויף א פלאץ זאגט שוין אז כל שיעורי רבנן איז געגעבן באופן one size fits all הגם וואס אין א מקוה דארף בס"ה די מענטש אריינפיטן גאנצערהייט, און ביי 13 יאר פון 'חזקה דרבה' דארף די בר מצוה בחור זאגאר צו האבן שתי שערות.
לערנענדיג הלכות 'קושר ומתיר' אין הלכות שבת, זענען די פוסקים פארנומען לגבי קשר של קיימא, וואס די פונקטליכע דעפינאציע פון 'קיימא' און לזמן איז, צו עס איז א חודש, א טאג, אדער עפעס אינצווישן..
ווי אויף אזויפיל מאכט עס נאך טאקע סענס אויף צו דערגיין די 'לעגאלע דעפינאציע' ווען א חיוב חטאת וועט אפלייען וכדו'.
ווי עס גייט אבער ארויס פון פראפארציע איז די 4 אינטשעס וועלכע רב פאלק האט צוגעצייכנט צום לענג פונעם סקורט נאכן קני.
אדער די 'האלבע שעה' וועלכע פארלאנגט זיך פאר די ניין טעג צו 'באנייען' א קלייד עס צו מאכן אומפריש.
אדער די אומצאליגע הגשרות פאר 'לצורך פרנסה' וועלכע ווערט ע"פ רוב יוטילייזד אלס וואפן וויאזוי צו קאנטראלירן די נארישע-אומוויסענדע מאסן.
נאכאמאל, ביסודו האט עס א זין, עס האט אבער שלא בכונה צוגעפירט צו דעם טאליטאריען מציעות צו אונטערדריקן די עולם מיט זונלאזע תקנות און סוב-גזירות מיטן אויסרייד אז אוועקשטעלן סטריקט דעפינאציעס איז אן 'הלכה געצייג', און צו זיין ביים מיינונג אז די עולם איז אין אן ענליכן מצב ווי די עמי הארץ בזמן הגמ' והפוסקים וועלכע האבן טאקע געדארפט נומערן...

- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
ערשטנס, פון וואו קומט דעם "חיוב"? און דעם פסק אז אנדערש "הייסט" עס נישט לערנען? גיי זעץ זיך לערנען וועסטו זעהן אז ס'דא נאך שיטות וואס האבן "אנדערע כללים" כלשונך. לויט דיר ווען צאנזער רב האט געלערנט הלכות סוף זמן תפלה איז עס געוועהן ביטול תורה ווייל ער האט גארנישט ארויסגענומען דערפון "למעשה", ווייסטו וואס, אויב דאס הייסט ביטול תורה וויל איך ענדערש צאנזער רב'ס ביטול תורה ווי אביגדור מיללער'ס תורה לשמה.אלפא האט געשריבן:פארט אבער נאכן אוועקגעבן אזויפיל יארן דערפאר, בנוסף די חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען און עפעס ארויסצונעמען דערפון (-אנדערש הייסט דאס דאך נישט 'לערנען'..), וויל איך הערן פון די תלמידי חכמים וואס האבן יא אויסגעארבייט עפעס א שטיקל אייגענע דרך הלימוד, וויאזוי זיי געבן זיך אן עצה.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
די אינטרעסאנטע חלק וואס קומט מיט מיטן סקווערן סוגיות איז דאס וואס די 'סברות' פאלן צושטייטלעך אוועק פון האריזאנט.
בעת וואס די אמוראים האבן זיך געהאט זייערע סברות און לאגיק ביים פארשטיין די משניות, אפגעזען אז די תנאים האבן געהאט א שטארקע סברא'דיגע מעטאד ביים אפלערנען די תורה (תלוי אביסל אינעם מקור פון די מדות שהתורה נדרשת ואכמ"ל), דארפן די ראשונים (ע"ע תוס') שוין אפט מאל קאמפראמייזן אויף די סברות כלפי הלכה למעשה, ביי די שפעטערע איז שוין אפגערעדט אז פרובירן צוצולייגן סברות צום סקווער איז ווי צולייגן מייערן זאפט צום שפיל שאך..
וואס איז מיר אבער אלס געווען איראניש און אינטרעסאנט איז די עמפעסיס וואס מ'לייגט פארט אריין (אין ישיבה/כולל) אפצולערנען און 'פארשטיין' די סברות אין דעם סוגיא, אזש עס איז נערווירענד ביז גאר..
אביסל קומט אריין די בריסקער ווארט אז מיר קענען נישט זאגן 'פארוואס' נאר 'וואס', וועלכע טייטשט אז מיר קענען טאקע נישט 'מסביר' זיין אדער פארשטיין די סברות פון די סוגיות, ענדערש קען מען 'מגדיר' זיין און אפלערנען די מושגים וואס שטייט..
געדענק איך מיר טענה'ן אין ישיבה, וואס איז פשט אז מ'פארלאנגט פון אונז - אינגע בחורים - צו פארשטיין די טיפע מחלוקת'ן אין גמרא, נאכדערצו אז מיר דארפן גלייכערהייט פארשטיין ביידע צדדים פון די מחלוקת, נעמליך, אביי האט דאך נישט פארשטאנען רבא, די תוס' הרא"ש האט נישט פארשטאנען רש"י, די ערוך לנר פארשטייט נישט די מהרש"א, אבער באיזה אופן זענען מיר יא מסוגל צו פארשטיין די אלע זייטן ביינזאם, איך פלעג האלטן און טענה'ן אז לגיקלי מאכט נישט קיין סענס צו פארשטיין באמת צוויי פאקערטע זייטן. מיטן 'הגדרה' הסבר זענען זאכן קלארער געווארן, דאס אז אונז לערנען נישט אויף ריכטיג צו 'פארשטיין' - אין די זעלבע סענס וואס מיר פארשטייען פאליטיק לדוגמא - ענדערש דארפן מיר ס"ה 'זען' און אפלערנען די ווערטער וואס שטייט אן האבן געהעריג 'סברות' דערצו, דאס קען זיך טאקע דערהערן פלוראליסטיש רואיגערהייט!
ומענין לענין, ד"ר מיכאל אברהם איז פארנומען צו טענה'ן איבער די שאלה צו די תורה איז 'מוסרי'-מאראליש אדער נישט, אז די תורה איז אינדעפענדענט פון מאראל, זיי זענען צוויי באזונדערע 'רצון ה'', ביידע זענען וויכטיג און מחייב פאר זיך, הגם ווען זיי זענען זיך סותר צומאל (וואס איז זיין ראי'ה אז די תורה איז נישט בהחלט מוסרי..) איז הלכה גובר איבער מוסר.
איך האב אלס געפילט ווי דאס איז נישט ממש ריכטיג, בעיקר אין ליכט פון וויאזוי חז"ל לערנען אפ די תורה מיט זייער השקפה'דיגע ברילן, זיי נעמען ארויס אסאך מוסר דערפון, ביי די שפעטערע (פוסקים/חסידות) זעט מען דאס נאך מער, און אפי' פשוט פון געוויסע פסוקים אין די תורה איז משמע ווי עס האט ארגינעל באדארפט צו זיין אן עטישע קאוד פאר (די אומציוויליזירטע) כלל ישראל - כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים - לדוגמא.
מיין הייפאטעזיע איז, אז ענליך צו די עוואלוציע פון הלכה וואס האט זיך צושטייטלעך טראנספארמירט פון א פארשטענדליכע-סברא'דיגע לימוד צו א פיר-קאנטיגן לימוד וועלכע יעדער ווינקל דארף שטומען מיט אלע אנדערע אפגעזען די לאגיק (וועלכע איז גראדע מער געקומען בכונה), איז די 'מוסר' פון די תורה אויך געווארן אימפקטעד פון די דרויסענדיגע ענווייראמענט, דהיינו, אין די דור המדבר איז די תורה געווען די בעסטע מוסר ספר זיי האבן נאר געקענט חלומ'ען פון. שפעטער האבן געוויסע פרימיטיווע עטיקס עקספייערד, האבן די חכמי הדור אין יעדע צייט אביסל מאדיפיצירט און פראבירט אריינצופאסן די תורה'ס מאראל מיט די פון די צייט, ווי מ'האלט אבער היינט האבן שוין רובא דרובא דערפון עקספייערד (קולטור'לי), אז עס איז א מצב פון פרוץ מרובה על העומד. ביי וואס מיכי איז אויבן אויף בארעכטיגט אז די תורה פארקויפט נישט קיין עטיקס, היסטאריש אבער ווי גע'שמועס'ט איז דאס נישט פונקט די קעיס...

א חבר זאגט מיר, ער האט זייער הנאה צו לערנען די ספר אש המועדים ווייל עס איז מקיף די חסידישן בליק אויפן יו"ט זייער לייכט און געשמאק, אנשטאט צו דארפן גיין זוכן און קראצן פון איין חסידיש ספר ביזן צווייטן צו פארשטיין(?!) וואס ראש השנה איז האט ער אלעס שיין מסודר בפונדק אחד.
איין פראבלעם האט ער יא, זאגט ער, אז עס איז למעשה נישט קיין 'חסידיש ספר' לעצמו, עס פארמאגט נישט די סגולה און חשיבות אזויווי לערנען אן ארגינעלן ספר פון איינער פון די רביים..
אן אריינצוגיין אין די נושא פון 'תכלית הלימוד' צו מען לערנט אויף צו לערנען אדער אויף צו וויסן/פארשטיין (עי' כאן), דאס איז אמאל זיכער אז ער וואלט זיך נישט געדארפט פילן שלעכט פארן לערנען מיטן ציל ארויסצוהאבן דעם חסידישן בליק (ווי יענער האט געזאגט חסידות האט אריינגעברענגט פילאסאפיע פונעם הונטער-טירל..) נאר ווייל עס איז אן היינטיגן. אבער די פאקט איז ער איז עס יא ווייניגער מחשיב!
די זעלבע איז מיט די געדאנק פון איבערשרייבן די גמרא אויף א קלארערן וועג, וועלכע וואלט געווען א ריזיגע הילף פאר מתחילים אדער גאר פאר קליינע קינדער/בחורים - ארויסשניידענדיג די קאמפליצירטערע חלקים א.א.וו., אבער לאיזה סיבה איז אזא איידיע טאבו, מ'וועט אלס האבן די פילינג אז עס איז נישט באמת 'געלערנט'.
מיין שאלה איז, וואס איז פשט מיר האלטן אזוי שטארק אן די ארגינעלע טעקסט ביכער רעגארדלעס די שוועריקייט עס צו פארשטיין, במקום עס איבערמאכן יעדער דור לויטן שפראך און סטיל פונעם דור?
פון אן אידישן פערספעקטיוו, וואס פארדינט מען פון לערנען 'הייליגע ווערטער' וואס מ'האט נישט ארויס אזוי גוט (לשיטת הרב איז מען אפי' נישט יוצא תורשב"פ אן פארשטיין..), ענדערש ווי זיך לאזן מאכן דאס לעבן גרינגער אזויווי יעדער אלגעמיינע סקול טוט (דערוואגן זאלן זיי זיך אויסצוטיילן פארצייטישע טעקסט ביכער...)?
עס קען האבן א זייטיגע בענעפיט, דאס אז מ'דארף ווערן קלוגער בשעת'ן זיך פלאגן צו פארשטיין די קאמפליצירטקייט פון גמ'/הלכה/אדער אפי' חסידות, איך גלייב אבער נישט אז דאס איז בכוונה תחילה..