בלאט 1 פון 2
א מנחה אין 770
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:34 pm
דורך גאלד
היינט האב איך צוליב געוויסע סיבות אפגעשטאט א באזוך אין די אפיסעס פון די ליבאוויטשער באוועגונג,
די אפיסעס פון ליבאוויטש, (עמטליכער נאמען מרכז לעניני חינוך) זענען אויף די שטאקן העכער דער 770 ביהמ"ד, אויף איסטערן פארקוויי אין קינגסטאן עוו.
דער ביהמ"ד איז אונטען האלב אונטער דער גראונד, צו אריינגיין אין ביהמ"ד מוז מען אראפ גיין א 6-7 שטיגן,
אונטערן ביהמ"ד איז דא נאך א שטאק א בעיסמענט דארט זענען די בתי כסאות, און נאך צימערן פאר די באדערפענישט פון ביהמ"ד,
קיין מקוה איז נישטא דארט,
די שטאקן העכער די ביהמ"ד ווערן געפירט דורך אן אנדערע גרופע ווי די גבאים פון ביהמ"ד אונטען,
דארט איז סטאנצינירט צענליגע אפיסעס וואס פירט אן אלע טעטיגקייטן פון חב"ד איבער די וועלט, בראש הרב יהודה קרינסקי מזכיר הרבי,
דער טיר וואס פירט צו די שטיגן ארויף צו די אפיסעס האט א עפענונג צו א גאלערי וואס דינט אלס א שטיקל עזרת נשים פאר די ביהמ"ד,
שטייענדיג ביי די טיר צו ארויפגיין צו די אפיסעס ווארטנדיג איינער זאל מיך אריינבאזן, הער איך ארויף דאס דאווענען מנחה פון אונטען,
מען ענדיגט די לעצטע קדיש נאך לדוד ה' אורי,
א קיבוץ נשים שטייען אין גאלערי און האלטן מיט דאס דאווענען
ווי נאר מ'ענדיגט דאווענען הערט זיך זיסע קעלעכלעך פון ילדי ישראל אויסשרייען:
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעילאם ועד!!
והציבור עונה אחריו:
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעילאם ועד!!
אזוי שלש פעמים, אין יעדעס מאל הייבט זיך דא טאן העכער און העכער,
אין די זעלביגע צייט שטייען די געזעמיל נשים שטילערהייט מיט די סידור ציגעדריקט צום פנים און פאר'דביקה'ט
נאך די שלש פעמים הכרזה יחי אדונינו,
לאזט מען זיך ארויס און א פייערדיגע רקידה פאר בערך 3 מינוט,
מיט די ניגון הידוע,
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד,
ואח"כ נפרד הציבור בשלום לביתם,
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:37 pm
דורך לאדיך אפ
געהערט אמאל פון א אלטע ליובאוויטשע חסיד האט אויסגעשריגן נאכן הכרזה מיטן ליובאוויטשער קנייטש: "איר זאלט אזוי לעבן ווי ער לעבט"...
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:40 pm
דורך גאלד
האלטן זיי אז ער לעבט? אדער דער יחי איז מער א סימבאלישע הכרזה,
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:52 pm
דורך אזוי גאר
אמאל פלעגן זיי ריקן א בענקל אריין און ארויס. ווי איך פארשטיי אז די זאגסט עס נישט מנהסתם טיען זיי דאס מער נישט. ממיילא וועלן זיי א שטיק צייט ארום דאס אויך נישט טיען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:03 am
דורך חכם מחוכם
געהערט אמאל א גוט ווארט, ר’ יענקל מילער, איז לעצטענס געווען אין 770 פאר א מנחה, נאך מנחה האט זיך אנגעפאנגען א געשטיפעניש, יענקל קוקט זיך אום, ער זעהט ווי אין פראנט פון אים מאכן אפאר משיח’יסטן פלאץ פארן רבי’ן, יענקל האט אינגאנצן נישט פארשטאנען וואס דא טוט זיך,קיינער איז דאך נישט דא, האט ער ארויסגעשטעקט א פוס, מ’האט אים געגעבן אחת ואחת, רופט ער זיך אן, קודם הייבט אויף דען רבי’ן, נאכדעם קענט איר קומען צו מיר....
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:15 am
דורך גאלד
איינער קען ערקלערן וואסי איז זייער שיטה פון ווי נעמען זיי אזא השגה צו זאגן יחי אדונינו אויף א פארשטארבענעם רבי'ן, וויזוי איז נולד געווארן דער רעיון, און וואס פונקטליך האלטן זיי?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:50 am
דורך נס קאווע
ווי איך פארשטיי האט זיך עס אנגעהויבן מקרב צו זיין די גאולה און נישט פארן רבינס וועגן הגם איך ווייס נישט וויזוי דאס ארבייט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:53 pm
דורך אזוי גאר
נס קאווע האט געשריבן:ווי איך פארשטיי האט זיך עס אנגעהויבן מקרב צו זיין די גאולה און נישט פארן רבינס וועגן הגם איך ווייס נישט וויזוי דאס ארבייט
ווי איך פארשטיי????
עס איז דא איינער וואס פארשטייט דעי שיטה,
זיי אליין פארשטייען עס נישט,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:14 pm
דורך ונבנתה העיר
עס איז מיר אמאל איינגעפאלן א גוטן חשבון פאר די משיח'סטן.
דער רמב"ן שרייבט סוף שיר השירים אז תחיית המתים וועט זיין כאטשיג 200 יאהר פאר'ן סוף אלף השישי, דאס קומט אויס בשנת ת"ת [מען קען זיך שוין גרייטן רבותי, נאך 27 יאהר].
רש"י שרייבט סוף ספר דניאל אז משיח וועט נתגלה ווערן און דערנאך נתכסה ווערן 45 יאהר און דערנאך צוריק נתגלה ווערן.
פון תשנ"ד [ווען דער רבי איז אוועק] ביז ת"ת איז פונקט 45 יאהר.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:30 pm
דורך שמעקעדיג
ונבנתה, דו ביסט צוקער זיס.
ער וועט נתכסה ווערן אין א קבר מיט תכריכים?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:05 pm
דורך משה רוקח
ונבנתה, דיין אוועטער איז דער רבי וואס לעבט נאך (נישט)?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:48 pm
דורך NAVY SEAL
חכם מחוכם האט געשריבן:געהערט אמאל א גוט ווארט, ר’ יענקל מילער, איז לעצטענס געווען אין 770 פאר א מנחה, נאך מנחה האט זיך אנגעפאנגען א געשטיפעניש, יענקל קוקט זיך אום, ער זעהט ווי אין פראנט פון אים מאכן אפאר משיח’יסטן פלאץ פארן רבי’ן, יענקל האט אינגאנצן נישט פארשטאנען וואס דא טוט זיך,קיינער איז דאך נישט דא, האט ער ארויסגעשטעקט א פוס, מ’האט אים געגעבן אחת ואחת, רופט ער זיך אן, קודם הייבט אויף דען רבי’ן, נאכדעם קענט איר קומען צו מיר....
כאב געזעהן אפאר יאר צוריק א קליפ פון מוצאי ראש השנה, נאך מעריב האט די רבי געמאכט הבדלה און נאך הבדלה האט מען געטיילט שיריים פון די וויין (וואס פארשטייט זיך אז סבכלל נישט געווען און די בעכער ) איז געווען א יונגל וואס האט זיך אויך געשטעלט און די רייע צו באקומען וויין, די יונגל קומט ענדליך אן און די גבאי געט אזא דריי מיט די בעכער אריין און זיין קאפ און ער שיקט אים ווייטער, די יונגל קוקט אריין און די קאפ און.... והילד איננו..... נישטא קיין וויין גייט ער צו צום גבאי און זאגט אים די קאפ איז ליידיג.... די גבאי האט אים אראפגעלאזט צוויי קלינגעדיגע פראסקעס און געשריגן דו מחוצף, כופר טראג אפ פון דא.........
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:52 pm
דורך איך אויך
די משיחיסטן האבען דאך עפעס א גאנצע חשבון אז דער רבי מלך המשיח איז יעצט באהאלטן און וועט זיך אמאל מגלה זיין, דער פראבלעם איז נאר אז מען האלט און איין אפשטיפן די דעדליין אנפאנג איז עס געווען א יאר דערנאך דריי יאר איך האלט נישט מיט ווי מען האלט היינט.
דערמאנט מיר וואס מען זאגט נאך בשם החפץ חיים אז די מדינה וועט חרוב ווערן נאך עקס עמאוינט אויף יארן, אמאל פלעג מען זאגן 40 יאר ווען די צייט איז געקומן און געגאנגן האט מען עס געריקט אויף 50 שפעטער 60 70 מן הסתם האלט עס היינט ביי 80.
נעווי, אויב ביסטו אמאל אין געגנט פון סעווען סעוונטי און ביסט דורשטעריג זייט וויסן אז דער רבי מה"מ טיילט נאך דאלערס יעדע זונטאג.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:30 pm
דורך chosen people
אזוי גאר האט געשריבן:אמאל פלעגן זיי ריקן א בענקל אריין און ארויס. ווי איך פארשטיי אז די זאגסט עס נישט מנהסתם טיען זיי דאס מער נישט. ממיילא וועלן זיי א שטיק צייט ארום דאס אויך נישט טיען
מען טוהט עס נאך עד היום הזה.
מנינים אין אינטערנעט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:04 pm
דורך qwerty
chosen people האט געשריבן:אזוי גאר האט געשריבן:אמאל פלעגן זיי ריקן א בענקל אריין און ארויס. ווי איך פארשטיי אז די זאגסט עס נישט מנהסתם טיען זיי דאס מער נישט. ממיילא וועלן זיי א שטיק צייט ארום דאס אויך נישט טיען
מען טוהט עס נאך עד היום הזה.
יא יא מקען עס זעין 3 מאל א טאג בא דע הויבט מנינים אין אינטערנעט
http://www.770live.comזיי גייען יעדער מאל א טענצל יחי סיי פארען דאוונען אין סיי נאכען דאוונען די ווערטער זענען שטעניק די זעלבע אבער דעם ניגון טוישט מען אמאל.
שחרית יעדען טאג 10:00 נאכען דאווענען פארען טאנצען יחי זאגט איינער אין מייקרעפאן א קירצען ווארט וועגען משיח'ן
מנחה יעדען טאג 3:15 אין מעריב איז 9:30
זיי מאכען פין 770 א לייוו בראדקעסט 24/6 אויך דירכען טעלעפאן
718-682-0770
אין ווען דער טעלעפאן ענטפערט דריקט מען 1
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:30 pm
דורך פריינדליך
איך אויך האט געשריבן:
דערמאנט מיר וואס מען זאגט נאך בשם החפץ חיים אז די מדינה וועט חרוב ווערן נאך עקס עמאוינט אויף יארן, אמאל פלעג מען זאגן 40 יאר ווען די צייט איז געקומן און געגאנגן האט מען עס געריקט אויף 50 שפעטער 60 70 מן הסתם האלט עס היינט ביי 80.
.
???
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:54 am
דורך קאווע טרינקער
נאך איין פרט
ווען די רבי קומט אריין, איז דא מענטשען (?) וואס זעהן אים גיין. מ'דערקענט דאס אויף זייערע אויגען ווי זיי קוקען אים נאך.
און ווען די תשב"ר שרייען אויס "יחי אדונינו" ווייזן זיי מיט די פינגער אויפן חלל וואס איז צווישען די בענקעל און די שטענדער.
נאך איין זאך.
בשעת זיי דאווענען מנחה, איז דא מנינים שחרית אויפן פלאץ, אויף די זייט (אן קיין שום מחיצה)
זענען זיי משוגע? קען זיין. אבער דו מיט דיין שטריימעל אין די היצן ליידסט אויף די זעלבע משוגעת.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:11 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:14 am
דורך קאווע טרינקער
יא און ניין.
ווייל א שטריימל אין די ווינטער איז גארנישט בעסער.
קען זיין דו ביסט פראוד מיט דיין שטריימל, אבער ווען דו טראכטס גוט אריין, וועסטו פילן ווי א שמאטע.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:16 pm
דורך איך אויך
הייסט עס אז אלע רוסקיס/אוקריינער מיט די פור ספאדיקס פילן זיך ווי שמאטעס? זאג נאר וואס האט מען דיר אזוי שלעכט געטוהן אין דיין לעבן אז דו ביסט נעבעך אזא סעלף העיטינג דשוא? [לאו דוקא נאר פאר די תגובה].
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:57 pm
דורך קאווע טרינקער
איך אויך האט געשריבן:הייסט עס אז אלע רוסקיס/אוקריינער מיט די פור ספאדיקס פילן זיך ווי שמאטעס? זאג נאר וואס האט מען דיר אזוי שלעכט געטוהן אין דיין לעבן אז דו ביסט נעבעך אזא סעלף העיטינג דשוא? [לאו דוקא נאר פאר די תגובה].
א שטריימיל מאכט דיך ווארעם?
אז א חבד'סקע וועט זיך אפרעדן אויף משוגעת'ן אין 770 וועסטו זאגן " אג נאר וואס האט מען דיר אזוי שלעכט געטוהן אין דיין לעבן אז דו ביסט נעבעך אזא סעלף העיטינג דשוא? "?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 5:34 pm
דורך berlbalaguleh
אזוי גאר האט געשריבן:אמאל פלעגן זיי ריקן א בענקל אריין און ארויס. ווי איך פארשטיי אז די זאגסט עס נישט מנהסתם טיען זיי דאס מער נישט. ממיילא וועלן זיי א שטיק צייט ארום דאס אויך נישט טיען
ער האט נישט געקענט זעהן. ער איז נישט געווען אין ביהמ"ד. עיין במאמר המקורי.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 5:42 pm
דורך berlbalaguleh
חכם מחוכם האט געשריבן:געהערט אמאל א גוט ווארט, ר’ יענקל מילער, איז לעצטענס געווען אין 770 פאר א מנחה, נאך מנחה האט זיך אנגעפאנגען א געשטיפעניש, יענקל קוקט זיך אום, ער זעהט ווי אין פראנט פון אים מאכן אפאר משיח’יסטן פלאץ פארן רבי’ן, יענקל האט אינגאנצן נישט פארשטאנען וואס דא טוט זיך,קיינער איז דאך נישט דא, האט ער ארויסגעשטעקט א פוס, מ’האט אים געגעבן אחת ואחת, רופט ער זיך אן, קודם הייבט אויף דען רבי’ן, נאכדעם קענט איר קומען צו מיר....
נאר ס'דערמאנט מיך פון א געוויסע חסידות וואס איך האלט זייער טייער און חשוב. דעם ערשטן טאג וואס איך האב דארט געלערנט, שטייענדיג אין האללוויי בין הסדרים, הער איך פלוצלינג קולות פון פיסגייער, כאילו טויזנטער סאלדאטן וואלטן זיך אראפגעלאזט אויף דעם פלאץ און ס'הייבט זיך אן א שטופעניש פון אלע זייטן. פרעג איך איינעם וואס גייט דא פאהר. זאגט ער מיר "וואס הייסט, דער רעבע גייט...".