מענדי דער קאקער

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2823 מאל

מענדי דער קאקער

שליחה דורך קל וחומר »

ער איז פשוט דער מענטש וואס די בריאה האט געמוזט האבן, זיין חכמה, זיין חן, זיין געשמאקייט מיט אלעס - ווי מיילעך ביד גלייכט צו זאגן - 'ארום און ארום'.

פון די בחור'ישע יארן פלעגט ער שוין מקפיד זיין נישט צו פארפעלן קיין שום קופקע חלילה, א זאך וואס ער האלט נאך אן מיטן פילן קראפט עד היום הזה, ער שטייט דארט און שאקלט יעדן מיטן קאפ ווי כאילו ער הערט יענעם אויס און שמייכלט ווי אראפאט, פרובירט זיך צו לעקן צו יעדער וואס רעדט אביסל הויעך, אזוי קען ער דאך זאגן אז ער איז גוט מיט די גוטע.

ער ווערט א אינגערמאן דורכ'ן פראצעדור וואס די סיסטעם האט איינגעשטעלט.
מזל טוב פאר דעם פרישן קינדער סופלייער.
דעם שענסטן מיידל האט מען אים געמוזט פארכאפן פון שולע ארויס אויף צו קענען צושטעלן די מינימום וואס אזא מובחר הבריאה ווי אים פאדערט מצד עצם קיומו.

ער הייבט אן ארום סראכענען אין כולל, ער איז א היבשע פראפעשענאל אין די נושא פון שטאטישע פראגראמען, אזש ער וויל שוין אט קלאגען דעם גאווערנמענט פארוואס זיי גיבן נישט די אפציע צו קריגן א בעטשלערס דעגרי פאר אזא ברייטע היקף וואס ער האט אינעם פעלד.

ער פארשטייט אויך זייער גוט צו טריקענע וויינען, אן ערנסטער מבין, איינס וואס מושי מאיער גייט נאך צאלן אסאך אויף צו קענען כאפן כאטש א שנעלע אינטערוויו. אויך האט ער א סאך ידיעה אין די סטעיק פרעס טאלק, ער קען דיר אויסרעכענען בעל פה אלע OU סטעיק הואזעס אין די גאנצע טריי סטעיט עריע בנוסף פון איינס אין קענקון מעקסיקאו וואס זיין ברודער'ס חבר קען זיך זייער גוט מיט איינער וואס האט שוין דארט ערנסט געטראכט צו גיין באזיכן מיט עטליכע חדשים צוריק.
פארשטייט זיך אז ער קען די פילע נעמען פון אלע גבירים, מיט זייערע גאנצע משפחה ארום, אין די גאנצע וועסט קאוסט והגלילות. ער ווייסט אויך צו זאגן פון אלע וואס האבן אנגעזעצט די לעצטע דרייסיג יאר - פלאס, אויך קען ער היבש אפאר וואס האבן עס צוריק געמאכט.

מזל טוב. זיין שווערע ארבעט אין די פילע נעכט האבן זיך לעכטיג אויסגעצאלט!
די שענסטע בעיבי מאז היתה ישראל לגוי האט גענומען ס'ערשטע אטעם.

ער גייט מאכן פאון קאלס.
דאס איז עטליכע טאג ארבעט.
ער פארפאסט ניטאמאל זיין מאמע'ס גויטע.
ס'גייט ברכות ווי ביי בלעם'ן הרשע בעק אין די דעי, איף יו נאו וואט איים סעיאינג.

נאכ'ן אפ'חתכ'ענען זיין קינד'ס ערלה אויף דאס אכטער טאג פון זיין געבורט, גייט ער ארום מיט די שוויגער דשאוק'ס און שישקעט זיי אריין צו זיין בחור'ל שוואגער - ביי וועמענס הויז מ'קימפעט - פון אונטער די שוויגער'ס רוקן.

ער גייט יעצט נישט טראכטן לאנג איבער וועלכע סארט פרנסה איז אים די מערסטע פאסיג, ס'איז א דבר המובן מאליו אז די מציאות פון סעילס איז באשאפן געווארן נאר בזכותו העתיד לבא.

'נישט געטראכט און געטון', ער הייבט אן דורך גיין זיין קאנטאקט ליסט און אפערט יעדן די בעסטע לייף אינשורענס פאלעסיס, קיינער קען נישט אפזאגן חלילה, אויב יא איז מען דאך א שוטה וגס רוח.

נאך א יאר זיך אויסהארעווען אינעם פעלד פון פעיגערן ס'מענטשהייט אויף א צעפראסקעטע פארנעם, ווערט ער אפגרעידעד צו א קרעדיט קארד פראסעסינג אגענט, ער גייט אט קאלן אלע גרויסע ביזנעס שאשקעס און זיי אפער'ן די 'ווי ביעט אר מיעט עני פרייס' גאונות, וואס קיין נברא האט נאכנישט באוויזן צו אפזאגן.

סארי, כ'בין מער נישט הויעך.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר