מיין שמועס מיט ארטורו
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 5:17 am
נאכן טרינקען 6 נעכט אינעם דשאנגל, און זיין אוועק פון די וועלט פאר אפאר וואכן,
שרייב איך א סך הכל פון אפאר רעיונות (בתוך עמי, אז מ'בעהט באקומט מען..)
פארוויילן אין א דשאנגל איז א איבערלעבעניש, נישטא קיין אינטערנעט, סערוויס, הויז, אפי' א ביה"כ.
אבער ס'יא דא שטארקע היצן, פיהל מיט קריכעדיגע, שטארקע רעגן'ס, און מסוכן'דיגע חיות.
אינעם דשאנגל האבעך זיך באקענט מיט א חסיד אומות העולם, ארטורו.
א פרייליכער, עניו, אמת'דיג אפען מיט זיך אליין.
ער שפילט מיט כמעט יעדע סארט אינסטרעמענט, און ער מאכט עס אליין! נישט נאר כלי נגינה, נאר אפי' רעוואלווער'ס.
ארטורו האט אסאך פארברענגט מיט די מייאן'ס, ער קען א געוואלד פון נאטור. ער ווייזט מיך אויף יעדע גראז און בוים, ווי אזוי ס'הייסט, (אסאך פון זיי האבן נישט קיין נאמען אין קיין איין שפראך חוץ פון מייאן) און אויף וואס איז עס ניצלעך.
לדוגמא, אונז האבן געזעסען נעבן אסאך נמלים, ווייזט ער מיך א בוים וואס הייסט עפעס ווי: נמלים וועג ווייזער. (כ'געדענק נישט די נאמען), ווייל דעם בוים מיט נמלים גייען צוזאמען.
ס'דא גראז וואס אויב מ'קאכט עס אויף א געוויסע וועג, צעלאזט עס די שטיינער פון די נירן, אזאש מ'דארף נישט קיין סירדשערי עס ארויס צו נעמען. ער האט שוין געהאלפן א מיידל מיט דעי גראזן.
ביימער וואס זענען גוט פאר א שעלטער דוקא אונטער די זוהן, און ביימער וואס זענען גוט דוקא אין די שאטן.
צמחי רפואה, א.א.וו.
כ'שטיי אין ווינדער זיך הויעך: ווי אזוי האבן די מענטשען מיט אפאר טויזענט יאהר צוריק געוואר געווארן אזוי פיהל זאכן,
ובתוכם דעם סוד פון אייוואסקא?!
זיין ענטפער איז געוועהן: זיי האבן געוועהן נענטער צו גאט, האבן זיי געוויסט מער.
וואס עפעס האט גאט אויפגעהערט רעדן מיט אונז?! אויב גייט עם אהן אונז זאלן האבן ניצן פון די גראזן, זאל ער אונז דערמאנען, אויב גייט עם אהן רעליגיע, זאל ער אונז מודיע זיין.
ארטורו: כ'וויל נישט ענטפערען, כ'וויל נישט קיינעם אפענדען..
מיך גייסטו נישט אפענדען מיט רעליגיע..
ארטורו: אפשר קוק'סטו ארויס און ארום פאר גאט, אבער דו קוק'סט נישט אין זיך.
זיי האבן געוועהן איינ'ס מיט די גאנצע זיך, האבן זיי געזעהן אין זיך א וועג פון לעבן, זיי האבן געגאנגען נאך זייער הארץ און אליין געוואר געווארן זאכן פון טבע.
דער וואס קוקט אינדערויסן פון זיך באקומט חלומות, אבער דער וואס קוקט אין זיך, דער דערוועקט זיך.
(בקיצור: כמו שאמרו חז"ל על אברהם אבינו, שנעשו שתי כליותיו כמו שני רבנים, וכמו שהחובות הלבבות מסביר)
---
כ'ווייס נישט אויב ס'דא 5 אירע דא וואס פארשטיין דעם מושג, כ'וועל ענק געבן אפאר דוגמאות וואס כ'האב געזעהן בשעת די טריפ'ס, כולא האי ואולי וועט נאכאיינער אמאל זוכה זיין.
שטייצעך. כ'רעד נאר פון בשעת'ן זיין אויף די דמט, און נישט פון די טאג טעגליכע לעבן.
געוועהן מיט אונז א הינטל וואס איז א גרויסן פחדן, ער אנטלויפט אויב מ'קומט נאר צו צו אהים, ווי סאך מאל כ'האב פראבירט ולא עלתה בידי,
אבער בשעת'ן טריפ האבעך עם אריין געקוקט אין די אויגן, און ווי עם געזאגט מיט מיין הארץ: האסט נישט וואס צו זארגן פון מיך.. כ'קום צו, און ער בלייבט ליגן אויף די ערד און קוק'ט מיך אהן, כ'זעץ זיך לעבן עם, ער איז אקעי, כ'הייב עם אהן צו גלעטן, און ער האט אפי' הנאה..
זייענדיג טיף אין די דשאנגל אליין, אינמיטן די נאכט, אויף א טריפ, הערענדיג די קריכעדיגע, האבעך ווי מיט מיין ענערגיע אוועק געריקט אלע לעבעדיגע באשעפענישן פון מיך דורך אזא שטילע בקשה: כ'דארף דעם פלאץ..
א עקרב האט זיך געזעצט נעבן מיך, כ'האב עם ווי געבעהטן מיך נישט צו שטערן, וכך הוה, פאר א גוטע צעהן מינוט האט ער זיך נישט גערירט ביז כ'האב אוועק פון דארטן.
ווען כ'האב געקוקט אויף איינעם האבעך געזעהן אין עם וואס ער שפירט.
איינער האט מיך געהאלטן און איין בעהטן זאכן אין א שפראך וואס כ'בין נישט באהאווענט, אבער כ'האב יעדע מאל געוויסט פונקטלעך וואס ער וויל.
נאך דוגמאות שא"א לפורטם.
די נקודה איז:
יעדע רעליגיע איז א וועג פון לעבן,
יעדע רעליגיע האט צוגעטראפן צו אפאר אמת'דיג נקודות,
גאט רעדט צו דיך אין דיין הארץ,
ניין, ער רעדט נישט ממש, אבער דיין הארץ שפירט וואס ער וויל.
די שאלה איז:
ביסטו אפען צו דיין הארץ? לייג דיין האנט אויף דיין הארץ און שפיר וואס זי פיהלט!