כי תצא - א מעשה נפלא איבער די כוח פון השבת אבידה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

כי תצא - א מעשה נפלא איבער די כוח פון השבת אבידה

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

פרשת כי תצא איז א פרשה וואס איז אנגעפילט מיט גאר אסאך מצוות, ווי דער ספר החינוך ציילט איז דא אין אונזער פרשה זיבן און צוואנציג מצוות עשה און נאך זיבן און פערציג מצוות לא תעשה!
די פרשה הייבט זיך אָן מיט'ן ענין פון א אֵשֶׁת יְפַת תֹּאַר וואס א איד וועט נעמען אין געפענגעניש זייענדיג אין מלחמה, און פון דארט גייט די תורה ווייטער צו די פרשה פון א בֵּן סוֹרֵר וּמוֹרֶה וואס מ'דארף איהם הארגענען צוליב זיין שלעכטע התנהגות אין די יונגע יארן, און ווי רש"י ברענגט וואס חז"ל זאגן אונז אז מ'הארגעט איהם על שם סופו, ווייל די סוף וועט נאך זיין אז ער וועט חלילה אויפוואקסן א גזלן און א רוצח, און דערפאר איז בעסער אז ער זאל שטארבן ווען ער איז נאך 'זכאי' ווי איידער שטארבן ווען ער וועט שוין זיין 'חייב' ח"ו.

און אביסל ווייטער אין די פסוקים געפונען מיר די באקאנטע מצוה פון השבת אבידה, ווי די תורה הייבט אָן "לֹא תִרְאֶה אֶת שׁוֹר אָחִיךָ אוֹ אֶת שֵׂיוֹ נִדָּחִים וְהִתְעַלַּמְתָּ מֵהֶם" דו זאלסט נישט זעהן ווי דיין ברודער'ס בהמה וואַלגערט זיך ארום פארוואָרפענעהייט און זיך פארהוילן דערפון, דאס הייסט אז מיר טארן נישט מַעֲלִים-עַיִן זיין און זיך מאכן כאילו מיר האבן עס נישט באמערקט, נאר עס איז דא א מצות עשה פון "הָשֵׁב תְּשִׁיבֵם לְאָחִיךָ" דו ביסט מחוייב דאס צוריק צו קערן צום בעל האבידה, און די תורה לייגט צו א באזונדערע מצות לא תעשה, "לֹא תוּכַל לְהִתְעַלֵּם" דו טארסט זיך נישט פארהוילן דערפון.

די דיוקים אינעם סדר הפרשה
איידער מיר גייען ווייטער איז כדאי זיך אפצושטעלן און זיך פארטיפן אביסל אויף עטליכע נקודות דא:
מיר ווייסן וואס רש"י ברענגט אז די גאנצע ענין פון נעמען א יפת תואר איז זייער א בדיעבד'יגע זאך, "לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע" ווייל השי"ת האט געוואוסט אז אויב מ'וועט דאס נישט מתיר זיין פארן מענטש דאן וועט ער חלילה נכשל ווערן און חתונה האבן מיט די פרוי באיסור, און דעריבער האט דא די תורה געגעבן 'א וועג ארויס' וויאזוי מען זאל קענען בארואיגן דעם יצר הרע. און טאקע דערפאר איז די תורה נאכדעם ממשיך מיט די קומענדיגע פרשיות אונז צו לאזן הערן אז אויב א איד וועט למעשה יא נעמען א יפת תואר זאל ער וויסן אז צום סוף וועט ער איר נאך פיינט האבן, און זי וועט געבוירן א קינד וואס וועט נישט טויגן און ער וועט זיין א בן סורר ומרה ח"ו. און דאס איז די שייכות פון די המשך הפרשיות אנהייב פון אונזער סדרה.

אויב אזוי לאמיר טאקע מְעַיין זיין און פרעגן וואס איז די קשר און די סמיכות מיט די מצוה פון השבת אבידה וואס שטייט נאכדעם? אויב אלע פרשיות ביז דא זענען געקניפט און געבינדן, איז דאָך געוויס דא א רמז פון די מצות השבת אבידה אויך אהער.

און בכלל, מיר געפונען אז די תורה האט זיך נישט באגנוגט בלויז מיט א מצות עשה פון צוריקגעבן אַן אבידה פאר א צווייטע איד, נאר די תורה האט אויך צוגעגעבן א לא תעשה און געפילט פאר וויכטיג אונז אָנצוּוואָרענען מיט'ן לַאו פון לֹא תוּכַל לְהִתְעַלֵּם, אז מיר טארן זיך נישט פארהוילן, וואס דאס ווייזט אויף א געוויסע הארבקייט אינעם נושא פון השבת אבידה, איז וואס איז טאקע די גרויסע קפידא דא מרמז?.

און נאך מער, די לשון הפסוק איז לֹא תִרְאֶה אֶת שׁוֹר אָחִיךָ אוֹ אֶת שֵׂיוֹ "נִדָּחִים", וואס דאס איז א געוויסע שארפע לשון פון א זאך וואס איז פאַרוואָרפן און פארשטויסן, אנדערש ווי די לשון הפסוק אין פרשת משפטים (כ"ג ד') ווי דארט שטייט פשוט, כִּי תִפְגַּע שׁוֹר אֹיִבְךָ אוֹ חֲמֹרוֹ "תֹּעֶה" אויב דו וועסט זעהן די אקס אדער די אייזל פון דיין פיינט בלאָנדזשען אויפן וועג, הָשֵׁב תְּשִׁיבֶנּוּ לוֹ, זאלסטו איהם דאס צוריק געבן. וואס איז אונז די תורה הקדושה מרמז מיט'ן ענין פון 'נִדָּחִים' וואס ווערט דא דערמאנט.

די געוואלדיגע לימוד פון פרשת עגלה ערופה
כדי ארויסצוהאבן דעם ענין, לאמיר זיך צוריק קערן אביסל צו סוף פרשת שופטים וואו עס ווערט דערמאנט די פרשה פון עגלה ערופה וואס מיר האבן גערעדט דערפון אינעם פריערדיגן שיעור, ווען מ'טרעפט ח"ו א געהאַרגעטע מענטש ליגן אינדרויסן פון שטאט, און מ'ווייסט נישט ווער ס'האט איהם געהארגעט, דארף מען אפמעסטן וואו עס געפונט זיך די נענסטע שטאט צום חָלָל און די זקנים פון יענעם שטאט זענען מחוייב צו ברענגן די 'עגלה ערופה' א יונגע קעלבל און מ'האַקט אפ איר קאפ אויף א ספעציעלע פלאץ, און די דיינים פון בית דין מיט די זקנים האבן זיך דארט אפגעוואשן זייערע הענט און געזאגט "יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָם הַזֶה" וגו', און ווי רש"י ברענגט פון חז"ל מיר זענען דאָך אודאי נישט חושד אז די דיינים זענען רוצחים ח"ו און זיי האבן שופך דם געווען, נאר די כוונה מיט די ווערטער ידינו לא שפכו את הדם הזה מיינט צו זאגן אז זיי האבן נישט באמערקט ווי דער איד גייט ארויס אליינס פון שטאט און זיי האבן איהם געלאזט גיין אָן קיין עסן און באגלייטונג. דאס הייסט, אויב מיר וואלטן איהם באמערקט גיין, וואלטן מיר איהם צוגעשטעלט אלעס וואס ער דארף און ס'וואלט נישט צוגעקומען צו דעם רח"ל.

וואס באמת דארף מען פארשטיין, דאס אז מ'וואלט געלאזט דעם איד גיין הונגעריג אָן קיין עסן, דאס קען טאקע צוברענגן צו זיין רציחה, ווי די גמרא שמועסט אויס, אז ס'קען זיין אז דער מענטש האט געזוכט עסן און דעריבער האט ער איינעם בא'גנב'עט און עס האט געברענגט א געשלעג צווישן זיי, ביז יענער האט איהם אומגעברענגט רח"ל. אבער דאס נישט באגלייטן יענעם? וויאזוי מאכט דאס אז די דיינים און זקנים זאלן ווערן שופכי דמים ח"ו ווייל זיי האבן יענעם נישט באגלייט? און וואס וואלט שוין דאס ביסל באגלייטן איהם געהאלפן אז ער זאל נישט געהארגעט ווערן?.

אין ספר רחמי ישראל פון הגה"צ רבי ירחמיאל ישראל סעקולא אבד"ק סאדאוונא זצ"ל (יארצייט ד' אלול) שטייט א דבר נפלא: די מציאות איז אז ווען א מענטש שפירט חשוב ביי זיך, ער האט די הרגשה אז ער איז באליבט ביי אנדערע, ער פארנעמט א אָרט ביי מענטשן און עס גייט זיי אָן וועגן איהם, דאס גיבט איהם א מורא'דיגע חיזוק און א שטארקייט וויסענדיג אז עס איז דא ווער עס קוקט זיך אום אויף איהם און אז ער אינטערסירט פאר איינעם. דאגעגן ווען א מענטש שפירט איינזאם און עלנד, ער שפירט ווי ער איז ח"ו איבריג אויף די וועלט און אז ער אינטערסירט נישט פאר קיינעם, דאס ברענגט אראפ זיין מוט און זיין קוראזש אויף א שרעקליכע פאַרנעם.

און דעריבער ווען דער אומגליקליכער מענטש איז געהארגעט געווארן דארף בית דין קומען און זיך מתודה זיין און זאגן יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָם הַזֶה - מיר האבן נישט פארגאסן זיין בלוט דורך איהם נישט באגלייטן, ווייל עס איז שטארק מעגליך אויב מען וואלט איהם באגלייט און געגעבן דעם גוטן געפיל אז מען איז אינטערסירט אין איהם און מ'מאכט זיך וויסענדיג פון איהם, דאס וואלט איהם געגעבן די נויטיגע חיזוק און כוח זיך צו שטארקן קעגן דער רוצח וואס איז איהם איבערגעפאלן! אבער אויב מ'האט איהם נישט באגלייט און ער איז ארויסגעגאנגען אונטערוועגנס מיט א צוקלאפטן געמיט פילנדיג אז ער מאכט סייווי גארנישט אויס פאר קיינעם אין די וועלט און קיינער דארף איהם נישט האבן, ממילא ווען דער רוצח איז איהם איבערגעפאלן האט ער נישט געהאט די כחות און די ווילן זיך צו שטארקן איבער איהם, און פארדעם איז ער טאקע געהארגעט געווארן ח"ו.

א טעם צו מצות השבת אבידה - די געפיל פון א צווייטן
דעהערן מיר דא א לעבנס-וויכטיגע יסוד און א חידוש נפלא ווי ווייט מיר מוזן זיך אנשטרענגן און געבן די ריכטיגע געפיל פאר א צווייטע איד, די חיזוק און די שטארקייט, דורכ'ן ווייזן א סבר פנים יפות, א שמייכל, מיטגעפיל, אדער סיי וואס יענער וועט שפירן דורכדעם אז ער פארנעמט ביי אונז אַן ארט, ער איז חשוב, און ער איז נישט איבריג און דערווייטערט חס ושלום.

אויב מעגן מיר גיין א טריט ווייטער און אריינלערנען פשט אין די פנימיות פון א מצוה, קענען מיר זאגן אז דאס איז א גרויסע חלק פון די מצות השבת אבידה!
אז מ'וועט זיך גוט מתבונן וועט מען באמערקן אז ווען א מענטש פארלירט אַן אבידה, צומאל איז עס נישט אזוי ווייט די געלט שאדן וואס באַדערט איהם, און ער וואלט אפילו גרינגערהייט געקענט גיין קויפן א נייע פון די זעלבע חפץ וואס ער האט פארלוירן, נאר עס איז די עצם שווערע געפיל וואס קומט מיט'ן פארלירן א זאך. ווען א מענטש פארלירט איינס פון זיינע צוגעהערן איז די טבע אז עס ברענגט א אומאַנגענעמליכקייט; אמאל מאכט עס דעם מענטש שפירן ווי א שלימזל אז ער האט נישט געקענט היטן זיינע זאכן, עס בּאַדערט איהם די עצם זאך אז עפעס האט געקענט פארשוואונדן ווערן פון אונטער זיינע הענט, אמאל איז עס די צוגעבינדנקייט צו דעם געוויסן חפץ וואס ער האט אזוי ליב געהאט און געווען צוגעוואוינט דערצו, און אמאל איז עס סתם אזוי די הרגשה אז עפעס שלעכט האט פאסירט צו איהם [לדוגמא, פונקט ווי ווען א מענטש ווערט בא'גנב'עט דורכדעם וואס גנבים האבן אריינגעהעקט אין זיין באנק אקאונט אדער גענוצט זיין קרעדיט קארד נומערן, אפילו ער האט נישט קיין שום פיזישע פחד פון זיי, און אפילו ער גייט למעשה נישט האבן קיין שום שאדן ווייל די באנק גייט איהם אלעס צוריק געבן, דאָך איז דא די געפיל אז מ'איז באטראפן געווארן פון א שלעכטע אָנשיקעניש, און עס צושטערט די שלוות הנפש און די שמחת החיים פונעם מענטש].

קומט אויס לויט דעם אז עס איז נישט בלויז נאך א מצוה פון פארמיידן א ממונות'דיגע שאָדן וואס יענער האט דורכ'ן פארלירן זיין חפץ, נאר עס איז אויך די געפיל און די הארץ וואס מיר געבן פאר יענעם! ווי מיר באמערקן טאקע אז די תורה מאכט נישט קיין חילוק ווי טייער די אבידה איז, עס איז "דִין פרוטה כדין מאה" אפילו ווען יענער האט פארלוירן א קלייניגקייט, א זאך וואס איז ווערד א שוה-פרוטה, זענען מיר מחוייב זיך אנצושטרענגן און איהם דאס צוריקגעבן. ווייל מיר קענען מיט דעם מהנה זיין און מחזק זיין דעם בעל האבידה וואס שפירט אומגליקליך און באטראפן דורכדעם וואס זיין חפץ איז פארלוירן געווארן פון איהם.

א מעשה נפלא איבער די כוח פון השבת אבידה
הערט א מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן פון די גאר נאנט: יענקל איז א בחור וואס מוטשעט זיך זייער אין אסאך ענינים, און בדרך כלל איז ער טאקע שטארק נידערשלאגן און דערביטערט ביי זיך אויף זיין גאנצע מציאות. ער האט ליידער געהאט גאר א שווערע יוגנט ווען ער האט זיך געמוזט וואַלגערן פון איין שטוב צו אן אנדערע, אָן באקומען א ווארימע און ליבליכע חינוך, פארשידענע צרות און יסורים זענען געווען א חלק פון זיין טאג טעגליכע לעבן, און פארשטייט זיך אז דאס האט אויך געהאט א שטארקע השפעה אויף זיין רוחניות, און אויף אלע הינזיכטן אין זיין לעבן; ער שפירט זיך ווי א שלימזל, ווי א לא-יוצלח, ווי איינער וואס אלעס גייט איהם מיט'ן פיטום אראפ.

ויהי היום, איין טאג באגעגן איך יענקל'ן נאכן נישט זעהן א שטיק צייט, און זיין פנים שיינט, זיין גאנצע באנעמונג האט ארויסגעוויזן א געוויסע סארט צופרידנקייט און א שטאלץ, א זאך וואס איז ביי יענקל א זעלטענע ערשיינונג. איך פרעג איהם מיט א שמחה "יענקל וואס טוט זיך? דו זעהסט אויס גוט אויפגעלייגט ב"ה, זעהט אויס ווי זאכן גייען צו בעסערונג" זאג איך איהם... און יענקל זאגט, יא, איך וועל דיר דערציילן א קליינע זאך וואס כ'האב לעצטנס געהאט און ס'האט מיך ממש מחזק געווען, זייט דעמאלטס שפיר איך זיך ווי אן אנדערע מענטש. און יענקל דערציילט אזוי:

מיט א שטיק צייט צוריק בין איך געווען ערגעץ צו ארלעדיגן א געוויסע זאך, און ווען כ'קום צוריק אָן אהיים ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, איך זעה אז מיין בערזל איז פארשוואונדן געווארן, איך האב עס ווארשיינליך פארלוירן אונטערוועגנס... און נישט נאר האט מיר וויי געטוהן די עצם פארלוסט, נאר פונקט דעמאלטס האב איך מיך ארומגעטראגן מיט א ריזיגע סכום געלט פון אפאר טויזענט דאללער, א זאך וואס איך טוה נישט געווענליך, און דאס איז אויך געלעגן אין יענעם בערזל. איך בין געווארן ממש צובראכן, און מיינע מחשבות האבן מיך נישט אויפגעהערט צו פייניגן, שוין ווייטער איז מיר באשערט דאס שלימזלנות, אזויווי אייביג גייט ביי מיר אלעס שלעכט...

עס איז אדורך בערך צוויי וואכן פון דעמאלטס, און איין טאג קלינגט מיר אָן א געוועזענע שכן ר' ראובן, וואס האט געוואוינט אינעם בנין וואו מיין מאמע האט אמאל געוואוינט, און ער פרעגט מיך אויב איך האב פארלוירן מיין בערזל, און איך זאג גלייך יא. ר' ראובן דערציילט מיר אז עפעס א איד האט אריינגעקלאפט צו איהם מיט'ן בערזל, וויבאלד אויף איינס פון די פאפירן אינעם בערזל איז געשטאנען די אדרעס, און דעריבער איז ער געקומען דיר זוכן דא, און כ'האב איהם געזאגט אז דו וואוינסט שוין נישט דא אבער איך קען דיך אפירזוכן און איך וועל דיר עס אפגעבן.

מיט א שמחה בין איך צוגעפארן צו ר' ראובן און אפגענומען ביי איהם דעם בערזל, און דערביי זאגט מיר ר' ראובן אז ער האט אינזין געהאט און געבעטן דעם טעלעפאן נומבער פונעם טרעפער, ווייל מן הסתם וועל איך זיך וועלן באדאנקן פאר איהם אויף די גרויסע טובה וואס ער האט געטוהן. איך האב זיך באדאנקט פאר ר' ראובן און טאקע גענומען דעם נומבער פונעם פרעמדן איד וואס האט זיך מטריח געווען אהער פון א ווייטע געגנט וואו ער האט געטראפן מיין אבידה.

איך רוף אָן דעם איד און איך שטעל זיך פאָר פאר איהם אז איך בין דער בעל הבערזל וועמען ער האט ממש מחיה געווען און געראטעוועט מיט זיין השבת אבידה. דער איד האט מיט א געוואלדיגע פשטות און איידלקייט זיך אנגערופן אז ער האט נישט מער ווי מקיים געווען א מצוה וואס שטייט אין די תורה און עס קומט איהם בכלל נישט קיין יישר כוח אויף דעם... איך בין אבער געווען אזוי מרוגש און כמעט נישט געקענט קומען צו זיך, און איך האב איהם איבערגעזאגט עטליכע מאל אז איך קען איהם נישט גענוג באדאנקן, בפרט אז ס'איז געווען אזא גרויסע סכום געלט אינעם בערזל, און מענטשן וואלטן זיך גרינגערהייט געקענט 'מורה היתר' זיין צו נעמען דערפון פאר זיך, און אנשטאט דעם איז ער געווען אזוי ארנטליך און ערליך און דאס צוריק געגעבן בשלימות; אבער דער איד האט באמת נישט פארשטאנען וואס איך וויל פון איהם, עס איז דאָך אייער געלט און נישט מיינס, און פארוואס וואלט איך אוועקגענומען עפעס וואס געהערט צו אייך?! איך האב איהם אנגעוואונטשן ווארימע ברכות און געענדיגט דעם שמועס מיט איהם.

און דא קומט יענקל אָן צו די נקודה וואס מיר שמועסן: איך בין געבליבן ממש ערשטוינט, איך האב געהאט אין זיך עפעס אזא מין זיסע הרגשה, איך האב געשפירט דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן ווי איך בין גארנישט אזא שלימזל! איך האב עפעס וואס איז 'מיינס' און עס באלאנגט פאר מיר, און איינער האט געפילט פאר וויכטיג מיך אויפצוזוכן און דאס צוריק צו געבן און נישט האלטן פאר זיך, ווייל עס האט א 'בעל הבית' און קיינער אנדערש טאר דאס נישט נעמען פאר זיך. הגם עס הערט זיך מאדנע, אבער דאס האט מיר געגעבן עפעס א זעלטענע חיזוק און גוטע געפיל אז איך בין אויך א 'יֶשׁ' אויף די וועלט, איך פארמאג זאכן וואס זענען מיינע און מ'דארף מיר דאס צוריק געבן...

השבת אבידה איז כולל אלע סארטן ענינים פון העלפן א צווייטן
וואס אויסער די שיינקייט פונעם סיפור און די פשטות מיט וואס יענער פרעמדער איד האט געטוהן דעם רצון ה' און מקיים געווען די מצוה פון השבת אבידה און אינגאנצן נישט פארשטאנען אז ס'קומט זיך איהם א יישר כוח אויף דעם, דערהערן מיר דא דעם ענין וואס מיר האבן פריער דערמאנט, אז אמאל מיט'ן צוריק געבן פאר א מענטש זיינס א זאך, איז מען גאר א 'מֵשִׁיב נָפֶשׁ' מ'גיבט איהם צוריק א שטיק חיות, מען איז איהם מחזק און מען דערהייבט זיין מוט.

און על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט טאקע פון א נפשיות'דיגע אבידה אדער א רוחניות'דיגע אבידה, ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים אז די מצוה פון השבת אבידה ענדיגט זיך נישט ביי פארלוירענע גשמיות'דיגע חפצים, נאר ווי די תורה הקדושה זאגט "וְכֵן תַּעֲשֶׂה לְכָל אֲבֵדַת אָחִיךָ אֲשֶׁר תֹּאבַד מִמֶּנּוּ וּמְצָאתָהּ", יעדע זאך אין וואס יענער האט א געוויסע פארלוירנקייט און א חסרון, עס פעלט איהם עפעס, און איך קען איהם דאס צושטעלן, איז דא א מצוה פון 'השבת אבידה' אז איך קען איהם דא צוגעבן עפעס וואס ער דארף. ווען איך זעה ווי א איד איז אין א קלעם, ער פלאגט זיך מיט פרנסה, ער גייט אדורך א שווערע תקופה אין זיין לעבן, זיין אידישקייט וואַקלט זיך אביסל ווייל עס פעלט איהם א גוטע סביבה, ער לעכצט פאר א גוט ווארט אדער א שמייכל; און איך בין ביכולת איהם צו מאכן אביסל לעכטיגער און גרינגער אויפן הארצן דורכ'ן אנבאטן מיין הילף אדער ארויסווייזן מיין מיטגעפיל און מיין שמייכל, בין איך מחוייב דאס צו טוהן!

און די תורה הקדושה לייגט צו א וויכטיגע חיוב, "לֹא תוּכַל לְהִתְעַלֵּם!" דו טארסט זיך נישט פארהוילן פון יענעמ'ס מצב! עס איז זייער גרינג אוועק צו קוקן אין אן אנדערע ריכטונג און זיך מאכן ווי מ'באמערקט נישט, ווי אויך איז זייער גרינג זיך צו מאכן א חשבון אז כ'וועל סייווי גארנישט אויפטוהן, אדער איך קען איהם סייווי גארנישט העלפן און דעריבער בין איך פטור פון די מצוה. און דעריבער וואָרנט אונז די תורה הקדושה אָן אז השבת אבידה קען אמאל זיין א קריטיש-וויכטיגע מצוה, א מצוה אין וואס יענעמ'ס גאנצע חיות און התחזקות איז אנגעוואנדן אין דעם, פארהויל זיך נישט דערפון, דריי זיך נישט ארויס, און מאך דיך נישט ווי דו זעסט נישט. אדרבה, פראביר צו קלערן מיט וואס קען איך איהם העלפן? וואס קען איך טוהן כאטש אביסל גרינגער צו מאכן זיין פּיין? וואס קען זיין מיין השתדלות איהם צו העלפן אין זיין קלעם בגשמיות אדער ברוחניות?.

מ'וואלט געקענט ראטעווען דעם בן סורר ומורה
עס איז באקאנט די הייליגע ווערטער וואס דער שם משמואל זי"ע שרייבט אין אונזער פרשה (שנת תרע"א) לגבי א בן סורר ומורה וואס חז"ל זאגן אז אויב זיינע עלטערן זענען איהם מוחל דעמאלטס הארגעט מען איהם נישט, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין וואס העלפט די מחילה פונעם טאטע און מאמע, אויב מיר האבן מורא פון זיין צוקונפט אז ער גייט איין טאג אויסוואקסן א גזלן און א רוצח און הארגענען אנדערע, דאן פארוואס זאלן מיר איהם שוינען אויב זיין טאטע און מאמע זענען איהם מוחל אויף זיינע עוולות קעגן זיי?.

זאגט דער שם משמואל אז א איד קען אלעמאל תשובה טוהן, ווייל ער האט א נקודה פנימית, ער האט א הייליגע שורש אינעווייניג וואו ער איז מקושר ביז צו די אבות הקדושים אברהם יצחק ויעקב, און ממילא קען זיך א איד אלעמאל צוריק כאפן פון זיינע שלעכטע וועגן. אבער א בן סורר ומורה וואס ווידערשפעניגט אין זיינע עלטערן, דער ווערט חלילה אפגעהאקט פון די הייליגע שלשלת, ער פארלירט די קשר אויף ארויף מצד זיינע עלטערן וואס פארבינדן איהם צו די פריערדיגע דורות און צו די אבות הקדושים, און טאקע דערפאר דארף מען איהם הארגענען שוין יעצט על שם סופו, ווייל דער גייט שוין נישט קיין תשובה טוהן אויף זיינע זינד, צוליב וואס ער איז אינגאנצן אפגעהאקט און דערווייטערט פונעם הייליגן שורש.

זאגט דער שם משמואל, "אבל כשאביו ואמו מוחלין לו הנה הוא עדיין נקשר בשלשלת הקודש, שוב אינו נהרג, שיכול להיות שעוד ישוב בתשובה שלימה המתקבלת", אויב די טאטע מאמע זענען איהם מוחל, זיי זענען נישט מוותר אויף איהם, זיי האלטן איהם נאך צוגעקניפט און אנגעבינדן אין זיך, דאס מיינט אז ער בלייבט נאך פארבינדן צו די קדושה און צו די אבות הקדושים, און ממילא איז דאָך יא דא א מקום אז ער וועט קענען תשובה טוהן געהעריג מיט א תשובה שלימה, און דעריבער טאר מען איהם שוין נישט הארגענען!

די הערליכע סדר און די קשר צווישן די פרשיות
לויט דעם ווערט דאָך אזוי קלאר און שיין די סדר הפרשיות אין די תורה הקדושה. עס הייבט זיך אָן מיט'ן לימוד פון סוף פרשת שופטים, די פרשה פון עגלה ערופה וואס לערנט אונז ווי ווייט מיר מוזן מחזק זיין א צווייטער איד, ווי שטארק אונזער חיזוק און גוט ווארט מאכט אויס פאר יענעם.

און די תורה איז ווייטער ממשיך מיט די פרשה פון יפת תואר, ווען א איד געפונט זיך אין א שווערן צושטאנד, כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה, ער איז ארויסגעגאנגען צו א מלחמה, ער איז ווייט פון זיין היים און פון זיין משפחה, ער איז צובראכן און אפגעמוטשעט, ער איז נישט אין זיינע בעסטע אומשטענדן, גיבט איהם די תורה אן עצה קעגן דער יצר הרע, עס איז פארהאן א בדיעבד'יגע היתר פאר א איד אין אזא פאל, א זאך וואס מיר טרעפן נישט אין קיין שום אנדערן פלאץ אין די תורה; נאר דא ווען ס'איז א 'שעת הדחק' און די תורה האט געוואוסט אויף זיכער אז אנדערש וועט ער נישט קענען ביישטיין דעם נסיון און ער וועט חלילה דורכפאלן באיסור, האט איהם די תורה געגעבן א שאנס און א מעגליכקייט זיך צו קענען האלטן די בעסטע מעגליך.

וואס דאס לערנט אונז אז מיר דארפן טאקע אנווענדן אלע מיטלען וואס מיר קענען נאר אז ס'זאל חלילה נישט צוקומען צו דעם. מיר זאלן נישט מעלים-עין זיין פון א איד אין אזא סארט מצב, ווען מיר זעען אז איינער איז עלנד און אליינס, דערווייטערט און צובראכן, דארפן מיר איהם מקרב זיין און זיך אפגעבן מיט איהם און נישט לאזן פאלן אין זיין שעת נסיון.

פון דארט זענען מיר ממשיך צו די פרשה פון בן סורר ומורה, וואס דארט זעהן מיר פון פריש אט דעם יסוד, ווי מיר זענען ביכולת אנצוהאלטן דעם איד צוגעבינדן צו זיין שורש! אמאל מיט א קליינע פעולה קען מען ראטעווען דורי דורות. גראדע דארט איז עס דורך די מחילה פון די טאטע און מאמע, אבער דאס איז א מוסר השכל פאר אונז אלע, ווי ווייט מיר דארפן זיין גרייט צו אקצעפטירן, צו העלפן, און מחזק זיין א איד נישט קיין חילוק ווי שלעכט זיין מצב האלט ח"ו.

און דאס אלעס פירט אונז אריין צו די מצוה פון השבת אבידה וואס איז מרמז אויף יעדע סארט אבידה פון א איד, יעדע סארט קלעם און צער, אויף וואס מיר זענען טאקע באפוילן געווארן הָשֵׁב תְּשִׁיבֵם לְאָחִיךָ! העלף ארויס דיין ברודער, לאז איהם נישט פאלן. און ווי די תורה איז עס טאקע מרמז מיט'ן צולייגן לֹא תִרְאֶה אֶת שׁוֹר אָחִיךָ וגו' "נִדָּחִים", דאס הייסט איבערהויפט ווען יענער איז בשפל המצב, ער איז פארוואָרפן און פארשטויסן, ער איז ליידער נישט אויף קיין גוטע פלאץ, דאָך קומט א באזונדערע ציווי פון וְכֵן תַּעֲשֶׂה לְכָל אֲבֵדַת אָחִיךָ אֲשֶׁר תֹּאבַד מִמֶּנּוּ וּמְצָאתָהּ, לֹא תוּכַל לְהִתְעַלֵּם! דריי זיך נישט אוועק פון איהם, אנטלויף נישט, אפילו עס קומט דיר אָן אסאך גרינגער זיך צו מאכן ווי דו זעהסט נישט, זאגט דיר די תורה הקדושה דו האסט א חוב קדוש צוצוגיין נאנט, זיך אומקוקן אויף איהם, עוסק זיין אין זיין אבידה, זיי דיך מטפל און גיב דיך אפ מיט איהם, ביז דו וועסט זוכה זיין מקיים צו זיין דעם הָשֵׁב תְּשִׁיבֵם! דו קענסט זיין דער שליח איהם צו ראטעווען פון דאס ערגסטע רח"ל, דו קענסט איהם צוריקגעבן זיין גאנצע חיות און זיין גאנצע עקזיסטענץ דורכ'ן זיך וויסענדיג מאכן און נושא בעול זיין צוזאמען מיט איהם און ווייזן אז דו פילסט מיט מיט איהם און אז ער פארנעמט ביי דיר א פלאץ!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

באניצער אוואטאר
pseudonym1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 23, 2022 6:57 pm
האט שוין געלייקט: 917 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך pseudonym1 »

געוואלדיג!!! ממש יעדע ווארט א דיימאנט, א ריכטיגע עונג שבת!
הגם איך וואלט געדארפט זאגן א גוט ווארט יעדע מאל, אבער שעפעלע שרייבט נישט קורץ און שארף, נאר הערליכע אריכות'דיגע מגילות, וואס איך געב א bookmark צו לייענען "ווען איך וועל האבן צייט" אבער פאר וואס ווען ווי איז א וואך אריבער, און מ'דארף אוועקלייגן נאך אן ארטיקל..
נישט אז איך רעד מיך אפּ ח"ו, יעדע ווארט וואס איך האב שוין עספּיעט צו לייענען איז כצפּיחית בדבש, באלעקן די פינגער איז נישט גענוג א שטארקע אויסדריק.
נאר וואס דען, איך קען מיך נישט ברענגן צו געבן קאמפּלימענטס אויף עפּעס וואס איך האב נישט אינגאנצן דורכגעליינט.
די וואך האב איך ב"ה געענדיגט די גאנצע תורה, און איך קען זאגן מיט א פעסטקייט "ידי לא שפך את הדם הזה", איך האב נישט געלאזט אונזער ברידער שעפעלע הענגן, און איך קום איהם אפּגעבן ברבים א ברעקל פון די שכח וואס עס קומט זיך איהם...
ע'מיר זעהן וואס וועט זיין מיט נעקסטע וואכ'ס דברות קודש...
פארשפארט