בלאט 1 פון 2

מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:43 pm
דורך [NAMELESS]
די מאמענט אויסגאבע האט ארויסגעלייגט א אנטשולדיגונג פאר די חברים ארגאניזאציע נאכדעם וואס ר' חיים שלמה בערגער האט קריטיקירט חברים'ס אויפפירונג ביי די לויה פון אדמור מראחמיסטריווקא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 7:10 pm
דורך וואלווי
טיפיקעל חרד'ישע אפאלאדזשעטיק

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:02 pm
דורך היכי דמי
דאס קומט נאך שווערע טעראר פון חברים און אלע מאנסי גראסעריס האבן עס ארויסגעווארפן ביז די בריוו איז ארויס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:45 pm
דורך קהל'ס נער
נו, זאל חברים מאנסי ארויסלייגן א אפ-עד אפצופרעגן דער מאמענט, פארוואס דארף דער מאמענט פאלן כורעים פאר חבירים, גרויליג.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:55 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:טיפיקעל חרד'ישע אפאלאדזשעטיק
איך האב (נאכ)-נישט געליינט דעם ארטיקל אין מאמענט. קען איך (דערווייל) נישט האבן קיין מיינונג לכאן או לכאן.

נאכ'ן איבערליינען דעם ארטיקל 'עמיר קענען זאגן אויב ס'איז זיך געקומען אן אנטשולדיגונג אדער נישט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:57 pm
דורך אלפא
קען איינער ציטירן אדער לייגן א שטיקל פונעם ארטיקל?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:01 pm
דורך תשפג
מאנכע זאגן אז דעיס איז געווען זייער פלאן פון אנהייב, קודם שרייבען דעם ארטיקעל, אין דערנאך ארויסקומען מיט אן אנטשולדיגונג. אזוי זאגט מען וואס מ׳האט צו זאגן, אין דערנאך איז מען א גוטער ווייל מ׳בעט זיך שיין איבער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:43 pm
דורך berlbalaguleh
מעניין לעניין: אין בלאט איז געווען פאר 2 וואכן צוריק אן אנטשולדיגונג. זיי האבן געענדיגט מיט דעם פסוק..."ושגיאות מי יבין"...האט דער נייגער מיך בייגעקומען. איך האב פונקט געהאט דעם בלאט פון פ' עקב. איך האב עס מיט געדולד אדורכגעבלעטערט. זייענדיג זיכער אז די נישט פאסיגע אדווערטייזמענט וועלכע איז "בטעות" אריינגעפאללן האט עפעס צו טון מיט מזרחי, ציונות אדער דף היומי (הס מלהזכיר.). והנה. איך האב עס געטראפן...ס'איז געווען אן עד פון נ.י. סיטי. מיט'ן נאמען סיטי סטריעטס. ס'איז נאר געווען א סקעטש. נישט קיין בילד. אבער זייער שטארק פריצות'דיג כדרכי הגויים. איז זיך באמת געקומען אן אנטשולדיגונג.

ייש"כ פאר די רעדאקציע פון בלאט. נאר די קשיא איז, וויאזוי איז אזא עקל'דיגע עד אריינגעקומען אין "בלאט". דאס וואלט געפאסט פאר דעם "דזשואיש פרעס" פון אמאל. וואו זיי האבן געברענגט פריצות'דיגע אדווערטייזמענטס באופן רגיל. ס'זיצט דאך דארט אן עדיטאר. (און אויב נישט איז הא גופא קשיא) וואס דארף אפראוון א יעדער אדווערטייזמענט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:26 pm
דורך איך אויך
תשפג האט געשריבן:מאנכע זאגן אז דעיס איז געווען זייער פלאן פון אנהייב, קודם שרייבען דעם ארטיקעל, אין דערנאך ארויסקומען מיט אן אנטשולדיגונג. אזוי זאגט מען וואס מ׳האט צו זאגן, אין דערנאך איז מען א גוטער ווייל מ׳בעט זיך שיין איבער.
סטאנדארט פראקטיס אין אלע חרדישע צייטונגען, פאני אז מאנכע פאלן נאך פאר דעם שפיל.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:41 pm
דורך שמן למאור
אפשר שטעלט איינער אהער דעם ארטיקל?

Re: מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:07 am
דורך ערנסטגערעדט
בילד

Re: מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:08 am
דורך ערנסטגערעדט
בילד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 1:00 am
דורך שמן למאור
IMG_20230825_005934_302.jpg

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 3:35 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב יעצט געענדיגט ליינען דעם ארטיקל פון הרב חיים שלמה בערגער.

איך זעה נישט אין קיין איין פאראגראף אדער ווארט וואו ער זאל אטאקירן עמיצן פערזענליך. סיי א יחיד אדער אן ארגאניזאציע. ער האט נאר ארויסגעברענגט די געפילן פון אנדערע מענטשן וועלכע זענען אנוועזנד געווען ביי די לויה פון רחמיסטריווקא רבי זצ"ל. ער האט פארציילט ערשטהאנטיגע געשיכטעס פון מענטשן וועלכע זענען געווארן אנגעזידלט און געשרידן דורך אינדיווידואלע חברים מעמבערס. אויך אז עטליכע חברים מעמבערס האבן אפגעזאגט צו העלפן אן עלטער'ן איד.

דאס זענען זייער הארבע און ערנסטע באשולדיגונגען וועלכע דארפן פארראכטן ווערן ווי אמשנעלסטן. לטובת די ארגאניזאציע חברים און לטובת הכלל.

ס'קומט זיך נישט קיין שום אנטשולדיגונג. סיי מצד דעם שרייבער אדער "מאמענט".

לפענ"ד איז דער פראבלעם ביי די חברים ארגאניזאציע, אן ארגאניזאציע וועלכע איז כולו חסד. זיי האבן מיר אויך שוין עטליכע מאל געהאלפן. און נישט געוואלט נעמען קיין געלט. נאר ס'פעהלט איבערזיכט. סופערוויזשן. למשל. אזוי ווי ביי די פאליס דעפט. אויב אן אינדיווידועלער פאליציי אפיציר טוט עפעס נישט ריכטיג קענמען אייביג בעטן צו רעדן צו א "סארדזשענט".

ס'זענען דא צענדליגער מעשיות איבער דעם. איכ'ל נאר ברענגען איין מעשה וואס איז זיך פארלאפן אין בארא פארק. א פאליס האט געוואלט ארעסטירן א איד פאר אדמיניסטראטיווע פארלעצונגען. (אזוי ווי סוספענדעד לייסנס אדער רעגיסטרעישן.). דער עולם האט מוחה געווען. און נישט געלאזט דעם פאליס אוועקפארן. ביז א סארדזשענט איז אנגעקומען און באפרייט דעם איד.

בכלל האבן די עסקנים ערלעדיגט אז אין בארא פארק קען א פאליס נישט ארעסטירן פאר אדמיניסטראטיווע פארלעצונגען. נאר א סארדזשענט.

די זעלבע איז ביי חברים. אין געויסע (אנגעצויגענע) מצבים קענען אינדיווידואלע מעמבערס זיך פארלירן און אנשרייען אדער מבזה זיין מענטשן. אדער אפזאגן צו העלפן. דארף זיין א נאמבער וואו מ'קען אריינרופן מיט די איי.די. פון דעם מעמבער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 4:24 pm
דורך אילין מאסק
ששון ושמחה האט געשריבן:די מאמענט אויסגאבע האט ארויסגעלייגט א אנטשולדיגונג פאר די חברים ארגאניזאציע נאכדעם וואס ר' חיים שלמה בערגער האט קריטיקירט חברים'ס אויפפירונג ביי די לויה פון אדמור מראחמיסטריווקא.
אז איר רעדט שוין פון דעם דארף מען רעדן איבער בראיר פייער דעפארטמענט וואס רייסט אראפ הרב חיים שלמה בערגיר אז ער נעמט זיך אן פאר מצילי אש ד'מאנסי

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 4:26 pm
דורך אילין מאסק
היכי דמי האט געשריבן:דאס קומט נאך שווערע טעראר פון חברים און אלע מאנסי גראסעריס האבן עס ארויסגעווארפן ביז די בריוו איז ארויס
דעיס איז פשוט נישט נארמאל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 7:23 pm
דורך berlbalaguleh
אילין מאסק האט געשריבן:
ששון ושמחה האט געשריבן:די מאמענט אויסגאבע האט ארויסגעלייגט א אנטשולדיגונג פאר די חברים ארגאניזאציע נאכדעם וואס ר' חיים שלמה בערגער האט קריטיקירט חברים'ס אויפפירונג ביי די לויה פון אדמור מראחמיסטריווקא.
אז איר רעדט שוין פון דעם דארף מען רעדן איבער בראיר פייער דעפארטמענט וואס רייסט אראפ הרב חיים שלמה בערגיר אז ער נעמט זיך אן פאר מצילי אש ד'מאנסי
דארט (ביי ברוער ווס.מצילי אש ד'מאנסי) איז דער מצב נישט אזוי פשוט. (ווי דא.) ס'זענען נאך דא כמה ראיות לכאן ולכאן. ווער ס'איז גערעכט. און אויב מ'האט אויספרובירט אלע מיטלען בדרכי נועם. כדי אויסצוארבעטן די עקזיסטירנ'דע, מעגליכע הלכה'דיגע פראבלעמען. ס'דא א יש אומרים אז דער גאנצער ספליט מיט ברוער פייער דעפט. איז געטריבן געווארן דורך מענטשן מיט אן אגענדא.

איך נעם נישט קיין שטעלונג. איך ברענג נאר די פאקטן. די פאקטן זענען אז עטליכע יחידים האבן פון אנהייב אן גענימען אן עטיטוד פון "אש וגפרית ומלח". אנגעהויבן מיט מחאות און פראטעסטן בקול רעש גדול. און מניה וביה האט מען געגרינדעט אן אייגענע, נייע ארגאניזאציע מצילי אש.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 6:35 pm
דורך אלפא
צום עצם ארטיקל:
דא https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/89982 טענה'ט אליעזר קרויס אז עס איז נישט ממש קיינעמ'ס שולד די מצב ביים לויה.
הגם מ'קען מחלק זיין צווישן די ברייטע מציעות און אינדיווידואלע מעשיות.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:08 pm
דורך טראמפ 24'
berlbalaguleh האט געשריבן:
אילין מאסק האט געשריבן:
ששון ושמחה האט געשריבן:די מאמענט אויסגאבע האט ארויסגעלייגט א אנטשולדיגונג פאר די חברים ארגאניזאציע נאכדעם וואס ר' חיים שלמה בערגער האט קריטיקירט חברים'ס אויפפירונג ביי די לויה פון אדמור מראחמיסטריווקא.
אז איר רעדט שוין פון דעם דארף מען רעדן איבער בראיר פייער דעפארטמענט וואס רייסט אראפ הרב חיים שלמה בערגיר אז ער נעמט זיך אן פאר מצילי אש ד'מאנסי
דארט (ביי ברוער ווס.מצילי אש ד'מאנסי) איז דער מצב נישט אזוי פשוט. (ווי דא.) ס'זענען נאך דא כמה ראיות לכאן ולכאן. ווער ס'איז גערעכט. און אויב מ'האט אויספרובירט אלע מיטלען בדרכי נועם. כדי אויסצוארבעטן די עקזיסטירנ'דע, מעגליכע הלכה'דיגע פראבלעמען. ס'דא א יש אומרים אז דער גאנצער ספליט מיט ברוער פייער דעפט. איז געטריבן געווארן דורך מענטשן מיט אן אגענדא.

איך נעם נישט קיין שטעלונג. איך ברענג נאר די פאקטן. די פאקטן זענען אז עטליכע יחידים האבן פון אנהייב אן גענימען אן עטיטוד פון "אש וגפרית ומלח". אנגעהויבן מיט מחאות און פראטעסטן בקול רעש גדול. און מניה וביה האט מען געגרינדעט אן אייגענע, נייע ארגאניזאציע מצילי אש.
דא האט איר זיין ארטיקל

מצילי אש ד'מאנסי

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:12 pm
דורך טראמפ 24'
צוויטע זייט

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:15 pm
דורך היכי דמי
ווי קומט צו א פריוואטע מענטש וואס פירט א פריוואטע ארגאניזאציע אזא פאוער אין מאנסי צו קענען פארלאנגן פון געשעפטן ארויסציווארפן די מאמענט ווייל מען האט געשריבן קעגן זיין ארגאניזאציע

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:16 pm
דורך טראמפ 24'
איך אויך האט געשריבן:
תשפג האט געשריבן:מאנכע זאגן אז דעיס איז געווען זייער פלאן פון אנהייב, קודם שרייבען דעם ארטיקעל, אין דערנאך ארויסקומען מיט אן אנטשולדיגונג. אזוי זאגט מען וואס מ׳האט צו זאגן, אין דערנאך איז מען א גוטער ווייל מ׳בעט זיך שיין איבער.
סטאנדארט פראקטיס אין אלע חרדישע צייטונגען, פאני אז מאנכע פאלן נאך פאר דעם שפיל.
איך האב געהערט פון די חברים מעמבער וואס האט גערופן מאמענט אויסגאבע איבער די ארטיקל, אז בערגער האט גוט אנגעשריגן די אנפירער פונעם מאמענט ווייל ער האט געלייגט א צעטיל געקן זיין ארטיקל

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:18 pm
דורך טראמפ 24'
היכי דמי האט געשריבן:ווי קומט צו א פריוואטע מענטש וואס פירט א פריוואטע ארגאניזאציע אזא פאוער אין מאנסי צו קענען פארלאנגן פון געשעפטן ארויסציווארפן די מאמענט ווייל מען האט געשריבן קעגן זיין ארגאניזאציע
איך זאג דיר דער חברים אין מאנסי ווערן א געהעריקע דיקטאטור