אויך. די זעלבע העיליגע אידן וועלכע בעטן ביים באשעפער ...תתקבל. זיי פראקטיצירן לא נתקבל.
דער פאל האט נישט א העפי ענדינג
נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 4:39 pm
דורך berlbalaguleh
א פערזענליכע ווענדונג צו דעם ראש הוועד להצלת החינוך הטהור. פון בערל בעל עגלה...ביטע קוקט אריין אין חומש (פ' כי תצא) וויאזוי דער (אדער די) חומש ספעללט בן "סורר" ומורה. א דאנק. אזוי ווי איהר ווייסט דאך א באס דרייווער איז אן עם האאארעץ. איך האב נישט געקענט אפליינען דאס ווארט סורר.
אהא, שוין יעצט ביסטו מסכים אז זיי דארפן נישט און טארן נישט אננעמען יעדן.
סא וואס איז די גרויסע טומל דא? אלץ ווייל זיי האבן נישט ארויסגעשטעלט א קלארע דיסקריפציע?
זיי האבן א באלבוס, א מנהל א ראש ישיבה און ער פסק'נט צו דער בחור איז יא אדער נישט געמאכט פאר זיי.
גארטל האט געשריבן: ↑
ישיבה למצוינים איז ווי א דאקטאר וואס היילט געזונטע.
די מצוינים זאלן זיצן אין די בתי מדרשים און לערנען.
אז איינער וויל קען מען מאכן אזא ישיבה Gym וואו דער מצוין בחור קען קומען פארשידענע צייטן, למשל צו בויען זיין סאציאלע סקילס, דרשות, נעמען בחינות, אויסארבייטן א פלאן צו ענדיגען ש"ס א.א.וו. אבער סתם אויפהאלטן אזאנע ישיבות איז איבריג.
שיינע געדאנקען פאר ישיבות, אבער מיט די נושא פון דעם אשכול האט עס נישט!
Re: בנך לא נתקבל
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:40 pm
דורך גארטל
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑
סא וואס איז די גרויסע טומל דא? אלץ ווייל זיי האבן נישט ארויסגעשטעלט א קלארע דיסקריפציע?
דער טומל איז ווייל פאקטיש אפילו זיי שרייבן אז זיי זענען א מצוין ישיבה נעמען זיי אן שוואכערע ווייל זיי האבן געלט אדער אנדערע גשמיות'דיגע מעלות. אויך ווייל ישיבות וואס זענען אונטער א קהילה טוען אויך וואס זיי ווילן, אפילו אויב די רבי פון די מוסד זאגט אנדערש.
וועגן די דזשים, קען זיין אז עס קומט נישט דא. אבער עס איז א מענין לענין באותו ענין מיט די ערשטע טייל פון וואס איך האב געשריבן.
אדרבה אויב איינער וויל קאמענטירן אויף יענע חלק קען ער עס עפענען אין א נייע אשכול.
Re: בנך לא נתקבל
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 6:11 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
גארטל האט געשריבן: ↑
דער טומל איז ווייל פאקטיש אפילו זיי שרייבן אז זיי זענען א מצוין ישיבה נעמען זיי אן שוואכערע ווייל זיי האבן געלט אדער אנדערע גשמיות'דיגע מעלות. אויך ווייל ישיבות וואס זענען אונטער א קהילה טוען אויך וואס זיי ווילן, אפילו אויב די רבי פון די מוסד זאגט אנדערש.
פאקטיש שרייבן זיי נישט מיר זענען א מצוינים ישיבה.
נאר די גאס ווייסט אז זיי זענען.
און דער מנהל זעהט זיך אויס אז ער ווייסט אויך אז עס איז.
און דער גביר ווייסט אויך אז זיי זענען.
און די רעסט איז היסטארי...
סא וואס פונקטליך איז דא געשעהן ראנג?
Re: בנך לא נתקבל
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:23 pm
דורך ים של שלום
די אלע וואס האבן טענות אויף אלע ישיבות זענען מכובד אויפצימאכן א נייע ישיבה און יעדעם אננעמען. איך פארשטיי נישט די טענות. א פריוואטע ישיבה מעג טוהן וואס זיי ווילן. ווייטער א קהילה האט א רבי אדער רב וואס איז די בעל הבית אויף די קהלה.
Re: בנך לא נתקבל
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:29 pm
דורך בני אהרן
ים של שלום האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 20, 2024 11:23 pm
די אלע וואס האבן טענות אויף אלע ישיבות זענען מכובד אויפצימאכן א נייע ישיבה און יעדעם אננעמען. איך פארשטיי נישט די טענות. א פריוואטע ישיבה מעג טוהן וואס זיי ווילן. ווייטער א קהילה האט א רבי אדער רב וואס איז די בעל הבית אויף די קהלה.
די אלע פריואטע מציונים ישיבות ווען זיי גייען נאך געלט זאלן זיי אויך נאר גיין צו מצוינים טאטעס.
Re: בנך לא נתקבל
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:46 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
בני אהרן האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 20, 2024 11:29 pm
די אלע פריואטע מצוינים ישיבות ווען זיי גייען נאך געלט זאלן זיי אויך נאר גיין צו מצוינים טאטעס.
די מציאות איז אז עלטערן וואס מיטשענען זיך מיט א קינד זענען ליידער זייער פארווייטאגט רח"ל און זייער צער איז עד אין לשער, געווענטליך זיכט מען איינעם צו באשולדיגען.
די ניגון האט פשוט געטראפן א קרבן און ארויס געברענגט די ווייטאגליכע געפילן פונעם צובראכענע טאטע.
די פאקט איז אז עס זענען דא הונדרעטער ישיבות (חוץ פון אלע קהלישע ישיבות) וואס נעמען למעשה יא אן גענוג שוואכערע סחורה, און נישט נאר פאר געלט, כבוד אדער פראטעקציע.
די פראבלעם איז אז געווענטליך וויל די טאטע א געוויסע ישיבה וואס איז אינגאנצען נישט געאייגענט פאר זיין בחור'ל און ער וויל נישט הערן פון גארנישט אנדערש.
עס קען טאקע זיין אז די ראש ישיבה/מנהל האט אן אנדערע אגענדע ווי די טאטע האט פארן בחור און זיכט אז זיין ישיבה זאל האבן א גוטע נאמען וכו: אבער ווען נישט דאס, וואלט דאך קיין איין טאטע נישט געוואלט אהין שיקן זיין זון, און אפי' די מחבר פונעם געוואלדיגע ניגון וואלט נישט געוואלט אריין לייגען זיין צדיק'ל דארט.
יעדער בר דעת פארשטייט אז א בחור וואס קומט אן אין א ישיבה וואס איז באמת נישט געאייגענט פאר איהם מאיזה סיבה שיהי' איז עס א חורבן לדורות פאר איהם און אלע זיינע ארומיגע.