בלאט 1 פון 1
וועלכע חסידות ביזטו דאס ווייטסטע פון
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 4:32 am
דורך מר. קלונימוס
צו וועלכע חסידישע קרייז/חסידות/קהילה שפירסטע דאס גרעסטע מרחק פון, וואו דו וואלסט זיך נישט געקענט זען אנגעהערן צו?
כ'שטעל א ליסט, אויב פעלט עפעס שרייב עס אליינס.
ברסלב
באבוב
בעלז
באיאן
גער
דושינסקי
וויזניץ
טאהש
לעלוב
לוצק
לובאוויטש
מונקאטש
סאטמאר
סאדיגור
סקווירא
סקולען
סטאלין
סאסוב
פאפא
קרעטשניף
קלויזנבורג
רחמס''ט
תו''א
תוא''י
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 4:58 am
דורך וואלווי
וואס ווילסטו? אז מ'זאל אריינקומען און בארעדען איינער דעם צווייטן לכתחילה?
ניטאמאל פלאץ פאר א נארמאלע דיסקאשען. פון דעם גייט נאר ארויסקומען שלעכטס.
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:15 am
דורך מר. קלונימוס
אז איך שפיר דאס גרעסטע מרחק פון ברסלב אדער חב''ד למשל מיינט אז עפעס איז שלעכט דארט? בכלל נישט. ס'נישט מיין טעיסט מיין סטייל אדער מיין השקפה, דאס אלעס. יעדער איז וואויל און ערליך
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:19 am
דורך וואלווי
מר. קלונימוס האט געשריבן:אז איך שפיר דאס גרעסטע מרחק פון ברסלב אדער חב''ד למשל מיינט אז עפעס איז שלעכט דארט? בכלל נישט. ס'נישט מיין טעיסט מיין סטייל אדער מיין השקפה, דאס אלעס. יעדער איז וואויל און ערליך
אין חזל איז דא אן אויסדריק מתוך שבחו אתה בא לגנותו.
זעט אויס דו ווילסט קלאר מאכן אז אויך מתוך גנותו אתה בא לגנותו...
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 7:36 am
דורך תוכו כברו
וויזניץ. (על כל פלגיה וגווניה)
נישט ווייל ס'געפעלט מיר נישט א פארצייטישער ראמענישער מעלאדיע מיט א הייס שטיקל קוגל... נאר צוליב אנדערע אורזאכן...
שוין...
בארעדט א גאנצע קרייז אויף איין מאל...
love you all!!!
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:25 pm
דורך וואלווי
יישר כחכם. ווער איז נעקסט צו בארעדן מענטשען לכתחילה?
מילא אז ס'איז שטיקל נייעס וואס פירט צו קינדערישע פאליטיק דארף מען ליידן ווייל ס'איז דאך דא עפעס אין דעם. אבער לכתחילה א ליידיגע אשכול סתם אן צו שמירן דאס פלאץ אן קיין שום תוכן?
חיים שאולזאהן בהדרו
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 7:31 pm
דורך ברוך שפינוזה
מר. קלונימוס האט געשריבן:אז איך שפיר דאס גרעסטע מרחק פון ברסלב אדער חב''ד למשל מיינט אז עפעס איז שלעכט דארט? בכלל נישט. ס'נישט מיין טעיסט מיין סטייל אדער מיין השקפה, דאס אלעס. יעדער איז וואויל און ערליך
ביי מיר איז פארקערט, איך קען אריינגיין אין סיי וועלכע חב"דסקע שטיבל און זיך פילן 100% באקוועם אן ציטערן פון מיין שאטן אז אפשר בין איך נישט אנגעטוהן גענוג הייליג אדער אז איך גיי אפשר זאגן הויעך א ווארט וואס גייט אויסרופן בייז בלוט פון די ארומיגע, ברסלב ווענדט זיך שוין וועלכע אבער ס'דא גענוג וואס ענדלען צו חב"ד אין דעם הינזיכט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 7:32 pm
דורך בת קול
לוצק. ס׳איז די ערשטע מאל איך הער די נאמען.
Re: וועלכע חסידות ביזטו דאס ווייטסטע פון
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 7:44 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
בת קול האט געשריבן:לוצק. ס׳איז די ערשטע מאל איך הער די נאמען.
דאכצעך ער איז א ברודער מיט'ן סטאלינער
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 8:01 pm
דורך מר. קלונימוס
ברוך שפינוזה האט געשריבן:מר. קלונימוס האט געשריבן:אז איך שפיר דאס גרעסטע מרחק פון ברסלב אדער חב''ד למשל מיינט אז עפעס איז שלעכט דארט? בכלל נישט. ס'נישט מיין טעיסט מיין סטייל אדער מיין השקפה, דאס אלעס. יעדער איז וואויל און ערליך
ביי מיר איז פארקערט, איך קען אריינגיין אין סיי וועלכע חב"דסקע שטיבל און זיך פילן 100% באקוועם אן ציטערן פון מיין שאטן אז אפשר בין איך נישט אנגעטוהן גענוג הייליג אדער אז איך גיי אפשר זאגן הויעך א ווארט וואס גייט אויסרופן בייז בלוט פון די ארומיגע, ברסלב ווענדט זיך שוין וועלכע אבער ס'דא גענוג וואס ענדלען צו חב"ד אין דעם הינזיכט.
Same here
כ'האב זיי צוויי נאר גענוצט פארא משל
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 8:03 pm
דורך מר. קלונימוס
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:לוצק. ס׳איז די ערשטע מאל איך הער די נאמען.
דאכצעך ער איז א ברודער מיט'ן סטאלינער
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ער איז
800px-Rabbi_Yohanan_Shohat.jpg
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:לוצק. ס׳איז די ערשטע מאל איך הער די נאמען.
דאכצעך ער איז א ברודער מיט'ן סטאלינער
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נאך א מזל אז פלאצק איז נישט קיין חסידות.