בלאט 1 פון 1
וועלכע קולטור ביזטו דאס ווייטסטע פון
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:17 pm
דורך ברוך שפינוזה
צו וועלכע אזיאנע עטנישע גרופע/קולטור שפירסטע דאס גרעסטע מרחק פון, וואו דו וואלסט זיך נישט געקענט זען אנגעהערן צו?
כ'שטעל א ליסט, אויב פעלט עפעס שרייב עס אליינס.
כינע
יאפאן
נארד קארעא
סאוט קארעא
וויעטנאם
בהוטאן
טאטאר
אוזבעק
טאדשיק
טייוואן
מאנגאליע
מאקאו
האנג קאנג
סינגאפור
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:19 pm
דורך ברוך שפינוזה
אז איך שפיר דאס גרעסטע מרחק פון טאדשיקן אדער אוזבעקן למשל מיינט אז עפעס איז שלעכט דארט? כ'ווייס נישט, קען זיין ווייל זיי האבן געוואלט ארייננארן יאקאב? ווער ווייסט. אדער קען זיין ווייל ס'פשוט נישט מיין טעיסט מיין סטייל אדער מיין השקפה, דאס אלעס. יעדער איז וואויל און ערליך
ספוילער אלערט: איך דערקען ניטאמאל די חילוק צווישן זיי אלע, ווי ווייט ס'מיר נוגע זענען זיי אלע קארבאן קאפיעס.
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 6:03 pm
דורך מר. קלונימוס
טיילאנד
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 6:14 pm
דורך אלפא
ברוך שפינוזה האט געשריבן:צו וועלכע אזיאנע עטנישע גרופע/קולטור שפירסטע דאס גרעסטע מרחק פון, וואו דו וואלסט זיך נישט געקענט זען אנגעהערן צו?
כ'שטעל א ליסט, אויב פעלט עפעס שרייב עס אליינס.
כינע
יאפאן
נארד קארעא
סאוט קארעא
וויעטנאם
בהוטאן
טאטאר
אוזבעק
טאדשיק
טייוואן
מאנגאליע
מאקאו
האנג קאנג
סינגאפור
ווי גייט נאר די מעשה פונעם עמעארעץ ביים סדר, וואס האט זיך צופייערט ביי די 'הייליגע' ווערטער 'דם' 'צפרדע' 'כנים' 'ערוב' א.א.וו. ווען די רעביצין זיינע האט אים געפרעגט די כונות דערביי, זאגט ער, וואס פארא השגה האבן מיר דען אין די שמות פון אזעלכע העכערע מלאכים?!
איך פרעג די זעלבע דא.
אפשר ביסטו מיר/אונז מסביר די חילוקים און שטריכן פון די דאזיגע 'הייליגע שמות' וואס דו ווארפסט דא צאם? דאן קען איך קלערן פון סעלעקטירן צווישן זיי.
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 6:50 pm
דורך וואלווי
טאדשיק.
זייער בערג שרייען מיט שרעק: נישטא דא קיין וועג...
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 7:20 pm
דורך אלפא
אין אוזבעקיסטאן אויף די בערג פון דיזשאן... (דיזשאן האסטו פארזען)
ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן... (שוין מער פאליטיש באקאנט)
ווער איז אט אט דעם מאדנעם טאדזשיק...
און נישט פון די ווילדע טאדזשיקן האט יאקאב געבענקט..
הערט זיך מער ווי סארט מענטשן וועלכע דרייען זיך אין אוזבעקיסטאן...
אזוי צו אזוי בהוטאן מיט טאטאן זענען די סאמע ווייטסטע פון מיר, וויבאלד עס איז דאס ערשטע מאל איך הער בכלל די נעמען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 7:26 pm
דורך ברוך שפינוזה
מר. קלונימוס האט געשריבן:טיילאנד
פארוואס פונקט טיילאנד? זיי מסביר
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 8:04 pm
דורך מר. קלונימוס
ברוך שפינוזה האט געשריבן:מר. קלונימוס האט געשריבן:טיילאנד
פארוואס פונקט טיילאנד? זיי מסביר
דארט טיילט מען קענדיס מ'מאכט בארביקיוס און מ'טאנצט ביי לוויה'ס
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 8:10 pm
דורך קהל'ס נער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:מר. קלונימוס האט געשריבן:טיילאנד
פארוואס פונקט טיילאנד? זיי מסביר
דא דארט זונות שלוש בעשר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 9:58 pm
דורך ברוך שפינוזה
אלפא:
טאדשיקן,
אוזבעקן,
טאטארן,
בהוטאן.
למעשה גערעדט גלייך איך נישט אזוי די טאטארן ווייל זיי לייגן תפילין ביים כותל, פון די מאנגאלן האלט איך יא מער ווייל געוויסע פון זיי גייען מיט פאות, הגם הרה"ק בעל זכרון טורזשעמיניסטאן זיעועכו"א האט זיך זייער שארף אויסגעדרוקט קעגן זיי אבער די היינטיגע טורזשעמיניסטאן איז שוין נישט די עכטע פונדערהיים ווייל זיי זענען געגאנגען לינק איז שוין בעסער די מאנגאלן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 12:22 am
דורך בעל אחריות
קום שוין צום תנאים, וואס איז די נמשל?
Re: וועלכע קולטור ביזטו דאס ווייטסטע פון
נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 12:45 am
דורך בילדינג פליפער
מר. קלונימוס האט געשריבן:טיילאנד
דארט וואלט איך זיך געשפירט זייער זייער היימיש...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:05 pm
דורך תשפג
כ׳וואלט געזאגט ״נארט קארעא.
פארוואס? ווייל ס׳שוין פארהאקט אזויפיל יארן פון די גאנצע וועלט, האט זיך זייער קולטור זייער אפגעשיידט פון די אנדערע פעלקער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:02 am
דורך ערנסטגערעדט
כשפיר נישט ווי איך קען יא זאגן אז איך וואלט אריינגעפאסט ביי די כינעזער קולטור פוי וואס זיי עסן אלץ צאם דארט
קיין שום אזיאנער קולטור וואלט ביי מיר געארבעט, לדעתי זענען זיי די שווערסטע ארויסצוהאבן. זיי רעדן מוראדיג exaggerated
אריגאטו!!! פעך
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:13 am
דורך דערהויבענע איד
די אלע קולטורן וואס דו האסט אויסגערעכנט האט אבער איין זאך וואס מאכט עס נאנט צו אונזער קולטור, אז ס'איז פונקט פארקערט ווי ביינונז....
איך למשל פיל די ווייטסטע פון מיין גוי'שע שכן, אדער אפילו באדערנע איד, משא''כ די אזיאנער אד''ג וואס זענען אפציעל פאני...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:29 am
דורך ברוך שפינוזה
ערנסטגערעדט האט געשריבן:
קיין שום אזיאנער קולטור וואלט ביי מיר געארבעט, לדעתי זענען זיי די שווערסטע ארויסצוהאבן.
דיעס נקודה האט מען שוין אמאל אויסגעשמועסט...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 58#p445258
Re: וועלכע קולטור ביזטו דאס ווייטסטע פון
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 2:02 am
דורך ערנסטגערעדט
נאכאמאל דיין שאלה איז נישט געווען וואס רעספעקטירן מיר די ווייניגסטע, דיין שאלה איז געווען וואס איז דאס ווייטסטע וואס מיר קענען נישט דארט אריינפאסן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:47 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא האט געשריבן:ברוך שפינוזה האט געשריבן:צו וועלכע אזיאנע עטנישע גרופע/קולטור שפירסטע דאס גרעסטע מרחק פון, וואו דו וואלסט זיך נישט געקענט זען אנגעהערן צו?
כ'שטעל א ליסט, אויב פעלט עפעס שרייב עס אליינס.
כינע
יאפאן
נארד קארעא
סאוט קארעא
וויעטנאם
בהוטאן
טאטאר
אוזבעק
טאדשיק
טייוואן
מאנגאליע
מאקאו
האנג קאנג
סינגאפור
ווי גייט נאר די מעשה פונעם עמעארעץ ביים סדר, וואס האט זיך צופייערט ביי די 'הייליגע' ווערטער 'דם' 'צפרדע' 'כנים' 'ערוב' א.א.וו. ווען די רעביצין זיינע האט אים געפרעגט די כונות דערביי, זאגט ער, וואס פארא השגה האבן מיר דען אין די שמות פון אזעלכע העכערע מלאכים?!
איך פרעג די זעלבע דא.
אפשר ביסטו מיר/אונז מסביר די חילוקים און שטריכן פון די דאזיגע 'הייליגע שמות' וואס דו ווארפסט דא צאם? דאן קען איך קלערן פון סעלעקטירן צווישן זיי.
די זעלבע "שמות" וואס זענען דא אויף א סאך "שויתי" טאוולען אלס שמות פון מלאכים...דו ווילסט מיר זאגן אז ס'זענען דא מלאכים וואס הייסן לצלהלץ.--- (לץ-לעהאלץ) אדער זסשרץ (זיס שרץ)...לאל...אפשר איז דאס אויך א שם פון א מלאך. אפשר מלאך "פילד"...ראשי תיבות...פתי יאמין לכל דבר...!