בלאט 1 פון 1

"מיינונג", וואס מיינט דאס?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 7:34 pm
דורך אלפא
אריינפיר
איבער א מיינונג - א געביידע ביזן הימל
איבער א מיינונג - אין פייער די קליינע אברעמ'ל
איבער א מיינונג – פארקויפט אלס קנעכט צוליב א דרימל
איבער א מיינונג - חור בן מרים גע'שחט'ן ווי א לעמל
איבער א מיינונג - אין ערד א לאך – א טומל
איבער א מיינונג - זקן ממרא – עיר הנידחת – נישט בלייבן קיין סמל
איבער א מיינונג - געגאסענע וויין זאל בלייבן שימל

"מיינונג" - די וואונדער ווארט וואס קען אויפבויען, צושטערן, שאפן ליבע, און הרג'נען, מאכן פלאץ, אוועקנעמען רעכטן, צוזאמברענגען קהילות, און פארווארפן אויסווארפן.
דרייט זיך א גאנצע וועלטעלע ארום א נישטיג מושג וואס רופט זיך מיינונגען.
• צו די וועלט ווערט הייס צו נישט, איז א שפיל אנקעגן די היץ וועלכע שאפט זיך פון א קעגנזייטיגע קאנפרענטאציע איבער דעם.
• צו טראמפ איז געוואלדיג אדער גאר סכנה'דיג, איז א ווערטל אנקעגן די סכנה פון נעמען דערין א שטעלונג.
• צו אונזער קהילה איז גוט אדער נישט אזוי, מאכט נישט אזוי אויס ווי די פאקט אז איינער האלט אזוי.
• צו ג-ט עקזיסטירט, צו עוואלוציע האט טאקע אליין אויפגעקראכט, צו אידן זענען שילדיג אין אלע פראבלעמען, זענען נאך רינגעלעך אין די קייט פון מענטשליכע מיינונגען וועלכע האבן זיך צושפילט פיל ווייטער ווי רינגעלעך און קייטן.
די הלכה הייס-איז, א גאנצע קאמפליצירטע ש"ס,
א קרייצציגלער אן אייסיס, שטחים מיט בלוט נאס,
פאליטישע בייעסעס, אויפן צווייטן וואס מער האס,
הצד השוה איך ווייס-עס, פון א מיינונג געמאכט א פאס.
_________________
למעשה גערעדט, מיר אלע האבן מיינונגען! אויף אלס און אלעמען, און אויף וואס נישט. מיינונגען פארנעמען זייער א וויכטיגן ארט אין ציוויליזאציע, אין היסטאריע, און ביי די מענטש אליין.
עס איז אן אינטעגראלן אספעקט פון זיין א מענטש צו האבן א שטעלונג לכל הפחות אויף וויכטיגע-אקטועלע זאכן. מ'דארף זיך נאר ארום קוקן אויף אונזער שטיבל אויף ענליכע פלאטפארמען, צו גאר אין ביהמ"ד, דאס צו באמערקן, און זען ווי שטארק אינטערקאנעקטעד דאס איז מיטן מענטש'ס פערסאנאליטעט. עס האט זיך זאגאר פארמירט אזוי שטארק אז א גרויס חלק פון כאראקטיזירן א מענטש באציט זיך צו זיינע מיינונגען און שיטות, עכ"כ אז מיר אליין אידענטיפיצירן זיך און גרויס טייל מיט די דאזיגע שיטות (- איד/ סאטמאר/ פרום/ לינקע/ כופר, הערט זיך באקאנט?). און אין געוויסע סעקטעס און סאסייעטי וועט מען גיין אזוי ווייט ווי אפ'פסל'ן עמיצער נאר אויפן סמך פון זיינע אידעאלאגיעס.

איז דאך נישט מער ווי פאסיג צו קריכן א טראפקעלע טיפער. און פרעגן וואס איז טאקע פשט דערפון? וואס איז דאס אן 'אפיניען'? און וואס ברענגט דאס אזוי נאנט צום האלטער'ס טיפסטע שטריכן, אזש ער זאל זיין גרייט דאס צו דעפענדן פאר יעדע פרייז, אריינגערעכנט זיין אייגן סטאטוס אין סאסייעטי, און צומאל מיטן לעבן אפילו?

איידיעס
אין די מעטאפיזישע ראלם איז באקאנט אז 'איידיעס' עקזיסטירן אינדיפענדענט-אומאפהענגיג פון די מענטשליכע מיינד, צו מיר ווייסן דערפון אדער נישט איז דא די פראבאביליטיס פאר מיליאנען מצבים צו עקזיסטירן, און פאר די טריליאנען perceptions און אפטייטשן דערויף.
דהיינו, די כדור הארץ איז געווען רידערכיג אפי' ווען טויזענטער איינוואוינער האבן געהאלטן עס איז פלאך, די אטאם האט עקזיסטירט נאך לאנג בעפאר די מין האנושי האט עס אנערקענט, און שלעכט מיט גוט זענען געדאנקען - נישט קיין חילוק צו עס ווערט אויסגעפירט אויף דעם וועלטל למעשה. און אזוי איבער יעדע געדאנק, פאקט, אינטעפרעטעישאן, וואס האט אמאל עקזיסטירט אדער איז בנמצא יעצט, וועלכע שטייט אין זיין ארט אן קיין דעסקרימינאציע וויפיל נאכפאלגער עס האט.
אויפווייזן ג-ט, איבערצייגן סייענס, איבעררעדן איידעאלאגיעס, אוועקשטעלן ארגומענטן, אויספירן געדאנקען, זענען אלס שיינע מעטאדן, פאבריקאציעס, און באשעפטוגונגען, פון אונז אומוויסענדע מענטשעלעך - פראבירנדיג צו דערגיין די סוד פון רעאליטעט אליין, טרעפן מינינג אין אונזער עקזיסטענס, און זיך באקוועם מאכן אין די מציאות וואס מיר קענען נישט דערטאפן.
עס מאכט בכלל נישט אויס פארן יקום צו מיר פארשטייען איר, ניטאמאל וועט אים אנגיין אויב עפעס אן עליען, AI, אדער גאר אן אסטרויד, וועט אונז ביום מן הימים פארווישן פון די מאפע. נאטור טוישט זיך נישט ווייל מיר האבן מחליט געווען דאס צו פאנגען. און איידיעס בלייבן מיט די זעלבע מאס ווארהייט, צו מיר אידענטיפיצירן זיך דערמיט אדער נישט.
אפי' אין די סאציאלאגישן ראלם אליין האט עס א קנאפע אפעקט רוב מאל רוב פון די צייט, די סכום פון אומגעזאגטע מיינונגען, די נומער פון נארישע געדאנקען, די סך הכל פון אומנייטיגע שטעלונגען, קענען דעטרענקען די געציילטע אינטרעסאנטע פון צווישן זיי מיט א שמוץ אריבער און ניטאמאל זיך פילן פייכטער דערפון.
אין אנדערע ווערטער, די גאנצע דראמא ארום מיינונגען און קריגערייען האבן נישט באמת קיין אחיזה אדער אפעקט אויפן יצירה אין לארדזש.

פון די פסיכאלאגישן זייט
• איז נישטא נאך אזא געשמאקע זאך ווי זיך קריגן און טענה'ן איבער א געדאנק אדער שטעלונג זע דא.
• ווי געשמועסט פארומט עס אונזער וועזן, עס באשאפט אונזער באשעפטוגונג, און פאשרייבט אונזער סטאטוס.
• עס קומט מיט טייערע פרייזן, צומאל וויל זיך אנטלויפן, צומאל וויל זיך לעבן דאפלט, צומאל וויל זיך בלייבן מיט ספיקות, אבער טיף אינערווייניג שרייט א שטומע וועלכע קרעיווט א 'מיינונג' פאר זיך -א קלארע, זיכערע, אומצושטערבארע, שטאנדהאפטיגע מיינונג.
• גרייט אויפצוגעבן אויף אסאך אנדערע זאכן - נאר זאג מיר ווי איך שטיי.
• איינמאל מחליט געווען שוין שווער צו טוישן, קינדער טוישן גרינג שטעלונג דעפאר לערנען זיי שנעלער, סיג לחכמה שתיקה – ביזן ארויסזאגן קען מען נאך פארבעסערן.
און אלע דורות האט עס פארנומען די חשוב'סטע פלאץ ביי די סאמע קלוגסטע און עליטע, 'האבן א מיינונג' איז געווען די ווירטור פון פילאזאפיע, די מאכט פון איידעאלאגיע, און די שפיץ פון וויסענשאפט.
עס האט בלי ספק געהאט א האנט אין כמעט אלע ערייכונגען פון די מענטשהייט ביז היינט, פון די גרויסע 'איידיעס' ווי רעליגיעס, ביז דקות'דיגע חילוקים אין מאטעמאטיק, פון מאכטפולע ערפינדונגען אין די סייענסעס, ביז הערליכע יצירות אין די ארטס, האט עמיצערס שטעלונג קלאר זיך ארויסגעשטעלט, און דאן נאכגעפאלגט מיט די פראכט פונעם מצב ווי אונז שטייען שטאלץ.

נו, האט עס דאך שוין איינמאל א משמעות! נישט אזוי?!
איין מינוט אבער. צו וואס טאקע פעלט אויס די מיינונג, שטאנד, - אפגעזען קריגערייען - אז די איידיעס זאלן זיך באווייזן? פארוואס האט פשוט מחשבה אונז נישט געקענט צופירן אהין? וואס ליגט אינעם 'מיינונג' חלק דערפון וואס האט זיך קונה געווען די הויכן שטעלע?

מיין מיינונג
עס שיינט פון די פראגעס זעלבסט ווי עפעס א צויבער-קראפט ליגט אין דעם פאקט אז אן איידיע ווערט פארוואנדלט אין אן אידענטיטעט, - נעמליך, מ'נעמט עס פערזענליך, מ'נורטורט עס, מ'רייבט עס אויס, און מ'פרעזענטירט עס אלס שטיקל פון זיך – וועלכע איז שילדיג אויך אין די תועלת וואס חכמה האט אונז אלס אנגעברענגט.
עפעס איז די חכמה'לע אליין נישט אזוי אטראקטיוו צום מענטש אן די בריק פון 'מיינונג' וועלכע זאל עס פארוואנדלען אין אזא קאנפירמאציע אויף אונזער עקזיסטענס, א תעודה אויף אונזער דעגרייכונג, און פשוט אלס מראה מקום צו אונזער פלאץ אין יקום. סתם איידיעס קענען שוועבן אין די לופט, און טויזענטער טוען טאקע, דארף נאר קומען דער איינער און דאס אויפדעקן - צוקלעבן זיין נאמען דערצו - און די שותפות איז געשלאסן, דיין לעצטע נאמען בין איך - און מיין אדרעס ביסטו. פון ווי קומט מעטאפיזיקס אויב נישט פון פלאטא - און וואס איז פלאטא ווען נישט מעטאפיזיקס. נוטאן מיט סייענס, בעטהאווען מיט מוזיק, און להבדיל די רמב"ם מיט אמונה אלע האבן די זעלבע בונד אין היסטאריע, צו וועלכע מיר אלע זענען געווייערד נאכצושפרינגען.
מעיק איט אר ברעיק איט, קיין וועג ארויס איז ממילא נישטא. לאמיר כאטש נוצן די גוטע זייט דערפון – זיך שטאלצירן און פאררופן אויף די שיינע זייט פון אונזער וועזן. איבערלאזן די שפיציגע חלק דערפון פאר היסטאריקער צו אנאלאזירן, און מיט נייע געדאנקען זאלן אלע פון אונז געדענקט ווערן לטובה!

אין קורצן:
אשכולות קומען גלייך ווי זיי גייען, דור הולך ודור בא,
אפי' ווער זאל וויינען און ווייען, נאך אביסל שוין נישטא,
סתם צייט צוקייען, געדאנקען פארדייען, שקרים פארצייען, פארוואס זיך איבערשטרענגען אויף דעם וועלטל דא?
- "א מיינונג פארט אלס אנדענק זיך דרייען, ווען אויף מיר מ'זינגט שוין איי לי לו לי לו..."

ווער עס האט געדאנקען, דמיונות, דרשות, פחדים, און געוויס א מיינונג אין דעם נושא איז מכובד מיט שני...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 10:08 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מיין מיינונג: וויבאלד די הצלחה/עקזיסטענס פונעם מענטש איז געוואנדן - בדרך הטבע - אין זיין דעסישען מעקינג קעפעבילעטיס, דארף ער פראווען (פאר זיך און פאר אנדערע אז מ׳זאל מיטגיין מיט אים) און דיפענדען דעם כח זיינעם.

פארשטייסט וואס איך מיין?
ניין.
אקעי, סאוי דו האלסט אז כ׳פארשטיי נישט קיין עסק... מממ.... אויב אזוי, וויאזוי קעניך ארויסגיין אין די ביזנעס וועלט פארדינען א גרייצער? אקעי, סאוי כ׳גיי יעצט פראָווען פאר מיר און פאר דיר אז כ׳פארשטיי שוין איינמאל...!

כ׳על דיר מסביר זיין מיט א משל; ס׳אמאל געווען א קעניג וואס האט פרעדיקטעד אז ס׳לוינט צו גיין און מלחמה מיט זיין שכינות׳דיגער לאנד, למעשה אבער... בלא, בלא, בלא..... כ׳מיין אז כ׳ווייס אליין די ערך פון מיין אייגענעם דעסישען מעקינג קעפעבילעטיס, סאוי, האטס מיר און זייטס מיר... :lol:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 6:25 pm
דורך אלפא
עס קען זיין עס איז ארויסגעקומען מער פאעטיש ווי איך האב געפלאנט. בס"ה האב איך געוואלט אויסשמועסן א נושא וואס דרוקט מיר שוין א וויילע.
אדער איז די נושא קיינעם נישט אינטרעסאנט...

צום פוינט, איך וויל נאכאמאל שטעלן די פראגע, בבחינת קנה לך חבר..
וואס איז באמת פשט אז מיר אינוועסטירן אזוי פיל אין אונזער מיינונגען, מיר נעמען זייער פערזענליך אן אטאקע (אדער נאר קריטיק) דערויף, מיר ווערן צוגעבינדן דערצו אז טוישן קומט אן זייער שווער,
בעת, וואס עס מאכט אויף קיין וועג נישט באמת אויס for any practical purposes, די געדאנק וועט עקזיסטירן regardless מיין אידענטיפיקאציע דערמיט, און עס שטערט נאר פון ווערן קלוגער און הערן אנדערע צדדים?

ביטע אריינקומען מיט תשובות...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:02 pm
דורך מי אני
ווי ר' יצחק לאווי/@לעיקוואד לייגט עס אראפ אין זיין ארטיקל אין וועקער 9, זענען יסודות אמונה [בּעליִפס/מיינונגען] אויך יסודות הנפש פונעם מענטש און וואס שטעלן צאם זיין אידענטיטעט פון ווער און וואס ער "איז" - דאס איז וואס געבט טאקע "מיינונג/מיענינג" צו זיין לעבן, איז דען א וואונדער אז דאס גייט אים ב"נפשו"?

דאס האט אַן עוואלוציאנערישע הסבר אויך. ווי דר. וואָרד גוּדענאָף איז מסביר, איז די קעפּעסעטי פאר בּעליִפס, בפרט דאס אז עס איז מער סאפיסטיקירט ביים מענטשהייט, און דאס וויכטיגקייט דערפון פאר'ן אינדיווידואל, סעלעקטעד געווארן פאר:
Beliefs are propositions about the relations among things to which those who believe have made some kind of commitment. Commitment may be for pragmatic or emotional reasons. A proposition's credibility may appear obvious from experience, or a proposition may seem to be the most prudent assumption on which to act. In either case, the commitment has a pragmatic basis. Emotional commitment to a proposition occurs when a person wants or feels a need for it to be true because of what its truth implies about things that matter

As here defined, propositions involve language, but experience of environment and neural organization of that experience go back a long way in mammalian phylogeny. If every sensory input were registered as new and phenomenally unlike any previous one, it would be impossible for an organism to develop the associations needed to learn adaptive responses to its environment
פון דעם, ווען עס האט עוואלווד העכערע אָרדערס פון קאגנישאן וקאנשיסנעס ובפרט פון שפראך, איז דאס פשוט א העכערע לעוועל פון אט דעם געדאנק. ער ברענגט ארויס אז די עמאשענאל עטעטשמענט דערצו זעהט מען אפילו ביי פּריימעיטס לפי מדריגתם.

אין זיין בוך איז ער מער מאריך דערין פון אַן אנטראפּאלאגישן פסיכאלאגישן פּערספּעקטיוו.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:04 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אלפא האט געשריבן:עס קען זיין עס איז ארויסגעקומען מער פאעטיש ווי איך האב געפלאנט. בס"ה האב איך געוואלט אויסשמועסן א נושא וואס דרוקט מיר שוין א וויילע.
אדער איז די נושא קיינעם נישט אינטרעסאנט...

צום פוינט, איך וויל נאכאמאל שטעלן די פראגע, בבחינת קנה לך חבר..
וואס איז באמת פשט אז מיר אינוועסטירן אזוי פיל אין אונזער מיינונגען, מיר נעמען זייער פערזענליך אן אטאקע (אדער נאר קריטיק) דערויף, מיר ווערן צוגעבינדן דערצו אז טוישן קומט אן זייער שווער,
בעת, וואס עס מאכט אויף קיין וועג נישט באמת אויס for any practical purposes, די געדאנק וועט עקזיסטירן regardless מיין אידענטיפיקאציע דערמיט, און עס שטערט נאר פון ווערן קלוגער און הערן אנדערע צדדים?

ביטע אריינקומען מיט תשובות...
מיין רעספאנס איז געווען בבחינת תשובה דאכטסעך, ס׳מאכט דיר סענס אדער נישט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 4:31 am
דורך אלפא
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיין רעספאנס איז געווען בבחינת תשובה דאכטסעך, ס׳מאכט דיר סענס אדער נישט?
עס קען זיין דאס איז אן עוועלוציאנארע סיבה דערפאר, אז נאכן יארן לאנג צוזאמשטעלן פאוער-הצלחה מיט החלטות האט זיך דאס איינגעגעבן.
לעצם הענין אבער, זע איך נישט פארוואס עס זאל באמת לוינען צו אינוועסטירן דערפאר אין א 'מיינונג', מאכן דיסישענס איז נישט בהחלט אנגעוואנדן אין א מיינונג לכאורה, עס קען קומען פון מער האמבל-עקפערימענטאל וועגן, למשל, די תשובה וואס איך שרייב דיר יעצט איז נישט מיין 'מיינונג', איך פרוביר ס"ה אויס דעם מהלך מחשבה - הערן צו דו אדער איינער וועט האבן קאונטער ארגומענטן און דערנאך שוקל זיין די פראבאביליטיעס פון ווארהייט, קיין ערגעץ אין דעם וועג מוז איך נישט אננעמען עפעס אלס שטאנדהאפטיגע מיינונג. (אולי מיינט א מיינונג נישט נאר עפעס שטאנדהאפטיג...)
די זעלבע איז מיט מלחמה אדער ביזנעס דיסישענס, וועלכע קענען טעכניש געמאכט ווערן פונקט ווי אן AI וואלט געטון, דהיינו זען אלע אוועילעבל דאטא און אויסשפייען די מערס מסתבר'דיגע שריט, דאס אז ווען עס פעלט אדער געווינט נעמט מען עס צום הארצן איז א תוצאה פון דעם אז עס מתחילה געווארן א פערזענליכע מיינונג. נישט אזוי?

Re: "מיינונג", וואס מיינט דאס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:05 am
דורך דיכטער
יישר כח אלפא, הערליך געשריבן און מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט.

לגבי מיינונגען קען זיין אז דער מענטש האט א מיינונג צוליב דעם וואס ער פרובירט צו צוזאמשטעלן א בילד פון די סביבה ארום איהם און עס איז איהם פיל גרינגער און זיכערע נישט צו דארפן טוישן זיינע מיינונגען אזוי שנעל.
א קינד וועט מורא האבן פון שווארצער (no offence...) ווייל ער האט א דעה אז אלע שווערצער זענען שלעכט, ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער זען אז עס איז ווייט נישט אזוי, און עס איז פיל מער קאמפליצירט ווי דעם אבער פאר זיין באקוועמליכקייט וועט ער אפמאכן אז אלע שווארצער זענען שרעקעדיג און פרובירן זיי אלע צו פארמיידן אנטשאט צו דארפן פון פריש אנאליזירן יעדער שווארצער וואס ער באגעגענט און אפמאכן צו ער איז שעדליך אדער נישט. (דערמיט שטעל איך אפשר אין פראגע וואס דו האסט געשריבן אז קינדער פארמאגן נישט קיין מיינוג.)
דער מיינונג געבט דעם מענטש דעם קאנפידענטס אז ער האט ארויס דאס בילד און אז עס איז נישט קאמפליצירט. דאס איז פילייכט אויך דער סיבה פארוואס מענטשן זענען זייער גענייגט צו האבן סטעריאטיפישע מיינונגען ווי אלע אראבערס זענען זעלבסטמערדער און אלע מאקסיקאנע דראג הענדלער.
אין אלגעמיין איז אזא סארט געדאנקענגאנג א געזונטער, אנשטאט צו דארפן יעדערס מאל אפמאכן א באשלוס געוואנדן אין די אומשטענדן, א זאך וואס קען נעמען טייערע צייט און ענערגיע, מאכט דער מענטש אפ ביי זיך א סעט פון מיינונגען איבער זיך אליין, זיין פאזיציע אין דער געזעלשאפט, זיינע חברים און דער וועלט ארום זיך.

מאכט סענס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:25 am
דורך אלפא
עס מאכט סענס!

די אינטרעסאנטע חלק פון דיין טעאריע איז אויך אז עס באציט זיך צום רעלעישאנשיפ צווישן די מענטש (וועלכע פראדוצירט די מיינונג) און די וועלט ארום (וועלכע ער וויל קענען אפלערנען גרינגערהייט), עס איז מער אן עפיסטאמאלאגיקעל הסבר.
איך האב מיר מער באצויגן צו די מענטש אין זיין אייגענע פסיכאלאגיע, פארוואס די מיינונג מיינט אזויפיל פאר אים און פאר זיין סטאטוס בהוה ובעתיד, וואס איז מער פסיכאלאגיש.
@בתוך עמי האט באצייכנט די געדאנק וויאזוי די מציאות רעפלעקטירט ווען מ'האט א מיינונג-דיסישען וואס ברענגט ארויף די צורך עס צו נוצן. מער עוואלושענערי.
און איך גלייב אז א טעאריע וואס באציט זיך צום רעלעישאנשיפ פון ארומיגע צו דער מיינונג האלטער (ענליך צו וואס איך האב לכתחילה געזאגט), די איידיע פון וויאזוי דרויסענדיגע מענטשן 'אידענטיפיצרן' איינעם מיט און דורך זיין מיינונג א.ד.ג. איז אויך שייך, - מער פילאסאפיש געשטומט..

איי געסס עס איז היבש א ברייטע און אפשר קאמפליצירטן נושא, וואו אסאך הסברים קענען מאכן סענס אויף איינמאל, ווענד זיך פון וואו מ'אפרויטשט עס, הצד השוה, עס מאכן סימפל גייט נישט פאקטיש העלפן, אזויווי סטיריאטייפן העלפט נישט פארשטיין די מענטשהייט ענדערש מאכט עס גרינגער דאס לעבן מיטן ארויסשניידן די דריטע דיימענסיע פונעם בילד...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:38 am
דורך אלפא
רעדענדיג צו א חבר נעכטן בענין אונזער דרך הלימוד איז ער נישט געווען צופרידן אז איך ברענג ארויף שוועריקייטן און פראבלעמען מיט די סיסטעם אבער קיין עצות האב איך נישט.
איך האב אים געזאגט אז פון מיין פערספעקטיוו איז מער מינונגפול און אפי' באקוועמער צו לעבן אין א וועלט/סיסטעם וואס איך קען נישט אינגאנצן מאכן סענס דערפון - עס איז גרינגער ווען מ'ווייסט אז די מציאות קען אונז קאנטעינען, ווי איידער א סיסטעם וואס אונז קענען אדער דארפן קאנטעינען..
א בחינה ווי די מימרא 'א ג-ט וואס איך פארשטיי וויל איך נישט דינען'...

לעניינינו, עס איז טאקע וויכטיג צו האבן א מיינונג בכדי צו מאכן סענס פון די וועלט, אבער די ציל דארף לכאו' יא זיין אויסצוטון די מיינונגען - רצוא ושוב - און זיין פלעקסיבל צו קאמפריהענדן די קאמפלעקציטעט פונעם בריאה.

דאס איז אויך נאר א מיינונג.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:21 am
דורך אלע צוזאמען
אלפא האט געשריבן: וואס איז באמת פשט אז מיר אינוועסטירן אזוי פיל אין אונזער מיינונגען, מיר נעמען זייער פערזענליך אן אטאקע (אדער נאר קריטיק) דערויף, מיר ווערן צוגעבינדן דערצו אז טוישן קומט אן זייער שווער,
בעת, וואס עס מאכט אויף קיין וועג נישט באמת אויס for any practical purposes, די געדאנק וועט עקזיסטירן regardless מיין אידענטיפיקאציע דערמיט, און עס שטערט נאר פון ווערן קלוגער און הערן אנדערע צדדים?

ביטע אריינקומען מיט תשובות...
ווייל אפיציעל האסטו/איך דורכגעטון און דורכגעטראכט די נושא, איז ווען איינער רייסט אראפ דיין/מיין מסקנה איז עס א טייטל פינגער קעגן דיך/מיך, אז איך/די טראכסט נישט גוט.
מיין מיינוג.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:26 am
דורך berlbalaguleh
דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס פאסט אפשר אין די מילתא דבדיחותא פארום פון די שמייכל אפטיילונג. נישט אין אזא (הייליגן) און ערנסטן פארום ווי העמק דבר. אבער דאך. כיון דאידכר שוב לא אישכח. כ'ווייס נישט אויב ס'איז דא אזא פסוק אדער מאמר חז"ל. ווען נישט האביך עס יעצט אויפגעמאכט.

מ'האט אמאל געמאכט א סוירוועי און מ'האט געפרעגט עטליכע מענטשן די פאלגנדע שאלה...וואס איז דיין מיינונג איבער דעם מאנגל פון פלייש.

ווען מ'האט געפרעגט אן איינוואוינער פון סאוויעט רוסלאנד האט ער געזאגט..."וואס איז דאס מיינונג"? ווען מ'האט געפרעגט אן אמעריקאנער האט ער געזאגט "וואס איז דאס מאנגל?" ווען מ'האט געפרעגט אן איזראעלי האט ער געפרעגט ..."וואס איז דאס פלייש"?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:49 am
דורך אלפא
און אז מען האט שוין אנגעכאפט די נושא פון סטיריאטייפן און זיך מאכן דאס לעבן גרינגער, וועל איך שוין צולייגן מיינע צוויי צענט אין די לינגוויסטיק ראלם.

אין 'קוואנטעם מעכאניקס' איז באקאנט די געדאנק אז די אטאם (-עלעקטראן מער ספעציפיש) אין זיין וועלטל איז נישט באמת קיין פארטיקעל מיט א פארנאגעלטע פלאץ אין ספעיס-טיים, עס פירט זיך ענדערש אויף ווי א וואל-wave וואס איז אין די זעלבע צייט אויף אנדערע פלעצער און אפי' און אנדערע פארמען, ביז מען אבזערווירט עס וואס דעמאלס ווערט עס פארוואנדלט אין א פארגליווערטע פארטיקעל צו וואס אונז קענען צוצייכענען מאָסן און א באשטומטער פלאץ.
[עס איז שווער פאר אונז בפרט מיטן לאגיקעל וועג פון טראכטן צו פארשטיין אזא יקום בכלל, ווער רעדט נאך ווען די פילע דיימענסיעס ווערן צוגעלייגט מיט די שטריק-טעאריע וכדו', וואס אונז זענען פשוט נישט מעגליך צו דערהייבן. הכלל, מאטעמאטיק און די סייענטיפישע כללים ווייזן פארט אז עס איז אמת.]

אין די מחשבה'דיגן-ניוראלאגיקעל ראלם געשעט בעצם אן ענליכע זאך, דהיינו, אונזער מח פראצעסירט טאנען פון אינפראמאציע אויף איין מאל, פון די זאכן וואס מיר זעען ביז וואס מיר הערן פון געפילן ביז געדאנקען א.א.וו. מ'קען זאגן אז די איידיעס אין די מח גופא זענען ווי וואלן מיט מולטיפילע דיימענסיעס אויף איינמאל, עס איז אבער די prefrontal cortex וועלכע אבזעווירט די אלע אפערעישאנס און איז נישט מסוגל אנצונעמען מער ווי איין דיימענסיע אויפאמאל - זייענדיג יא געבינדן צום ספעיס-טיים גבול, און וואס ער שפייט אויס איז אזא 2D בילד פון די אמת'ע 3D רעאליטעט.
עס קען זיין אז דאס איז אפי' די סייענטיפישע סיבה פארוואס ביי דעפינאציע זאל אן אבזערווירער נישט קענען אנכאפן די קאמפלעצירטע מציאות כמו שהוא (איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ווערטער..)

'שפראך' כמובן מוז אויך זיין דעפינירט, כדי צו קענען קאמיוניקירן און 'באצייכענען' אביעקטן אדער געדאנקען, קען עס ביי דעפינאציע נישט ענטהאלטן מער ווי צוויי דיימענסיעס אויף איינמאל - עס מוז זיין 'מוגדר', אזויווי ווען מ'וויל ארויסברענגען א 3D בילד אין ווערטער ווי יעדער זייט דארף עקסטער דעסקרייבט ווערן און מ'נוצט מערערע ווערטער ארויסצוברענגען א רייכערע געדאנק אדער מער דעסקרופציעס דערפון, איין ווארט זאגט נישט גענוג..
אזוי איז אלעס אין אונזער לאגיקעל ראלם פון קאמיוניקאציע וואו א קאמפלאצירטע אדער פארצווייגטע געדאנק דארף אדורך גיין מערערע לעיערס פון צונימען ווערן אין ווערטער איידער די צווייטער קען ריכטיג קונה זיין דאס וואס די ערשטע פראבירט אים איבערצוגעבן. איבער אן עקספיריענס איז טאקע נאך שווערער צו קאמיוניקירן, ווייל עס איז ביסודו מער אן אינערליכע זאך אויף וואס ס'איז שווערער צו טייטלען און צוצייכענען א ווארט אין ערשטן פלאץ וד"ל.
מ'דארף נישט מסביר זיין דעם געפיל פון וועלן האבן אזא SD קארטל אין מח וועלכע מ'קען אין א רגע איבערגעבן פון איין מח צום צווייטן, און די גאנצע געדאנק/עקספיריענס/וויזיע וואס מ'פראבירט אריבערצוגעבן זאל זיך פשוט דאונלאודען ביי יענעם אזויווי עס געפינט זיך ביים ערשטן, מיט ווערטער בלייבן אייביג איבער לעכער וועלכע ווערן אויסגעטייטשט אנדערש דורך אנדערע מענטשן (פון דעם נעמט זיך די פאשידענארטיגע אינטערפרעטעישאנס אויף די זעלבע זאך) עס איז די איינציגסטע וועג למעשה צו קאמיוניקירן - אדער ווי טשירטשיל וואלט געזאגט "די ערגסטע מהלך וואס ארבייט" - טאקע ווייל מיר אפערירן אין ספעיס-טיים און מיר זענען נאר קונה גענאגעלטע זאכן.
'ספיריטואליטי' איז טאקע די אינערליכע - אומדעפינירטע - אפעראציע פון געפילן און רעיונות פון וועלכע עס איז פשוט נישט מעגליך צו האבן קיין קאנווערזאציע אין די לאגישע ראלם (ועי' כאן והלאה)

און קורצן, זיך גרינגער צו מאכן דאס לעבן האבן מיר ערפינדן שפראך, מיר טוען סטיריאטייפן, מיר נאגלען מיינונגען, א.א.וו. אבער ווי געשמועסט איז די עבודה יא ארויסצובאקומען די wave dimension פון די פלאכע ווערטערליכע פארטיקלען..
איך קוק עס אן ווען די פראגרעסיוו-לינקע פראבירן אונטערצוברענגען די געדאנק פון סטיריאטייפן (שווארצע, פרויען...), איז דאס בעצם וואס זיי צילן - אז מ'זאל דערהערן און אנהייבן לעבן מיט די קאמפלעקציטעט אנשטאט זיך מאכן שארטקאטס אויף יענעם'ס חשבון. און די פראבלעם דערמיט איז אז לעת עתה איז דאס א שיינע איידעאל אבער נישט באמת מעגליך אין רעאליטעט - אן צו לייגן די לעבנס-וויכטיגע שארטקאטס אויף אנדערע פלעצער - ווער ווייסט אויף וועלכע קאסט?!
האפענטליך מיטן מער ארויסהאבן די קוואנטעם חלק פון רעאליטעט וועט דאס אויך עפענען נייע שערים פאר דעם מענטשליכן קאנשעס מיינד צו גראספן דעם מציאות מער טריקענערהייט, און אן קיינע הגבלות וועט טאקע זיין 'וגר זאב עם כבש'...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:53 am
דורך אלפא
אלע צוזאמען האט געשריבן: ווייל אפיציעל האסטו/איך דורכגעטון און דורכגעטראכט די נושא, איז ווען איינער רייסט אראפ דיין/מיין מסקנה איז עס א טייטל פינגער קעגן דיך/מיך, אז איך/די טראכסט נישט גוט.
מיין מיינוג.
(ענליך צו @בתוך עמי לכאו'..)
אבער הא גופא קשיא - פארוואס קענען מיר נישט צוקומען צו מסקנות אן ווערן אטעטשט דערצו?
עס איז אמת אז א טיש (לדוגמא) וואס איך האב אינוועסטירט צו מאכן וועט מיר אויך זיין צום הארצן ווען איינער קרומט מיטן נאז דערויף, אבער איך מיין עס איז נישט ביחס צו איינעמ'ס שיטות און מיינונגען...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:13 am
דורך אלע צוזאמען
אלפא האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן: ווייל אפיציעל האסטו/איך דורכגעטון און דורכגעטראכט די נושא, איז ווען איינער רייסט אראפ דיין/מיין מסקנה איז עס א טייטל פינגער קעגן דיך/מיך, אז איך/די טראכסט נישט גוט.
מיין מיינוג.
(ענליך צו @בתוך עמי לכאו'..)
אבער הא גופא קשיא - פארוואס קענען מיר נישט צוקומען צו מסקנות אן ווערן אטעטשט דערצו?
עס איז אמת אז א טיש (לדוגמא) וואס איך האב אינוועסטירט צו מאכן וועט מיר אויך זיין צום הארצן ווען איינער קרומט מיטן נאז דערויף, אבער איך מיין עס איז נישט ביחס צו איינעמ'ס שיטות און מיינונגען...
טאקע ווייל די טיש איז א חפץ קאנעקט עס נישט צו די ''זיך'', מה שאין כן די ''מסקנה''.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:25 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
לאמיר עקפירימענטן מיט פארשידענע מיינונגען. למשל, אויב איינער גייט מיר זאגן; דו מיינסט אז די הימל איז בלוי? ס׳נישט ריכטיג, לעבסט אין א טעות. וועליך זיך נישט צוקראצן.
אבער אויב איינער גייט מיר זאגן; קוק, האסט געוואויט פאר טראמפ? יעצט זעסטו בחוש וואספארא טעות האסט געמאכט (ביטע, ביטע ס׳נאר פאר משל פערפיסעס) גייעך ווערן זייער דעפענסיוו און כ׳גיי אים מיזן פראווען ראנג.

די חילוק וואס איך זע, איז אז דער הימל דעבאטע רירט נישט אן מיין וועלביאונג אויף קיין שום וועג. משא״כ דער טראמפ ארגיומענט. אבער ניין, (איך טראכט בשעת׳ן טייפן סאוי ווער נישט ענויעד פונעם רייד) ס׳דא נאך א חילוק דער הימל שאלה איז א טעות וואס ׳יעדער׳ מאכט, סאוי, כ׳בין נישט דער איינציגסטער נאַר׳. סאוי, בינעך דא צירוק צו מיין ערשטען תגובה דא, אז כ׳דארף זיך פראָווען אלץ חכם.

אבער, דו טענה׳סט דאך אז, ״פארוואס״ איז מיר אזוי וויכטיג צו ״זיין״ א חכם, ווי איידער פאוקעסן אויף צו ״געינען״ חכמה.

אויף דעם וואלטיך געזאגט, אז מ׳אידענטעפעצירט ״זיך״ מיט די אייגענע חכמה. וואסיז דער זיך/איך? א ״מענטש״. וואסיז דו ספעשעלטי פונעם ״מענטש״ [@מי אני אלערט :D ] זיין חכמה! איז אויב וועל איך געוואור ווערן אז כ׳בין א נאַר. בינעך פון אן אנדערע סוג פון מיין מין ווי כ׳וויל זיין א חלק פון, וואס דאסיז די ״מענטשהייט״, ווייל א מענטש איז א ׳סאשעל-ענימעל׳ [סארי, כ׳מיינעס נישט ליטערעלי, כ׳מיין די ׳סאשעל׳ פארט].

סאוי, דער סוף פסוק וואלטעך געזאגט איז אז, דער עיקר ניד איז צו פילן ווי א חלק פונעם געזעלשאפט. ווי מער דו טרעפסט צו צום אמת [ובפרט ביי זאכן וואסיז נוגע דעם כלל׳ס וועלביאינג] אדער בעסער געזאגט ״קענסט פראָווען פאר אנדערע אז דיין ׳מיינונג׳ איז דער ׳אמת׳ ;) ״, ביזטו מער פארזיכערט צו ווערן פלאצירט אינעם ״סענטער״ פונעם הערד, און אזוי ארום ווייניגער טשענס צו בלייבן לעפט ביהיינד. סאוי, יעצט האבעך געקאווערט ביידע חילוקים וואס כ׳האב געטראפן ביי די 2 דערמאנטע שאלות.

אקעי. יעצט האפיך אז כ׳האב געטון מיין השתדלות צו ווערן מער אנערקענט ביי די ק״ש געזעלשאפט (הערד) און זיך ארויפגעארבייט עטוואס מער צום שפיץ (סענטער) פונעם שטייסל :lol: :lol: :lol: (כ׳מיין למעשה מוזעך מודה זיין אז דער קנאה ווארעם פאר @שעפטאל שלאפט נישט)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:39 am
דורך אלפא
עס איז גראדע אביסל די מהלך פון @מי אני דא אין שטיבל וואס האט מיר פאשטערקערט די פראגע, זייענדיג לכאו' די מערסטע אינטעלעקטואל צווישן אונז אלע, זעט מען ביי אים די ווייניגסטע אן 'זיינע מיינונגען' אזוי צו זאגן, אלס וועט ער ציטירן, ברענגען, פארשטיין געבן, פון אנדערע.
עס שיינט ווי אינטעלעקטואליזם = ווייניגער מיינונג...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:57 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אלפא האט געשריבן:עס איז גראדע אביסל די מהלך פון @מי אני דא אין שטיבל וואס האט מיר פאשטערקערט די פראגע, זייענדיג לכאו' די מערסטע אינטעלעקטואל צווישן אונז אלע, זעט מען ביי אים די ווייניגסטע אן 'זיינע מיינונגען' אזוי צו זאגן, אלס וועט ער ציטירן, ברענגען, פארשטיין געבן, פון אנדערע.
עס שיינט ווי אינטעלעקטואליזם = ווייניגער מיינונג...
יעצט פילעך ווי דו פרעגסט ״מיך״ אפ... מאכסט ׳מיר׳ אויס. [און ׳דאס׳ פראווט מיר רייט ;) ] סאוי, עניוועי. איך קען נאר [אביסל] רעדן פון ׳מיין׳ פסיכעלאגישע מעיקאפ. וויאזוי מי אני אפערעיט דארפסטו אים פרעגן....

בעצם אבער איז אזוי; דער ׳סאשעל ענימעל׳ ניד איז דא ביי יעדן. נאר נישט יעדנס דמיון ארבייט דער זעלבע, למשל, ס׳דא וואס האלטן אז מיט שטארקע מאסעלס וועלן זיי זיין מער סענטער אוו אטרעקשאן, ס׳ווענטסעך לכאורה וואס ער האלט איז די נקודה פונעם הערד ווי ער וויל באלאנגען און זיין א חלק פון.

באמת, קענעך ארייגיין טיפער אין דעם ענין, און כ׳פיל טאקע ווי דו האסט מיר געמיינט מיט דעם אשכול, סאוי, העליך דיר זאגן: ״מיין ערשטע אידענטיפיקאציע איז דאס זיין א ״איד״ און ביי מיר מיינט ״דער עיקר פון יהדות״ די ״אמונה״ חלק [@מי אני זיי אויף מיר נישט ברויגז ביטע]. יעצט דאס זיין א מענטש איז סעקאנדערי און א טפל לגבי דאס זיין א איד. ועוד זאת ׳בטבע׳ בין איך נישט מחשיב ליטעראטור, ביי מיר מיינט חכמה [און מיט דאס אידענטעפעציר איך זיך אלץ מענטש] סעלף עקספלארעישן און עקספיריענטשול נאלדעזש.

שוין, איך האב זיך גענוג אויסגעפאקט דא, יעצט אפעליר איך צו די מתנדבים בעם מיר נישט צו לאזן אליין אויפן וואסער, נאר לאזט זיך זיין וואלנערבל און שעיר דיין אייגענע טיפסטע שטריכן....