בלאט 1 פון 2

עקסערסייז - איבונגען ביים חסידישן עולם

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:40 pm
דורך אייניקעל
עס איז נישט קיין סוד פאר די מענטשהייט אז צו זיין געזונט און לעבן לאנגע קוואליטי יארן דארף א מענטש זיך ריקן די מוסקלען, ארויפריקן דאס הארץ ראטע, און אריינברענגן מער אקסידזשען אינעם גוף
א sedentary lifestyle איז זייער נישט גוט פאר די גוף צעלן וואס דארפן זיך כסדר ריקן און אויסציען כדי צו זיין אינעם בעסטען צורה

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם איז א יסוד אין יידישקייט וואס נעמט אריין אין זיך עקסערסייז - איבונגען אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט: "הואיל והוויית הגוף בריא ושלם, מדרכי ה' הוא, שהרי אי אפשר שיבין או יידע, והוא חולה--צריך אדם להרחיק עצמו מדברים המאבדין את הגוף, ולהנהיג עצמו בדברים המברים המחלימים וכו' ; ועוד כלל אחר אמרו בבריאת הגוף: כל זמן שאדם מתעמל ויגע הרבה ואינו שבע, ומעיו רפים--אין חולי בא עליו וכוחו מתחזק, ואפילו אכל מאכלות הרעים; וכל מי שהוא יושב לבטח ואינו מתעמל, או מי שמשהה נקביו או מי שמעיו קשים--אפילו אכל מאכלות טובים ושמר עצמו על פי הרפואה, כל ימיו יהיו מכאובים וכוחו תשש" ובתרגום ליודיש: 'וויבאלד דאס אז דער גוף זאל זיין געזונט און גאנץ איז פון גאט'ס וועגן, ווייל עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין אדער וויסן, און ער איז קראנק - דערפאר דארף א מענטש זיך דערווייטערן פון זאכן וואס פארניכטן דעם גוף, און זיך פירן אין די זאכן וואס היילן וכו'; און נאך א כלל האבן זיי געזאגט בבריאות הגוף: אזוי לאנג ווי א מענטש מאכט איבונגען און רירט זיך אסאך און איז נישט איבערגעגעסן, און די געדערעם איז לייכט - קומט אויף אים נישט קיין מחלה און זיין כוח ווערט געשטארקט, אפילו ער עסט שלעכטע עסענווארג; אבער דער, װאָס זיצט רואיג און מאכט נישט קיין איבונגען, אָדער דער װאָס גייט נישט אין ביה"כ געהעריג, אָדער װאָס זײַן געדערעם איז שװער, אַפילו אַז ער עסט גוטע מאכלים און היט זיך אַזױ װי דער רפואה, װעלן אַלע זײַנע טעג זײַן מיט פּײַן, און זײַן כּוח װעט פֿאַרלאָזט ווערן.'

אפילו סתם זיך וואשן דעם גוף האט הלל הזקן געזעהן אלץ א מצוה וכל שכן וקל וחומר צו פארבעסערן דאס עצם גוף וואס איז דער האלטער פונעם נשמה איז דאך זיכער גאר הייליג.

מיין שאלה איז וואס טוט דער היימישער חסידישער עולם לגבי עקסערסייז - איבונגען? צו איז דאס בכלל אן ארטיקל?
ארבעט מען זיך אויס אינדערהיים? צוזאמען מיט אנדערע?
אין א כשר'ע GYM (איז בכלל דא אזא זאך?) ? אין א אלגעמיינע GYM?
מען לויפט אויף די גאסן? מען בייקט אויף די גאסן?

ווילאנג מען איז 20-30 יאר אלט קען מען נאך אדורכשטופן אן עקסערסייז אבער ווי עלטער א טאג מען ווערט, אלץ שווערער ווערט דאס גוף הקדוש ווען מען נעמט דערפון נישט קעיר ווי עס פאסט זיך

לאמיר הערן די עקספיריענס פונעם עולם, און מיטטיילען געדאנקען וויאזוי מען קען פארבעסערן דאס קוואליטעט פונעם לעבן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
עקסערסייז איז זייער א וויכטיגע נושא, און איך מיין אז די היימישע עולם הייבט זיך אויפציוועקן אז מען קען נישט האקן קיין גאלע מיט לעבער יעדן שבת, און נאכדעהם פארן מיט די קאר די דריי מינוט וועג צום בית המדרש ווייל מ׳איז פויל צו וואקן, אין מאנסי האט זיך לעצטנס געעפענט ווייבס סענטער, זיי האבן עקסערסייז קלאסן צוטיילט מענער און פרויען, לאמיר האפן אז ס׳זאל קומען נאך אזעלעכע פלעצער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 8:17 pm
דורך [NAMELESS]
אוודאי געוויס איז עס גאר גאר א וויכטיגע זאך, פאר'ן גוף און פאר'ן נפש. אבער ביי אונז חסידים וועלען מענטשן ענדערשט עסען געצוקערטע קעיק און טרינקען וואדקע ברבים אן קיין בושה, אבער גיין עקסערסייז וועט מען זיך שעמען.

מ'איז יוצא ביי די הקפות און ביי רעבישע לוויות צו מאכען איבונגען מיט א שטיפּעניש פאר א גאנץ יאהר...

Re: עקסערסייז - איבונגען ביים חסידישן עולם

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:19 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אין די אלגעמיינע וועלט איז עקסערסייז שוין א חלק פון די טעגליכע פליכטען פון א מענטש, א חלק פון די געווענליכע סדר היום. אין די חסידישע/ חרדישע קאמיוניטי איז דאס קיינמאל נישט געווארן א חלק פון די געווענליכע פליכטען פון א מענטש. עס איז נישט נאר אז חסידים אלס אינדיווידואלען פארשטייען נישט די וויכטיגקייט דערפון - וואס איז אויך אמת, נאר בעיקר אז עס איז פשוט נישט קיין חלק פון געווענליכע זאכן וואס א מענטש טוט.
עס זענען דא פילע היימישע אידן וועלכע פארשטייען די וויכטיגקייט פון עקסערסייז אבער מוטשען זיך עס אריינצולייגן אין סדר היום. אין די צופרי שטונדען וואס איז א פאפולערע אויסווייל פאר עקסערסייז אין די אלגעמיינע וועלט, איז ער אין ביהמ''ד פאר תפילת שחרית. אין די אווענט שטונדען איז ער פארנומען מיטן פאמיליע אינדערהיים, אדער אין ביהמ''ד פארן שיעור/מעריב.
וואלט עקסערסייז ביים היימישען קאמיוניטי געווען א חלק פון געווענליכע פליכטען פון א מענטש וואלט מען דאס שוין אריינגעריקט ערגעץ, עס איז ס''ה א מינימאלע 20 מינוט - האלבע שעה. אבער וויבאלט עס איז עפעס וואס אין אונזער קולטור איז נישט קיין חלק פון די געווענליכע פליכטען, איז דאס גאר שווער צו אויספירן.

איך אליינס האב אזא רילעישנשיפ מיט עקסערסייז, איך האב תקופות וואס איך טוה דאס ערליכערהייט, און תקופות וואס מען פארלירט די מאטיוואציע. איך וועל יא מיטטיילן מיין עקספריענס מיט די וועלכע האבן דאס נאכנישט פרובירט: עס איז אינו דומה די מצב הבריאות פונעם גוף און פונעם נפש ווען מען טוט נישט צו ווען מען טוט יא עקסערסייז. ווען איך טוה נישט עקסערסייז פאר א תקופה ווער איך גאר מיד אין די מיטאג און אווענט שטונדען, ווען איך טוה יא עקסערסייז פאר א תקופה בין איך פיל מונטערער און אויף. מען איז רואיגער און מער מאטיווירט. עס האט א השפעה אויף די פיזישע און גייסטישע געזונטהייט.


Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:51 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
א ערליכער איד גייט ממילא טוהן עקסערסייז.
ער דארף גיין דריי מאל א טאג אין ביהמ"ד צום דאוונען.
מצוה צו לויפן צום ביהמ"ד.
דארף גיין צום לערנען שיעור תורה בבוקר ובערב.
דארף לויפן איינקויפן לכבוד שבת.
דארף לויפן זיך וואשן לכבוד שבת.
אין מקוה לויפט מען אריין און ארויס.
אפילו שבת וואס מ'טאר נישט לויפן, אבער צום דאוונען און לערנען מעג מען יא.
א הודו, לכה דודי, בואי בשלום, א כגוונא, בכוונה מיט כל עצמותי תאמרנה.
א ווארימע שלום עליכם, קידוש, און זמירות, איז אויך נישט קיין קליינע עקסערסייז.
שאקלען אויף די פארענטשעס קען מען פארלירן אשיינע פאר פונט.
שיריים עסט מען גאר ווייניג; אסאך פעטע פאטעיטא קוגל וואלט געווען צופיל קעלאריעס.
טאנצן נאכן טיש, כדי מכפר צו זיין אויף די עקסטרא פאר שבת'דיגע מאכלים.
ווער רעדט ווען עס קומען די ימים טובים?
ר"ה קוים וואס מ'עסט, משטייט, משטיפצעך, מגייט צו עטליכע רבי'ס אנווינטשען א גוט יאר, דאס איז גארניש?
יום כפור, פאסט מען דאך א גאנצן טאג. די גוי'שע אקדעמיקער ווען זיי מאכן זייער סטאטיסטיקעס טראכטן זיי פון דעם?
לויפן זוכן ד' מינים. דערנאך לויפן מיט די אתרוג צו א רב און מיטן לולב צום דיין.
בויען א סוכה! הוהו!!! דאפעך אפילו נישט זאגן וואדאס מיינט. און דו בעטסט נאך עקסערסייז.
נענועים, זיך ארונטערבייגן און ריקן רעכט לינקס אהין און צוריק אזויפיל מאל ביי יעדן הלל יעדן טאג (אויסער שבת, או קיי) בשעת מ'דארף באלענסירן דעם אתרוג און דעם לולב מיט די גרויסע פענסי קיישעלע, ווייסט וואס דאס מיינט? קיין איין באדי-בילדער וועט דאס נישט קענען נאכטוהן!
און אז דו וועסט צאמרעכנען די מיילן וואס מ'גייט אלס ביי די שאנעס ארינגס און ארום, און נאך האלטענטיג ד' מינים מיט א מחזור המפורש אין די הענט, קיין איין גוי'שע דזשאגער קען זיך פארמעסטן מיט דאס.
און די הקפות. רעד איך שוין נישט.
און פסח: בדיקת חמץ און מצות באקן וכו' וכו'.
אלזא סתם רשעות'דיגע בלבולים צו זאגן אז מיר מאכן נישט גענוג עקסערסייז.
נ.ב. ביטע איבערטייטשן אויף ענגליש און שיקן צו די ני"ט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 11:36 pm
דורך קהל'ס נער
ביי הושענות ווען מען האלט די לולב אתרוג, מען באלאנסירט דער הושענה זאגערל צווישן די צוויי, די טלית האלט מען אן דורך צושטיפן דעם קאפ צום אקסעל, מען האלט דעם נאז ארויף ווייל די גלעזער גליטשט אראפ, און מען שפרייט אויס די פיס ווייל די גארטל הייבט אן נידערן, און מען ציעט זיך איין די בין הרגלים מוסקלען ווייל מען דארף קטנים.......... און די גויים גייען אינז קומען זאגן וויאזוי צו צי מאכן יאגע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 5:44 am
דורך מרדכי מרדכי
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:א ערליכער איד גייט ממילא טוהן עקסערסייז.

האסט פארגעסן פון די מצווה שבת ביינאכט וואס מען פארלירט א שיין ביסל.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:38 am
דורך אייניקעל
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:א ערליכער איד גייט ממילא טוהן עקסערסייז.
ער דארף גיין דריי מאל א טאג אין ביהמ"ד צום דאוונען.
אלזא סתם רשעות'דיגע בלבולים צו זאגן אז מיר מאכן נישט גענוג עקסערסייז.
נ.ב. ביטע איבערטייטשן אויף ענגליש און שיקן צו די ני"ט.
האסט אויסגעלאזט טאנצן ביי חתונות. ווען דער חתן קומט אריין און דער גאנצער עולם וואס האט זיך ערשט יעצט אנגעגעסן מיט א פולע סעודה לאזט זיך ארויס און א געהויבענעם הולכי נמושות טאנץ, ווי איינער לייגט דער האנט אויפן צווייטענס אקסל און מ'שפאצירט אזוי טאנצעדיג פסיעה אחר פסיעה פוסעים בו פסיעה קטנה, אזוי צושטופטערהייט גייט מען ארום דעם זאל כאטש א דריי פיר מאל ביז מען פאלט אריין מאכטלאז אין א בענקל פון די שווערע פארסאפענטע 370 טריט וואס מען איז געלאפן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:42 am
דורך אלע צוזאמען
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:א ערליכער איד גייט ממילא טוהן עקסערסייז.

אין מקוה לויפט מען אריין און ארויס.
.
אין בור, טאנצט מען ארויף און אראפ.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:49 am
דורך סוף טוב הכל טוב
מרדכי מרדכי האט געשריבן: האסט פארגעסן פון די מצווה שבת ביינאכט וואס מען פארלירט א שיין ביסל.

איך האדאכניש קיין עקסעס צו מאחורי, סא אבעכניש קאנאנונג פיוואס דירעצט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:52 am
דורך אייניקעל
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: עס זענען דא פילע היימישע אידן וועלכע פארשטייען די וויכטיגקייט פון עקסערסייז אבער מוטשען זיך עס אריינצולייגן אין סדר היום. אין די צופרי שטונדען וואס איז א פאפולערע אויסווייל פאר עקסערסייז אין די אלגעמיינע וועלט, איז ער אין ביהמ''ד פאר תפילת שחרית. אין די אווענט שטונדען איז ער פארנומען מיטן פאמיליע אינדערהיים, אדער אין ביהמ''ד פארן שיעור/מעריב.
האסט ערווענט גאר א שטארקע נקודה, דאס איז טאקע א פראבלעם, ווייל א געווענליכע מענטש האט נישט מער ווי 1 פרייע שעה אינדערפרי און אז מ'דארף דאס נוצן צום דאווענען און באלד סליחות'ען בלייבט נישט איבער צופיל צייט. אויסער אויב קען מען נוצן כאטש זונטאג (שבת שני של גליות) ווען מען האט מער צייט.

היינט זאגן סייענטיסטן איז וויכטיג כאטש איינס צוויי מאל א וואך צו טוען HITS עקסערסייז וואס דאס טוט גאר שנעל פארשנעלערן דאס הארץ ראטע, ווי אויך איז וויכטיג צו גייען כאטש א האלבע שעה איעדען טאג און מאכן אביסל סטרעדזשינג עקסערסייז אויסצוציען די מוסקלען אז ס'זאל ווערן לייכטער און מער פלעקסיביל

היינע פון די הויפט פראבלעמען איז ווער עס וויל שוין יא מאכן די צייט און גיין אין א GYM האט מען נאר אלגעמיינע גויאישע GYMS וואס איז בכלל נישט געשמאק פאר א חסידישן יוד, און זיך אנשליסן אין א גרופע אין א קלאס מיט אן אינסטרוקטור איז דאך שוין מאן דכר שמיה
הלוואי זאל זיין אזעלכע היימישע קלאסן פאר מענער און פאר פרויען, די סאשיעל אספעקט פון א קלאס אפילו איינמאל א וואך געבט אסאך מאטיוואציע דאס צו וועלן אנהאלטן.

דערווייל קוקט אויס אז ביין אונז האט מען נישט געהאלטן צופיל פונעם רמב"ם, אמער דער רמב"ם אין זיינע כתבי רפואה (פרקי משה) האט אפילו די העזה צו עצה'נען אז מען זאל שפילן באול פאר עקסערסייז, ער זאגט אז ס'איז געזונט הן מצד עקסערסייז און הן מצד נפשיות ווייל ס'איז א געשמאקע שפיל, נו אוודאי האט מען איהם ארויסגעשניטן ער שטימט נאך נישט מיט אונזער מסורה (וואס כידוע גייט פון אונטן ארויף).

די וואס פארשטייען יא די נחיצות הענין דארפן זיך צוזאמעננעמן און מאכן עקסערסייז קלאסן צו ספורט-אקטיוויטעטן


===
בנוסף למה שכותב בפרקי משה, כותב ג"כ הרמב"ם: "יש דברים רבים שהם הכרחיים או תועלתם גדולה אצל אנשים ואצל אחרים לא יצטרכו כלל – כהתעמלות הגוף כפי התחלף מיניו, אשר הוא הכרחי להתמיד הבריאות על מה שצריך – אצל מי שידע חכמת הרפואות... כי אשר יעשה פעולות ההתעמלות להתמיד בו הבריאות, כשחוק בכדור, או התאבקות, או משיכת הידים, או עצירת הנשימה... יהיה אצל אנשים סכלים פעולת שחוק ואצל החכמים אינו פעולת שחוק (מורה נבוכים, חלק ג' כ״ה)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:31 am
דורך אייניקעל
אז מען רעדט שוין פון עקסערסייז וויל איך צוצייכענען א שטארקער יעב"ץ וואס רעדט וועגן די וויכטיגקייט פון מאכן איבונגען ובפרט פאר יודן וואס זיצן אויף איין פלאץ אגאנצן טאג און לערנען תורה (אדער היינט אויך פאר די וואס זיצן אויפן אפיס בענקל און ארבעטן אן זיך רירן).
פון לחם שמים על פרקי אבות א׳:י׳:

אהוב המלאכה. לדעתי... אלא הכא במאי עסקינן בת"ח שאינו יושב ובטל. אלא עוסק בתורה תדיר. אעפ"כ מוזהר לאהוב גם המלאכה. א"נ משום כדי חייו. שלא יצטרך לבריות כדאמר רש"י לר"כ. ואי משום בריאות הגוף. כדרבה ור"י דעסקו בכשורי. וגם אמרו גדולה מלאכה. כדאיתא בפ' מרובה. ור"י כי אזיל לבהמ"ד שקיל גולפא אכתפיה אמר גדולה מלאכה שמכבדת בעליה כדאיתא פ"ו דנדרים. וכן הסכימו כל חכמי הטבע. שרוב חלאים הבאים על האדם. בסבת מעוט התעמלות הם. ואמר החכם האמיתי. אדם לעמל יולד. ואחז"ל אדם לעמל נברא. ואף ע"ג דאוקמוה אעמל תורה. מ"מ אינו יוצא מידי פשוטו ג"כ (וכן הדבר במ"ש בתחלת בריאתו לעבדה ולשמרה) שצריך האדם לעמל עכ"פ. כדי לעזור טבעו שיעמוד על המזג הישר (ועמ"ש בס"ד בכסא שן מדרגה ב' ובחלון צורי ובנות חכם) ונראה דמתניתין אתיא אפי' אליבא דר"נ שילהי קדושין. דאמר מניח אני כל אומניות שבעולם. ואיני מלמד בני אלא תורה. היינו אומנות למזונות ולמחיה הוא דהניח. אבל מחמת זה לא מנע המלאכה. לחזק כחות הגוף. וכן אפי' רשב"י דבגמרא ר"פ כ"מ. דס"ל יכול יהא אדם חורש בשעת חרישה כו' תורה מה תהא עליה. מודה נמי בעסק מלאכה להעמיד הבריאות. וכמו שמצינו בו בפירוש דשקל צנא אפתפיה כי אזיל לבהמ"ד. ואמר גדולה מלאכה כו'. ואין נ"ל לומר דס"ל מעמד הבריאות יושג כמו כן בעסק התורה. כמו שסובר בענין הפרנסה והמזונות שיבוא הנס מ"מ ע"י אחרים. דהא אמרינן מאן קצירי ומריעי רבנן לפי שהתורה תושיה נקראת שמתשת כח. ובאמת התשות פח שלהם בא מחמת מיעוט עמל הגוף. ואע"פ שיגעים הם בתורה. ומעמל נפשם מיגיע שכלם ישבעו. אך רוב הזמן הם שוקדים על הספר ינוחו ולא ינועו. ולהתמיד בריאות הגוף צריך התנועעות והתעמלות גופני' הלכך בא התנא להזהיר על זאת לטובתם ולהנאתם ולתועלת נפשם כמו כן. וידעי רבנן להא מילתא ועברי עלה. משו"ה אכתי קצירי ומריעי נינהו. ומקיימי בנפשייהו אין התורה מתקיימת אלא במי שממית עצמו עליה. והרוצה שיחיה ימות. לכן מ"מ יראו זרע יאריכו ימים. אף אם חלושים הם וחייהם אינן חיים עריבים ונעימים. מתמתקים הם בענני כבוד החופפים עליהם. ואמרו חש בראשו יעסוק בתורה. ועמ"ש עוד בס"ד בפרק קנין תורה. אמתני' דובתורה תהא עמל:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 2:46 pm
דורך עמרם
וואלט געווען אינטערסאנט אויב איינער קען אויסשמועסן וואספארא איבונגען פעלט זיך אויס פארן טאג טעגליכן לעבן פאר א נארמאלע אינגעמאן, וואס מ'קען טוהן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 2:58 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערעסאנט צו וויסן אויב ביי די לעצטערע געזונטהייט אסיפות אוואו רבנים און עסקנים האבן ארומגערעדט וועגען "מקדים" זיין אינטערזוכונגען ביים דאקטער צו זעהן דעם געזונט סטאטוס, צו מען מען האט אויך מעורר געווען די ציבור אויף די וויכטיקייט פון עקסערסייז? אדער מען האט נאר גערעדט פון מקדים זיין צו גיין צום דאקטער און נישט אז מען זאל מקדים זיין מיט א אן הקדמה פאר די הקדמה?! מונע זיין מחלות און קראנקהייטן דורך אויפבויען דזשימס פאר די ציבור און מזרז זיין אידן אהין צוגיין אזוי צו פארבעסערן בלוט דרוק, קאלעסטראל און איבערוואגיג קראנקהייטן...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 4:14 pm
דורך תשפג
קרן זוית האט געשריבן:אינטערעסאנט צו וויסן אויב ביי די לעצטערע געזונטהייט אסיפות אוואו רבנים און עסקנים האבן ארומגערעדט וועגען "מקדים" זיין אינטערזוכונגען ביים דאקטער צו זעהן דעם געזונט סטאטוס, צו מען מען האט אויך מעורר געווען די ציבור אויף די וויכטיקייט פון עקסערסייז? אדער מען האט נאר גערעדט פון מקדים זיין צו גיין צום דאקטער און נישט אז מען זאל מקדים זיין מיט א אן הקדמה פאר די הקדמה?! מונע זיין מחלות און קראנקהייטן דורך אויפבויען דזשימס פאר די ציבור און מזרז זיין אידן אהין צוגיין אזוי צו פארבעסערן בלוט דרוק, קאלעסטראל און איבערוואגיג קראנקהייטן...
ביי דעי אסיפה האט מען מסתם אויך סערווירט אווערנייט קוגעל מיט קושקע…

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 5:19 pm
דורך סקעפטיקער
קרן זוית האט געשריבן:אינטערעסאנט צו וויסן אויב ביי די לעצטערע געזונטהייט אסיפות אוואו רבנים און עסקנים האבן ארומגערעדט וועגען "מקדים" זיין אינטערזוכונגען ביים דאקטער צו זעהן דעם געזונט סטאטוס, צו מען מען האט אויך מעורר געווען די ציבור אויף די וויכטיקייט פון עקסערסייז? אדער מען האט נאר גערעדט פון מקדים זיין צו גיין צום דאקטער און נישט אז מען זאל מקדים זיין מיט א אן הקדמה פאר די הקדמה?! מונע זיין מחלות און קראנקהייטן דורך אויפבויען דזשימס פאר די ציבור און מזרז זיין אידן אהין צוגיין אזוי צו פארבעסערן בלוט דרוק, קאלעסטראל און איבערוואגיג קראנקהייטן...
מיט עקסערסייז וועלן די ספאנסארס נישט מאכן קיין געלט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:26 pm
דורך איך אויך
סקעפטיקער האט געשריבן: מיט עקסערסייז וועלן די ספאנסארס נישט מאכן קיין געלט
קרן זוית האט געשריבן: ביי דעי אסיפה האט מען מסתם אויך סערווירט אווערנייט קוגעל מיט קושקע…

Re: עקסערסייז - איבונגען ביים חסידישן עולם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:44 am
דורך צפוני
בנוגע דשימס צו מאכן אין די היימישע גאס די יודעי דבר זאָגן, אז ס'איז א ריזיגע אינוועסמענט און מ'מאכט נישט קיין סאך געלט ממילא וועלן זיי ענדערש בויען מעדיקל סענטערס און ווי מ'באקומט נאך גאר שטארקע פאונדינג פון די רעגירונג, און יעדע מאמע באזוכט מיט קינדער איעדער שני וחמישי, און ועל כולם אינשורענס אם דער שטאט באצאהלן אלעס... מה שאין א דשים איז זייער שווער צו באקומען פאונדינג פאר דעם און אפילו ווען יא, וועלן עס רוב אינשורענסעס נישט באצאהלן און דעי וואס באצאהלן יא איז עס ממש באָבקעס און פון טאש האלטן נישט מענטשן ביים ארויסנעמען עכטע געלטער פאר דעם, ממילא שטייט מען ווי מען שטיין.

Re:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:09 am
דורך שמעקעדיג
עמרם האט געשריבן: וואלט געווען אינטערסאנט אויב איינער קען אויסשמועסן וואספארא איבונגען פעלט זיך אויס פארן טאג טעגליכן לעבן פאר א נארמאלע אינגעמאן, וואס מ'קען טוהן.

אלגעמיינע אינטערוויו: ר' יוסף דייטש - עקסערסייז עקספערט
https://www.yiddish24.com/interviews/38/94389

Re: עקסערסייז - איבונגען ביים חסידישן עולם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:03 pm
דורך berlbalaguleh
דו האסט שוין אמאל אדורכגעוואקט אין וויליאמסבורג אויף לי אדער בעדפארד עוועניוס, אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד אין א שבת נאכמיטאג. נישט קוקנדיג (מ'טאר דאך נישט קוקן) האסטו געקענט באמערקן אז דער עולם זעהט אויס ווי אן אנגעיורענע טייג פאר חלות. דאס איז ווייל מ'מאכט נישט קיין עקסערסייז. און מ'כאפט זיך אריין אין גרינ'ס (דיבר הכתוב בהווה) מילכיגע רעסטאוראנט פאר א געשמאקע לאנטש. און אין גרילל אן ליע (ע"ה) פאר א געשמאקע סאפפער.

Re: עקסערסייז - איבונגען ביים חסידישן עולם

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:09 pm
דורך זה חלקי
עס איז דא כמה וכמה אזויגערופענע כשרע GYMS אין כמעט אלע היימישע געגנטער,

א שיינע ציבור גייט אריינגערעכנט שטארק פרומע,

פון די וואס גייען נישט איז עס על פי רוב פון פוילקייט, נישט מיט אידישקייט אדער פרומקייט צו טוהן.

Re:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:18 am
דורך הגאון הצדיק
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:51 pm א ערליכער איד גייט ממילא טוהן עקסערסייז.
ער דארף גיין דריי מאל א טאג אין ביהמ"ד צום דאוונען.
מצוה צו לויפן צום ביהמ"ד.
דארף גיין צום לערנען שיעור תורה בבוקר ובערב.
דארף לויפן איינקויפן לכבוד שבת.
דארף לויפן זיך וואשן לכבוד שבת.
אין מקוה לויפט מען אריין און ארויס.
אפילו שבת וואס מ'טאר נישט לויפן, אבער צום דאוונען און לערנען מעג מען יא.
א הודו, לכה דודי, בואי בשלום, א כגוונא, בכוונה מיט כל עצמותי תאמרנה.
א ווארימע שלום עליכם, קידוש, און זמירות, איז אויך נישט קיין קליינע עקסערסייז.
שאקלען אויף די פארענטשעס קען מען פארלירן אשיינע פאר פונט.
שיריים עסט מען גאר ווייניג; אסאך פעטע פאטעיטא קוגל וואלט געווען צופיל קעלאריעס.
טאנצן נאכן טיש, כדי מכפר צו זיין אויף די עקסטרא פאר שבת'דיגע מאכלים.
ווער רעדט ווען עס קומען די ימים טובים?
ר"ה קוים וואס מ'עסט, משטייט, משטיפצעך, מגייט צו עטליכע רבי'ס אנווינטשען א גוט יאר, דאס איז גארניש?
יום כפור, פאסט מען דאך א גאנצן טאג. די גוי'שע אקדעמיקער ווען זיי מאכן זייער סטאטיסטיקעס טראכטן זיי פון דעם?
לויפן זוכן ד' מינים. דערנאך לויפן מיט די אתרוג צו א רב און מיטן לולב צום דיין.
בויען א סוכה! הוהו!!! דאפעך אפילו נישט זאגן וואדאס מיינט. און דו בעטסט נאך עקסערסייז.
נענועים, זיך ארונטערבייגן און ריקן רעכט לינקס אהין און צוריק אזויפיל מאל ביי יעדן הלל יעדן טאג (אויסער שבת, או קיי) בשעת מ'דארף באלענסירן דעם אתרוג און דעם לולב מיט די גרויסע פענסי קיישעלע, ווייסט וואס דאס מיינט? קיין איין באדי-בילדער וועט דאס נישט קענען נאכטוהן!
און אז דו וועסט צאמרעכנען די מיילן וואס מ'גייט אלס ביי די שאנעס ארינגס און ארום, און נאך האלטענטיג ד' מינים מיט א מחזור המפורש אין די הענט, קיין איין גוי'שע דזשאגער קען זיך פארמעסטן מיט דאס.
און די הקפות. רעד איך שוין נישט.
און פסח: בדיקת חמץ און מצות באקן וכו' וכו'.
אלזא סתם רשעות'דיגע בלבולים צו זאגן אז מיר מאכן נישט גענוג עקסערסייז.
נ.ב. ביטע איבערטייטשן אויף ענגליש און שיקן צו די ני"ט.
סאיז נישט גענוג
וכותלי Gַ&G אד"ג יוכיחו

Re: עקסערסייז - איבונגען ביים חסידישן עולם

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:06 pm
דורך זה חלקי
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:03 pm דו האסט שוין אמאל אדורכגעוואקט אין וויליאמסבורג אויף לי אדער בעדפארד עוועניוס, אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד אין א שבת נאכמיטאג. נישט קוקנדיג (מ'טאר דאך נישט קוקן) האסטו געקענט באמערקן אז דער עולם זעהט אויס ווי אן אנגעיורענע טייג פאר חלות. דאס איז ווייל מ'מאכט נישט קיין עקסערסייז. און מ'כאפט זיך אריין אין גרינ'ס (דיבר הכתוב בהווה) מילכיגע רעסטאוראנט פאר א געשמאקע לאנטש. און אין גרילל אן ליע (ע"ה) פאר א געשמאקע סאפפער.
אביסיטי איז עפעס וואס פלאגט שטארק די אלגעמיינע געזעלשאפט אין אמעריקא

סטאטיסטיקלי איז דאס ערגער ביים היימישן עולם?