בלאט 1 פון 1

רבי'שע פאליטיק. איז עס טאקע אזוי אינטרעסאנט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 5:14 am
דורך אלפא
יענקל מילער זאגט אלס פאר ער הייבט אן רעדן איבער 'שוויגערס', אז עס איז נישט קיין שיינע זאך באמת צו רעדן פון שויגערס - עס זענען דא אסאך שענערע זאכן ווי שוויגערס..

ועל של עתה באתי,
עס טוט זיך א קאכענעיש אינעם אשכול ''די נייע רחמסטריווקע אדמו"רים'' יעדעס מאל מ'ריפרעשט דעם 'אקטיווע אשכולות' קנעפל שיינט פון פריש דעם אראנדזשן אייקאן, די עולם איז ערענסט פארנומען ווער, ווען, און וואו, די פאליטיק וועט זיך אויסקאכן.
וואס איך בין אבער באמת נייגעריג, איז דא דא עפעס וואס איך פארזע אז מיר אינטרעסירט עס נישט? כ'מיין עס איז די מערסט אקטיווע אשכול דא אין די לעצטע צוויי וואכן,
ביי מיר זענען רבי'ס קיינמאל נישט געווען קייין 'שיינע זאך' צו רעדן פון, אבער אזוי אויסצוקייען מאכט מיר שוין פילן אביסל פאני.

נאך איינער פילט וואס איך זאג?
קען מיר איינער אפשר מסביר זיין די געשמאק?

למעשה מיין קאווע געטרינקעכטס דא אין שטיבל איז מיט א געוויסע זין פאראויס צו גיין פון דעם 'סיסטעם', נישט צוריקצוקוקן און אנאלאזירן יעדער מיינאר טויש דערין?!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:09 am
דורך עמרם
ניין, די פארזעהסט נישט גארנישט, אדרבה קוק דארט וועסטו זעהן אז סאיז כמעט נישט דא דארט קיין גרויסע ק"ש שרייבערס, פאר א גרויס חלק אינטערסירט עס בכלל נישט
נאר וואס יא?
א' דאס אז סאיז א זאך וואס מקען נישט אויסשמוסען אויף אייוועלט מאכט אז ס'זאל זיין דא א אקטיווע אשכול
ב' אז ס'איז א פאליטיק וואס פארשידענע אינטערעסן ווילען פארטרעטען די דעת הקהל מאכט עס אויכט אקטיוו
אבער האסט גארנישט פארפאסט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:07 pm
דורך תשפג
ר׳ אלפא, איך בין מיט דיר. אדרבה, הייב אן א פרישע אשכול אין אונז זענען רעדי…

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:22 pm
דורך כרם זית
רבי'שע פאליטיק איז מיר נאר אינטערעסאנט ווען מען ליינט עס הונדרעט יאר שפעטער אין די ווערק פון דוד אסף.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:24 pm
דורך צפת
איך בין פון די גרויסע שרייבער אין יענעם אשכול, און איך זאג דיר אז דו פארפאסט גארנישט.

דיר אינטערעסירט פיצא, הייקינג, טריפס. פאר אנדערע אינטערעסירט צו ליינען אריסטו מיט אפלטון, א דריטער האט ליב צו פאפן, א פערטער איז ווארקאהאליק און זאמלט א דאלער אויף א דאלער, א פינפטער דינט דעם אויבערשטן און דאוונט אכט שעה א טאג, און פאר געוויסע אינטערעסירט חסידי'שע פאליטיק.

נאטינג ראנג.

...
וואס יא? - איך וויל אביסל מסביר זיין, פארוואס מיר אינטערעסירט דאס יא, הגם עס דארף באמת נישט קיין הסבר, פונקט אזוי ווי דיינע תאוות דארפן נישט קיין הסבר.

מען זעט דא א זאך, וואס ווייזט אויף די מענטשהייט בכלליות, און עס איז וויכטיג דאס אפצולערנען.

עס קומט א צווייטע חסידות, א צווייטע הויף, מישט זיך אריין אין די איינגעלעגנהייטן פון אן אנדערע קהילה, און זיי ערווארטן אז דער עולם וועט נאכטאנצן ווי בהמות.

וויבאלד עס איז מעגליך אז אזוי וועט טאקע געשען, ווייזט דאס אז מענטשן זענען האלבע בהמות און טוען נאך וואס אנדערע טוען, אפילו זיי האלטן נישט עכט דערביי. דאס איז אינטערסאנט אפצולערנען.

סתם גערעדט...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:40 pm
דורך אלפא
מיין שאלה איז נישט דוקא פארוואס מאנכע אינטרעסירט עס אדער פארוואס מיר נישט,
עס איז די ענטוזיאזם און לעבהאפט אין יענעם אשכול וועלכע איז מיר אינטרעסאנט... פארוואס איז עס מער 'ביזי' אין די סאציאלאגישן ראלם ווי אנדערע אשכולות?!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 4:07 pm
דורך צפת
ס'איז האביס פון מענטשן.

איך שטיי אין ביהמ"ד, איך הער א קופקע רעדן איבער דעם רעסטאראנט, איבער יענע ראפאגאש און איך קען נישט כאפן, פארוואס מאכן זיי זיך אזוי משוגע, וועמען אינטערעסירט דאס?

מאנכע יונגעלייט רעדן פון וועקעישן, טריפס דא און דארט.. לעבן מיט דעם, אינדזשויען עס. אנדערע מענטשן פארשטייען נישט... כ'מיין, וועמען אינטערעסירט דאס?

פאר געוויסע יונגעלייט, איז אמעריקאנער פאליטיק אינטערעסאנט, לערנען אפ יעדן טראפ פון דעם שיכור צו יענער, וואס ער האט געזאגט און געטון. אנדערע אינטערעסירט דאס אויך נישט.

און פאר געוויסע איז חסידי'שע פאליטיק אינטערעסאנט, פונקט ווי פאר דעם אנדערן אמעריקאנער פאליטיק.

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 5:45 pm
דורך אלפא
עס איז מיר מער אינטרעסאנט צוצוזען ווי שווער צו פארשטיין - די פאקט אז די נושא פון רבי'סטעוועס איז נאכאלץ א טאפ-ראנגיגע סוביעקט (בפרט דא אין שטיבל), אין איין וואך האט יענער אשכול דעגרייכט 5 בלעטער - עפעס וואס אנדערע דערייכן נישט נאך יארן...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 6:08 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
וואסיזעס אנדערש פון אלע גאסיפינג איבער צעלעברעטיס און צעלעברעטינעס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 6:08 pm
דורך ברוך שפינוזה
אלפא: דו גייסט מעגליך נישט פארשטיין וואס איך יעצט זאגן אבער איך זאג עס פאר מיר אליין, כ'האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול איבער the need to be needed, יעדעם אינטערעסירט די זאכן וואס ער פאנטאזירט אז זיי דארפן איהם האבן. יעדעס קינד ווען ער אנטוויקלט זיך דארף ער זיך אנקלעבן אין א זאך וואס, עכ"פ אין זיין דמיון, דארף עס צוקומען צו איהם, אן דעם קען א מענטש נישט לעבן. זענען דא געוויסע מענטשן וואס קלעבן זיך אן אין די מעטץ, בית"ר ירושלים, אדער אנדערע אזעלכע סארטן קולטס, ס'איז מער ווי סתם FOMO, ס'איז א בחינה פון reverse FOMO, כאילו אז די מעטץ גייט נישט זיין זייער פולע פאטענציאל ווען ער גיבט נישט אוועק זיין ענערגיע פאר זיי, אנדערע מענטשן קלעבן זיך אן אין ראחמעסטריווקא אדער ווייסעך וואסערע קולטס. און ס'נישט אז דו קענסט יעצט גיין איבערצייגן דעם מענטש אז ראחמעסטריווקא צו קים קארדאשיען קענען אנגיין אויף פול ספיעד אן זייערע אריינחושן, ס'איז אזויווי דו גייסט גיין מסביר זיין פאר א מענטש אז ער זאל זיך נישט צופיל אוועקגעבן פאר זיינע קינדער ווייל ווען זיי גייען עלטער ווערן גייען זיי איהם באשולדיגן אין אלע זייערע טראומעס, גיי זיי מסביר פאר אן עליגעיטער וואס לויפט דיך נאך אז קאטשקע פלייש איז געשמאקער פון מענטשן פלייש, כ'מיין פארוואס זאל ער דיך בכלל וועלן אויסהערן? דו פארפילסט דיין need to be needed דורך חושן אין עוואלוציע און/אדער קריעשעניזם, כאילו ווען נישט דיין הסכמה וועט עוואלוציע למפרע ווערן אויס, און יענער חושט אריין אין ראחמעסטריווקא, מ'האט שוין געהערט אזאנס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 6:57 pm
דורך בעל אחריות
דאס איז עפעס וואס רירט צו מענטשע'ןס איגו ממילא ווערן מענטשן עמאשענילי אינוואלווד.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:41 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
אויבן אויף זעט אויס ווי רבי'ס זענען אין קאנטראל פון דעם ציבור און זיי מאכן א לעבען. וואס רבי'שע פאליטיק קלערט אויף איז, אז ס'איז בכלל נישט אזא געשמאקע זאך צו זיין א רבי. ס'קומט מיט א ביטערע פרייז. קודם די רשעות אין די אינגע יארן וואס מ'טיט זיך צו פארזיכערען מיטן בענקל. דערנאך צוזען ווי די קינדער הרגענען זיך ארים אויף זייערע בענקלעך איז ממש יסורים וואס ס'מאכט דער גאנצע געשמאק פון דעם דשאב אלץ יצא שכרו בהפסדו. אסאך געשמאקער איז צו זיין א פשוטער איד א בעל פרנסה. דאס איז בעסער ווי זיין א רבי, און איז אויך בעסער ווי זיין א גרויסע גרויסע עושר.