בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
אין אונזער פרשה געפונען מיר די מצוה פון ביכורים, כלל ישראל איז באפוילן געווארן איינמאל מיר קומען אריין קיין ארץ ישראל, און מיר וועלן זוכה זיין איינצופלאנצן ביימער אין אונזער חלק וואס מיר באקומען אין ארץ ישראל, איז יעדעס יאר ווען עס ווערן געצייטיגט די ערשטע פירות פון די שבעת המינים, דארף מען ארויפברענגן אט די נייע פירות קיין ירושלים און עס טראגן אין בית המקדש אריין.
דער איד קומט צו גיין אין בית המקדש מיט א שמחה און מיט שבח והודאה צום אייבישטער אויף אלע גוטע זאכן וואס ער האט איהם געגעבן, און ער זאגט די גאנצע נוסח פון 'וידוי ביכורים' וואס שטייט אין די פסוקים פון אונזער פרשה, אנגעהויבן פון די צרות און די שעבוד וואס מיר זענען אדורכגעגאנגען אין מצרים, אֲרַמִי אֹבֵד אָבִי וַיֵּרֶד מִצְרַיְמָה... וַיָּרֵעוּ אֹתָנוּ הַמִּצְרִים וַיְעַנּוּנוּ... וַנִּצְעַק אֶל ה' אֱלֹקֵי אֲבֹתֵינוּ... וַיּוֹצִאֵנוּ ה' מִמִּצְרַיִם בְּיָד חֲזָקָה וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה וּבְמֹרָא גָּדֹל וּבְאֹתוֹת וּבְמֹפְתִים, וַיְבִאֵנוּ אֶל הַמָּקוֹם הַזֶּה וגו' אֶרֶץ זָבַת חָלָב וּדְבָשׁ. און צום סוף פירט אויס דער איד "וְעַתָּה הִנֵּה הֵבֵאתִי אֶת רֵאשִׁית פְּרִי הָאֲדָמָה אֲשֶׁר נָתַתָּה לִּי ה'" און יעצט האב איך געברענגט די ערשט געצייטיגטע פירות פון די ערד וואס דו השי"ת האסט מיר געגעבן. און דערנאך גיבט מען טאקע איבער די פירות פאר די כהנים וואס געפונען זיך דארט אינעם בית המקדש, און זיי וועלן דאס עסן אזויווי תרומה.
די גרויסע כבוד וואס מ'האט געמאכט ביי די מצוה פון ביכורים
יעצט, אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין אביסל אין די מצוה פון ביכורים וועלן מיר באמערקן דארט עטליכע אינטרעסאנטע ענינים וואס קומען פאָר דוקא ביי די מצוה.
די משנה אין מסכת ביכורים דערציילט, אז ווען מ'האט ארויפגעטראגן די ביכורים קיין ירושלים, איז מען נישט געגאנגען איינציגווייז, נאר עס האט זיך צוזאמגעקליבן אַן עולם פון יעדע שטאט, און מ'איז צוזאמען ארויפגעגאנגען מיט א גרויסע 'עֵסֶק' כדי מקיים צו זיין "ברוב עם הדרת מלך". אויך האט מען מיטגעטראגן א אָקס אלס א קרבן, און מ'האט באצירט זיינע הערנער מיט גאלד און מיט א ספעציעלע קרוין פון איילבירט-בלעטער, און א חָליל (א מין כלי זמר וואס פייפט) האט געשפילט פאר זיי, ווי אויך די כלים אין וועלכע מ'האט געטראגן די ביכורים פלעגט מען באצירן מיט פארשידענע פירות און פייגלעך.
ווען זיי זענען אנגעקומען נאנט, פלעגן די חשוב'ע מענטשן פון ירושלים ארויסגיין מקבל פנים זיין די חבורה וואס ברענגט יעצט זייערע ביכורים, און אפילו די בעלי מלאכה און פאַכלייט וואס האבן געהאלטן אינמיטן טוהן זייער ארבעט אין מארק, פלעגן זיך אפשטעלן פון זייער ארבעט און זיך אויפגעשטעלט צו באגריסן די אידן וואס ברענגן די ביכורים אין ביהמ"ק, און מען פלעגט אויסרופן "אַחֵינוּ אַנְשֵׁי הַמָּקוֹם פְּלוֹנִי בָּאתֶם לְשָׁלוֹם".
הכלל, מיר געפונען אז מ'האט געמאכט זייער א גרויסע עסק פון די אידן וואס ברענגן ביכורים, עפעס וואס מ'טרעפט נישט ביי קיין אנדערע מצוות.
א חידוש וואס מיר געפונען ביי די מצוה פון ביכורים
נאך מער, לאמיר זיך זעצן לערנען א קליין שטיקל גמרא אין מסכת קידושין (דף ל"ג.) וואו די גמרא זאגט אז הגם ס'איז טאקע דא א מצוה זיך אויפצושטעלן פאר א תלמיד חכם און איהם מכבד זיין, איז דאס אבער נאר אין א פאל ווען עס ברענגט נישט קיין שום שאדן פארן מענטש, אבער אויב דאס מכבד זיין דעם תלמיד חכם קומט מיט א 'חסרון כיס' למשל ווייל ער האלט יעצט אינמיטן זיין ארבעט, און דורכדעם וואס ער וועט מפסיק זיין און זיך אויפשטעלן וועט ער ווערן געשטערט פון זיין ארבעט, דעמאלטס איז מען נישט מחוייב אויפצושטיין, ווייל אזוי לערנט מען ארויס פון פסוק.
פרעגט די גמרא, מיר האבן דאָך אבער יא געלערנט אז פאר די מענטשן וואס האבן געברענגט ביכורים האט מען זיך געדארפט אויפשטעלן אפילו אינמיטן די ארבעט און זיי באגריסן?, ענטפערט די גמרא, אמר רבי יוחנן מפניהם עומדים מפני תלמידי חכמים אין עומדים! פאר זיי דארף מען זיך טאקע אויפשטעלן אינמיטן די ארבעט, אבער נישט פאר א תלמיד חכם. און רבי יוסי בר אבין וויל ערקלערן די חילוק, פארוואס טאקע זענען די מביאי ביכורים אזוי חשוב אז מ'דארף זיך יא אויפשטעלן פאר זיי אפילו אינמיטן די ארבעט, "בוא וראה כמה חביבה מצוה בשעתה, שהרי מפניהם עומדים מפני תלמידי חכמים אין עומדים", ווייל ווען עס די זמן פון מקיים זיין א געוויסע מצוה דאן האט עס א ספעציעלע חשיבות, דהיינו, מכבד זיין תלמידי חכמים האט נישט קיין ספעציעלע זמן און עס איז אלעמאל א מצוה און דערפאר איז מען טאקע נישט מחוייב מפסיק צו זיין אינמיטן די ארבעט, אבער נאכדעם איז דא אַן אנדערע קאטעגאריע, עס איז פארהאן א מצוה וואס גייט נישט אָן אלעמאל, נאר יעצט איז געקומען די באשטימטע צייט ווען מען איז עס מקיים, אזא מצוה האט א ספעציעלע חביבות, און דעריבער ווען מ'איז מקיים אזא מצוה דארף מען זיך מער אנשטרענגן און מכבד זיין די מענטשן וואס טוען דאס.
די גמרא איז אבער נישט אינגאנצן צופרידן פון דעם הסבר, און די גמרא ווענדט עס אפ: "ודלמא שאני התם דאם כן אתה מכשילן לעתיד לבא", עס קען זיין אז מ'טוט דאס נישט צוליב די חביבות המצוה, נאר וועגן אן אנדערע סיבה, ווייל מיר ווילן נישט אפשוואַכן די געפילן פון די מענטשן וואס ברענגן ביכורים און חלילה גורם זיין אז זיי זאלן נישט וועלן קומען נאָכאַמאָל אין די צוקונפט, דעריבער דארף מען זיי מקבל פנים זיין מיט גרויס כבוד און זיך אנשטרענגן פאר זיי כדי זיי צו שטארקן און געבן חשק צו קומען נעקסטע יאר נאָכאַמאָל. און ווי רש"י הקדוש דרוקט זיך אויס דארט מיט'ן לשון "נמצאת מכשילן - שלא יביאו עוד שיאמרו נבזים אנו בעיניהם" כדי זיי זאלן נישט שפירן אז מ'האלט זיי ביליג און מ'איז זיי נישט מחשיב געהעריג...
וואס דאס רופט לכאורה אויס גרויס וואונדער, וואס איז פשט דערפון אז מיר דארפן זיך זארגן אז די אידן זאלן קומען אין די צוקונפט? פארדעם בין איך מחוייב צו ליידן פון א 'חסרון כיס' און זיך שטערן פון די ארבעט אז יענער זאל שפירן חשוב ווען ער איז מקיים א מצוה? אויב יענער וויל זיך לאזן איבעררעדן פון זיין יצר הרע וואס מאכט איהם שפירן ביליג און אראפגעקוקט ווען ער איז מקיים א מצוה, איז עס זיין פראבלעם, און פארוואס עפעס זאל עס זיין מיין אחריות איהם צוצושטעלן חיזוק און כבוד אז ער זאל נישט אדורכפאלן אין זיין אייגענעם נסיון?!.
די געפיל וואס ליגט אונטער די ביכורים
נאר דער אמת איז, די מצוה פון ביכורים האט אין זיך א ספעציעלע אייגנאַרטיגקייט, ס'איז נישט בלויז א מצוה פון ברענגן אפאר טרויבן אדער מילגרוימען פארן כהן אזויווי תרומות און מעשרות, נאר עס גייט אסאך ווייטער פון דעם, עס איז א מצוה וואס איז אנגעפילט מיט די גאנצע געפיל און די טיפע הרגשים מעומק הלב פון א איד, און ווי מיר וועלן שוין ערקלערן.
עס איז ברייט באקאנט וואס די ספרים הקדושים ברענגן, אז די 'רֵאשית' די ערשטע זאך וואס א מענטש באקומט, האט אין זיך א באזונדערע חביבות און חשיבות ביים מענטש. איבערהויפט דא וואו דער איד האט זוכה געווען צו קויפן אדער באקומען א פעלד, ער האט אריינגעשוויצט אין דעם, ער האט שווער געארבעט צו אַקערן און זייען, איינפלאנצן, באוואסערן, אוועקשניידן די שלעכטע געוואוקסן, און אזוי ווייטער דאס אלעס וואס פעלט זיך אויס אז די ביימער זאלן ארויסגעבן די פירות. אזויפיל כוח אין יגיעה, אזויפיל מיה און פלאג, און אזויפיל תפלה האט ער געמוזט אריינלייגן יעדעס יאר פון דאסניי כדי צו קענען זעהן הצלחה אין זיינע פירות.
ענדליך קומט צו גיין די סאזען ווען די פירות הייבן אָן צו וואקסן; ער פאלגט נאך מיט התרגשות די אנטוויקלונגען אין זיין פעלד, יעדן טאג קומט ער צו גיין און באטראכט פון די נאנט די קליינע בלעטער און בלומעלעך וואס זאגן אָן די גוטע בשורה אז נאך אביסל וועט קומען צו גיין די גוטע פרוכט און אויסצאלן זיין שווערע הארעוואניע... ער גיבט זיך אפ דערמיט מיט ליבשאפט און געפיל, ער טוט אלעס וואס מעגליך אז די פירות זאלן זיין געראטן און פיין. און ענדליך, עס הייבן אָן צו צייטיגן די ערשטע פּאָר פרוכטן, עס זעהט זיך שוין אָן זיין לאנג ערווארטעטע נחת, מ'קען זיך כמעט נישט פאָרשטעלן די שמחה און געפיל וואס דער איד האט דעמאלטס געהאט! אה, די ראשית פרי ביכורים פון זיין פעלד, ער האט ב"ה זוכה געווען דערצו.
און טאקע אט די ראשית ביכורים הייסט דער אייבישטער נעמען און ברענגן ווי א קרבן אין בית המקדש אריין. ר' איד כאפ אָן דיין געשמאקסטע און דיין בעסטע וואס דו פארמאגסט, און שענק עס אוועק פאר השי"ת! אנערקען אז ער האט דיר דאס געגעבן און דו ביסט איהם בעצם אלעס שולדיג, און דערפאר טאקע טראגסטו איהם גלייך די ערשטע פירות וואס זענען אזוי באליבט ביי דיר.
ער דערציילט זיין גאנצע היסטאריע
און דאס אלעס שפילט זיך אפ ווען א איד קומט צו גיין מיט זיינע ביכורים צום בית המקדש; עס ברענט אין איהם א התרגשות, ער גייט יעצט ברענגן פירות וואס דערציילן א גאנצע געשיכטע, פירות וואס זענען מֵעִיד אויף זיין גאנצע הארעוואניע און ארבעט ביז אהער, פירות וואס דרוקן אויס זיין שבח והודאה צו השי"ת וואס האט איהם געבענטשט מיט'ן געבן א פעלד, פירות, פרנסה, און נאך.
און ווי דער ספר החינוך שרייבט (מצוה תר"ו) אז אין אזא געלעגנהייט ווען א איד איז זוכה צו באקומען א טובה פון השי"ת, איז ראוי אז ער זאל זיך מעורר זיין און זיך מתבונן זיין אין די חסדי השי"ת וואס ער האט איהם אלעס געגעבן און דאנקן און לויבן דעם אייבישטער אויף אלע גוטע זאכן. און מען הייבט נישט אָן בלויז מיט די אייגענע טובה וואס מ'האט זוכה געווען, נאר מ'הייבט אָן אסאך פריער, מיט די טובה וואס השי"ת האט נאך געטוהן אזויפיל דורות צוריק מיט יעקב אבינו ווען ער איז געראטעוועט געווארן פון לבן און דערנאך אנגעקומען קיין מצרים, און די נסים פון יציאת מצרים, און די טובה וואס השי"ת האט געטוהן מיט אונז ווען ער האט אונז אריינגעברענגט קיין ארץ ישראל, ביז צו זיין פריוואטע ישועה און ברכה וואס השי"ת האט איהם געהאלפן און משפיע געווען אויך
פאר איהם אז ער זאל זוכה זיין צו קענען האבן א פעלד מיט פירות.
און בדרך רמז קען מען צולייגן צו די ווערטער פונעם חינוך, אז די צוויי זאכן זענען באמת פארבינדן און גייען צוזאמען. ווייל יעצט איז די צייט ווען דער איד שפירט שטארק וויפיל יגיעה און הכנה ער האט געמוזט מַשקיע זיין און אריינלייגן ביז ער האט זוכה געווען צו דערלעבן די פירות; איז טאקע יעצט די פאסיגע זמן דאס צו נוצן אלס א מוסר השכל און א משל זיך מתבונן צו זיין און אנערקענען וויפיל הכנה השי"ת האט אויך געמאכט פאר זיינעטוועגן, און וויפיל כחות דער אייבישטער האט כביכול געדארפט אריינלייגן איידער ער האט זוכה געווען אנצוקומען צו זיין פעלדל... יעצט איז די צייט צו אנערקענען אז גארנישט געשעט נישט פון זיך אליינס און גארנישט האט זיך היינט אנגעהויבן, נאר שוין יארן פריער האט דער אייבישטער אונז געהאלפן און געראטעוועט, און ווען נישט וואלטן מיר קיינמאל נישט אנגעקומען צום היינטיגן טאג, און דערנאך האט אונז השי"ת אריינגעברענגט קיין ארץ ישראל מיט נסים ונפלאות, און געגעבן פאר אונזערע עלטער-עלטער-זיידעס דעם ארץ זבת חלב ודבש, און אזוי איז עס אריבערגעגאנגען בירושה דור נאך דור ביז ס'איז אנגעקומען צו איהם. און יעצט קומט דער איד אויסדרוקן זיין הכרת הטוב און זיין לויב און דאנק אויף די גאנצע לאנגע היסטאריע און דורכגאנג וואס האט איהם געברענגט ביז אהער.
ווען איינער וויל עפעס דערציילן מוזן מיר איהם אויסהערן
על כל פנים קומט אויס אז ווען א איד איז געקומען צו גיין מיט זיינע ביכורים אין בית המקדש אריין, איז עס נישט בלויז געווען א קאָרבּ מיט אביסל פרוכט, נאר ער ברענגט יעצט זיין גאנצע הרגש פארן אייבישטער, ער קומט אויסגיסן די געפילן פון טיפן הארצן און דערציילן זיין היסטאריע און זיין השתלשלות פון יעקב אבינו ביז צום יעצטיגן זמן.
און דא דערהערן מיר א וואונדערליכע נקודה, גענוי ווי מיר האבן גערעדט אינעם פריערדיגן שיעור די חשיבות פון באגלייטן א איד און איהם געבן א גוטע געפיל, און די חשיבות פון השבת אבידה ווען מיר קענען משלים זיין א געוויסע חסרון וואס יענער האט אין זיין נפש, אונזער אחריות כלפי אנדערע זיי צו זאגן דעם גוט ווארט און געבן די נויטיגע חיזוק וואס זייער גאנצע חיות און מציאות קען אמאל זיין אנגעוואנדן אין דעם... די זעלבע זאך דערהערן מיר דא ווייטער. ווען א איד קומט צו גיין מיט התרגשות, ער וויל עפעס דערציילן און ארויסברענגן, זענען מיר מחוייב צו זיין דארט פאר איהם, יא מיר מוזן אלעס אפשטעלן און אפילו מבטל זיין פון די ארבעט, ווייל עס קומט יעצט צו גיין א איד וואס זיין הארץ קאכט און פלאמט אין איהם, ער וויל עפעס דערציילן, ער וויל עפעס אראפגעבן פון זיין הארץ, אויב וועסטו יעצט אויסדרייען דיין רוקן צו איהם און דו וועסט איהם נישט אויפנעמען שיין, אם כן אתה מכשילן לעתיד לבא! דו ביסט גורם אז ער זאל מער נישט וועלן קומען ח"ו, דו גיבסט איהם א שלעכטע געפיל פון "נבזים אנו בעיניהם" ווי רש"י זאגט.
מיר מוזן דערהערן דאס הארץ פון א צווייטע איד! אויב יעצט האט ער א התלהבות און א התרגשות און ער קומט קיין ירושלים דאס ארויסצוגעבן, אפילו ביי מיר איז טאקע היינט א גרינע דינסטאג און איך זיץ איבערגעבויגן איבער מיין שווערע ארבעט ביים טישל אין מארק, איך בין בכלל נישט דערביי, ביי מיר איז יעצט נישט קיין יום טוב און איך שפיר בכלל נישט די הרגשים וואס ער שפירט יעצט, דאָך דארף איך זיין גרייט אפצולאזן אלעס אויף די מינוט און זיך אויפשטעלן מיט א שמחה און זיך אינטרעסירן אין איהם, שואל זיין בשלומו און אויסרופן מיט א ברען "אַחֵינוּ אַנְשֵׁי הַמָּקוֹם פְּלוֹנִי בָּאתֶם לְשָׁלוֹם", ווייל יעצט איז קריטיש וויכטיג פאר יענעם אז ער זאל זעהן ווי מען פריידט זיך מיט מיט איהם, ער זאל זעהן אז מ'איז איהם מחשיב און מ'רעכנט זיך מיט איהם.
און בדרך צחות, ביי עגלה ערופה האבן מיר געלערנט די יסוד ווי וויכטיג עס איז צו באגלייטן א איד און איהם מחזק זיין ווען ער גייט ארויס אויפן וועג, און דא ביי ביכורים לערנען מיר א יסוד ווי וויכטיג עס איז צומאל 'אפצוּווארטן' יענעם ביים אנקומען... אבער ערנסט גערעדט, די עיקר נקודה איז ווי געזאגט אז מיר מוזן זיך רעכענען מיט יענעמ'ס געפילן אין יעדע מצב, דאס הייסט סיי אין א מצב פון צובראכנקייט טאקע דעמאלטס ווען דער מענטש איז עלנד און אליינס און ער גייט ארויס פון שטאט טאר מען איהם נישט לאזן וואַנדערן איינזאם און צוקלאפט נאר מיר מוזן איהם מחזק זיין און אויפהייבן זיין מוט, און סיי אין א מצב פון שמחה און התרגשות, ווען עס גייט יענעם גוט, עס שטורעמען אין איהם די געפילן און ער זוכט ווער עס פריידט זיך מיט און איז זיך משתתף אין זיינע הרגשים, דאן איז אויך דא די זעלבע חיוב ארויסצוּווייזן די מיטגעפיל און השתתפות, ווייל אויב נישט קען דער מענטש ווערן צוקלאפט און צובראכן און שפירן ביי זיך "נבזים אנו בעיניהם" ח"ו, און דאס מוזן מיר זעהן צו פארמיידן פאר יעדן פרייז.
נישט פארפאסן די געלעגנהייט פון א מצוה בשעתה
און פראקטיש גערעדט וואו דאס קען זיין גאר שטארק נוֹגֵעַ למעשה, אמאל איז דא ווען מיין חבר מאכט א שמחה, עס איז ביי איהם א עידן דחדותא צוליב סיי וועלכע סיבה, לערנען מיר דא בדרך רמז ווי וויכטיג עס איז פאר אונז ארויסצוּווייזן אונזער השתתפות, און אפילו במקום חסרון כיס, אפילו עס קומט מיר נישט אָן גרינג און עס קאסט מיר צייט און געלט, אבער אויב יענער קוקט ארויס אויף דעם, ער ווארט אויף זיינע גוטע פריינט זיך מיטצופרייען מיט איהם, טארן מיר דאס נישט פארנאכלעסיגן צוליב די קליינע חשבונות אדער באקוועמליכקייטן, מיר דארפן זיך רעכענען מיט זיינע געפילן און טוהן אלעס וואס מעגליך
ארויסצוברענגן אונזער פריינטשאפט און זיין חשיבות ביי אונז.
און די זעלבע קען זיך מאכן אין שטוב מעשים בכל יום, וויפיל מאל פאסירט אז א קינד קומט אהיים פון חדר אדער פון שולע און זיי ווילן עפעס מיטטיילן מיט אונז, יעצט זענען זיי פרייליך און איבערגענומען מיט די פאסירונג וואס היינט געשען מיט זיי, אבער מיר זענען פונקט פארנומען מיט עפעס אנדערש, אדער מיר האבן נישט די צייט און געדולד זיך צו זעצן אויסהערן יעצט... און די זעלבע קען אויך זיין ביי מאן און ווייב, געשוויסטער, חברים און ידידים צווישן זיך; אמאל האט יענער דוקא יעצט א געוויסע שטאקע התרגשות און וויל דאס מיטטיילן מיט דיר, דארפן מיר געדענקן אז ס'איז א בחינה פון חביבה מצוה 'בשעתה'! יעצט איז די מינוט דאס אויסצוהערן! באלד וועט שוין נישט זיין אינטרעסאנט, עס וועט שוין זיין אפגעקילט, און בפרט אויב זיי זעען און באמערקן אז יעצט ביסטו נישט געווען אינטרעסירט, האבן זיי פארלוירן די מוט און די חשק דאס צו דערציילן, און מער קען מען דאס נישט צוריק ברענגן...
און אפשר איז דאס גאר מרומז אינעם אויבנדערמאנטן גמרא, ווי די גמרא זאגט צוויי טעמים פארוואס מ'דארף זיך אויפשטעלן פאר די מביאי ביכורים מער ווי פאר תלמידי חכמים: קודם זאגט די גמרא דער תירוץ פון חביבה מצוה בשעתה, און דערנאך פרעגט די גמרא אז אפשר האט דאס צוטוהן מיט אם כן אתה מכשילן לעתיד לבא, און מיר באמערקן אז די גמרא ענטפערט נישט אויף דעם, עס שטייט נישט אויב מען פאלט אפ פונעם פריערדיגן תירוץ אדער נישט. קען זיין אז דא שטייט טאקע אז ביידע זאכן זענען אמת און זיי זענען געקניפט און געבינדן איינע מיט די אנדערע. עס איז דא א זאך וואס רופט זיך "חביבה מצוה בשעתה!" זאלסט וויסן אז נאר יעצט איז די צייט, יעצט קוקט יענער ארויס צו דיר און עס איז ווי א מצוה עוברת, א מצוה וואס גייט אדורך און באלד וועט עס שוין נישט זיין, און ווער רעדט נאך אויב די מצה עוברת קומט באגלייט מיט'ן ענין פון "אם כן אתה מכשילן לעתיד לבא", דאס הייסט אז יענער וועט נאך חלילה אוועקגיין מיט א ביטערע טעם אין מויל ווייל מ'האט איהם נישט אנגעקוקט אדער אויסגעהערט דעמאלטס ווען ס'איז געווען די ריכטיגע מינוט, דעמאלטס איז דאָך פילפאכיג וויכטיגער צו לויפן און אריינכאפן די מצוה בשעתה און טוהן דאס וואס פאָדערט זיך יעצט כדי יענער זאל נישט באקומען די שלעכטע געפיל.
די שבח והודאה ברבים און די שפע וואס עס ברענגט
און מענין לענין באותו ענין איז כדאי ארויסצונעמען פון דא נאך א טיפע נקודה וואס מיר לערנען ארויס פון די מצוה פון ביכורים. מיר זעען ווי די מצוה איז אוועקגעשטעלט געווארן דוקא דורך א עסק און א פרסום, די מענטשן וואס האבן געברענגט ביכורים זענען געקומען צו גיין מיט מוזיק און פאראדע, און זיי געווארן שיין באגריסט און ענטפאנגן דורך די מענטשן פון ירושלים, טאקע ווייל זיי גייען יעצט דאנקן און לויבן דעם אייבישטער אויף די אלע טובות און חסדים וואס ער האט משפיע געווען פאר זיי, און דעריבער איז חשוב דאס מפרסם צו זיין און ארויסברענגן ברבים, ווי דוד המלך זאגט אין תהלים (ק"ט ל') אוֹדֶה ה' מְאֹד בְּפִי וּבְתוֹךְ רַבִּים אֲהַלְלֶנּוּ, אז אנדערע זאלן אויך וויסן און מיטהאלטן די גוטס פונעם אייבישטער.
ווי באקאנט פון פילע צדיקים וואס פלעגן זיך אפרעדן אז מענטשן קומען אריין צו זיי און גיסן זיך אויס דאס הארץ אין א עת צרה, זיי רעדן נאר פון זייערע צרות און פראבלעמען, אבער שפעטער ווען מען ווערט געהאלפן דאן פארגעסט מען צו קומען דערציילן... וואס אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר באמערקן אז עס איז א טבע אינעם מענטש, עס איז איהם אסאך גרינגער זיך אפצורעדן און מיטטיילן די דאגות און עגמת נפש מיט זיינע ארומיגע, דאגעגן ווען ער ווערט אויפגעראכטן און עס גייט איהם גוט, דאס זוכט ער נישט דוקא מפרסם צו זיין און מאכן א פרסום דערפון.
אמאל קומט עס טאקע פון פחד ווייל מ'וויל נישט אז אנדערע זאלן מקנא זיין ווען פאר מיר גייט גוט, מ'פילט נישט באקוועם מיטצוטיילן מיט יענעם אז מ'האט מצליח געווען אין א געוויסע ענין ווייל אפשר וועט עס יענעם מצער זיין, אדער יענער וועט מיר חלילה וועלן שטערן אין מיין הצלחה, וואס אויף דעם האבן מיר טאקע ווייטער אין די פרשה די אזהרה פון "אָרוּר מַכֵּה רֵעֵהוּ בַּסָּתֶר" ווען איינער איז א באהאלטענע רשע און פארגינט נישט פאר יענעם און זוכט איהם שלעכטס צו טוהן. אבער פארשטייט זיך אז מיר רעדן נישט דא פון זיך אויפטוהן בדרך גאוה און שטאלצירן מיט די אייגענע הצלחות, אדער אויסשטעכן יענעמ'ס אויגן אויף א וועג אז ס'זאל איהם וויי טוהן, נאר מען רעדט פון דאנקן און לויבן השי"ת און אנערקענען און אויסרופן ברבים אויף אן איידעלן אופן אז דער אייבישטער האט מיר געהאלפן און געטוהן גוטס.
און ווען א איד דאנקט און לויבט השי"ת און ער געדענקט מייחס צו זיין אלעס וואס ער פארמאגט אז עס קומט אלעס נאר פונעם אייבישטער און אלעס איז בלויז רחמים וחסדים, דאס איז מעורר אז עס זאל קומען נאך און נאך שפע פארן מענטש, ווי דער ספר החינוך פירט אויס אינעם אויבנדערמאנטן שטיקל "ומתוך התעוררות נפשו בשבח ה' ובטובו, זוכה ומתברכת ארצו, ועל כן ציונו ב"ה על זה כי חפץ חסד הוא", דורכדעם וואס א איד וועט ביים ברענגן ביכורים אריינקלערן און פארשטיין די געוואלדיגע חסדים און טובות וואס השי"ת האט געטוהן פאר איהם ביז אהער, וועט ער זוכה זיין אז זיין ערד וועט ווערן געבענטשט, און טאקע דערפאר האט השי"ת אונז געהייסן ברענגן ביכורים און זאגן די פרשה פון שבח והודאה, ווייל ער איז א חפץ חסד, דער אייבישטער וויל אונז טוהן און געבן נאך און נאך גוטס, און דערפאר הייסט ער אונז זיך מתבונן זיין און דאנקן און לויבן אויף די פריערדיגע, וואס דאס וועט אונז ברענגן די ווייטערדיגע השפעות.
ובכן, לאמיר ארויסנעמען פון דא דעם לימוד פון דאנקן און לויבן דעם אייבישטער אויף אלעס וואס ער טוט פאר אונז, לאמיר געדענקן מיטצוטיילן אונזערע ישועות און ברכות, מפרסם זיין די חסד השם, און אין די זעלבע צייט טאקע מאכן זיכער אז מיר פארגינען אויך פאר אנדערע ווען יענער דערציילט אונז איבער זיינע הצלחות און זיינע ברכות ווען עס גייט איהם גוט, און בשכר זאת וועלן מיר מעורר זיין די ווייטערדיגע שפע און ברכה ווי דער ספר החינוך זאגט.
לסיכום געדענק:
• ווען איינער האט יעצט א התרגשות אדער התלהבות און ער וויל עפעס מיטטיילן און דערציילן, זענען מיר מחוייב אלעס אפצושטעלן און זיין דארט פאר איהם.
• נישט פארפאסן די ריכטיגע מינוט ווען איינער זוכט אונזער השתתפות אדער אונזער אוזן קשבת.
• דאנקן און לויבן השי"ת און מפרסם זיין זיינע רחמים וחסדים צו אונז, דאס ברענגט גוטע השפעות אויף ווייטער.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com