בלאט 1 פון 1

לאמיר זיין משוגע גוט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2023 11:49 pm
דורך שמן למאור
ווי געהעריגע ראבאטן דרייען זיך מיר ארום אויף דעם וועלטל. יעדער מאכט נאך דעם צווייטן, מען קוקט וואס איז "נארמאל" -אזוי צו זאגן, און נאר דאס מעג מען טון.

קיינער ווייסט נישט ווער עס האט אפגעמאכט וואס הייסט דאס "נארמאל", ווער איז דער בעל הבית אויף דעם ווארט? וואס וועט זיין אויב יעדער וועט טון מאדנע זאכן, ווערט דאס נארמאל?
*
פארגאנגענעם שושן פורים בין איך אויפגעשטאנען מיט א שטיקל הענגאווער, אבער נישט געפערליך. איך וויל גיין דאווענען שחרית, אבער דאן קומט מיר ארויף א שווערן דילעמא: גייט מען היינט שטריימל בעקיטשע אדער גאר די פשוטע הוט און רעקל? וואס האט מען נאר געטון פאראיאר?

נאכן זיך קראצן די שטערן פאר א מינוט איז מיר אויסגעקומען אז לויט ווי עס שיינט גייט מען יא מיטן שטריימל און בעקעטשע, הגם מען זאגט שוין נישט קיין על הניסים און טעכניש איז שוין אויס יום טוב, אבער דאך ס'דאך שושן פורים! אזוי ליגט מיר אין קאפ אז מען טוט...

אומר ועושה, כ'טוה זיך אן די שבת'דיגע בגדים, כ'גרייט מיר ארויסצוגיין פון שטוב, כ'עפן די טיר, איך שפאציר ארויס... און דאן זע איך אז סוף גאס קומט יעצט מיין שכן יענקל פונקט ארויס פון שטוב מיט... זיין הוט און רעקל!

מיט א רויטע פנים דריי איך זיך שנעל אויס, איך לויף אריין צוריק אין שטוב. כ'ווארף אראפ שנעל דעם מאדנעם שטריימל און בעקעטשע, וואס האב איך בכלל געטראכט? בין איך נארמאל צו וואס? שושן פורים איז דען בכלל א יו"ט? אפשר אין ירושלים, אבער נישט דא אין ניו יארק... וואו איז מיין שכל? אוודאי גייט מען היינט מיטן הוט און רעקל!

כ'טוה שנעל אן מיין נארמאלן הוט און רעקל, איך שפאציר ארויס פון הויז, און איך באמערק ווי מיין שכן יענקל שפאצירט אויך יעצט ארויס פון הויז מיט זיין... שטריימל און בעקיטשע...
*
וואס איז דאס נארמאל? נארמאל איז טיישט "דאס וואס יעדער טוט" זאל עס זיין פאררוקט און משוגע אן קיין פשט, אבער אויב טוט דאס יעדער אין דיין סביבה, דאן ווערט דאס "נארמאל". אויב זאגן די בעלעבאטים פון נארמאלקייט אז אזוי טוט מען, דאן פרעגן מען נישט קיין קשיות און מען טוט זיך אויך אן הערנער אויפן קאפ.

איז נארמאל צו גיין נאקעט אין גאס? עהה! ביסט משוגע אינגאנצן? דער וואס טוט אזא זאך איז דאך אינגאנצן פאררוקט. פארוואס? זייער פשוט, ווייל דיינע פריוואטע חלקים פונעם גוף דארפן נישט זיין פאבליק פאר פרעמדע מענטשן צו זען. נו, דאן פארוואס איז גיין אין מקווה יא א נארמאלע זאך? קוועטשן זיך צאם הונדערטע פרעמדע מענטשן זקנים עם נערים און די גרויסע קאמערציאלע מקוואות טאג טעגליך, ואין פוצה פה ומצפצף. פארוואס? ווייל דאס איז נארמאל!!! ווייל... יעדער טוט אזוי...! מען קען דרייען מיט גראבן פינגער און זאגן טיפע פשטים און רמזים מחלק צו זיין די גאס פונעם מקווה, אבער דער אמת'ן הסבר איז ווייל "אזוי איז"!

טרעף נאר איינער וואס האט נישט די מקווה געגייעכטס אלס זיין געזעלשאפטליכע נארמע, און פרעג אים אויב ער האלט אז אזא זאך איז נארמאל, אוודאי וועט ער דיר ענטפערן אז נישט. און כ'קען דיר אויך זאגן זייער קלאר, אויב וואלט יעדער געגאנגען נאקעט אין גאס וואלסטו דאס אויך אנגעקוקט אלס נארמאל און וואלסט אויך אזוי געגאנגען.
*
אויב וואלט געווען אן אור-אלטע מנהג אז אינמיטן דאווענען הושענא רבה טוט זיך יעדער אויס די העמד און מען טאנצט הבה נגילה, וואלסטו דאס אויך געטון. נעעע, נאר קלאפן בלעטער אויפן פלאר, אבער דא וואלסטו געשטעלט דיין ליין? א נעכטיגער טאג! ס'וואלט געווען הייליגע ענינים און הסברים דאס מסביר צו זיין, און עולם גולם וואלט דאס געטון אן טראכטן קיין צוויי.

קענסט שוין היינט טרעפן מנינים ווי עס ווערט שוין נארמאל צו מאכן טאמבלסאוסעס שמחת תורה, געב עס אפאר יאר און יעדער וועט דאס טון. אויב וועט מען אבער אפמאכן אז דאס בלייבט משוגע, דאן וועט מען עס טאקע אנקוקן "פאני". נישט ווייל דאס איז מער אדער ווייניגער פאני ווי בלאזן א הארן ראש השנה, אדער דרייען א האן איבערן קאפ עשרת ימי תשובה, נאר ווייל דאס האט מען נאכנישט באשלאסן אז דאס קען אנגענומען ווערן אלס נארמאל.

אויב איז יעצט נארמאל זיך אראפצובייגן די נאז ביזן פלאר, דאן וועלן דאס טון אלטע און יונגע, נישט קיין חילוק ווי הונגעריג מען איז, אדער ווי שמוציג מען ווערט. אויב איז יעצט נארמאל זיך אנצו'שיכור'ן, דאן גא אהעד, היינט איז פורים מארגן איז אויס.
*
שטייט א גאנצע זאל מיט אידן, מען טאנצט לכבוד שמחת חתן וכלה. די מחיצה איז הערמעטיש פארשלאסן אז די צוויי דזשענדערס זאלן זיך חלילה נישט אויסמישן. אויסמישן האב איך געזאגט? דאס אז עס זאל בכלל זיין א מעגליכקייט אז א מאן זאל חלילה קענען זען א פרוי, דאס אליין איז שוין אומאקצעפטירבאר. אויב ווערט בטעות אפן די מחיצה ביי די זייט, גייען שוין די פרומע שנעל פארעכטן די גרויסע פירצה. מענער מיט פרויען צוזאמען איז סיי נישט אויסגעהאלטן, סיי נישט עטיש, נישט קליג, נישט פראקטיש, נישט שכל'דיג און נישט "נארמאל"! נישט גארנישט!

אבער וואונדער איבער וואונדער, געב עס אפאר שעה, די זאל ווערט ליידיגער, און... פלוצלונג, די מחיצה ווערט פארשווינדן! עס טוט זיך א געמיש, פרויען זעצן זיך אן קיין חוצפה בריש גלי פארנט פון מענער, אן קיין טראפ בושה! מען טאנצט פארנט פון די כלה! די חתן טאנצט מיט זיין כלה פארנט פון א געמישטע זאל! וואו איז דאס געהערט געווארן?!?! שומו שמים! וואס איז דא פלוצלונג געשען?

אהה, דאס איז מצוה טאנץ, פרעג נישט קיין קשיות, אזוי קומט עס, אזוי איז נארמאל. ס'איז א הייליגע מנהג וואס שטאמט פון הייליגע מקומות...
*
שטייט אן אפגעהיטענע בחור'ל וואס מען האט אים איינגערעדט זיין גאנץ לעבן אז א מיידל איז די שרעקעדיגסטע זאך אין די וועלט. ער האלט א וואך פארן חתונה, און זיין חתן מדריך איז אים מגלה סדרי בראשית, ער ווערט אפשר שאקירט, אבער פאר ווען וואס איז דאס שוין די נייע נארמע. ער פאלגט ווי א טאטעלע אלעס וואס "מען הייסט אים" אן קיין קשיות, מיטאמאל איז דאס געווארן ביי אים נארמאל. ווען די חתן מדריך זאגט אין אז די ערשטע מאכט טיילט מען פעטש וואלט ער דאס אויך געטון.
*
מיר האבן נישט קיין טראפ אייגענע שכל. אלעס אלעס וואס מיר טוען איז באזירט אויף וואס אנדערע מענטשן האבן אפגעמאכט אז אזוי "קומט עס" אזוי טוט מען. אויב זאל מען מארגן אפמאכן אז פון יעצט און ווייטער טוט מען פינקט פארקערט, דאן ווערט דאס אויפן ארט נארמאל און די נעכטיגע ווערט משוגע.

אדם יסודו מעפר וסופו לעפר, אבער אינצווישן לויפט מען נאך די עליטע נארמאלע שטיקלעך ערד וואס האבן שוין אויסגעטראטן דעם וועג...

אידן האטס א גוטן טאג, כאפטס אריין א גוטן קנאק יענקל, און לאמיר זיין פריש געזינט און משוגע.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2023 11:59 pm
דורך תרמב
יאפ... איך מוז דיר זאגן "דו ביסט משוגע גוט!"

הילעריעס וויאזוי די זאכן גייען צו.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:56 am
דורך [NAMELESS]
א געווענליכע יאהר איז נארמאל צו ענדיגן דער זומער סיזען אנפאנג סעפטעמבער, דאס יאהר איז עס איז נישט נארמאל, יעדער פארשטייט אז עס איז משוגע אריינצוציען נאך א וואך...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 3:14 am
דורך [NAMELESS]
ס׳איז משוגע גוט די ארטיקל……

Re: לאמיר זיין משוגע גוט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
דורך פאליטיקאנט
"Normal is just a setting on the dryer"

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 8:44 pm
דורך קהל'ס נער
אפאר הוספות
-מאכן טאמבעל-סאוסעס שמחת תורה איז די מקור פון שלמה המלך ביים מחדש זיין די בית המקדש האט ער געמאכט טאמבעל-סאוסעס, און ס׳דא מער פון אפאר מנינים ווי מען איז זיך אזוי נוהג.
-לגבי די חתן מדריך, א בעלזא בחור איז אמאל געגאנגען אויסזאגן פארן בעלזא׳ן רב אז זיין חתן מדריך איז א חזיר…..
-לגבי מצוה טאנץ, די קיצונים באדעקן די כלה׳ס פנים ביים מצווה טאנץ, זיי זענען מרקד לפני הכלה מיט א באדעקטע כלה… נישטא ווער זאל לאכן

Re: לאמיר זיין משוגע גוט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:07 pm
דורך שאלתיאל
שכ'ח שמן, זייער גוט און ריכטיג.

ענדליך פארציילט מען אויף א ענגלישע קעניג/ן (עליזאבעט?) וואס האט באזוכט א משוגעים הויז און אן ארטיגער האט געטענה'ט בתוקף אז ער איז דער נארמאלער האט ער גענטפערט "ביזט גערעכט, ענק זענען די נארמאלער אבער אונז זענען די רוב"..

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 8:53 pm
דורך הרב שיף
דער וואס האט אנגעהויבן אונזר וועג, דער טאטע אברהם, האט שוין געזאגט אויף זיך איך בין ערד.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 8:56 pm
דורך איך אויך
אויף דעם זאגט דאך שוין דער יארמער צדיק: כספים אין להם שמירה אלא בקרקע.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:27 am
דורך שמן למאור
און וועגן דעם וויינען מיר אין די עשרת ימי תשובה "אבינו מלכנו זכור כי עפר אנחנו"...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:47 am
דורך קבצו זקנים
עמקות המחשבה האט געשריבן:ס׳איז משוגע גוט די ארטיקל……
Normal is relative; my relatives are not

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 7:53 pm
דורך קבצו זקנים
די ביסט נישט דאס וואס די מיינסט אז די ביזט, די ביזט נישט דאס וואס יענער מיינט אז די ביזט. די ביסט דאס וואס די מיינסט אז יענער מיינט אז די ביסט!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:22 pm
דורך טראלל
שמן למאור האט געשריבן:כאפטס אריין א גוטן קנאק יענקל, און לאמיר זיין פריש געזינט און משוגע.
איך בין מחולק מיט דיין מסקנא, א מענטש דארף יא זיין נארמאל, נאר מ'דארף זיין נארמאל לויט'ן קאממאן סענס מעסטער און נישט לויט'ן monkey see monkey do מעסטער. ווייל די גאנצע וועלט איז משוגע מיינט נאכנישט אז דו דארפסט יעצט זיין משוגע אויף די אנדערע עקסטרעם, אויב יעדער גייט אנפאנגען גיין נאקעט דארפסטו זיך גיין אנפעלצן מיט צוואנציג שיכטן קליידונג סתם צו זיין פארקערט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:31 pm
דורך שמן למאור
טראלל האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:כאפטס אריין א גוטן קנאק יענקל, און לאמיר זיין פריש געזינט און משוגע.
איך בין מחולק מיט דיין מסקנא, א מענטש דארף יא זיין נארמאל, נאר מ'דארף זיין נארמאל לויט'ן קאממאן סענס מעסטער און נישט לויט'ן monkey see monkey do מעסטער. ווייל די גאנצע וועלט איז משוגע מיינט נאכנישט אז דו דארפסט יעצט זיין משוגע אויף די אנדערע עקסטרעם, אויב יעדער גייט אנפאנגען גיין נאקעט דארפסטו זיך גיין אנפעלצן מיט צוואנציג שיכטן קליידונג סתם צו זיין פארקערט?
גערעכט. איך האב נישט געריפן מיט דעם אויספיר אז מען זאל זיך אנטון גאטשעס אויפן קאפ. נאך אלעם לעבט מען אין א סעסייעטי, און ווי משוגע דער עולם איז, מוז מען זיך פארט צושטעלן. דאך מעג מען טרעטן אויף די גרעניצן...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:41 pm
דורך טראלל
ניין, איך זאג נישט אז מ'דארף זיך צושטעלן צו די מאנקיס, מ'דארף זיך צושטעלן צום אייגענעם קאממאן סענס, הגם קאממאן סענס זאגט אויך אז מ'דארף זיך צושטעלן צו די מאנקיס to some extant, אבער דאס טוסטו נישט פאר די מאנקיס נאר פאר דיין אייגענעם בענעפיט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 4:41 pm
דורך תרמב
שאלתיאל האט געשריבן:שכ'ח שמן, זייער גוט און ריכטיג.

ענדליך פארציילט מען אויף א ענגלישע קעניג/ן (עליזאבעט?) וואס האט באזוכט א משוגעים הויז און אן ארטיגער האט געטענה'ט בתוקף אז ער איז דער נארמאלער האט ער גענטפערט "ביזט גערעכט, ענק זענען די נארמאלער אבער אונז זענען די רוב"..
איך האב געהערט פארציילן א מעשה באותו עניין, מ'איז געקומען פארציילן פאר בן גריון אז אין משוגעים הויז איז דא א משוגענער וואס קוקט אויס ווי אים און ער טענה'ט אז ער איז בן גריון די ראש הממשלה, בן גריון איז געווען נייגעריג אים צו זעהן האט ער געבעטן אז מ'זאל אים טראגן באזוכן אין משוגעים הויז, דארט אין משוגעים הויז האבן זיי זיך געטראפן פריוואט, און ס'האט זיך אנטוויקלט א העפטיגע טענה'ריי, ביידע האבן געשריגן איך בין בן גריון! ניין איך בין בן גריון! די וועכטער האבן געזעהן אז ס'ווערט שפעט, זענען זיי אריין אין צימער און ארויסגעכאפט איינעם, און צוריק געפארן צום ראש ממשלה'ס הויז, ס'איז נישט געווען קלאר וועלכער ס'איז געבליבן ראש ממשלה, די משוגענער אדער די עכטע בן גריון...