העי העי העי, איך וויל זיין א רבי!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

העי העי העי, איך וויל זיין א רבי!

שליחה דורך אלפא »

רבותי, ווער איז גרייט צו דעבאטירן די נייע רבנות פאזיציע?

די רעדע איז פון אן הייפאטעטישע פאזיציע, אן ענליכע סארט צו וואס מ'האט דא געוואלט צוזאמשטעלן, אזא נייע סארט קהילה ווי עס זאל הערשן א דעמאקראטישע פרייהייט צוזאמען מיט א שטרענג תורה'דיגן לעבנס אויסקוק. אדער אפי' אן קריכן אזוי אוט אוו דע באקס, לאמיר דמיונ'ען ווי די רבנים/ראשי קהילה קומען איין טאג צום שכל, נעמען זיך צאם, און 'גענוג איז גענוג' איז די אויספיר! מיר פארמאגן גענוג פראבלעמען וועלכע ווערן נישט קער גענומען ביינזאם מיט מאסן רבנים וואס זענען אוכלים ואינם עושים, און וועלן אויפקומען מיט א געניאלן בעל-התל-ובעל-החריץ סטיל געדאנק אויפצונעמען רבנים אדער ראשי קהילה וואס טויגן צום דור - פארשטייען די מלאכה, און זיי וועלן זיך ארויסלאזן אויף יאגד נאך פאסיגע קאנדידאטן.

וואו דען, אויב נישט אין קאווע שטיבל, וועלן זיין צו געפינען אזעלכע וועלכע האבן ארויס די סיסטעם נאך בעסער ווי סיסטעם אליין?! און זענען געלערנטע מומחים, אלסווייסער, געשולטע קריטיקירער, און געלערענטע פילאסאפן, איבער די פונקטליכע מאסנאמען וואס דארפן גענומען ווערן אהערצושטעלן דעם סיסטעם ווי עס ברויך צו זיין?! אויסראטענדיג יעדן זוג וסיג של קארופציע צוזאמען מיטן מסדר זיין אלע פארזעענע לעכער וואס די סיסטעם האט שוין מצליח געווען אנצודרייען.
און ווי די חפץ חיים פלעגט זאגן מ'זאל לערנען קדשים ווייל במהרה יבנה המקדש, וויל איך דא פראבירן אזא דעבאטע סטעידזש פאר מעגליכע קאנדידאטן, ארויפצוברענגען וויזיעס, אויסצושארפן מיינונגען, און דיסקוסירן די פאליטיק וואס עס נעמט אריין, אלס און אלעמען איבער וויאזוי איר וואלט זיך אויפגעפירט ווערענדיג אויפגענומען אלס מנהיג ליהדות החרדית?
(ולמען הסימפליסיטי וועט מען עס אנקוקן פון א פערספעקטיוו ווי מ'האט מאקסימום פאליטיקעל פאווער (-בחינת רב שטיינמאן ביי די ליטאים וכדו' - אויב עס איז א גוטע דוגמא..), אבער נישט קיין מאכט צו טוישן הלכה אדער אויפנעמען סנהדרין א.ד.ג.)

די רולס פארן דעבאטע גייט, אז יעדער זאל צו ערשט אויסלייגן זיין וויזיע/פלאן - וואס ער האלט מען דארף טון למען הכלל, און וויאזוי ער זעט עס געשען סטעפ ביי סטעפ. און דאן קען מען זיך נעמען צו די אנדערעמ'ס ביינער ארויפברענגענדיג די לעכער/חסרונות דערפון - אנדערש איז פשט אז ער קען נאר צוווארפן אן בויען עפעס קאנסטרוקטיוו.. (דער וואס וועט אריינשרייען, וועט מען אבער אויסהערן... 8-) )
צייט קען זיך יעדער אליין נעמען וויפיל מ'וויל, עס איז אבער אויפן אייגענעם אחריות לגבי די לייקס וואס ער גייט באקומען...

_____________________________________

לקיים מה שנאמר: קריינא דאיגרתא.. וועל איך דא אנהייבן און ארויסלייגן מיין פלאן אין קורצן.

די ערשטע זאך גייט מען איינפירן וואלן פארשטייט זיך, א דעמאקראטישע סיסטעם אנע וואלן איז ווי טשאלענט אנע בונדלעך..
עפעס א סיסטעם פון א קאנסטיטוציע און בכלל אן אויפזיכט איבער די סיסטעם פון די וואלן אויפן ערשטן פלאץ דארף זיך נאך אויסקאכן, איך האף ביז דאן שוין צו האלטן נאכן 'ותשועה ברוב יועץ'...

דאן גייט מען אויפנעמען מיניסטארן (- טובי הקהל בלע"ז), עקסטערע חברה - עקספערטן - אויף יעדן זאך וואס איז נוגע בצרכי הרבים.
אנגעפאנגען פון א שר החינוך וואס זאל פארפיפיגן איבערן עתיד פון אונזער דורות, און פארשטענדליך דאס קען נישט זיין קיין חדר אינגל וואס האט זיך זעלבסט געקרוינט קעניג, דאס דארף זיין אן ערענסטן מומחה בענייני עדיוקעישאן און ארויסהאבן די בילד פון דעם תורה'דיגן און סאציאלאגישן זייט ביינזאם.

דאן קומט אן עקאנאמישן מיניסטאר, איינער וואס פארשטייט א טראפקעלע מער ווי מתקן זיין חתונה תקנות יעדע שני וחמישי, און האט די פאטענציאל אריינצוברענגען אינעם עולם די בעסיקס פון רעספאנסיביליטי, און דאס אז ווען מ'געבט אויס מער ווי מען האט, אדער ווען מ'מאכט ווייניגער וויפיל קינדער מ'האט - האט מען נישט. פינטל. חסד זאל זיך אנפאנגען - און ענדיגן - אינדערהיים כפשוטו, נישט אלס די שפיטאל אונטערן בריק וד"ל.
(אפשר וואלט טאקע גוט געווען ווען ער זעצט זיך מיטן שר החינוך, און מעטעמאטיק זאל ארויסקומען א געווינער אלס פונדאמענטאלע לימוד אין די מוסדות...)

איינעם געשטעלט אויף דירות. א צווייטן אויף די נושא פון אלטע בחורים/שידוכים/ארבייט פאר בחורים והמסתעף - אפצולערנען די סוגיא און אנקומען צו פראדוקטיווע מסקנות.

א בית דין צום זאך - אזאנס וואס זאל זיין אקאונטעבל פאר יעדן פסק, מיט אן אריינגעבויטן סיסטעם אויפצונעמען און טרענירן נייע דיינים.

א וועד זיך אפצוגעבן מיט ריסערטש און דאטא אנאלאזירונג פון אלס ארום די קהילה.

א באזע פאר פובליק רעלעישאנס, סיי כלפי חוץ - דרויסענדיגע קאמיוניטיס/גאווערמענט, סיי כלפי פריוואטע מענטשן אויסצוהערן טענות א.ד.ג., מעגליך אפי' א פתח פאר OTD / LG*T קאמיוניטיס זיך צו דורכקומען מיטן סיסטעם..

קאמיטעיען קער צונעמען פון חתן כלה מדריכים, מקוה לעידיס, ודומיהן. פארשטיין צו די אינטערנעט זאווערוכע, די נושא פון שטודירן פאר עלטערע בחורים און אינגערלייט, וכו' וכו'...

דערנאך דארף זיין א סיסטעם פון טעקס (מעמבערשיפ - מיט א מינונג..) אויסצוהאלטן די קהילישע אפעראציעס און באצאלן די איינגעשטעלטע.

נישט פארגעסן פון א מידיע נעץ - נישט קיין נעץ אריינצונארן דעם עולם און פארשטילן יעדע סיקריק, נאר אן אויסגעשפרייטע נעץ פון פארבינדונגען, וואו אמת איז די פיש און אויפריכטיגקייט זענען די קניפן...


און מיט דעם בין איך דערווייל געענדיגט פארצולייגן מיין אויסקוק פארן וועג צו שלימות (הגם אין רוב פלעצער האב איך נישט פערזענליך גענומען קיין שטעלונג, אבער דאס אליין אז טשעקס און באלאנסעס איז שפיץ פרייאריטעט דאס מיין איך איז מיין עיקר נקודה)... הוספות וועלן מעגליך נאכקומען...

!!וואויטס פאר סענדער!!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: העי העי העי, איך וויל זיין א רבי!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

צו א גרויסע ביוראקראטיע! דאס קען נאך צוריק פירן צו אונזער פארפיינטעוועטע סיסטעם אין וועלכעס מיר געפונען זיך היצטערט. ענדערש זאלן מיר עס לאזן מיט אזא איש כל הישר בעיניו יעשה, ענדערש א ליבערטעריען סיסטעם פון לעב און לאז מיך אויך לעבן. העכסטענס מיט די צייט זעצט מען צאם און מ'פרובירט אויס אויב ברויך מען צולייגן זאכן, נאר צולייגן די מינימאלע תקנות

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

נאופס! איך וואוט נישט פאר דיר.... ווייל מיט א ׳געפיקסטן׳ סיסטעם האבעך מורא אז כ׳על נאך פארכאפט און אריינגעדרייט ווערן דערין :lol: מאכמעך נישט קיין נסיונות ביטע ;)
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך קידוש »

שיינע אשכול!
איך וועל פארשלאגן מיינע געדאנקען פארן ציבור,
וואלען סיסטעם אזוי ווי עלעטארעלס. יעדע חברה/age וועלט אויס איין דעלעגאט וואס וועט רעפרעזענטירן זייערע שטימע אינעם חסידישן קאנגרעס
יעדע וועד מוז פארעפנטלעכען א טראנסקריפט נאך יעדע מיטינג פארן ציבור
אויכעט יעדע מקוה מוז קומען מיט א נאסע אין טריקענע שוויטץ
א מקוה לעדי זאל ווערן באזייטיגט נאך 3 קאמפלעינס
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך בין מיט גאלדענע, ווי מער ביורעקראטיע ס׳דא אלץ א גרעסערע פתח פאר קארופציע און פאווער עביוז איז דא.
די איינציגסטע אינסטעטוציע וואס מען דארף אויפשטעלן איז פריוואטע חדרים און שולעס וואס זאלן נישט זיין אינטערטעניג אינטער די מעגא-מוסדות & קא., נאר ס׳וועט זיין א ועד ההורים ביי יעדע מוסד באזינדער וואס וועט געפירט ווערן דורך א גרופע פון עלטערען פון קינדער אין מוסד וואס וועלן אריינגעוואוט ווערן דורך די עלטערען פון די קינדער פון יענע מוסד, די זעלבע מהלך ווי HOA ארבייט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

זייער שיין, איין זאך פארשטיי איך אבער נישט, ס'דאך שוין דא אן אלגעמיינע מערב וועלט סיסטעם וואס ארבעט זייער פיין, צו וואס פעלט אויס נאך א גאנצע רונדע פון מנהיגים און וועדות, וואס וועלן זיי צושטעלן פאר'ן עולם וואס די עקזיסטירענדע סיסטעם שטעלט נישט צו?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

אלפא האט געשריבן:רבותי, ווער איז גרייט צו דעבאטירן די נייע רבנות פאזיציע?

די רעדע איז פון אן הייפאטעטישע פאזיציע, אן ענליכע סארט צו וואס מ'האט דא געוואלט צוזאמשטעלן, אזא נייע סארט קהילה ווי עס זאל הערשן א דעמאקראטישע פרייהייט צוזאמען מיט א שטרענג תורה'דיגן לעבנס אויסקוק. אדער אפי' אן קריכן אזוי אוט אוו דע באקס, לאמיר דמיונ'ען ווי די רבנים/ראשי קהילה קומען איין טאג צום שכל, נעמען זיך צאם, און 'גענוג איז גענוג' איז די אויספיר! מיר פארמאגן גענוג פראבלעמען וועלכע ווערן נישט קער גענומען ביינזאם מיט מאסן רבנים וואס זענען אוכלים ואינם עושים, און וועלן אויפקומען מיט א געניאלן בעל-התל-ובעל-החריץ סטיל געדאנק אויפצונעמען רבנים אדער ראשי קהילה וואס טויגן צום דור - פארשטייען די מלאכה, און זיי וועלן זיך ארויסלאזן אויף יאגד נאך פאסיגע קאנדידאטן.
אין ארץ ישראל אישוין פאראן אזוינס, ראבאנוט הייסטעס. נישט אזא גרויסע סוקסעס סטארי.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:צו א גרויסע ביוראקראטיע! דאס קען נאך צוריק פירן צו אונזער פארפיינטעוועטע סיסטעם אין וועלכעס מיר געפונען זיך היצטערט. ענדערש זאלן מיר עס לאזן מיט אזא איש כל הישר בעיניו יעשה, ענדערש א ליבערטעריען סיסטעם פון לעב און לאז מיך אויך לעבן. העכסטענס מיט די צייט זעצט מען צאם און מ'פרובירט אויס אויב ברויך מען צולייגן זאכן, נאר צולייגן די מינימאלע תקנות
קודם כל, פארוואס זאל עס צוריקפירן? אויב שטעלט מען אוועק די ריכטיגע מעשורס אין פלאץ.
צווייטנס וויאזוי פלאנסטו צו האבן מוסדות, בתי דינים, מקואות, אן היימישע עקאנאמיע וואס רייט נישט אויף דיר א.א.וו.?
און אויב ווילסטו האבן אזעלכע מוסדות:
קהל'ס נער האט געשריבן:איך בין מיט גאלדענע, ווי מער ביורעקראטיע ס׳דא אלץ א גרעסערע פתח פאר קארופציע און פאווער עביוז איז דא.
די איינציגסטע אינסטעטוציע וואס מען דארף אויפשטעלן איז פריוואטע חדרים און שולעס וואס זאלן נישט זיין אינטערטעניג אינטער די מעגא-מוסדות & קא., נאר ס׳וועט זיין א ועד ההורים ביי יעדע מוסד באזינדער וואס וועט געפירט ווערן דורך א גרופע פון עלטערען פון קינדער אין מוסד וואס וועלן אריינגעוואוט ווערן דורך די עלטערען פון די קינדער פון יענע מוסד, די זעלבע מהלך ווי HOA ארבייט.
?
איז עס גראדע נישט קיין שלעכטע געדאנק, הגם איך בין יא ביי די מיינונג אז ווען יעדער מאכט שבת פאר זיך גייט קיין איין מוסד נישט זיין אהערגעשטעלט, עס דארף זיין א גרעסערע באדי וועלכע נעמט קער פאר די וואוילזיין פון די קינדער אין פאל די מוסד באגייט אומרעכטן וכדו' (חוץ אויב מ'ווארפט זיך אונטער די גאווערמענט). און וויאזוי מאכט מען זיכער אז קיינער בלייבט נישט אויסגעשפילט מיא אזא סיסטעם?
עס איז נישט קיין סתירה אז מוסדות זאלן זיין פריוואט און האבן א באורד פון עלטערן, צוזאמען מיט זיין אונטערגעווארפן נאכצוקומען די ברייטערע סטאנדארטן...
ברוך שפינוזה האט געשריבן:זייער שיין, איין זאך פארשטיי איך אבער נישט, ס'דאך שוין דא אן אלגעמיינע מערב וועלט סיסטעם וואס ארבעט זייער פיין, צו וואס פעלט אויס נאך א גאנצע רונדע פון מנהיגים און וועדות, וואס וועלן זיי צושטעלן פאר'ן עולם וואס די עקזיסטירענדע סיסטעם שטעלט נישט צו?
די אלע אידישע חלקים וואס זיי שטעלן נישט צו! חוץ אויב ווילסטו שיקן אין פובליק סקול, גיין אין קאורט ווען מעגליך, אין טייך זיך צו טובל'ען, און זיך רעגן אז כשר'ע פראדוקטן זענען הימל שרייענד...
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: אין ארץ ישראל אישוין פאראן אזוינס, ראבאנוט הייסטעס. נישט אזא גרויסע סוקסעס סטארי.
זייער אומסוקסעס איז לכאו' נישט פון די אידישע זייט שבו, מער פון די גויאישע זייט - ווי זיי האבן זיך געמוזט בייגן פאר די רעגירונג וכדו' און פארלוירן ביידע וועלטן.
און גראדע בין איך נישט זיכער אז זיי זענען א דורכפאל אין זייערע קרייזן.. איך ווייס נישט.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

קידוש האט געשריבן:שיינע אשכול!
איך וועל פארשלאגן מיינע געדאנקען פארן ציבור,
וואלען סיסטעם אזוי ווי עלעטארעלס. יעדע חברה/age וועלט אויס איין דעלעגאט וואס וועט רעפרעזענטירן זייערע שטימע אינעם חסידישן קאנגרעס
יעדע וועד מוז פארעפנטלעכען א טראנסקריפט נאך יעדע מיטינג פארן ציבור
אויכעט יעדע מקוה מוז קומען מיט א נאסע אין טריקענע שוויטץ
א מקוה לעדי זאל ווערן באזייטיגט נאך 3 קאמפלעינס
די זאכן זענען פרטים אין די ברייטערע רעפארם וואס דארף געטון ווערן.
מעגליך אלס עדווייזער וואלסטו גאר גוט געווען!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

אויב איז עס איין תקנה וועלכע קען לשטתי טוישן גאר אסאך דאס בילד ביי אונז (אויף א פראגמאטישן אופן) איז עס אויסברייטערן די היתירים און באנוץ פון ב"ק.

וועלכע וועט העלפן פינאנציעל סיי פארן יחיד - האבענדיג מער ספעיס צייט און געלט צו זיין מער פראדוקטיוו. און סיי פארן ציבור - וואו ווייניגער מוסדות און ארגעניזאציעס מיט שנארעריי וועט זיך אויספעלן. שוין אפגערעדט פון די דירות און חתונה קריזיס וועלכע וועט דראסטיש פאבעסערט ווערן, און חינוך וועט קענען זיין מער קאנציטרירט אויף איכות ווי אויף כמות... (אביסל צונומען דא און דא)

פסיכאלאגיש וועט עס בדרך הטבע פירן צו אסאך געזונטערע משפחות און מענטשן (פארשטייענדיג וויפיל ס'פארלאנגט זיך באמת פאר איין קינד..).

ענוויירמענטאליש, איז מובן מאליו... (הגם צווינגען צו רעדוצירן איז שוין די פאקערטע עקסטרעם).

און בעיקר מעג מען זיך שוין דערזען ארויס פון די 'האלאקאוסט טראמא' פון זיך מערן פשוט אלס נקמה...


צו זיין אויפריכטיג, בין איך נישט באקאנט וויפיל דערפון איז קולטוארעל און אויף וויפיל איז טאקע דא דערין אן הלכה'דיגע נושא (מסתמא צונומען ערגעץ אין מאחורי שוין..) מיין פראפאזיציע איז פון א סאציאלאגישן שטאנד.

ואולי איז עס געבינדן צום וויכוח דא מיטן 'פלעטבושן מויד' (דיסקלעימער, די חברה דארטן זענען א באנדע עמי הארצים, קיין דעבאטע קענען זיי אויך נישט פירן...), צו די מעסאגיניזם ביי אונז איז א זאך איבער וואס רבנים האבן יא אדער נישט קיין פאווער, און צו די כלל 'where there's rabbinic will, there's halachic way' איז ריכטיג...
עס איז זיך באמת ווערד א שמועס פאר זיך (ועיי"ע דא).
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אלפא האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:זייער שיין, איין זאך פארשטיי איך אבער נישט, ס'דאך שוין דא אן אלגעמיינע מערב וועלט סיסטעם וואס ארבעט זייער פיין, צו וואס פעלט אויס נאך א גאנצע רונדע פון מנהיגים און וועדות, וואס וועלן זיי צושטעלן פאר'ן עולם וואס די עקזיסטירענדע סיסטעם שטעלט נישט צו?
די אלע אידישע חלקים וואס זיי שטעלן נישט צו! חוץ אויב ווילסטו שיקן אין פובליק סקול, גיין אין קאורט ווען מעגליך, אין טייך זיך צו טובל'ען, און זיך רעגן אז כשר'ע פראדוקטן זענען הימל שרייענד...
א. די אלע אישוס איבער וואס דער עולם רעדט זיך דא אפ, אין דעם אשכול און אין אנדערע אשכולות, (דירות, שידוכים, ב"ק, בתי דין, א.א.וו.) האבן גארנישט מיט אידישקייט איינגעשטויסן און זענען שוין פונלאנג געלעהזט געווארן דורכ'ן מערב וועלט סיסטעם, און די וואס זענען נישט גייט דיין גאנצע הירארכיע אויך נישט קענען לעהזן.

ב. בלויז פאר'ן צוועק פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס דארף מען נאכנישט אויסטרעפן די גאנצע הנהגה פונדאסניי, מקוואות האט שוין מקוהUSA אן אויסגעבויטן מהלך, פאר כשר'ע פראדוקטן איז שוין דא א שלל פון סערוויסעס פון OU ביז tablet k און אלעס אינצווישן (וואס אגב, רוב פראדוקטן דארפן ניטאמאל קיין הכשר ווייל "עכט" איז בליעות עכו"ם מותר), סך הכל דארפסטו איבערצייגן דיין ווייב מסכים צו זיין צו שיקן אירע קינדער אין עקזיסטירענדע coed מוסדות און דו ביזט מסודר...

ג. איבער די טענה If there's a rabbinic will there's a halachic way איז שוין דא א גאנצע אשכול. https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 79#p457279
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
פארשפארט