בלאט 1 פון 1

ווען פרויען פירן כלל ישראל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:35 pm
דורך שמן למאור
לאור די פרישע אינטערשריפט פון ידידינו קהל'ס, און די שמועס וואס האט זיך געשאפן דערוועגן, האב איך געטראכט צו ווידמען אן אשכול אביסל צו טראכטן און לאזן די דמיון לויפן, וויאזוי וואלט אונזער שולחן ערוך און הילך החיים אויסגעזען ווען פאר טויזנטע יארן וואלטן די פרויען געווען די בעלי בתים אויף די תורה, ווען היסטאריש וואלטן די פרויען געווען די יושבי על מדון און געווען די הויפטן און דיינים לאורך כל הדורות...

נ.ב. היות די פריערדיע לינק לאזט זיך נישט געהעריג לינקן מאיזה סיבה שיהיה, עס טראגט צום פריערדיגן בלאט. וועל איך דא אהערברענגען מיין תגובה פון דארטן ככתבה וכלשונה, אז מען זאל פארשטיין אויף וועלכע תגובה די אשכול דא באציעט זיך צו
שמן למאור האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:קהל'ס, איך בין נייגעריג פון וואו דיין נייע אינטערשריפט
"where there is a rabbinic will, there is a halachic way" שטאמט.

כ'זע אז דו ברענגסט עס בשם @אלפא, אבער דאכצעך אז כ'האב עס שוין געהערט פון flatbush girl. איך בין נייגעריג ווער עס איז די מחבר פון דעם ווארט, ווייל דאס שנייד דאך אזוי טיף, עס כאפט אן די גאנצע יהדות רבנית ביי די ביצים.
כזע אז מען ברענגט עס בשם בלו גרינבערג.

עס לאזט זיך טראכטן, אויב וואלטן די פרויען געווען די בעלי בתים אויף די תורה, ווען היסטאריש וואלטן די פרויען געווען די יושבי על מדון און געווען די הויפטן און דיינים לאורך כל הדורות, ווי אנדערש וואלט אונזער שולחן ערוך אויסגעקוקט.
דאס ווייסן מיר דאך שוין אז די תורה איז איבערגעגעבן געווארן צו די חכמים שבכל דור ודור צו פארטייטשן און מחדש זיין נייע דינים, סייגים, לופהאולס, היתרים, און איסורים, הכל כפי הצורך וכפי המצב.

דאס ווייסן מיר אויך, אז חוץ פון ממש געציילטע פעלער, האבן די מענער לאורך כל הדורות שטארק אנגעהאלטן די לייצער פון פירערשאפט אינערהאלב יהדות, און דאס איז לכאורה געקומען פונעם אלוועלטליכן בליק אז די מענער זענען די וואס פירן די וועלט.

כמובן, איז יעדע שררה וואס עס פעלט אין דעם א רעפרעזענטאציע פון א געוויסע סארט עולם, וועט פעלן פון די מאס רגישות און רעכטן וואס יענע גרופע וועט באקומען.

לשבר את האוזן: שטעלט ענק פאר אז די קהל פון סאטמאר וואס באשליסט די איינגעלעגנהייטן בנוגע אלע ציבור'ישע ענינים, באשטייט בלויז פון איין גרופע פון 10 אידן, וואס באשליסן פאר ביידע סאטמאר'ס אינאיינעם. די גרופע וועט באשטיין פון זיבן ארונים, און דריי זאלונים, אוודאי פארשטייט יעדער אז די באשלוסן וועלן ענדערש זיין גענויגט לטובת קהילת מהר"א ווי איידער לטובת קהילת מהרי"י. ווער רעדט נאך אויב עס וועט זיין אלע 10 פון קהילת מהר"א און קיין איינער פון קהילת מהרי"י, דאן פארשטייט יעדער קלאר אז ממש אלע באשלוסן וועלן זיין פעסט לטובת מהר"א, און זיי וועלן זיך בכלל נישט קימערן לטובת די אנדערע קהילה.

יעדער בר דעת פארשטייט, אז אויב איז דא אפאר מענטשן וואס רעפרעזענטירן און שטעלן אוועק די געזעצן און משפטים וויאזוי א געמיינדע זאל זיך פירן, דאן כדי אז עס זאל ארויסקומען יושר'דיגע געזעצן וואס רעכנט זיך מיט יעדעם, מוז עס זיין א 50/50 רעפרעזענטאציע, אדער לכה"פ זאל יעדע גרופע האבן די פראצענט פון בענקלעך וויפיל פראצענט זיי מאכן אויס אין די פאפולאציע. דאס איז די פשוטע אלף בית פון דעמאקראטיע און יעדער פארשטייט דאס.

למעשה אבער האבן מיר דא טויזנטער יארן וואס פרויען האבן כמעט נישט געהאט קיין ווארט אין גארנישט, זיי זענען געזעצן שטיל בשעת די "מענער" האבן זיי איינגעטיילט וואס צו טון. עס לאזט זיך חקר'נען וויאזוי אונזער יהדות וואלט אויסגעזען אויב די קארטן וואלטן געווען פארקערט, און די פרויען וואלט געפירט כלל ישראל לאורך כל הדורות... וויאזוי וואלט עס אויסגעקוקט...
*
קודם כל איז קלאר אז יעדע מערידזש וואס וואלט זיך נישט אויסגעארבעט, און די מאן וואלט נישט געהאלטן ביים געבן א גט, וואלט די פרוי געקענט קומען צום בית דין, און די אידענעס דארטן וואלטן מפקיע געווען די קידושין למפרע. סטייטש? כל המקדש אדעתא דרבניות מקדש, און אויב קומט אויס אז די מאן איז אזא סארט אז ער איז א מסרב גט, דאן איז למפרע די קידושין בטל ומבוטל כעפרא דארעא, והכל על מקומו יבא בשלום. די פרוי איז מותרת לשוק.

אויב די פרוי וואלט מסרב געווען צו נעמען א גט, לאזט זיך טראכטן אויב די פרויען וואלן צוגעלאזט א היתר מאה רבניות. א חוצפה? דער וויל זיך אנפייפן אויפן הארבן חרם דרבינו אשת ר' גרשום? דאס איז פון די הארבסע זאכן ביי כלל ישראל! עס וואלט גענומען אסאך צייט און מערכות פון די מענער, ביז זיי וואלטן געקענט פוילן אזא זאך ביי די רבניות.

דאס איז קלאר אז נאר פרויען וואלטן געמעגט לערנען גמרא, די מענער וואלטן נישט געמעגט נאר עפעס חומש און רש"י, אין סאטמאר וואלט מען דאס אויך נישט געמעגט.

פרויען מעגן גיין אנגעטון וויאזוי עס גליסט זיך זיי, עס איז די אויפגעבע אויפן מאן זיך איינצוהאלטן זיינע תאוות און נישט צו קוקן. אויב קוקט ער יא איז עס זיין פראבלעם. "ער" איז עובר אויפן 'ולא תתרו' נישט זי.

אין די תורה שטייט טאקע אז די זיבן טעג פון נדה טאר מען נישט וואוינען צוזאמען, אבער שמאטעס? דאס זאלן די מענער זיך אריינשטעקן, נישט אונז! דריי א צווייטן א קאפ. גאנצע 72 מינוט זאלן מיר זיך ארומדרייען מיט א שמאטע אין אותו מקום צילוב עפעס א חומרא? נא וועי!!!

חפיפה פאר א שעה צייט?! ביסטו פאריקט? מען געבט א קוק צו ס'איז דא חציצות, און "פארטיג"! זאלן די מענער זיך רייבן מיט זייף פאר א שעה צייט אינעם ליל טבילה, נישט די פרויען.

ביי יעדע דרשה וואלטן די פרויען אריינגעגעבן פאר די מענער אז אלע צרות קומען צוליב די "מענער" אלעס זענען זיי שילדיג נישט די פרויען.

פארשטייט זיך אז פאר א מאן איז אסור צו דרייוון א קאר, ער דארף זיך דאך היטן די אויגן, נאר א פרוי מעג דרייוון, זי דארף דאך גיין איינקויפן און פירן דעם ווערטשאפט.

ראש השנה און יום כיפור וועלן זיך די מענער צוקוועטשן אויבן אינעם "מענער שול" און צאלן 300 דאלער פאר א האלבע זיץ כדי צו קענען מיטהאלטן וואס עס טוט זיך דארטן אינטן אינעם גרויסן ביהמ"ד. מען וואלט זיך ציגעהערט צו די שיינע פרויען בעלי תפילות. איי, גיטי ציעט ארויף הויעך ביי המלך... אבער יעדער ווארט מיט געדילד פאר רחי'ס ונתנה תוקף, זי לייגט עס דאך אראפ מיט אזא מתיקות אז מען קען צוגיין.

קול באישה ערוה האסטו געזאגט? דארפסט א דאקטער? ווען איז געווען די לעצטע מאל איז היסטאריע וואו א מאן האט באקומען א הרהור צוליב דאס הערן א פרוי זינגען? אפשר אינגע בחורים'לעך, דערפאר איז טאקע דא עקסטערע דעזיגנירטע בחורים מנינים. אויב מאכט זיך יא א קראנקע זכר, קען ער אדער ארבעטן אויף זיך, אדער גיין דאווענען ביי די בחורים, ווילסט איבערדרייען די וועלט וועגן איין הייסע זכר בונדל?

ווען עס וואלט זיך חלילה געמאכט א פירצה אז א מאן איז געגאנגען מאכן גלילה, וואלט רעביצין שטערבוך געשריבן גאר שארפע ווערטער אז מען זאל זיך שוין אפרייסן פון די נייע נעאלאגן וואס ברענגען אריין נייע ווינטן שאין רוח חכמניות נוחה הימנו.

ווען משיח וועט קומען רייטנדיג אויפן אייזל, וועט "זי" ווייזן מיטן פינגער אז "דאס זענען די מיידלעך וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:58 pm
דורך ברוך שפינוזה
אוי גייט דאס זיין א געשמאקע אשכול, מ'קען רעדן איבער דעם נושא טעג און וואכן און קיינמאל נישט ענדיגן... אז דו האסט שוין ערווענט חפיפה און טבילה, ווען די רבניות וואלטן געפירט די ווירטשאפט וואלט מען מקיים געוועהן דעם פסוק אין ויקרא טו טז מיט אלע הידורים און בלנים חומרא דרבי זירא און די האל ניין יארדס. טבילת נדה וואלט עפעס מיסטעריעז פארוואנדלט געווארן אין עפעס א טבילת עזריאלה וואס מ'קען יוצא זיין מיט תשעה קבין אדער א סווימינג פול, פרויען מקוואות וואלטן געוועהן א געשמאקע ספא וואו מ'קומט טשילן צופריה. מענער וואלטן געדארפט ראזירן דאס בארד, אמער, ס'דאך א חציצה פאר די טבילה... דער עולם וואלט זיך ארומגעדרייט מיט מוכין און בדים פון איין רעביצין צום צווייטן אז ס'וואלט געגאנגען א רויעך, און ביזדערווייל וואלטן די פרויען געהאט אביסל מנוחה פון זייערע מענער און סאושעלייזט מיט זייערע חבר'טעס...

די רבניות וואלטן גע'פסק'נט ווי די שיטה אין בבא בתרא דף ס אז היינטיגע צייטן איז נישט דא קיין מצוה פון פריה ורביה, ווי אויך וואלטן זיי גע'פסק'ט אז לא תקום גייט ארויף אויף א נקמה אין היטלער אויך.

מענער וואלטן געוועהן פסול פאר עדות ווייל זיי האבן נישט אזא גוטע זכרון ווי פרויען :lol:

מענער וואלטן געוועהן פטור פון מאכן הבדלה ווייל נאר נשים וואס דעתן קלות דארפן עס האבן, מענער האבן דאך דעת ואם יש דעת יש הבדלה ממילא, אבער דאך וואלט מען חושש געוועהן צו די שיטה אז זיי זענען יא מחויב אזוי וואלטן זיי געוועהן screwed.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:28 am
דורך קהל'ס נער
האסט פארגעסן דער עיקר.
מיט צוויי טויזענט יאר שפעיטער וואלט אויפגעקימען א בחור אויף סאציעל מידיא מיטן נאמען פלעטבוש בוי, און געפירט א מערכה אקעיגן די סרבניות גט

און דערנאך וואלט קהל׳ס געלייגט א חתימה,
where there is a rebitzinic will, there is a halachic way

און דאס וואלט גורם געוועהן אז שמן זאל עפענען א אשכול ״ווען מענער פירן כלל ישראל״

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:39 am
דורך יאסל ראקאווער
דא איז גוטע מקור פאר @אלפא;

חבצלת השרון ח״ב סי׳ כ"ח: מראש כל אמינא להו מה ששמעתי מפי הרב הגאון מוה"ר דובעריש ראפיפארט ז"ל אבד"ק ראווא שהי' מקובל מפי רבו הגאון בעמח"ס נודע בשערים אבד"ק לובלין ז"ל (ר' בעריש אשכנזי) שבבואו לפניו איזה שאלה מקודם הוא שוקל בשכלו על אמיתת הענין לפי שכל אנושי שהדבר אמת אז הוא מעיין עפ"י חוקי תוה"ק מה משפטו וכן הוא אצלי

וכן הוא אצלי ג"כ, הק' יאסל ראקאווער


איך וויל נאר אויסשמוסען פאר שמן המאור אז ס'איז נישט שייך אריין צוברענגען די פרויען אין די שמועס ביז די צייטען פון די רבינו תם וואס איז פון די ערשטע וואס האבן אנגעפאנגען געבן פאר פרויען גלייכע רעכטען משום דנשים דידן חשובות הם (לגבי הסבה "דכולהו נשים דידן חשובות נינהו וצריכות הסיבה"). צו שרייבען "האבן מיר דא טויזנטער יארן וואס פרויען האבן כמעט נישט געהאט קיין ווארט" ווען ביז דעמאלס זענען פרויען נישט געווען, זעט אויס פון רבינו תם, "חשובות" (מסתמא מער ווי chattel און נכסים וואס מ'קויפט פאר אישות ולזרע זרע פונקט ווי עבדים להבדיל. געדענק בעשרת הדיברות נאמרו לא תחמוד נשים, עבדים וביתו וכולן סוג אחד ואכמ"ל) איז ווי איז בכלל שייך צו רעדן פון זיי?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:41 am
דורך ברוך שפינוזה
ווען האט דבורה הנביאה געלעבט, פאר'ן ר"ת אדער נאך איהם?

נאך א זאך, די גאנצע באבע מעשה מיט ברוריה וואס ווערט געברענגט אין די ראשונים וואלט נישט עקזיסטירט, אפשר וואלט מען עס אנשטאט געבאקן אויף רבי מאיר...

בכלל וואלט מען געוואוסט אז איש חמת מלא צואה ופיה מלא זרע והכל בורחין מפניו. בזכות אנשים צדיקים נגאלו ממצרים איז דאך א גרויסע תביעה פארוואס זיי לייזן אונז נישט אויס פון גלות אמעריטשקע, ווי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן, אז דו קענסט דאך יא דאן קומט זיך דיר זיכער פעטש...

Re: ווען פרויען פירן כלל ישראל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:45 am
דורך טמיר
מען דארף נישט בויען גאנצע דמיונות. מען קען פשוט דמיונ'ן אז מענער זענען פרויען און פרויען מענער (חוץ די פיזישע איינגשאפטן) און זיך שפארן אסאך טינט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:52 am
דורך יאסל ראקאווער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:ווען האט דבורה הנביאה געלעבט, פאר'ן ר"ת אדער נאך איהם?

נאך א זאך, די גאנצע באבע מעשה מיט ברוריה וואס ווערט געברענגט אין די ראשונים וואלט נישט עקזיסטירט, אפשר וואלט מען עס אנשטאט געבאקן אויף רבי מאיר...

בכלל וואלט מען געוואוסט אז איש חמת מלא צואה ופיה מלא זרע והכל בורחין מפניו. בזכות אנשים צדיקים נגאלו ממצרים איז דאך א גרויסע תביעה פארוואס זיי לייזן אונז נישט אויס פון גלות אמעריטשקע, ווי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן, אז דו קענסט דאך יא דאן קומט זיך דיר זיכער פעטש...
איך זאג אז ווי לאנג די פרוי דארף זיין חשוב אין א ספעציעלע וועג צו ווערן אויסגעהערט איז זי איז א חשובע chattel. איר מיינונג איז קיין מיינונג נישט. איינמאל אלע פרויען זענען חשוב מיינט עס אז מ'אנערקענט זיי אלץ איינונג. זיי האבן געלאנדעט אויף אונזער פלאנעט! זיי זענען אלץ א human אנערקענט ווי אן equal.

בעסער געזאגט, דבורה הנביא האט זיך מסתם געזען אלץ א מאן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:08 am
דורך ברוך שפינוזה
בקיצור, דו זאגסט אז דבורה איז געוועהן א טרענס :lol:

למעשה גערעדט אין אונזער קעיס איבער האבן א ווארט אין הלכה איז דבורה'ס situation אסאך מער בייהילפיג ווי די ר"ת'ס פסק ווייל סוף כל סוף האט דער ר"ת נישט געהאט קיין איין תלמיד א פרוי, פרויען קענען זיין טעארעטיש גלייך פון היינט ביז איבערמארגן אבער ווילאנג זיי האבן נישט קיין למעשה'דיגע ווארט אויף זיך אליין קוקט עס אויס ווי ס'קוקט אויס. אויסער די חדר"ג וואס איז סתם געוועהן א תוצאה פונעם אייראפעאישן קולטור וואס האט זיי געפראסקעט אין פנים אריין מיט הילכיגע פראסקעס אזש זיי האבן נישט געהאט קיין אנדערע ברירה אויסער זיך צו דערוועקן צום מציאות האט זיך די מיסאגיני גארנישט געטוישט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:36 am
דורך שפילער
שמחת תורה וועלן די מענער "אויבן" אין מענער שול זיך פאשן ארים דעי קליינע פענסטערל צו קענען מיטהאלטן ווי די פרויען טאנצן...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 8:24 am
דורך אלע צוזאמען
די אשכול באלאנגט אין א שמייכל.


דיין גאנצע הנחה הייבט זיך אן פון ''און דאס איז לכאורה געקומען פונעם אלוועלטליכן בליק אז די מענער זענען די וואס פירן די וועלט'', אויב די גלייבסט אבער די אני מאמין וואס די הייליגע רמב''ם האט געזאגט, דאן פאלט עס צוזאם, ווייל ביי מעמד הר סיני וואלט די עלטערע שוועסטער מרים געדארפט ארויפגיין, אקעי, פונקט איז איר ברודער געווען גרעסער, עטליסט זאל שטיין אין די תורה ביים אויפנעמען דיינים א לשון נקבה, אבער ניין, סא...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 9:37 am
דורך שפילער
For some reason דערמאנט מיר דעי אשכול פון דעי מאווי

Gulliver's Travels

https://m.imdb.com/title/tt1320261/

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:08 pm
דורך elter zeide
ביי פרויען וואלט דער פסח געדוירט 4 ביז 6 וואכען, אין דע מענער וואלטען פסח געמאכט און 2 טאג,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:13 pm
דורך שמן למאור
אלע צוזאמען האט געשריבן:די אשכול באלאנגט אין א שמייכל.


דיין גאנצע הנחה הייבט זיך אן פון ''און דאס איז לכאורה געקומען פונעם אלוועלטליכן בליק אז די מענער זענען די וואס פירן די וועלט'', אויב די גלייבסט אבער די אני מאמין וואס די הייליגע רמב''ם האט געזאגט, דאן פאלט עס צוזאם, ווייל ביי מעמד הר סיני וואלט די עלטערע שוועסטער מרים געדארפט ארויפגיין, אקעי, פונקט איז איר ברודער געווען גרעסער, עטליסט זאל שטיין אין די תורה ביים אויפנעמען דיינים א לשון נקבה, אבער ניין, סא...
דיין פשט'ל פון מעמד הר סיני קען מען אפווענדן. דיין דיוק אז ס'זאל שטיין א לשון נקיבה איז אויך נישט ריכטיג (ודבורה יוכיח) אבער וואו קומט דא אריין די אני מאמין?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:46 pm
דורך ברוך שפינוזה
שטעל זיך פאר ווען דער רמב"ם איז ווען א פרוי וואס ער וואלט אלץ צאמגעטראפן אינעם תנ"ך און תלמוד, ער האט דאך יא פארשטאנען אן עסק, די אלע היינטיגע פעמיניסטן וואלטן זיך געקענט פארשטעקן פאר איהם. ליידער איז פונקט געלונגען פאר'ן ס"מ אז ער איז געבוירן אלץ א מאן אין די מערסט מעסאגיניסט קולטור אויפ'ן פלאנעט, אבער טאףף לאק, ארץ ניתנה ביד רשע...

בכל אופן, ביי יעדע בת מצווה און שבע ברכות וואלטן זיך די פרויען אויפגעשטעלט איינע נאכ'ן צווייטן האלטן דרשות און שיסן אויסגעדראשענע מליצות און די מענער וואלטן נישט פארשטאנען קיין ווארט און בלית ברירה וואלטן זיי געשמועסט צווישן זיך, און יעדע 3 מינוט וואלט געקומען א יפאס טויער און געזעצט אויפ'ן מחיצה און געשריגן אז מ'קען נישט הערן דעם דרשנית. וואס זעצסטו דו שוטה איינע, וואס ווילסטו, אז די מענער זאלן זיצן און קלאצן אינעם חלל אריין? זיי פארשטייען דאך נישט קיין ווארט וואס מ'רעדט דארט, ניטאמאל סמארטפאונס אין וואס אריינצוקוקן לאזט מען זיי האבן, לאז זיי שמועסן פאר א שווארץ יאר.

ביי א חופה וואלט די כלה'ס פנים געוועהן אויפגעדעקט (די עדיות דארפן דאך זעהן וועם מ'איז מקדש), נאר דעם חתן'ס פנים וואלט מען באדעקט, פארוואס נישט? דער עולם דארף דאך וואוסן אז ער איז א virgin, מורא'דיג וויכטיג. די כלה וואלט מקדש געוועהן דעם חתן מיט א האנט זייגער, ווי ס'שטייט אין פסוק "כי יקח איש אישה" און מ'לערנט ארויס קיחה קיחה מאדם הראשון און דארט האט חווה געגעבן די פרוכט פאר אדם'ן. די כלה וואלט געדארפט צוזאגן א כתובה אבער למעשה וואלטן די רעביצינ'ס אלץ געטראפן א תירוץ פארוואס עס נישט צו געבן, if they can get away with it פארוואס דען יא? ביי מצווה טאנץ וואלט סקווירא רעביצין ארומגעשלעפט דעם חתן blindfolded איבער'ן זאל ווי א cowgirl פירט איר פערד, און נאכ'ן חתונה וואלט די כלה איבערגענומען דעם cowgirl פאזיציע :twisted: עליונים למטה ותחתונים למעלה וואלט געוועהן אן איסור דאורייתא פון עבודה זרה ווייל ס'קומט פון די קריסטליכע מיסיאנערן רח"ל. :lol: :P :twisted:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:15 pm
דורך פינקע בלומען
איך ווייס נישט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען, זיכער אן אינטערעסאנטע topic

איך ווארט אויפן טאג וואס מענער וועלען זיין שולדיג פאר אלע פראבלעמען

אין מען וועט לאזן אונז מנוחה, אין סטאפען פייניגען

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 12:11 am
דורך שמן למאור
שפילער האט געשריבן:For some reason דערמאנט מיר דעי אשכול פון דעי מאווי

Gulliver's Travels

https://m.imdb.com/title/tt1320261/
איך פארשטיי נישט פינקטליך פארוואס די ארטיקל האט דיר דערמאנט פון דעם מאווי, אבער שכח עניוועי פאר די רעקאמענדאציע. כ'האב גאר שטארק הנאה געהאט... זיסע מעשה און געשמאקע קאמעדי.

ס'האט מיר דערמאנט פון די מאווי:
Journey 2: The Mysterious Island

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:23 am
דורך תרמב
עטס זענטס נשפע געווארן פון די בארבי מאווי...

די געדאנק געפעלט מיר...

די מענער גייען זיין פטור פון אלע מצוות שהזמן גרמא, נאט בעד...

שחרית מנחה מעריב אראפ פון די מעניו, נאר די הייליגע טעג און אמאל אמאל שבת מברכים גייט מען אין שוהל...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:47 am
דורך [NAMELESS]
א פיינע אשכול דאס...

ווער רעדט נאך פון די ריזיגע שילדן ״טייערע מענער, ביטע רעספעקטירן דאס פלאץ און קומען מיט צניעות׳דיגע בגדים״ אדער ״דער דורכגאנג איז געאייגנט בלויז פאר מענער״. בכלל, צניעות ביי מענער וואלט געווען וויכטיג ווי ס׳שטייט דאך ״כל כבודו בן מלך פנים״ און מען וואלט צודרייט געמאכט די מענער צו גיין מיט א הוט איבערן קאפל, ווייל אזוי זענען די אבות הקדושים געגאנגען. ״קול/שוק/שער בגבר ערוה״ וואלט געווען דער שלאגווארט פון אלע פרומע פרויען.

יום הקדוש וועלן די מענער נישט גיין אין שול ווייל זיי דארפן היטן אויף די קינדער אינדערהיים. אזוי אויך, ווען א מאן ווארט א קינד מעג ער אויספאסטן לויט רוב רעבעצינס.

״זאג נאר, ראחמיסטריווקא רעבעצין נעמט אויף מענער? אה ניין? א שאד״ וועט זיין א נארמאלער געשפרעך פון טאג. מ׳גייט זיך גיין קוויטלען ביי די רעבעצינס וואס וועלן טראגן סטראקעס אויף זייערע אכצן טוזענט דאלארדיגע מיללער אדער קרויס שפיצלען.

״וויאזוי איז געווען די ארבעט״ וועט משה פרעגן רבקה׳ן ווען זי וועט אהיימקומען און זיך אויסשטרעקן אויפן קאנאפע מיט אן עלעקטראנישער ציגארעטל און וואטסעפפ. ״ס׳איז געווען העקטיק, פרעג נישט״ וועט רבקה אונטערמורמלען בשעת׳ן קוקן א סטארי פון פלעטבוש בוי.

עניוועי, דער טריפ קען אנגיין זייער לאנג. שכח @שמן למאור

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:48 am
דורך שפילער
שמן למאור האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:For some reason דערמאנט מיר דעי אשכול פון דעי מאווי

Gulliver's Travels

https://m.imdb.com/title/tt1320261/
איך פארשטיי נישט פינקטליך פארוואס די ארטיקל האט דיר דערמאנט פון דעם מאווי, אבער שכח עניוועי פאר די רעקאמענדאציע. כ'האב גאר שטארק הנאה געהאט... זיסע מעשה און געשמאקע קאמעדי.

ס'האט מיר דערמאנט פון די מאווי:
Journey 2: The Mysterious Island
אהא איך האב הנאה .


סהאט מיר דערמאנט ווייל ביי דעי מאווי געשעהט אויך אזא איידיע דמיון אזוי ווי דא ווילסטו זאל געשעהן אז די פרויען זאלן פירן כלל ישראל און מענער זאלן ווערן די שואכערע סארט , אויך איז דא איין חלק אינעם מאווי ווי די "גרויסע" מענטש ווערט פארוואנדעלט אינעם קליינעם מענטש סא די גאנצע דמיון שבו האט מיר דערמאנט פון יענע דמיון אינעם גאנצן מאווי ...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:37 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך בין מסכים צום טויש.