רבונו של עולם איך וויל מיט דיר מאכן א בייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1528 מאל

רבונו של עולם איך וויל מיט דיר מאכן א בייט

שליחה דורך דיכטער »

פלאנעט ערד, סאלאר סיסטעם,
אריאן ארעם, מילך וועג,
ווירגא סופערקלאסטער,
באקאנטע אוניווערס.


געערטער רבונו של עולם.

אפשר מאכט מען א טויש? ווייסט דאך, יעדער האט ליב טשעינדזשעס, איז אפשר דאך זאלן מיר זיך טוישן פאזיציעס. דו וועסט זיך אראפקומען דא אונטן אויפ'ן עולם השפל און לעבן אויף דעם פלאנעט און איך וועל ארויפגיין אויבן זיך זעצן אויפ'ן כסא רם ונשא, ארומגענומען מיט מלאכים און שרפי מעלה עושי רצוני.

דו וועסט זיך פארען מיט אלע נסיונות דא אויף דער וועלט. דו וועסט ארבעטן פאר פרנסה און פארדינען אויסגעהארעוועטע געלט וואס וועט ווערן פארשווענדעט פאר נארישקייטן און דאן וועסטו זיך זען אויסגעזעקלט. דו וועסט דא ארום וואנדערן זיך וואונדערנדיג טאמער דו ביסט וויכטיג פאר איינעם, טאמער אין הימל וויל מען דיך מיט דיין עבודה, און קיינער וועט נישט קענען ענטפערן אויף דיינע פראגן, דו וועסט לעבן צווישן מענטשן און זוכן רעפוטאציע, כבוד און שטעלע און דארפן געבן כבוד פאר אלע שיינע מכובדים.

דו וועסט דארפן ווארטן אין די שורה צו באצאלן פאר די גראסעריי און אריבערגיין סעקיורעטי אינעם עירפארט - נאכן זיצן אין טרעפיק א שעה צייט און דאן זוכן פארקינג נאך צוואנציג מינוט - א פערטל שעה פאר די געיט מאכט זיך צו, און מיך וועלן אלע דארפן געבן כבוד און שעצונג אן קיין סוף און וויפיל זיי געבן וועט עס נישט זיין קיין טיפה של ים צו וויפיל עס קומט זיך מיר. דו וועסט זיין אין אנגסט און נישט וויסן וואס דער מארגן גייט ברענגען און איך וועל זיין דער צופה ומביט מסוף העולם ועד סופו עד סוף כל הדורות.

דו וועסט זיך מוטשען מיט יעדע זאך און פרובירן צו זיין בשמחה טראץ די אלע אומשטענדן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך און איך וועל צערענען יעדער מאל וואס דו באגייסט א זינד און מיט פיל רחמים וועל איך ווארטן פאר דיין תשובה.

דו וועסט פאלן און פרובירן זיך צו הייבן איין מאל און נאכאמאל און ווידער אמאל ביז דו וועסט פילן אז עס לאזן זיך אויס אלע דיינע אויסזיכטן זיך אויפצושטעלן, און איך פון אויבן וועל פארשרייבן אלע דיינע טאהטן און נישט פארקוקן קיין שום זינד אדער מצוה וואס דו ביסט באגאנגען.

דו וועסט וואנדערן אכציג בלוטיגע יאר אויף דעם פלאנעט און דאן וועל איך באשליסן טאמער עס קומט זיך דיר שכר.
דו וועסט דארפן צוקוקן וואס עס טוט זיך אפ דא אויף דעם וועלט מיט דיינע פליישיגע אויגן און איך וועל זיין דער דערבארעמדיגע פאטער מיט ענדלאזע רחמנות וואס קען נישט צוקוקן ווי א איד האט צער.

איך וועל פאר'משפט'ן דעם וועלט איינמאל א יאר און באשליסן ווער עס וועט לעבן און ווער עס וועט שטארבן. ווער עס וועט ליידן און ווער וועט לעבן רואיג. ווער וועט זיין רייך און ווער ארעם. און דיין אויפגאבע וועט זיין צו ערוועקן מיין רחמנות און שטילן מיין צארן, מיטן קול פונעם שופר.

דו וועסט זיך בעטן ביי מיר פאר דיינע טאג טעגליכע געברויכן און איך וועל באשטימען טאמער עס קומט זיך דיר.

צו מיר וועלן געהערן אלע פארמעגנס אויפן וועלט און דו וועסט זיך דארפן בעטן ביי מיך פאר א שטיקל ברויט און מיך באערן און דערהייבן מיט אלע לשונות פון לויב ווען איך געב דיר דיינע הויזן אנצוטון אינדערפרי.

נו, גיימער אויף דעם? פאר פינף מינוט? איין מינוט? דו האלטסט נישט דערביי, הא? אפילו נישט פאר א טויזענטסטל פון א רגע... אויב אזוי דאן פארשטיי אונז, מיר וועלכע זענען יא דא פארשטעקט פאר אכציג יאר, אן אונזער ווילן אדער הסכמה און פרובירן דאך צו טוהן אונזערע בעסטע, לויט אונזערע אומשטענדן טראץ דעם וואס מיר זענען אזוי מאכטלאז, עמפפינדליך און שוצלאז. ביטע, אז דו ווילסט זיך נישט בייטן דאן ווייניגסטנס פארגעב.

מיט פיל טרויער, ליבשאפט, ווייטקייט, האפענונג, יאוש, ערווארטונג, אנטוישונג, שטרעבונג און האס.

דיין זון וועלכע דו האסט פארלאזט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דיכטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר