אומן אומן ראש השנה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

אומן אומן ראש השנה

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ווייניגער ווי צוויי וואכן צו ראש השנה, א טאג וואס טויזענטער ברעסלבער חסידים וואלטן געוואלט ווי אלע יארן פארן צו זייער גרויסע רבי וואס האט געהייסן קומען פראווען די הייליגע ערשטע טעג פונעם יאר ביי אים אין קווארטל, טויזענטע חסידים און אנשים מעשה וואס פילעווען אין די גרויסע אור וואס וועט ברענען ביז משיח'ס אנקום זענען ווידעראמאל באזארגט און אנגעצויגן, גייט מען דאס יאר ווייטער נישט קענען געהעריג צוקומען צום הייליגן שטאט על ארץ הטמאה, און וואס איז יעצט דער תירוץ?

איין יאר איז עס געווען קאוויד, ווי כאילו אין 'אוקריינע' האט איינער איינגעהאלטן עני קאוויד גיידליינ'ס, ווער ס'ווייסט וויאזוי דאס דורכגעפוילט קארופטירטע לאנד פירט זיך, ווייסט אז ס'נישט במציאות אז איינער זאל אפילו צוהערן צו די גאווערמענט, אבער אויף די אידן האט מען זיך אויסגעגעבן, נאכדעם איז געקומען די מלחמה, ווייטער אין יענע חלק לאנד, זעהט מען קוים קוים אז שלאכטן גייען פאר, אבער חס וחלילה מ'זאל קענען אריינקומען, יעצט ווען די פייטינג האט זיך שטארק אפגעשוואכט דארף מען א פרישע תירוץ, אה מ'האט איינס, 'ביבי' וויל נישט אננעמען אוקריינישע פליטים.

מ'האט געכאפט דעם גנב! יעצט גייט מען זיך נוקם זיין אין אלע אידן, דער אזוי גערופענער אידישער 'זעלענסקי' סטראשעט און בריקעוועט, אז ווייל דער אידישער לאנד נעמט נישט אריין גענוג פליטים, דהיינו, זיי נעמען אריין, אבער נישט גענוג לויט זיין פארשטאפטע קאפ, און אויך ווייל מדינת ישראל גיבט נישט גענוג וואפנ'ס פאר די מלחמה וואס 'פוטין' פארפירט, -איי מדינת ישראל איז געווען דער ערשטער אויפצושטעלן א פעלד- שפיטאל פאר די אוקריינער סאלדאטן, און 'ביבי' האט זיך זיינע פאליטישע חשבונות פארוואס ער קען נישט געבן מער און בעסערע געווער, ווייל ער דארף זיין גוט מיט 'רוסיע' וועגן די שלאכטן אין 'סיריע', גייט אים נישט אן דער 'זעלענסקי'נען,-
דעריבער קענען די חסידים נישט קומען צו זייער רבי, און דאס איז שוין חוץ די אומ-דערהערטע $40 טעקס, וואס די רעגירונג האט ארויפגעלייגט אויף יעדער וואס באזוכט אומן, אבער געדענק מ'טאר נישט פארדאמען דער אוקראינישער פרעזידענט ער איז א איד, אבער 'פוטין' ער איז דער שלעכטער, וואס הייסט ער איז דער פירער פון א לאנד ווי די באלשעוויקן, קאמעניסטן און די צאר'ן ימ''שם האבן געוועלטיגט, איי ער איז גוט צו אידן, וואס פרעגסטו קשיא'ס.

א חסיד וואס וויל אנקומען צום רבי'ן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר