דמיטרי'ס שיקזאַל [תגובה #500]

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

דמיטרי'ס שיקזאַל [תגובה #500]

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

אַ חתונה פון מאָרישקעס, נישט בפועל ממש, אָבער אַז אַן עליען קוקט אַראָפ פון אויבן וואָלט זיך אים געקענט דאַכטן אַז די שוואַרץ געקליידעטע מענטשן בוּזשווענען אַרום אַ פאַרפוילטע שטיקל עפל... ((דערמאַן איך זיך אַ ווערטל: געווען אַמאָל צוויי עליענס וואָס האָבן אַראָפגעקוקט אויף אוּנזער וועלטל מיט וואוּנדער. באַמערקנדיג אַ שלעפּער-טראָק וועלכע שלעפט צוויי קאַרס, געבט זיך איין עליען אַ רוּף אָן צום צווייטן: געב אַ קוק, זי איז פאַרשוואַנגערט מיט צווילינגס...))

אין דעם מאַסן צוזאַמקום צו פייערן דאָס שמחה פונעם ערוואַרטעטע באַגוואַלדעגוּנג און דאָס פאָטענציאַלע אויפבוי פון ליבע, שטייט דמיטרי דער "וועיטער" און שוויצט אַריין נישט נאָכיאָגענדיג צו צוזאַמנעמען די אוּמבאַרירטע פאָרציעס.

דמיטרי איז שוין אַן ערשעפטער, פון נאָכמיטאָג שטייט ער שוין אין קיך. טעלערס האָבן זיך שוין צעשאָסן, אַ קליינע שניט געכאַפט אויפן פינקי, זיין באָסס האָט שוין אויף אים געשריגן רוסישע לויזונגען. שוין אויפגעווישט דאָס "קאַרפּעט" פונעם לאַבּי - ווי ס'שיינט האָט דאָס קאַשקעטל אינגל טאַקע געוואוּנען דעם פאַרמעסט פון אַריינריקן די מערסטע זויער-פיקלס אָבער אַ קורצע צייט דערנאָך האָבן די זויער-פיקלס אינטער גענומען אַ קאָנטער אָפענסיווע און דאָרעך-געבראָכן די שוץ ליניעס... (וואָס מענטשן טוען נישט אַלץ פאַר אַביסל אויפמערקזאַמקייט נעבעך!).

מיסטער! מיסטער! האָט א מיטליעריגער איד געפאָכעט צו דמיטרי, "ברינג מאָר אייס" [ברענג מער אייז] האָט ער באַפוילן דמיטרי. דמיטרי האָט זיך נאָכמער צוגעיאָגט. אין איין האַנט באַלאַנסירט ער פיר פינף טעלערס און אויף דעם אַפאָר לויזע גאָפלעך וועלכע זיצן ביים שוועל פון טראַסקען. אין דאָס צווייטע האַנט האָט ער גענומען דעם ליידיגן שיסל אייז און געשפאַנט צום קיך.

אגב ס'איז נישט קיין אויפגעבאַקענע מעשה.

געזעסן איז ביים טיש אַן עלטערע איד און אַריינגעקוקט אין אַ ספר. מעגליך אַז אין חדר האָט מען אים אויסגעקליבן אַלס דער באַשטימטער פורים רב. דער אמת איז אַז איך ווייס נישט, און איך וויל נישט וויסן זיין היסטאָריע, אונטערשטע שורה ער האַלט זיך נישט ממש פאַר קיין לץ, אָבער האָט יאָ אַלץ דעם גלייך-ווערטל אויפן פלאַץ. יעדע פאָר מינוט געט ער זיך אַ מיש אַריין אינעם שמועס, יעדער הערט זיך צו (בעיקר כולל אינגעלייט וואָס פרייען זיך נאָך צו האָבן אַ קוּזינס חתונה) און שמייכלען פון זיין גלייך-ווערטל.

גייט נישט דאָרעך קיין צוויי מינוט און דמיטרי קומט צוגיין מיט אַ פרישע שיסל אייז און לייגט עס אַראָפ אויפן טיש. דער געשמאַקער איד געבט זיך אַ רוף אָן צום וועיטער:
IS THE ICE FRESH?

דמיטרי האָט גאָרנישט געענטפערט פשוט נישט כאַפענדיג די שאלה, אזוי אויך האָט דער ציבור ביים טיש געוואַרט צו הערן דעם אויספיר.

I SEE IT'S FROZEN, I HOPE IT'S FRESH...

חחח חחח, אַלע קליין-קעפיגע אינגעלייט האָבן געקראַצט די בערד און געלאַכט אין פנים אַריין פונעם פאַרלוירענעם וועיטער. איך ווייס נישט צו דמיטרי האָט פשוט נישט געכאַפט דעם דזשאוק, צו אפשר האָט ער נישט קלאָר געהערט. גאַנץ מעגליך אַז ער ווייסט ניטאַמאָל וואָס מיינט אויפלאָזן עסן פונעם פריזער, זיין ווייב פאַקט נישט אָן דעם פריזער זעקס וואָכן בעפאָר יום טוב מיט פיש און קוכן. זי גייט און קויפט זיך וואס זי ברויך און פערטיג. איך מיין אַז ער האָט געהאַט אַ שוואַכע ענגליש סא מן הסתם איז דאָס געווען די סיבה.

ווען דער געשמאַקע זיידע האָט געזען אַז דער גוי פאַרשטייט נישט וואָס ער זאָגט, האָט ער געגעבן אַ מאַך מיט די האַנט (אין פאָרנט פונעם וועיטער'ס אויגן) "וואָס פאַרשטייט אַ גוי?" ער האָט צוריק אַריינגעקוקט אינעם ספר מיט אַ גלייכגילטיגקייט ווי כאילו ער האָט נאָרוואָס געגעבן אַ פעטע קאָמפלימענט.

דמיטרי האָט אַוועקשפאַצירט רויט!

כ'ווייס אפילו נישט וויאַזוי צו אויספירן. כ'האָב זיך געשעמט צו זיצן ביי דעם טיש, און זיין אַ טייל פונעם "נאַרסעסיסטיק" ציבור.

אין איין ווארט: "קליינע בעיביס!"
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

מזל טוב צוזאמגעדרייט פאר תגובה #500 !!!

יהי רצון זאלסט אנקומען צו תגובה #1000 אסאך שנעלער!..
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מזל טוב חבר טייערער, אז ביי 500 איז מען צאמגעדרייט, דעמאלטס ביי 1000 וועט איר זיין פיין צאמגעקניפט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
טראלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך טראלל »

אדער קען זיין (כלומר איך האף...) פארקערט, ער איז אנגעקומען צאמגעדרייט און צוביסלעך טוט ער זיך אויסגראדן. :P
פארשפארט