בלאט 1 פון 2
ווילאמסבורג דיסקרימינאציע
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:28 pm
דורך אלע צוזאמען
די w fresh גראסערי אין ווילאמסבורג האט ארויס געלייגט די מודעה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:44 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
דאס איז נישט לעגאל. און ס'וועט נאר ברענגען צרות.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:44 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
וואסיז דאס אנדערש פון אויף א באס, ביהמ״ד וכו׳?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:46 pm
דורך אלע צוזאמען
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:וואסיז דאס אנדערש פון אויף א באס, ביהמ״ד וכו׳?
דארט איז עס נישט אפיציעל.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:48 pm
דורך דערהויבענע איד
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:דאס איז נישט לעגאל. און ס'וועט נאר ברענגען צרות.
איך האלט אז נאר גוטס וועט ארויסקומען פון דעם, אזוי וועט שוין ענדליך אנקומען די לאנג ערווארטע טיילונג.
Re: ווילאמסבורג דיסקרימינאציע
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:58 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אלע צוזאמען האט געשריבן:די w fresh גראסערי אין ווילאמסבורג האט ארויס געלייגט די מודעה
ייש"כ עקסטראמיסטן! ייש"כ פאר'ן צוגרייטן די נעקסטע דור פון מאלעסטארס
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:18 pm
דורך תשפג
פאר א סיבה האבן זיי עס נישט געשריבען אין ענגליש..
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:26 pm
דורך אלע צוזאמען
אלע צוזאמען האט געשריבן:בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:וואסיז דאס אנדערש פון אויף א באס, ביהמ״ד וכו׳?
דארט איז עס נישט אפיציעל.
אויף די בארא פארק באס למשל, שטייט אז יעדער מעג זיצן ווי מ'וויל.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:31 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
תשפג האט געשריבן:פאר א סיבה האבן זיי עס נישט געשריבען אין ענגליש..
גוגל טראנסלעיט פארטייטשט אין א מינוט וואס ס'שטייט דארט. מיר גרייטן אן צימעס פארן ניו יארק פאוסט!
Re: ווילאמסבורג דיסקרימינאציע
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:37 pm
דורך הרבי האמיתי
וויאזוי ספעלט מען registers אין אידיש?
Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 3:37 pm
דורך שמן למאור
IMG_20230907_153632_276.jpg
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:14 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
אלע צוזאמען האט געשריבן:די w fresh גראסערי אין ווילאמסבורג האט ארויס געלייגט די מודעה
מערקט אן אז סאיז ספעציעל אויסגעשטעלט צו דיסקרימינירן די מענער, מהאט אנגעזאגט אז די פרויען זאלן נישט סערווירן קיין מענער, ווידער מענער מעגן סערווירן פרויען.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:24 pm
דורך סקעפטיקער
די עולם כאפט נישט דעם ענין. מ'דרייט זיי שוין לאנג א קאפ וועגן די פרויען ביי זייערע רעדזשיסטערס, האבן זיי באשלאסן אז עם עקש תתפתל, און די פרויען וועלן טאקע נישט סערווירן קיין מענער, אזוי האבן די קנאים גארנישט אויפגעטוהן (ווייל ביז יעצט איז אויך געווען די אפציע נישט צו גיין צו די פרויען)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:32 pm
דורך סמבטיון
זיי ענדיגן צו מיט קליינע ווערטער אז זיי האפן אז דער עולם וועט האבן פארשטענדעניש, ווי וועט זייט א פאל , ווען דער עולם פארשטייט נישט פארוואס די שובבים מען דארף זיין פרימער ווי די פויפסט?
Re: ווילאמסבורג דיסקרימינאציע
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:44 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
שמן למאור האט געשריבן:IMG_20230907_153632_276.jpg
נישט שיין צו וועריפייען ברבים. איך האף זיי האבן א צימער פאר דעם.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 5:11 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
הרבי האמיתי האט געשריבן:וויאזוי ספעלט מען registers אין אידיש?
Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk
1. רעזשעסטער
2. רעדשיסטער
3. רעזשיסטער
4. רעסשעסטער
5. רעדזשיסטער
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 5:28 pm
דורך עמק הבכא
דער עולם כאפט טאקע נישט גלייך די ליצנות פון דעם צעטל?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 5:55 pm
דורך קהל'ס נער
וואס וועט זיין די דין ביי איינער וואס איז געי, דארף ער נאך אלץ גיין צי די מענער רעזשיסטער, אדער איז ער גאר מחויב צי גיין צי די פרויען רעזשיסטער?
אם תמצא לומר אלץ לא פליג דארף ער נאך אלץ גיין צי די מענער רעדשיסטער, וואס וועט זיין ביי איינער וואס אידענטיפייד זיך אלץ א פרוי, צי וועלכע רעדשיסטער דארף ער/זי גיין?
Re: ווילאמסבורג דיסקרימינאציע
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 5:57 pm
דורך שלג זהב
די בעלי בתים פון w פרעש אינטערסירט נישט קיין טראפ די גאנצע מערכה, און די גאנצע שיגעון גייט זיכער נישט ווערן אינפארסירט, אויב עפעס איז דאס נאר א טריץ קעגן די קנאים זיי צו ווייזן אז זיי פלאנען נישט אויפצוזאגען די נשים ארבייטער נאר וועגן א ק"ק, און אויב זיי ווילן דווקא זאלן זיי זיכער מאכן צו ווארטן אין די מענער לעין...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 7:19 pm
דורך berlbalaguleh
סמבטיון האט געשריבן:זיי ענדיגן צו מיט קליינע ווערטער אז זיי האפן אז דער עולם וועט האבן פארשטענדעניש, ווי וועט זייט א פאל , ווען דער עולם פארשטייט נישט פארוואס די שובבים מען דארף זיין פרימער ווי די פויפסט?
ביים פויפסט אליין דרייען זיך אויך נישט ארום קיין נשים.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 7:43 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
berlbalaguleh האט געשריבן:
ביים פויפסט אליין דרייען זיך אויך נישט ארום קיין נשים.
און אויך נישט ביי אלע קאטוילישע גלחים מאלעסטארס וואס האבן זיך געשפילט מיט קינדער.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 7:54 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב איינס און א גוטס מיט וואס נאך די סאכדעס גייט ארויסקומען. אויסער פארלאנגען אז די גראסעריס זאללן בויען מחיצות און א סעפערעיט אריינגאנ פאר נשים. נאר דער מנהל גייט עס מעקן אז ס'איז ..."שלא מן העניין".( אזוי ווי אייביג ביי מיר).
נאר ערנסט גערעדט א "מענטש"/ בר נש וועלכער באקומט (ח"ו) הרהורים פון שטיין אין א ליין אין גראסערי אדער באצאלן פאר א פרוי ביים רעדזשיסטער דארף אומבאדינגט זעהן א דאקטער.
ס'געווען אמאל ביים גאב"ד זצ"ל ווען א פאר קנאים האבן געוואלט איינפיהרן אז מ'זאל בויען מחיצות מיט א קליין פענסטערל פאר די נשים וועלכע קומען ארויף אין די לשכה פרעגן שאלות אין ענייני איסור והיתר. דער גאב"ד האט עס נישט צוגעלאזט. און ער האט געזאגט אז ווער ס'האט א פראבלעם ווען א פרוי קומט ארויף פרעגן א שאלה, דער באלאנגט נישט אין הוראה...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 7:57 pm
דורך שמן למאור
Screenshot_20230907-195702_X.jpg