בלאט 1 פון 1

ווין נייעס אין א קאמפ קעגן די ADL

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:10 pm
דורך שמן למאור
די ענגלא-אידישע Vin news נייעס סטאנציע איז ארויס מיט א פאטיציע קאמפיין אז די ADL זאל ארויסנעמען די ווארט "אידיש" פון זייער מיסיע סטעיטמענט.

די ADL איז ווי באקאנט די עלסטע ציווילע רעכטן ארגאניזאציע, זייענדיג איבער 110 יאר אלט און איז די גרעסטע אקטעוויסט גרופע קעגן אנטיסעמעטיזם אין אמעריקע.

די גרופע ווערט געפירט דורך פרייע אידן און איז געווארן גאר לינק דורכאויס די יארן. זיי זענען געווען אקטיוו אין די צווילע רעכטן מאוומענט אין די זעכציגער יארן קעגן די אפרעסיע פון די שווארצע געמיינדע, און היינט זענען זיי שטארקע שטיצערס פין די להטבי"ם געמיינדע. זיי פארשטייען הפנים, אז זיך שלאגן מיט האס אין בעגעטריע קעגן אידן גייט סונאנום מיטן זיך שלאגן קעגן האס און ראסיזם פון סיי וועלכע סארט.

דאס האט כמבון געברענגט אז רעכטע עלעמענטן זאלן נישט גלייכן די ADL, און אפילו געוויסע היימישע בתוכינו גלייכן נישט זייער גאר שטארקע לינקע אקטעוויזם.

לעצנסט זייט אילאן מאסק האט איבערגענומען טוויטער, האט די ADL באמערקט אז עס טוט זיך א גרויסע אויפשטייג פון אנטיסעמיטן וואס הייבן זיך די קעפ אויפן פלאטפארמע, האבן זיי געריפן אז עדווערטייזערס זאלן אויפהערן צו שטיצן טוויטער. אילאן האט געלאזט וויסן אז ער וועט זיי סוען פאר דעפעמעישן, און בליץ שנעל האט זיך פארשפרייט דעם BantheADL#

יעצט כאפט זיך ווין נייעס ארויף אויפן באן, און זיכט זיך אפצובראטן זייער אייגענע פאטעיטע. און ריפט פאר זיי זיך אפצוזאגן פון די ווארט "jewish".

אויף טוויטער האט דער היימישע קאנטערווערסיעלע בלאגער "יעקבוואלף" געשריבן ווי פאלגנד:

Know the rules:

Criticizing the ADL = antisemitism.
Criticizing Israel = activism.
Criticizing Soros = antisemitism.
Criticizing Orthodox Jews = activism

די באקאנטע hasidic1 קאנטע האט דאס ריטוויטעט, און עס האלט איצטער ביי איבער 43k וואויז. דאס האט פאראורזאכט א שמועס, כאפט א בליק:
Screenshot_20230907-203215_X.jpg
דאס אז היימישע אידן רייסן אראפ "די עצם עגזיסטענץ" פון די ADL, און לייקענען אז דאס איז א אידישע צווילע רעכטן גרופע, ווייזט נאר אז געוויסע אידן לייגן זייער רעכטע אידעאלן העכער זייער עצם וואוילזיין. זיי רייסן אראפ א גרופע וואס איז דא צו באשיצן די זיכערהייט פון "אלע אידן" אינאיינעם, און זיי וועלן אויס די זייט פון די אנטיסעמיטן וואס זיכן צו אנאלירן די גאנצע עגזיסטענץ פון א אידישע דעפענץ גרופע - אדער אידן בכלליות.

די ארטיקל איז פול מיט ליפטיגע באשילדיגונגען אז די גרופע איז נישט "גענוג" רעכט, און פיקן ארויס געוויסע עפיזאדן ווי זיי וואלטן געקענט האנדלען אנדערש, און מיט דעם רייסן זיי אראפ די גרעסטע און מערסט איינפלוסרייכע אידישע דעפענס גרופע אין אמעריקע.

זיי פירן אויס דעם ארטיקל:
It would be beneficial for the Jewish community if the ADL would recognize what is already abundantly clear. It is a political organization, not a religious one, and it’s time for that to become official.

אנטשולדיגט מיסטער שרייבערל, די ADL האט זיך קיינמאל נישט אהערגעשטעלט אלס א רעליגיעזע ארגאניזאציע, זיי זענען דא צו פייטן האס קעגן אלע אידן אינאיינעם. היטלער האט נישט געמאכט קיין חילוק צווישן ערליכע אידן, מיט אפגעפארענע אידן, רעכטע אידן צו לינקע אידן. ער האט אלעמען אינאיינעם אריינגעווארפן אין די גאז קאמערן. דאס אז זיי זענען אויך שטארק לינק און טוען אמאל פאר אנדערע צעווילע רעכטן, מאכט זיי נאכנישט פאר קיין פאליטישע ארגאניזאציע.

צו לייקענען אז די ADL איז א גרופע וואס באקעמפט אנטי- סעמעטיזם איז פשוט לייקענען שמש בצהרים. כאפט נאר א בליק אויף זייער טוויטער קאנטע זיי זענען ביזי רוב צייט מיטן באקעמפן אנטיסעמעטיזם. אוודאי ריקט זיך "אויך" אריין לינקע אקטעוויזם, אבער דאס איז קלאר נישט זייער נומער 1 פריאריטעט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 6:11 am
דורך [NAMELESS]
אילאן איז סתם ברוגז אויף זיי ווייל זיי גייען ארום זאגן פאר עדווערטייזערס אז מ׳זאל אויפהערן צו עדווערטייזן אויף x ווייל ס׳איז דא א אויפשטייג אין אנטעסעמעטיזם, אבער ער טענה׳ט אז ס׳איז נישט דא קיין שום סטאדי וואס זאל פראוון זייער פוינט, און זיי זוכן איהם סתם אונטער צוברענגען ווייל ער איז מער רעכט געשטימט, און ער איז גערעכט לענ״ד, ווייל די מציאות האט געוויזן אז ווען א גרופ באקומט צופיל פאוער, אפילו זיי מיינען נאר גוטס ווערט עס צום סוף קאראפטירט, און מענטשן הייבן אן שטיפן זייער אייגענע אדזשענדעס.

איך האלט גראדע אז די adl טוט אסאך גוטע זאכן, אבער ס׳איז זייער גוט אז זיי כאפן אפאר גוטע פעטש פון צייט צו צייט, ווייל אזוי וויסן זיי אז זיי דארפן זיך האלטן אין די ראמען.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 6:20 am
דורך [NAMELESS]
דרך אגב האב איך שוין לאנג א שאלה אויף די adl, פארוואס ווען ס׳איז דא אנטיסעמעטיזם פון די לינקע למשל פון AOC, הערט מען נישט גארנישט פון זיי, ווי זענען זיי דעמאלטס מיט אלע זייערע שארפע פארדאמונגען?.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 8:06 am
דורך שמן למאור
עמקות המחשבה האט געשריבן:דרך אגב האב איך שוין לאנג א שאלה אויף די adl, פארוואס ווען ס׳איז דא אנטיסעמעטיזם פון די לינקע למשל פון AOC, הערט מען נישט גארנישט פון זיי, ווי זענען זיי דעמאלטס מיט אלע זייערע שארפע פארדאמונגען?.
ברענגט א משל פון א פאל וואס AOC האט געפרעדיגט אנטיסעמעטיזם, כ'וויל טאקע נאכגיין אויב זיי האבן גארנישט געטון.

כ'וויל אויסקלארן. מעג מען קריטיקירן די ADL, און מען מעג האלטן אז זיי טון נישט גוט אמאל, אבער אין אלגעמיין איז א גוטע זאך אז ס'איז דא א שטארקע אידישע אקטעוויסט גרופע וואס באקעמפט אנטיסעמעטיזם, אפילו זיי האבן א שוואכע פונקט פאר לינקע וואס זאגן האלבע סטעיטמענטס. אויב זאלן זיי פארקוקן הארטע אנטיסעמעטיזם פון די לינקע דאן איז טאקע א גרויסע אישו

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 8:20 am
דורך זופ מיט מאנדלען
איינער וואס פאררופט זיך אלס אידישער פארטרעטער און פארשטייער זאל ביטע נישט אריינרעדן אין קאנטרעווערסיאלע טעמעס וואס רעגן אויף אנדערע. דאס איז וואס ברענגט אנטיסעמעטיזם.

סאיז היפאקראטיוו צו זאגן אז וויבאלד די עי.די.על נעמט זיך אויך אן פאר אידן זענען זיי שוין אימיוניזירט פון יעדן קאנסקוונעץ, אזש זיי מעגן שוין קענסלען פירמעס און נעמען אלגעמיינע שטעלונגען, ווילאנג זיי נוצן דעם אנטיסעמעטיזם פאן צו שטופן אגענדעס וואס האט גארנישט מיט אנטיסעמעטיזם באגייען זיי א אומרעכט אנטקעגן די אידישע געמיינדע.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 9:47 am
דורך אלע צוזאמען
שמן למאור האט געשריבן:
אנטשולדיגט מיסטער שרייבערל, די ADL האט זיך קיינמאל נישט אהערגעשטעלט אלס א רעליגיעזע ארגאניזאציע, זיי זענען דא צו פייטן האס קעגן אלע אידן אינאיינעם. היטלער האט נישט געמאכט קיין חילוק צווישן ערליכע אידן, מיט אפגעפארענע אידן, רעכטע אידן צו לינקע אידן. ער האט אלעמען אינאיינעם אריינגעווארפן אין די גאז קאמערן. דאס אז זיי זענען אויך שטארק לינק און טוען אמאל פאר אנדערע צעווילע רעכטן, מאכט זיי נאכנישט פאר קיין פאליטישע ארגאניזאציע.

צו לייקענען אז די ADL איז א גרופע וואס באקעמפט אנטי- סעמעטיזם איז פשוט לייקענען שמש בצהרים. כאפט נאר א בליק אויף זייער טוויטער קאנטע זיי זענען ביזי רוב צייט מיטן באקעמפן אנטיסעמעטיזם. אוודאי ריקט זיך "אויך" אריין לינקע אקטעוויזם, אבער דאס איז קלאר נישט זייער נומער 1 פריאריטעט.
די ADL היינט צוטאגס איז א פאליטיש לינקע ארגענעזאציע, וואס טוט אמאל אמאל פארדאמען אנטיסעמיטיזים, און בעיקר אויב און ווען ס'קומט פון די רעכטע.
ס'האט זיך געפענט מיט גוטע כוונת, לכאורה, אבער כהיום, טוען זיי כמעט גארנישט קעגן עכטע אנטיסעמיטיזים.
האבן זיי פארדאמט 'מאכמוד אבאס' ימ''ש פאר זיינע ריין אנטיסעמיטישע ווערטער צוויי טעג צירוק? אה ער איז געווען צו ביזי פייטן מיט 'מאסק'.
האבן זיי אמאל פארדאמט 'ביל דעבלאזיא', ווען אידן זענען אטאקירט געווארן טעגליך אין ברוקלין אונטער זיין פירערשאפט?
זיי זענען אפילירט מיט 'לואיס פאראקאן' ימ''ש, וואס דארף מען מער ווי דעם?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 2:11 pm
דורך שמן למאור
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איינער וואס פאררופט זיך אלס אידישער פארטרעטער און פארשטייער זאל ביטע נישט אריינרעדן אין קאנטרעווערסיאלע טעמעס וואס רעגן אויף אנדערע. דאס איז וואס ברענגט אנטיסעמעטיזם.

סאיז היפאקראטיוו צו זאגן אז וויבאלד די עי.די.על נעמט זיך אויך אן פאר אידן זענען זיי שוין אימיוניזירט פון יעדן קאנסקוונעץ, אזש זיי מעגן שוין קענסלען פירמעס און נעמען אלגעמיינע שטעלונגען, ווילאנג זיי נוצן דעם אנטיסעמעטיזם פאן צו שטופן אגענדעס וואס האט גארנישט מיט אנטיסעמעטיזם באגייען זיי א אומרעכט אנטקעגן די אידישע געמיינדע.
זיי קלעימען נישט צו פארטרעטן די אידישע מיינונגען בנוגע אלעס אין די וועלט. זיי פארריפן זיך אידיש סיי ווייל זיי זענען אידיש און אויך ווייל זייער עיקר ציל איז צו באקעמפן אנטי-סעמעטיזם און האס קעגן אידן. פינקט ווי דער מאדערנע איד קען נישט קומען מיט קיין טענות צו חסידישע אידן פארוואס מיר פארריפן זיך אלס "אידן" און מענטשן וועלן יעצט מיינען אז אלע אידן זענען אזוי עקסטרעם.

מען מעג האלטן אנדערש פון זיי, מען מעג זיי קריטיקירן ווען זיי טוען עפעס נישט גוט, און אילאן מעג האבן א סוכסוך מיט זיי, אבער זיי האבן פיקט אזוי א רעכט זיך צו ריפן אידיש און טון וואס זיי האלטן אז עס פעלט זיך אויס אראפצוברענגען האס און ראסיזם.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 2:14 pm
דורך שמן למאור
אלע צוזאמען האט געשריבן:

האסטו מיר געפאלג און געקוקט זייער אייגענע טוויטער פיעד איבער וואס "זיי" זענען בעיקר ביזי מיט, אדער בעבלסטו סתם נאך פון א רעכטע חבר? אדרבה. כאפ א בליק וואס זיי זענען "בעיקר" ביזי מיט.

אוודאי איז יעדע גרויסע ארגעניזאציע וואס לויפט פאר אסאך יארן מלא פראבלעמען, און מען קען אנדייטן אויף אסאך פאקטארן, דאס טוישט אבער נישט די עצם מציאות הדברים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 4:43 am
דורך זופ מיט מאנדלען
שמן למאור האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איינער וואס פאררופט זיך אלס אידישער פארטרעטער און פארשטייער זאל ביטע נישט אריינרעדן אין קאנטרעווערסיאלע טעמעס וואס רעגן אויף אנדערע. דאס איז וואס ברענגט אנטיסעמעטיזם.

סאיז היפאקראטיוו צו זאגן אז וויבאלד די עי.די.על נעמט זיך אויך אן פאר אידן זענען זיי שוין אימיוניזירט פון יעדן קאנסקוונעץ, אזש זיי מעגן שוין קענסלען פירמעס און נעמען אלגעמיינע שטעלונגען, ווילאנג זיי נוצן דעם אנטיסעמעטיזם פאן צו שטופן אגענדעס וואס האט גארנישט מיט אנטיסעמעטיזם באגייען זיי א אומרעכט אנטקעגן די אידישע געמיינדע.
זיי קלעימען נישט צו פארטרעטן די אידישע מיינונגען בנוגע אלעס אין די וועלט. זיי פארריפן זיך אידיש סיי ווייל זיי זענען אידיש און אויך ווייל זייער עיקר ציל איז צו באקעמפן אנטי-סעמעטיזם און האס קעגן אידן. פינקט ווי דער מאדערנע איד קען נישט קומען מיט קיין טענות צו חסידישע אידן פארוואס מיר פארריפן זיך אלס "אידן" און מענטשן וועלן יעצט מיינען אז אלע אידן זענען אזוי עקסטרעם.

מען מעג האלטן אנדערש פון זיי, מען מעג זיי קריטיקירן ווען זיי טוען עפעס נישט גוט, און אילאן מעג האבן א סוכסוך מיט זיי, אבער זיי האבן פיקט אזוי א רעכט זיך צו ריפן אידיש און טון וואס זיי האלטן אז עס פעלט זיך אויס אראפצוברענגען האס און ראסיזם.
די גאנצע מציאות פונעם עי.די.על. איז מיט דעם אז ער פארטרעט מיר מיט דיר, דער חסידישער אידנטום האט קיינמאל נישט געקלעימט אז ער פארטרעט איינעם חוץ זיך אליינס, ער ווידער פארטרעט דאס אידישער באפעלקערונג אין א שלאכט וואס איז איר קריטיש, ווען דער רעפארמער ראביי דרוקט אויס זיין פריוואטער מיינונג אויף א קאנטרעווערסיעלער טעמע איז עס איין זאך, אבער ווען דער וואס דארף פארטרעטן דאס אידישע באפעלקערונג און איר באשיצן אויף וויפיל זי קען אנטקעגן אנטיסעמעטיזם קומט און טיילט איין די וועלט וואס צו טוהן איז עס עפעס וואס שעדיגט.

אגב, די זעלבע זאך איז ווען אגודת ישראל פארדאמט ביידען פארן נישט מיטארבעטן מיט נתניהו, אדער ווען צוויבל פארדאמט פוטין. קיין שום אידישע ארגאניזאציע וואס דארף צו פארטרעטן די אידישע באפעלקערונג זאל נישט נעמען שטעלונגען און קאנטרעווערסיאלע טעמעס, צו אפילו סתם טעמעס וואס האבן נישט מיט אידן קענען אויפרעגן מענטשן וואס זיצן ביים רעדל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:34 pm
דורך אלע צוזאמען
שמן למאור האט געשריבן: האסטו מיר געפאלג און געקוקט זייער אייגענע טוויטער פיעד איבער וואס "זיי" זענען בעיקר ביזי מיט, אדער בעבלסטו סתם נאך פון א רעכטע חבר? אדרבה. כאפ א בליק וואס זיי זענען "בעיקר" ביזי מיט.

אוודאי איז יעדע גרויסע ארגעניזאציע וואס לויפט פאר אסאך יארן מלא פראבלעמען, און מען קען אנדייטן אויף אסאך פאקטארן, דאס טוישט אבער נישט די עצם מציאות הדברים.
יא כ'האב געקוקט זייער טוויטער פיד, פון די לעצטע 10-15 איז נישטא קיין איין עכטע אנטיסעמיטיזם וואס זיי פייטן, זיי זענען ביזי מיט 'קענדאס אוענס' און די fine ppl on both sides ליגענד פון 'שארלעטסוויל'.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:39 pm
דורך שמן למאור
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:

כ'האב נישט באמערקט ווי ווין נייעס האט געפאדערט פון אגודת ישראל ארויסצונעמען דאס ווארט "ישראל" פון זייער נאמען...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:41 pm
דורך שמן למאור
אלע צוזאמען האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן: האסטו מיר געפאלג און געקוקט זייער אייגענע טוויטער פיעד איבער וואס "זיי" זענען בעיקר ביזי מיט, אדער בעבלסטו סתם נאך פון א רעכטע חבר? אדרבה. כאפ א בליק וואס זיי זענען "בעיקר" ביזי מיט.

אוודאי איז יעדע גרויסע ארגעניזאציע וואס לויפט פאר אסאך יארן מלא פראבלעמען, און מען קען אנדייטן אויף אסאך פאקטארן, דאס טוישט אבער נישט די עצם מציאות הדברים.
יא כ'האב געקוקט זייער טוויטער פיד, פון די לעצטע 10-15 איז נישטא קיין איין עכטע אנטיסעמיטיזם וואס זיי פייטן, זיי זענען ביזי מיט 'קענדאס אוענס' און די fine ppl on both sides ליגענד פון 'שארלעטסוויל'.
קוק בעסער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:28 am
דורך זופ מיט מאנדלען
שמן למאור האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איינער וואס פאררופט זיך אלס אידישער פארטרעטער און פארשטייער זאל ביטע נישט אריינרעדן אין קאנטרעווערסיאלע טעמעס וואס רעגן אויף אנדערע. דאס איז וואס ברענגט אנטיסעמעטיזם.

סאיז היפאקראטיוו צו זאגן אז וויבאלד די עי.די.על נעמט זיך אויך אן פאר אידן זענען זיי שוין אימיוניזירט פון יעדן קאנסקוונעץ, אזש זיי מעגן שוין קענסלען פירמעס און נעמען אלגעמיינע שטעלונגען, ווילאנג זיי נוצן דעם אנטיסעמעטיזם פאן צו שטופן אגענדעס וואס האט גארנישט מיט אנטיסעמעטיזם באגייען זיי א אומרעכט אנטקעגן די אידישע געמיינדע.
זיי קלעימען נישט צו פארטרעטן די אידישע מיינונגען בנוגע אלעס אין די וועלט. זיי פארריפן זיך אידיש סיי ווייל זיי זענען אידיש און אויך ווייל זייער עיקר ציל איז צו באקעמפן אנטי-סעמעטיזם און האס קעגן אידן. פינקט ווי דער מאדערנע איד קען נישט קומען מיט קיין טענות צו חסידישע אידן פארוואס מיר פארריפן זיך אלס "אידן" און מענטשן וועלן יעצט מיינען אז אלע אידן זענען אזוי עקסטרעם.

מען מעג האלטן אנדערש פון זיי, מען מעג זיי קריטיקירן ווען זיי טוען עפעס נישט גוט, און אילאן מעג האבן א סוכסוך מיט זיי, אבער זיי האבן פיקט אזוי א רעכט זיך צו ריפן אידיש און טון וואס זיי האלטן אז עס פעלט זיך אויס אראפצוברענגען האס און ראסיזם.
די גאנצע מציאות פונעם עי.די.על. איז מיט דעם אז ער פארטרעט מיר מיט דיר, דער חסידישער אידנטום האט קיינמאל נישט געקלעימט אז ער פארטרעט איינעם חוץ זיך אליינס, ער ווידער פארטרעט דאס אידישער באפעלקערונג אין א שלאכט וואס איז איר קריטיש, ווען דער רעפארמער ראביי דרוקט אויס זיין פריוואטער מיינונג אויף א קאנטרעווערסיעלער טעמע איז עס איין זאך, אבער ווען דער וואס דארף פארטרעטן דאס אידישע באפעלקערונג און איר באשיצן אויף וויפיל זי קען אנטקעגן אנטיסעמעטיזם קומט און טיילט איין די וועלט וואס צו טוהן איז עס עפעס וואס שעדיגט.

אגב, די זעלבע זאך איז ווען אגודת ישראל פארדאמט ביידען פארן נישט מיטארבעטן מיט נתניהו, אדער ווען צוויבל פארדאמט פוטין. קיין שום אידישע ארגאניזאציע וואס דארף צו פארטרעטן די אידישע באפעלקערונג זאל נישט נעמען שטעלונגען און קאנטרעווערסיאלע טעמעס, צו אפילו סתם טעמעס וואס האבן נישט מיט אידן קענען אויפרעגן מענטשן וואס זיצן ביים רעדל.
כ'האב נישט באמערקט ווי ווין נייעס האט געפאדערט פון אגודת ישראל ארויסצונעמען דאס ווארט "ישראל" פון זייער נאמען...
איך בין דאך נישט ווין נייעס, אבער סאיז פשוט אז סאיז דא א חילוק. וויבאלד ביי אגודת ישראל איז עס נישט אזוי בולט, אבער יא, די אגודה באגייט זיכער א אומרעכט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:06 pm
דורך פארווע חסיד
B2E45E53-1D5D-4100-9CE8-F018A2DD9ED4.jpeg

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:25 pm
דורך קהל'ס נער
פארווע חסיד האט געשריבן:
B2E45E53-1D5D-4100-9CE8-F018A2DD9ED4.jpeg
לאל
קוק ווער רעדט?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:27 pm
דורך אלע צוזאמען
פארווע חסיד האט געשריבן:
B2E45E53-1D5D-4100-9CE8-F018A2DD9ED4.jpeg
איז דאס אמת אדער ליצנות?

Re: ווין נייעס אין א קאמפ קעגן די ADL

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:36 pm
דורך פונדאַמענטאַל
פארווע חסיד האט געשריבן:
B2E45E53-1D5D-4100-9CE8-F018A2DD9ED4.jpeg
רעדנדיג פון ארגענעאציעס וועלכע שטעלן זיך אהער ווי פארטרעטער פון אידן/תורה, און לויפן צו די גויים מיט הסברה קאמפיינס אז בלויז זייער מהלך איז די אמת'ע אידישקייט - דערביי ווארפנדיג די איבעריגע חלק כלל ישראל אין תהום. ליין אות 5
5. Jews and Judaism are a religion, not a form of nationalism. The Zionist movement arose with the goal of transforming Jews and Judaism into nationalism. For this purpose, they created a sovereign state, a language and a culture. Naturally, this is painful for traditional Jews to see. Thus, Judaism actually demands that we show our disapproval of this movement,

ווען וועט זיך שוין אפשטעלן די איינרעדעניש ביי די עלעמענטן פון סאטמאר ודומיהם, וועלכע זעען בלויז זייער אייגן אג'נדה צו לוחם זיין מיט די מדינה, אז די אלע הסברה קאמפיינס פאר די גויים - אז די מדינה איז נישט לעגיטים און אז אנדערע סארט אידן זענען נישט קיין אמת'ע אידן, ברענגט עפעס גוט'ס?
ווען וועט זיך שוין ענדיגן די רשעות פון געבן לעגיטימאציע פאר אלע אונזערע שונאים, אז זייער שנאה איז בארעכטיגט וויבאלט עס איז בלויז קעגן 'ציונים' אדער נישט היימישע.
און דער עיקר: די נושא פון ציונית קומט דא בכלל נישט אריין, פארוואס אויסניצען אזא סענסיטיווע קאנפליקט בלויז צו פאראויסשטיפן די אייגענע אג'נדה?

Sent from my Pixel 6a using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:20 am
דורך פארווע חסיד
קהל'ס נער האט געשריבן:
פארווע חסיד האט געשריבן:
B2E45E53-1D5D-4100-9CE8-F018A2DD9ED4.jpeg
לאל
קוק ווער רעדט?
ע׳ פנים לתורה,

Re: ווין נייעס אין א קאמפ קעגן די ADL

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:23 am
דורך טאמבל סאס
פאר איר האקט אזוי קעגן די ADL, זעהט איר פערענט ארגינאזאציע און מייסדים: די בני ברית.
bnaibrith.png