בלאט 1 פון 2
וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געווען?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:51 pm
דורך חקרן
לערנענדיג יעצט אביסל איבער קרבנות, איז מיר איינגעפאלן צו עפענען אן אשכול דא אויף קאווע שטיבל.
שטעלט אייך פאר, איר זענט יעצט אין די צייטן פון בית-המקדש. מיט וועלכע קרבן וואלט איר זיך געפילט די מערסטע 'קאאל', וואס רעדט פאר אייך?
איך למשל, גיי פאר 'איל נזיר'. ס'איז א קילע קרבן.
וואס איז אייער טרענד?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:58 pm
דורך שמעון וואלף
מיר שמעקט עפעס אן אשם שפחה חרופה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 12:04 am
דורך כרם זית
איך האב גראדע געברענגט א פעטן איל און עס אפגעכאפט אויף מיין אייפאון [דער חניוקישער כהן האט געשאסן עטעטוט, אבער דער כהן פון 'היהודים באים' האט אים מסדר געווען]. כ'האב עס ארויפגעלייגט אויף מיין טיקטאק קאנאל אבער נאך דריי שעה האבן זיי עס אראפגענומען אלס ברוטאלקייט צו חיות. ד''ר מיכאל אברהם האט געפאוסט וועגן דעם און שארף געשריבן קעגן די חרדים וועלכע זענען נישט מודה צו הרב קוק'ס שיטה אז נאר מנחות און וועדזיש זענען ערלויבט, איך אבער וועל בלייבן מיט מיין חומש סעודה אידישקייט און ברענגען פלייש פעטע פרישע פארן מזבח.
Re: וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געו
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 12:12 am
דורך צוזאמגעדרייט
כ'ווייס נישט וועגן קרבנות, איך וואלט זיך געהאלטן צום בעקיאַרד גרילל, דאס איז מיין מסורה. וואס רייצט מיר יא איז די לחם הפנים.
Re: וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געו
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 12:22 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
איך וואלט זיכער מקריב געווען אפאר פון מיינע משגיחים אין ישיבה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 12:56 am
דורך שמן למאור
די ברסלבע חברה זענען מער אריינגעטון אין קרבן עולה ויורד
די סאטמארע ברענגען א חטאת שמינה
די באבובע זענען מער פאר קרבן סולת
דער גורער ברענגט אשם מצורע
די סטאלינע חסידים האבן ליב קרבן תמיד אבער די רבי האט ליב אשם שפחה חרופה
די סקולענע ברענגען א עולה
די חב"ד'סקער ברענגען אשם מעילות
די בעלזע איז מער פאר קרבן חגיגה
וויזניץ בני ברק און מרכז גייען מער פאר תור ובני יונה
ר' מיילעך בידערמאן גייט פאר קרבן תודה
סאדיגורא ירושלים קאכט זיך אין אשם גזילות
סאדיגורא בני ברק ברענגען א כבש אחד בן שנתו
די צאנזער גייט פאר בכור
די סקווירא איז פר העלם דבר מן הציבור
די סקאליער ווערט משוגע פון שתי הלחם
מענדעלע בן מהר"א ברענגט א פר אחד בן בקר (אהרן מרדכי גייט אויך פאר דעם)
די פאפא'נע גייען גאגא פאר פרה אדומה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 12:59 am
דורך ברוך שפינוזה
איך וואלט געוואלט מקריב זיין א פסול'ע קרבן וואס אם עלה לא ירד.
איך וואלט געוואלט שחט'ן א קרבן און אינזין האבן אז איך גיי עס עסן א וואך שפעטער (ווען ס'שוין פארדארבן...) און עס דערנאך מקריב זיין, ספוילער אלערט, ס'נישט פיגול, עיין בתוספות.
מעלה זיין א חטאת לכיפה און צוקוקן ווי ס'גייט אויס פון הונגער וואלט אויך געוועהן גאנץ געשמאק.
Re: וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געו
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:07 am
דורך דער גאלדענער אדלער
שלמים!
די כהנים ווערן גוט קער גענומען חזה ושוק. און ס'איבעריגע פאר די בעלי בתים. אלע פיינע קאטס, אינקלאדעט באט נאט לימיטעד טו (לעגאלע שפראך) טשאק איי (שמעלקע'ס קאט אין אידיש) דעם גאנצן בעק ריבס, די באקן פלייש אריין אין די טשולענט! אוי אבער ס'דאך נאר נאכל לשני ימים ולילה אחד?! שוין, העט מען מוזן מאכן א ליל ששי טשולענט, געסעטעלט. מארעך ביינער, אויך אריין אין די טשולענט, אקס טעילס בלע"ז געווענליך גייט דאס אויך אריין אין די טשולענט. פינף ביינערדיגע און דריי ביינערדיגע פלאנקן, פילעי מיניאן, ריב סטעיק קאו בוי סטייל, גראבע כשר זאלץ, פעפער און ארויף אויפן גריל. לאנדאן ברויל, דעלמאניקאו אדער אויסטער קאט, הא לן והא להו. שוין.. ווער איז אין פאר א שלמים??
די ווארעמע לחם הפנים קוקט אויך נישט אויס צו זיין שלעכט, ס'שיינט צו זיין ראפאגאש ארום און ארום, נישט ווי די אמעריקאנער פאפוטש חלות וואס מ'קען עס קוועטשן ווי א ספאנדזש.
די פערציג לחמי תודה גלוסט זיך מיר גראדע. אבער דאס קומט מיט א פרייז, די הויכע קאלאריעס!
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:24 am
דורך קהל'ס נער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שלמים!
אינקלאדעט באט נאט לימיטעד טו (לעגאלע שפראך) טשאק איי (שמעלקע'ס קאט אין אידיש) דעם גאנצן בעק ריבס א פרייז,
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
שטעל דיך פאר איצא שייגעץ עסט א טשאק איי/שמעלקא קאט, ס׳וואלט אויסגעזעהן ווי די געשלעג צווישן די אראלים און די מצוקים…….
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 5:51 am
דורך [NAMELESS]
אויב רעדט מען שוין פון ימות המשיח, קען איך קוים ווארטן אז חזיר זאל שוין זיין כשר, קריספי בעיקאן געפרעגעלט און א מחבת, העם בעללי נאכן זיצן זעקס שעה העכערן במה, בקיצור די אלע זאכן וואס מ׳זעהט גארדאן רעמזי און גאגע פאוד האקן אגאנצן טאג און די שפייעכץ הייבט אן צו רינען.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 5:55 am
דורך [NAMELESS]
אז מרעדט שוין פון
גאגע פודס גליסט זיך מיר צו עסן א wagyu סטעיק סטרעיט אראפ פון מזבח.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:26 pm
דורך לפורקנך סברית
איך בין וועדזשעטעריען, סאו איך בין גראד געגאנגען פאר די קטורת..אאאההה.....
ווען נישט די חלבנה שטיי איך נאך יעצט ביים פנימי מזבח...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 2:30 pm
דורך בעל אחריות
לייק פאר די גאנצע אשכול...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:49 pm
דורך צפת
מליקה אויף אן עוף, דאס איז די זאך!
מ'טוט עס אזוי פריפעשנל, שנעל, איינס צוויי... ס'איז געלונגען!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 11:39 pm
דורך ערנסטגערעדט
קרבן פסח איז מיר די מערסטע אינטרעסאנט
איך בין נישט זיכער ווי קיל דער קרבן איז זעלבסט, אבער איך וואלט זיכער געמאכט צו זיין אין איינע פון די קילע חבורות…
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:10 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ערנסטגערעדט האט געשריבן:קרבן פסח איז מיר די מערסטע אינטרעסאנט
איך בין נישט זיכער ווי קיל דער קרבן איז זעלבסט, אבער איך וואלט זיכער געמאכט צו זיין אין איינע פון די קילע חבורות…
קרבן פסח איז גראדע גאנץ א געשמאקע מצב. א פאמיליע צוזאמענקום, א בארביקיו, ווער רעדט נאך פון די פיינע סאסעס מיט וואס מ'קען אנשמירן דעם קרבן פסח, פיינע פרישע פיטא, כומאס, מיט פיינע פרישע סאלאטן, איבערגעגאסן מיט פיינע ירושלים סטייל רינעדיגע טחינה. אהה זכר למקדש כהלל, כן עשה הלל, היה כורך פסח מצה ומרור ואוכלם ביחד לקיים מה שנאמר.... אזוי ביינאכט, אהנגעלאנט אינטער די פיינע פרישע ירושלים'דיגע פרילינג לופט, דרך חירות, אינעם אייגענעם לאנד אהנע דאגות. הלוואי מי יתן והי בקרוב ממש
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:53 am
דורך וואלווי
קרבן קינוי וסתירה
Re: וועלכע קרבן איז די מערסטע קיל - וואס וואלט איר מקריב געו
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:41 am
דורך טמיר
וואלווי האט געשריבן:קרבן קינוי וסתירה
ווילסט פטור ווערן פון דיין ווייב אהן צאלן א כתובה?
כ'מיין אז די כתובה וועט זיין ביליגער ווי 2 2-וועי טיקעטס
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 6:58 pm
דורך וואלווי
טמיר האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:קרבן קינוי וסתירה
ווילסט פטור ווערן פון דיין ווייב אהן צאלן א כתובה?
כ'מיין אז די כתובה וועט זיין ביליגער ווי 2 2-וועי טיקעטס
כתובה איז מען מסדר מיט דין מורדת...
לעצם הקרבן, קוק עס אן ווי די ליד אקטרעס (שלעכט מיידל/יונגעל) אין א ראמאנס טהרילער...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 7:20 pm
דורך ברוך שפינוזה
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:כ'ווייס נישט וועגן קרבנות, איך וואלט זיך געהאלטן צום בעקיאַרד גרילל, דאס איז מיין מסורה.
דאס איז די אריגינעלע זבח משפחה (אדער זבח היום) וואס מ'פלעגט מקריב זיין בעפאר יאשיהו האט פארבאטן די במות, אויף א געוויסע פארנעם איז עס נאך פארבליבן ביים זבח פסח אבער ס'האט שוין פארלוירן די גאנצע היימישקייט און געשמאק (שפעטער האט מען דאס שוין אויך פארבאטן...) עכ"פ, די עכטע אויטענטישע אידן אשר לא כרעו ל... האלטן זיך צום אריגינעלן אויסגעטרויטענעם וועג און זענען מקריב דעם זבח משפחה על דרך ישראל סבא לריח ניחוח אשה ל#!@&
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:06 pm
דורך צפת
איך בין פון די פאזעטיווע מענטשן - שלום ארוש סטייל... שטענדיג זאגן אונז 'טענק יו השם'...
איךבין אפט מקריב א תודה.
אויסער דעם האב איך א מעמעבערשיפ אין די תודה כולל, וואו מען איז מקריב יעדן טאג א תודה פאר א מינימאלע אפצאל. דער כהן ליינט אויס אלע נעמען - מען זעט אין דעם געוואלדיגע ישועות.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:46 pm
דורך צפור בודד
עולה. זאל דער כהן זיך נישט אנפרעסן אויף מיין חשבון.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 7:27 pm
דורך צפת
איך גלייך זיך צו קרבנ'ען אסאך.
איך בין א קרבן איד.