בלאט 1 פון 1

ש"ס דערקלערט: רעליגיעזע אידן זענען באשיצט פון פגעי הזמן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:21 pm
דורך תוהו ובוהו
טוט זיך היינט א שטורעם אין דער חרד'ישער יוניווערס, נאך וואס דער כורש פון די רעליגיעזע באוועגונגען אין ארץ ישראל, דער ווארשיינליכער אטעאיסט בנימין נתניהו, האט זיך אנגעבליך אויסגעדריקט פרעכערהייט מיט כפירה'דיגע לאזונגען כלפי שמיא.

ביבי, א פרייער ווי פריי קען נאר זיין, האט אין א זיצונג היינט אנבאלאנגט די זיכערהייט פון די טויזנטער ישראלים וואס פארן זיך ווייקן ביי ר' נחמן, באהויפטעט אז (פרייע איבערזעצונג): "ישראל'ישע בירגער וועלכע באשליסן צו פארן קיין אוקראינע אין די יעצטיגע קריג אומשטענדן, דארפן נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זייערע שריט; הקדוש ברוך הוא האט אונז נישט שטענדיג באשיצט - נישט אין אייראפע און נישט אין אוקראינע".

אן אריינגיין אין דעם ווירקליכן סכנה-שטאפל אין אוקראינע, טענה'ט ביבי, אז מ'טאר זיך נישט אריינלייגן בידיים אין א מקום סכנה און קלערן אז דער אייבערשטער וועט מיך שוין שיצן, ווייל דער רעקארד ווייזט אז גאט - א.ק.א. הקב"ה - היט נישט שטענדיג פון נישט געשעדיגט ווערן דורך די פגעי הזמן.

בעצם איז עס א פשוט'ע טענה און יעדעס חדר אינגל וועט צו דעם מסכים זיין; חז"ל און הלכה זענען פול מיט דינים פון זיך נישט בידיים אריינשטעלן אין א סכנה ווייל מ'קען פון דעם געשעדיגט ווערן. צי ווייל השטן מקטרג בשעת סכנה, צי ווייל ס'איז נישט דא קיין השגחה קעגן א בעל בחירה, אדער סיי וואספארא הסבר עס זאל נאר זיין - דאס איז קלאר: אז א מענטש לייגט זיך אריין אין א סכנה איז דמו בראשו, און דאס איז שוין בדוק ומנוסה מער ווי טויזנט מאל.

מ'קען אויך אוודאי פארשטיין די חרד'ישע פרוסטראציע אויף זיינע ווערטער, נאך וואס ביבי ניצט דעם טיטל "הקדוש ברוך הוא", און זיינע ווערטער קענען האבן א קאנענטאציע פון גרינגשעצונג אין דעם רעליגיעזן גלויבונג סיסטעם. ווער רעדט נאך אז די חרד'ישע פארטייען זענען שוין פאר א צענדליג יארן מרצון נתניהו'ס שפחה חרופה, אים נאכגייענדיג בארץ לא זרועה אין זיינע שווערסטע צייטן נישט קוקנדיג רעכטס אדער לינקס, און נתניהו וואלט געמעגט זיין מער פארזיכטיג איבער זייערע געפילן און דאגמעס.

פארשידענע חרד'ישע ווארטזאגער האבן טאקע שארף פארדאמט די דברי בלע, צווישן זיי דער רעדאקטאר פון דעם "משפחה" מאגאזין, אריה ארליך, וועלכער האט געטוויט אז "במקום בו יש חילול השם ודיבור גס וחצוף כלפי שמיא – אין חולקים כבוד לביבי. חצוף ומחוצף, גס רוח. תתבייש, ביבי. אינך ראוי לאמוננו". שפעטער האט ער דערקלערט מיט פאטאס אז "הגיע זמן גנץ".

גאר אינטערעסאנט איז אבער געווען די רעאקציע פון דער ש"ס פארטיי.

ש"ס, א פארטיי וועלכע האט גאר אגרעסיוו געשטיצט נתניהו אין די לעצטערע יארן, האט נישט נאר פארדאמט דעם זלזול'דיגן שמעק אין נתניהו'ס רייד; נאר האט זיך גאר פארמאסטן מיט דעם אינהאלט פון ביבי'ס טענה. אין זייער רעאקציע שרייבן זיי: "הקב"ה האט יא שטענדיג געהיטן כלל ישראל דורכאויס אלע גלות'ן און פארפאלגונגען; דאס איז די אורזאך אז כלל ישראל איז דאס איינציגע פאלק וואס האט וואונדערליך איבערגעלעבט שוין טויזנטער יארן - בשעת אנדערע פעלקער זענען אלע אויסגעראטן געווארן. זעלבסט פארשטענדליך, די באדינגונג פאר דער געטליכער השגחה איז אמונה און שמירת תורה ומצוות - עפעס וואס כלל ישראל האט טאקע געטון זינט איר גרינדונג".

אן אריינגיין אין די פילע פארשידנארטיגע באהויפטונגען אין דעם אנטווארט, איז אבער גאר אינטערעסאנט זייער בליק אויפ'ן מציאות, נעמליך, ס'הייבט זיך גארנישט אן: הקב"ה האט יא געהיטן כלל ישראל אין אלע צייטן. און דאס איז אן אפענטפער צו ביבי'ס ארגומענט אז מ'קען זיך אויף דעם נישט פארלאזן.

כ'ווייס נישט וואס זיי טוען מיט די אקעאנען אידיש בלוט פארגאסן דורכאויס היסטאריע; די אומגעהויערע צער און פיין וואס אידן האבן געליטן אין כמעט אלע לענדער, ווי עס שיינט נעמט ש"ס אן די שיטה אז "דאגמעס קובעות את המציאות", און סיי וואס אנדערש איז בלויז אן אויגן פארבלענדעניש דורך בייזוויליגע כחות.

ארץ ארץ אל תכסי דמם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:38 pm
דורך שעפטאל
קלארקייט מיט ציניש'קייט איז דער חותם פון א תוהו אשכול!..

פליז קיפ איט קאמינג!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:09 pm
דורך צקון לחש
די ספרדים האבן שוין לאנג נישט געהאט קיין שואה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:52 pm
דורך ברוך שפינוזה
וויצן אן א זייט געלייגט פארשטיי איך נישט (כ'מיין איך פארשטיי יא אבער...) וואו די ש"ס דעקלעראציע קומט אריין, בשלמא ווען נתניהו וואלט געזאגט אז דאס וואס אפאר טויזענט פאנאטן פארן קיין אוקראינע שטעלט אין געפאר "גאנץ כלל ישראל" פארשטיי איך וואו ס'קומט אריין די דעקלעראציע איבער די "געטליכע השגחה אויף כלל ישראל", נתניהו זארגט זיך אבער נישט דא פאר'ן עתיד פון כלל ישראל, כלל ישראל איז פיין מסודר, ס'נאר די פאר טויזענט מענטשן דארט וואס לייגן זיך אריין אין א סכנה, אויף ביז 6 מילליאן איז דאך זיכער נישט דא קיין געטליכע השגחה :lol: :lol: :lol: מטומטמים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 5:33 am
דורך יואלמ
ס'זעהט אויס אז ש"ס זאגט אז די אלע צרות וואס יודען האבן מיטגעמאכט במשך הדורות איז געקימען וויבאלד מ'האט נישט געהיטן תורה ומצוות. נו, פארוואס זאגן זיי אין די זעלבע סטעטמענט אז דער אייבערשטער האט אונז אייביג אפגעהיטן?

די היימישע מעדיע מאלט אראפ כאילו ביבי'ס סטעטמענט איז אפיקורסות, בו בזמן וואס ער האט סך הכל געזאגט די קלארע מציאות אז דער אייבערשטער האט אונז נישט אייביג אפגעהיטן.

פארוואס מיינען זיי אז אמונה פארלאנג צי זיין אזוי נעריש?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:26 am
דורך זופ מיט מאנדלען
ביבי האט הונדערט פראצענט געטוהן א אומרעכט מיט זיין וועג פון זיך אויסדרוקן, ער וואלט געקענט זאגן די זעלבע זאך אין אנדערע ווערטער, "דער אויבערשטער האט נישט שטענדיג געטוהן קיין ניסים". אנשטאט דעם האט ער געזאגט א סטעיטמענט וואס רעגט אויף אכציג פראצענט פון זיין לאנד, וועלכע זענען גלויביגע.

ש"ס האט גוט געזאגט, דער אויבערשטער האט שטענדיג באשיצט, והא ראי' אז דער פאלק עקזיסטירט נאך בכלל, איי די טראגישע איבערגענג וואס דער פאלק איז אריבער? די פרטיות'דיגע שוץ איז תלוי אין א תנאי, לויט וויפיל מען היט תורה ומצוות. בקיצור. מען שטורעמט אין א גלעזעל וואסער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:18 pm
דורך יואלמ
עקזעקטלי, מ'שטורעמט אין א גלעזל וואסער. ביידע צדדים זענען מודה אז ס'איז געווען צייטן וואס דער אייבערשטער האט געלאזט יודן ליידן, די חילוק איז אויב מ'זאגט עס און א וועג וואס איז מער סענסיטיוו און רעספעקטפול צו אונזער גלויבן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:46 pm
דורך [NAMELESS]
איך האלט אז אז ש"ס האט זייער גוט געזאגט, הקב"ה באשיצט כלל ישראל יעדע רגע, יא אפילו ווען מען הרג'עט מיליאנען אידן אין גאז קאמערן, ס'איז נישט קיין שום סתירה צו השגחת ה', איי ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס לאזט ער צו אזעלכע זאכן, וואס קען מען טוהן, אידן וואס זענען מאמינים בה' גלייבן אז ער האט א חשבון אויף יעדע זאך, פארשטייט זיך אז ס'מיינט נישט אז מען מעג זיך אריינלייגן אין א סכנה וועגן דעם, אבער די שואה האט גארנישט איינגעשטויסן מיט דעם.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:54 pm
דורך [NAMELESS]
ס׳איז שוין א אלטע קשיא פון די מלאכי השרת און משה רבינו:

מנחות כט: אמר לפניו רבונו של עולם הראיתני תורתו הראני שכרו אמר לו חזור [לאחורך] חזר לאחוריו ראה ששוקלין בשרו במקולין אמר לפניו רבש"ע זו תורה וזו שכרה א"ל שתוק כך עלה במחשבה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:44 pm
דורך סקעפטיקער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 7:54 pm
דורך מילך טראק
צו ער איז גערעכט צו נישט קען מען דן זיין אבער די וועג וואס ער האט עס געזאגט איז זייער נישט איידל
איך האלט גראדע יא אז שס האט גוט געענטפערט ווייל אויב מ'גלייבט אין השגחה פרטית אז יעדער וואס איז געשטארבן אין די שואה האט געדארפט שטארבן און ווער נישט איז טאקע געראטעוועט געווארן.

דארטן האט זיך קיינער אבער נישט אריינגעלייגט אין א סכנה נאר אפשר נישט אנטלאפן.

ס"ה
די איבער דרייען פון די משפחה אז ביבי איז א כופר וכו' איז אביסל איבערגעטריבן, די ש"ס האט זייער גוט געענפערט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:26 pm
דורך אלפא
מילך טראק האט געשריבן: איך האלט גראדע יא אז שס האט גוט געענטפערט ווייל אויב מ'גלייבט אין השגחה פרטית אז יעדער וואס איז געשטארבן אין די שואה האט געדארפט שטארבן און ווער נישט איז טאקע געראטעוועט געווארן.
פון א לאגישע פערספעקטיוו, ווען איינער טענה'ט אז עס רעגנט 'נישט אייביג' אין כינע (למשל..), איז נישט קיין סופישענט קאונטער טענה צו זאגן אז עס רעגנט יא 'אסאך מאל'... זאגן אז עס רעגנט אייביג נאר מ'זעט עס נישט פאר געוויסע הימלישע סיבות איז כמובן נאך שוואכער... ובפרט ווען עס איז נישט געבויט אויף קיין קראנטע טעאלאגיע, ענדערש אויף א קולטוארע סענסיטיוויטעט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:32 pm
דורך מילך טראק
אלפא האט געשריבן:
מילך טראק האט געשריבן: איך האלט גראדע יא אז שס האט גוט געענטפערט ווייל אויב מ'גלייבט אין השגחה פרטית אז יעדער וואס איז געשטארבן אין די שואה האט געדארפט שטארבן און ווער נישט איז טאקע געראטעוועט געווארן.
פון א לאגישע פערספעקטיוו, ווען איינער טענה'ט אז עס רעגנט 'נישט אייביג' אין כינע (למשל..), איז נישט קיין סופישענט קאונטער טענה צו זאגן אז עס רעגנט יא 'אסאך מאל'... זאגן אז עס רעגנט אייביג נאר מ'זעט עס נישט פאר געוויסע הימלישע סיבות איז כמובן נאך שוואכער... ובפרט ווען עס איז נישט געבויט אויף קיין קראנטע טעאלאגיע, ענדערש אויף א קולטוארע סענסיטיוויטעט.
רעליגיע איז קען מען נישט אלעמאל פארענטפערן לאגיש.

און בכלל וויאזוי ביסטו מסביר לאגיש, ס'איז א גרויסע סכנה צו גיין אבער ד אייבערשטער וואטשט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 9:18 pm
דורך אלפא
מילך טראק האט געשריבן: רעליגיע איז קען מען נישט אלעמאל פארענטפערן לאגיש.
אן 'אומלאגישע' תירוץ איז קיין תירוץ נישט..
און בכלל וויאזוי ביסטו מסביר לאגיש, ס'איז א גרויסע סכנה צו גיין אבער ד אייבערשטער וואטשט
דאס איז אייגענס! (אין בעסטנפאל א לעצטיגע אויסטרעף), אין גמרא שטייט אז במקום סכנה איז אפי' א שליח מצוה נישט באשיצט -נישט דורכ'ן מצוה אין נישט דורכ'ן באשעפער! כ'מיין עס איז א גוטע 'רעליגיעזע' מקור..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 9:22 pm
דורך בעל אחריות
עמקות המחשבה האט געשריבן:איך האלט אז אז ש"ס האט זייער גוט געזאגט, הקב"ה באשיצט כלל ישראל יעדע רגע, יא אפילו ווען מען הרג'עט מיליאנען אידן אין גאז קאמערן, ס'איז נישט קיין שום סתירה צו השגחת ה', איי ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס לאזט ער צו אזעלכע זאכן, וואס קען מען טוהן, אידן וואס זענען מאמינים בה' גלייבן אז ער האט א חשבון אויף יעדע זאך, פארשטייט זיך אז ס'מיינט נישט אז מען מעג זיך אריינלייגן אין א סכנה וועגן דעם, אבער די שואה האט גארנישט איינגעשטויסן מיט דעם.
אויב אפילו ווען די אייבערשטער באשיצט א מענטש קען נאך אלס עפעס געשעהן צום מענטש איז וואס טוט די אייבערשטער ווען ער וויל אז עס זאל גארנישט געשעהן צום מענטש? ער באשיצט אים צוויי מאל? איז ביבי האט גערעדט פון דעי צווייטע מאל....

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:10 pm
דורך berlbalaguleh
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:ביבי האט הונדערט פראצענט געטוהן א אומרעכט מיט זיין וועג פון זיך אויסדרוקן, ער וואלט געקענט זאגן די זעלבע זאך אין אנדערע ווערטער, "דער אויבערשטער האט נישט שטענדיג געטוהן קיין ניסים". אנשטאט דעם האט ער געזאגט א סטעיטמענט וואס רעגט אויף אכציג פראצענט פון זיין לאנד, וועלכע זענען גלויביגע.

ש"ס האט גוט געזאגט, דער אויבערשטער האט שטענדיג באשיצט, והא ראי' אז דער פאלק עקזיסטירט נאך בכלל, איי די טראגישע איבערגענג וואס דער פאלק איז אריבער? די פרטיות'דיגע שוץ איז תלוי אין א תנאי, לויט וויפיל מען היט תורה ומצוות. בקיצור. מען שטורעמט אין א גלעזעל וואסער.
ווען נתניהו וואלט נאך געקענט לערנען (אויסער זיין א מאמין) וואלט ער ציטירט די גמ' (מס' בבא מציעא) און דעם פסוק (משלי?) "צינים פחים בדרך עיקש". ווי די גמ' זאגט קלאר אז א מענטש טאר זיך נישט אריינלייגן אין א מצב פון סכנה. ווייל נישט אייביג וועט איהם געשעהן א נס. און אויב יא. וועט מען עס איהם אראפרעכענען פון זיין שכר לעוה"ב.

נאר ביי ביבי נתניהו וועלכער איז נישט געגאנגען אין חדר און האט נישט געלערנט אמונה בהשי"ת,איז עס א מצב פון וויאזוי מ'קוקט. אויב די גלעזל איז האלב פול אדער האלב ליידיג. ער איז נאר געקומען צו אמונה וידיעה בהשי"ת צוליעב זיינע פאליטישע אמביציעס. ער האלט זיך נאך אינמיטן לערנען.

נאר דער מאן דאמר פון ש"ס איז אויך גערעכט. מיט דעם אז בכלליות טוט אונז דער באשעפער באשיצן. והא ראיה אז דאס אידישע פאלק עקזיסטירט שוין טויזנטער יארן. און אנדערע גרויסע אימפעריעס זענען שוין פון לאנג אונטערגעגאנגען.